אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???

ביידע זענען ריכטיג. אזוי אויך כח/כוח.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

גרשון האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

???

ביידע זענען ריכטיג. אזוי אויך כח/כוח.

וויאזוי וואלט אבער א פראפעשאנעל געשריבן?
וויאזוי שרייבסטו למשל?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך בין אליין נישט זיכער. דאכט זיך מיר אז רוב מענטשן וועלן שרייבן אן א ו', מח/כח, אבער בלשון רבים וועט זיך דער ו' אנרוקן, מוחות/כוחות, עפעס וואס איז למעשה א סתירה.

איך קען באשטיין צו הערן פון אנדערע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אז מ'רעדט פונעם ו' ביי לשון רבים.
אין ארץ ישראל שרייבן זיי חודשים (נישט ביי 2 וואס איז חודשיים).
און מ'זאגט עס טאקע מיט א חולם ח', שוא ד', אנדערש ווי דאהי וואס מ'זאגט דעם ח' מיט א (חטף) קמץ אדער פתח, און קמץ ד'.
וועלכעס איז ריכטיג?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ריכטיג איז מיט א קמץ, ווי מיר געפינען אין דער תורה "לחדשי השנה", און אזוי זאגן מיר אויך ביים דאוונען, "ראשי חדשים לעמך נתת."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

לאמיר באקוקן אויף די נומערן:

אין אייוועלט האט מען אויסגעלעגן "כח" מיט א ו"ו 26144 מאל (25%), און אן א ו"ו 77377 מאל (75%).

מען האט אויסגעלעגן "מח" מיט א ו"ו 19365 מאל (10%), און אן א ו"ו 179530 מאל (90%).

לכאורה לייגט מע אויס ווערטער ווי כח און מוח מיט א ו"ו געוויינטליך. אט די ווערטער האבן געשטאמען דורך ל"ק. דעריבער ס'איז מיר נישט קלאר גענוי וויפיל פון די דאזיקע ווערטער שטאמען פון ספרים (און נישט פון געוויינטלעך אידיש).

תלמוד בבלי האט געשריבן:פארוואס שרייבט מען חאטש מיט א ח'?

אגב, מע האט אויסגעלעגן "כאטש" דא מיט א כ"ף 26476 מאל (98%), און אן א חי"ת 607 מאל (2%).
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ארגאן האט געשריבן:
פנחס זיסקינד האט געשריבן:ווען מען שרייבט א אידישע באשרייבונג
שרייבט מען מוח? אדער מח?
מיט אדער אן א וא"ו?

לאמיר באקוקן אויף די נומערן:

אין אייוועלט האט מען אויסגעלעגן "כח" מיט א ו"ו 26144 מאל (25%), און אן א ו"ו 77377 מאל (75%).

מען האט אויסגעלעגן "מח" מיט א ו"ו 19365 מאל (10%), און אן א ו"ו 179530 מאל (90%).

לכאורה לייגט מע אויס ווערטער ווי כח און מוח מיט א ו"ו געוויינטליך. אט די ווערטער האבן געשטאמען דורך ל"ק. דעריבער ס'איז מיר נישט קלאר גענוי וויפיל פון די דאזיקע ווערטער שטאמען פון ספרים (און נישט פון געוויינטלעך אידיש).

פון דער אנדערער זייט ווערן מוחות און כוחות אויסגעלייגט דא אויף אייוועלט אין 96% פעלער מיט א ו'! ווי קען מען אנכאפן דעם שטריק פון ביידע עקן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

פארשטייט זיך, סע קען זיין אז מע שרייבט געוויינטליך מח—מוחות אא"וו. נח איז מער פארשפרייט פון נוח אויכעט.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ארגאן האט געשריבן:פארשטייט זיך, סע קען זיין אז מע שרייבט געוויינטליך מח—מוחות אא"וו. נח איז מער פארשפרייט פון נוח אויכעט.

נאר צו צימבלען אביסל
דאס איז איינמאל זיכער אז סע און מע טרעפט מען קיין איינמאל אויף אייוועלט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פארוואס זאגט מען 'זינלאז' און 'זאכליך'?
אויב תוכן'דיג איז זאכליך, איז די פארקערטע 'זאכלאז'. אדער פארקערט, תוכן'דיג איז 'זינליך'.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ביי די יידישסטן און ייווא'יסן איז אגענומען א כלל אז ווען משרייבט אידיש (יידיש) שרייבט מען לשה"ק'דיגע ווערטער אלעמאל מלא, מוח כוח אא"וו, און אזוי אויך צוויי וא"ו'ן, למשל, לאוו דווקא, ביי אונז איז איז נישט אנגענומען געהעריג א כלל ביי דעם, למשל מח און כח וועט מיין איך כמעט יעדער שרייבן אן א ו', אבער חודש, קודש שרייבט מען יא מיט א ו', פארוואס ווייס איך נישט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זאג א גוטס האט געשריבן:פארוואס זאגט מען 'זינלאז' און 'זאכליך'?
אויב תוכן'דיג איז זאכליך, איז די פארקערטע 'זאכלאז'. אדער פארקערט, תוכן'דיג איז 'זינליך'.

