אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

״ער האט בר מצוה געהאט״ אדער ״ער איז בר מצוה געווארן״
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לכאורה קומט ער איז בר מצוה געווארן. אבער געווענליך זאגט מען למשל "אה, מזל טוב! ווען האסטו בר מצוה געהאט?" און נישט "ווען ביזטו בר מצוה געווארן?".

אבער ס'איז אזויווי כ'האב לעצטנס געהערט פון איינעם "ער האט נישט נאר 'געהאט' א מיידל, ער האט עס נאך אלס.."
וכן לענינינו זאגט מען 'ער האט בר מצוה געהאט', כאטש ער בלייבט ווייטער א בר מצוה.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

און פארוואס ביי חתונה האבן קען מען נאר זאגן "חתונה געהאט" און נישט "חתונה געווארן"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז אביסל א קאמפליצירטע גראמאטיק. די צוויי ווערבן בין און האב באדייטן כמעט דאס זעלבע. ביי רוב ווערטער וועלן מענטשן אינסטינקטיוו וויסן וועלכע פון זיי ס'קומט, אבער געוויסע קען מען אנקוקן ריכטיג אויף ביידע וועגן.

בין/ביסט/זענט/זענטס/איז/זענען ניצט מען ביי א ווערב וואס איז חל אויפ'ן גאנצן מענטש: איך בין געשלאפן, דו ביסט געלאפן, איר זענט זאט, עטץ זענטס דא, ער איז געזונט, זיי זענען פרייליך.

האב/האסט/האטס/האט/האבן ניצט מען ביי א ווערב וואס נעמט נישט אריין דעם גאנצן מענטש, נאר באציט זיך צו א פעולה זיינעם: איך האב געגעסן, דו האסט א קאר, עטץ האטס הנאה, ער האט א גוטע נקודה, זיי האבן אן שיך.

מ'קען מסתמא פרעגן קשיות, אבער דאס איז דער כלל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין ישיבה איז געווען א שווייצער בחור וואס פלעגט זאגן "איך האב קאלט", "איך האב מיד", א.א.וו.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

למדן וצדיק האט געשריבן:און פארוואס ביי חתונה האבן קען מען נאר זאגן "חתונה געהאט" און נישט "חתונה געווארן"

ווייל די בחור איז געווארן א 'בר מצוה' - בן המחוייב במצוות, דער אינגערמאן איז נישט געווארן א 'חתונה'. ער האט געהאט א מעמד החתונה. ער איז געווארן 'חתונה געהאט'.
וכן ווען מ'זאגט 'בר מצוה געהאט' גייט עס אויך ארויף אויף די מעמד הבר מצוה.
כנלענ"ד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:אין ישיבה איז געווען א שווייצער בחור וואס פלעגט זאגן "איך האב קאלט", "איך האב מיד", א.א.וו.

ס'איז מסתמא א טעות, נאר אינטערעסאנט פון וואו ס'נעמט זיך. אין דייטש זאגט מען "ס'איז מיר קאלט", "איך בין מיד." אין אידיש קומט אויך ריכטיג "ס'איז מיר קאלט"; "איך בין קאלט" איז איבערגעטייטשט פון ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:ס'איז אביסל א קאמפליצירטע גראמאטיק. די צוויי ווערבן בין און האב באדייטן כמעט דאס זעלבע. ביי רוב ווערטער וועלן מענטשן אינסטינקטיוו וויסן וועלכע פון זיי ס'קומט, אבער געוויסע קען מען אנקוקן ריכטיג אויף ביידע וועגן.

בין/ביסט/זענט/זענטס/איז/זענען ניצט מען ביי א ווערב וואס איז חל אויפ'ן גאנצן מענטש: איך בין געשלאפן, דו ביסט געלאפן, איר זענט זאט, עטץ זענטס דא, ער איז געזונט, זיי זענען פרייליך.

האב/האסט/האטס/האט/האבן ניצט מען ביי א ווערב וואס נעמט נישט אריין דעם גאנצן מענטש, נאר באציט זיך צו א פעולה זיינעם: איך האב געגעסן, דו האסט א קאר, עטץ האטס הנאה, ער האט א גוטע נקודה, זיי האבן אן שיך.

מ'קען מסתמא פרעגן קשיות, אבער דאס איז דער כלל.

דאס איז אן אנדער נושא מיין איך. ס'דא א נושא וועגן ווערבן וואס דער לשון עבר ווערט געשאפן מיט "האבן" און ווערבן וואס דער לשון עבר ווערט געשאפן מיט "זיין".