א גוטע קשיא... ס'דא זייער אסאך ווערטער אזוי וואס פארשידענע סופיקסן אדער פרעפיקסן האט זיך שטארק איינגעגלידערט אבער אנדערע נישט, למשל, קינדערלאז, אבער סנישטא קיין ווארט קינדערפול, נוצלאז אבער נישט נוצפול נאר נוצליך
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:מ'האט זיך שוין גע'טענה'ט אויף דעם.

אידיש איז נישט דייטש. אין אידיש זאגט מען מינדליך, פונקט ווי אנדערע אדיעקטיוון וועלכע פארוואנדלען א ו' אין א י' (פונקט = פינקטליך, נאטור = נאטירליך, אא"וו).

וואס טוט זיך מיטן ווארט "וואלונטיריש" אדער "וואלונטירליך"? דארף מען אויך טוישן דעם ו' צו א י'? (אין די אלגעמיינע ווערטערביכער איז בכלל נישטא דאס ווארט נאר 'וואלונטיר' און ׳וואלונטירן׳ און פאר voluntary שרייבן זיי נאר 'פרייוויליק').
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

איינס האט געשריבן:
ארגאן האט געשריבן:פארשטייט זיך, סע קען זיין אז מע שרייבט געוויינטליך מח—מוחות אא"וו. נח איז מער פארשפרייט פון נוח אויכעט.

נאר צו צימבלען אביסל
דאס איז איינמאל זיכער אז סע און מע טרעפט מען קיין איינמאל אויף אייוועלט...

נו, אזוי האב איך זיך געלערנט (דער רב מיינער רעדט אזוי אויכעט). איך האב געהערט אמאל אז דאס איז אפשר אן אוקראיניש אידיש פענאמען, אבער בין איך נישט זיכער.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסאך אדער א סך?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אסאך.

חוץ אויב דו וויסלט שרייבן א סך הכל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אין די ווערטערביכער שטייט א סך, כמיין אבער ביי אונז איז נישט אנגענומען אזוי, וואס זאגסטו?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווי אזוי איז דאס בעסטע אויסצולייגן camera אין אידיש?

אויב וויל מען זיך האלטן מיט'ן "כלל" (וואס א. ראטה האט געמאכט) אז אן A איז אייביג אן א', דארף מען שרייבן "קאמערא". דאכט זיך אבער אז "מעלות" זעלבסט שרייבט "קאמערע", אן אויסלייג וואס איז נישט לויט דעם כלל און נישט ווי אזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט.

אויב וויל מען צופאסן דעם כתיב צום קרי, וואלט מען געדארפט שרייבן "קעמערע" אדער "קעמערא".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:אין די ווערטערביכער שטייט א סך, כמיין אבער ביי אונז איז נישט אנגענומען אזוי, וואס זאגסטו?

דאס איז טאקע געווען מיין שאלה. ס'זענען יא דא היימישע שרייבערס וואס לייגן עס אזוי אויס, די פראגע איז ווי פאפולער ס'איז.

קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א סך מיינט א סכום. אויב נוצט מען עס אנשטאט פיל, איז עס שוין א נייע אידישע טערמין, און ס'האט נישט קיין פשט צו נוצן די לשה"ק'ע אויסלייג.

---

האקט. האסט א שטארקע טענה... איך וואלט מסתמא געשריבן קאמערא.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:אין די ווערטערביכער שטייט א סך, כמיין אבער ביי אונז איז נישט אנגענומען אזוי, וואס זאגסטו?

דאס איז טאקע געווען מיין שאלה. ס'זענען יא דא היימישע שרייבערס וואס לייגן עס אזוי אויס, די פראגע איז ווי פאפולער ס'איז.

איינער פון די באקאנטע כללים פון יווא איז אז די אלע אדווערבן און קאניוקציעס וואס באשטייען פון עטליכע קליינע ווערטער דארף מען שרייבן באזונדער, ווי למשל, אין מיטן, נישט אינמיטן, סגעווען אפילו אסאך פון זייערע חברה וואס זענען געווען שטארק קעגן דעם כלל, און פארשטייט זיך ביי אונז איז עס אויך נישט אנגענומען. איינער פון די מתנגדים איז געווען דער באקאנטער גראמאטיקער יודל מארק ער האט געשריבן א בוך ״גראמאטיק פון דער יידישער כלל שפראך״ און דארט האט ער קליינע ווערטערבוך פון אדווערבן און קאניוקציעס וואס קומען באהאפטן אדער באזונדער, פערצופאל וועגן ״א סך״ זע איך איז ער יא מודה צו זיי.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אבער דער א' אין סאך קומט זיכער אפי' לשטותם.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער דער א' אין סאך קומט זיכער אפי' לשטותם.

לשטותם לשיטתם. צי דו ווילסט צי נישט, זיי האבן געהאט כללים, מיר האבן נישט.

ייווא לייגט אויס א סך. "מעלות" פלעגט אויך אמאל אזוי אויסלייגן.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויב אלע לשה"ק ווערטער לייגן זיי אויס מיט וואקאלן, פארוואס פונקט דא פארגינען זיי נישט דעם א'?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נאר די רוסישע יעווסעקציע האט געשריבן כאווער סטאלין, נישט די אמעריקאנער יידישיסטן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”