נאכדעם איז דא א צווייטע זאך אינגאנצן און דאס איז צאמגעשטעלטע ווערבן, בעיקר איז עס מיט לשה"ק'דיגע ווערטער. ס'דא ווערבן וואס ווערן צאמגעשטעלט מיט "זיין", ס'דא מיט "האבן" און ס'דא מיט "ווערן".

משלים פון ווערבן מיט "זיין": יוצא זיין, חושד זיין, ממלא מקום זיין, מכבד זיין, מקנא זיין, מסכים זיין.

ווערבן מיט "האבן": אינזינען האבן, ליב האבן, פיינט האבן, רחמנות האבן, חתונה האבן, חרטה האבן, מורא האבן.

ווערבן מיט "ווערן": פטור ווערן, משוגע ווערן, נפטר ווערן.

אלזא מיין שאלה איז מיט וואס קומט "בר מצוה"?

יעצט זע איך אין די ווערטערביכער שטייט "בר מצוה ווערן", זיי האבן נישט אזא ווערב "בר מצוה האבן".
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:"איך בין קאלט" איז איבערגעטייטשט פון ענגליש.

כ'מיין ביסט נישט גערעכט. יעדער אדיעקטיוו קען בעצם פארוואנדעלט ווערן אין א ווערב אויב מ'שטעלט עס צוזאם מיט "זיין", למשל, שיין זיין, גוט זיין, שלעכט זיין אא"וו. "קאלט" איז אן אדיעקטיוו אלזא איז גארנישט שלעכט מיט אזא ווערב "קאלט זיין" וואס דער לשון הווה ערשטער פערזאן דערפון איז "איך בין קאלט". פונקט ווי "עס" קען זיין קאלט, אזוי אויך קען "איך" זיין קאלט. פארוואס איז "עס" א גרעסערער מיוחס ווי "איך"?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך פארשטיי נישט פארוואס דו צוטיילטס עס. "חרטה האבן" איז א זייטיגע פעולה פונעם מענטש, אזוי אויך די אנדערע אויסגערעכנטע משלים, דאגעגן "ממלא מקום זיין" איז עפעס וואס דער גאנצער מענטש טוט. "ווערן" איז דער זעלבער ווערב ווי "זיין", נאר אין לשון הווה. מ'קען משוגע ווערן און מ'קען זיין משוגע.

איי, פארוואס איז חשד מער שייך צום עצם מענטש ווי אהבה? א גוטע קשיא. אפשר טאקע ווייל ס'איז א לשה"ק ווארט. אבער דער כלל בלייבט טראץ די קשיות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"איך בין קאלט" איז איבערגעטייטשט פון ענגליש.

כ'מיין ביסט נישט גערעכט. יעדער אדיעקטיוו קען בעצם פארוואנדעלט ווערן אין א ווערב אויב מ'שטעלט עס צוזאם מיט "זיין", למשל, שיין זיין, גוט זיין, שלעכט זיין אא"וו. "קאלט" איז אן אדיעקטיוו אלזא איז גארנישט שלעכט מיט אזא ווערב "קאלט זיין" וואס דער לשון הווה ערשטער פערזאן דערפון איז "איך בין קאלט". פונקט ווי "עס" קען זיין קאלט, אזוי אויך קען "איך" זיין קאלט. פארוואס איז "עס" א גרעסערער מיוחס ווי "איך"?

ס'מיינט נישט אז ס'שטימט נישט גראמאטיש, נאר אז מ'פלעגט עס אנדערש זאגן. במציאות וועט אן אמעריקאנער זאגן "איי עם קאלד", און א דייטש, "עס איזט מיר קאלט."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:"ווערן" איז דער זעלבער ווערב ווי "זיין", נאר אין לשון הווה. מ'קען משוגע ווערן און מ'קען זיין משוגע.

נישט ריכטיג. דער לשון עבר פון "זיין" איז "געווען", דער לשון עבר פון "ווערן" איז "געווארן". "משוגע" איז טאקע נישט געווען קיין גוטער משל וויבאלד בעצם איז עס אן אדיעקטיוו (משוגענער, משוגענעם, משוגענע) און יעדער אדיעקטיוו קען קומען מיט ביידע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גערעכט. אבער ס'באציט זיך טאקע צו צוויי עקסטערע זאכן. ווערן/געווארן איז אויפ'ן חלק בשעת דער מענטש ווערט (פטור אדער משוגע), בעת זיין/געווען גייט ארויף אויף דער צייט ווען ער איז אין דעם מצב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

גרשון האט געשריבן:איי, פארוואס איז חשד מער שייך צום עצם מענטש ווי אהבה? א גוטע קשיא. אפשר טאקע ווייל ס'איז א לשה"ק ווארט. אבער דער כלל בלייבט טראץ די קשיות.

ס'פשוט ווייל מ'נוצט די לשה"ק ווארט וואס שטימט בעסער אזוי.
מ'זאגט 'איך בין חושד יענעם', גענוי אזוי וואלט מען געזאגט 'איך בין אוהב יענעם', 'איך בין שונא יענעם'.
מ'זאגט דאך 'איך האב א חשד', גענוי ווי מ'זאגט 'איך האב ליב' - וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס 'איך האב אן אהבה'.

אזויווי דו זאגסט 'אפשר טאקע ווייל ס'איז א לשה"ק ווארט'.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:גערעכט. אבער ס'באציט זיך טאקע צו צוויי עקסטערע זאכן. ווערן/געווארן איז אויפ'ן חלק בשעת דער מענטש ווערט (פטור אדער משוגע), בעת זיין/געווען גייט ארויף אויף דער צייט ווען ער איז אין דעם מצב.

אודאי "ווערן" און "זיין" מיינט צוויי אנדערע זאכן (ווען נישט וואלט מען דאך נישט געדארפט האבן צוויי ווערטער פאר דעם...) ווען מ'רעדט אבער פון צאמגעשטעלטע ווערבן איז דא וואס קומען מיט "ווערן" און ס'דא וואס קומען מיט "זיין". פארוואס קומט דאס דוקא מיט דאס? איז אזוי ווי דו זאגסט, ס'איז א גוטער קשיא אבער אזוי איז עס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארוואס איז עס א קשיא? דער חילוק איז מסתמא ווי איך שרייב אין דער פריערדיגער תגובה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

'געזאלט' האב איך אלס געקענט פון ליינען, עס ווערט ווייניג באנוצט ביים רעדן.
למעשה האב איך לעצטנס געהערט מענטשן נוצן די אויסדרוק, און ס'איז א געשמאקע ווארט! ס'קומט אריין קלארער ווי למשל 'די פלאמבער האט געדארפט צו קומען'. מאן יימר ער האט געדארפט? ווייל דו האסט געוואלט?... אבער 'די פלאמבער האט געזאלט קומען' איז נאר אז ס'האט געהייסן אזוי אבער למעשה זיך געטוישט..

עספיעט האט נאכנישט עספייעט אריינצוקומען אינעם לעקסיקאן...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:אין ישיבה איז געווען א שווייצער בחור וואס פלעגט זאגן "איך האב קאלט", "איך האב מיד", א.א.וו.

ס'איז מסתמא א טעות, נאר אינטערעסאנט פון וואו ס'נעמט זיך. אין דייטש זאגט מען "ס'איז מיר קאלט", "איך בין מיד."

ס'דא צענדליגע דייטשע דיאלעקטן (אידיש איז נאר איינס פון זיי), איך שטעל מיך פאר אז אזוי רעדט מען אין די געגנד פון וואו ער קומט.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:פארוואס איז עס א קשיא? דער חילוק איז מסתמא ווי איך שרייב אין דער פריערדיגער תגובה.

ריכטיג כ'האב געמיינט בעיקר צו זאגן אז ווערבן וואס קומען מיט "זיין" זענען נישט די זעלבע מיט די וואס קומען מיט "ווערן", ס'איז צוויי אנדערע זאכן מיט צוויי אנדערע באדייטן, נישט אז איינער איז דער לשון עבר פונעם צווייטן. און די ווערטער וואס קומען מיט "זיין" קענען נישט קומען מיט "ווערן" און אזוי אויך פארקערט (חוץ משוגע ווי אויבן דערמאנט וואס איז אן אדיעקטיוו)
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

חלב ישראל האט געשריבן:געגנד

געגנד אדער געגנט?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

די בעלייכטונגען נוצט דאכצעך געגנטן.

אגב, עס בעלייכט אדער באלייכט?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נישטא ווי ווייט איך ווייס אזא פרעפיקס "בע־"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

למדן וצדיק האט געשריבן:און ווי אויך וואס איז דער לשון רבים דערפון געגנטער אדער געגנטן? אין די ווערטערביכער שטייט געגנטן אונז ניצן אבער געגנטער

יא, ביי אונז זאגט מען טאקע "געגנטער", לויט דעם איז טאקע "געגנט" מער ריכטיג.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

מן הסתם שוין געפרעגט געווארן,

נוצן אדער ניצן?

גוגל לאזט ביידע
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”