הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
די מעשה קען נישט זיין פאלש אויב האט עס חתן דנן שוין פארציילט פאר מענטשן 'פאר' ער איז א חתן געווארן.
אויף ק.מ. אינטעריוויו זאגט דער ברידער אז ער האט עס גלייך פארציילט פאר זיין משגיח.
כ'מיין ס'דארף נישט זיין א סוד. ווער איז די משגיח שליט''א?
פאר מיר פערזענליך איז די מעשה באגלייבט סיי וויאזוי. איך קען די משפחה. און אויך די אלע מענטשן ארום זענען אזוינע וואס וואלטן געווען די לעצטע צו פארקויפן לצורך מצוה מעשיות לאקשן וואס מ'דארף 'גלייבן'. איך קען די זאך ארום. דאס שיינט גאר קראנט.
פארפאלן. ס'איז אמת און ס'שאקלט אויף. יהא לעילוי נשמתו. גיימיר דאווענען

Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
פאראויס האט געשריבן:די מעשה קען נישט זיין פאלש אויב האט עס חתן דנן שוין פארציילט פאר מענטשן 'פאר' ער איז א חתן געווארן.
אויף ק.מ. אינטעריוויו זאגט דער ברידער אז ער האט עס גלייך פארציילט פאר זיין משגיח.
כ'מיין ס'דארף נישט זיין א סוד. ווער איז די משגיח שליט''א?
פאר מיר פערזענליך איז די מעשה באגלייבט סיי וויאזוי. איך קען די משפחה. און אויך די אלע מענטשן ארום זענען אזוינע וואס וואלטן געווען די לעצטע צו פארקויפן לצורך מצוה מעשיות לאקשן וואס מ'דארף 'גלייבן'. איך קען די זאך ארום. דאס שיינט גאר קראנט.
פארפאלן. ס'איז אמת און ס'שאקלט אויף. יהא לעילוי נשמתו. גיימיר דאווענען
די רעדסט געפארפעל צו דער זאך.
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
איך פארשטיי נישט פארוואס מאנכע זענען פארנומען לייקענען דעם מעשה, ווען דער נפטר וואלט ווען אויסגעזאגט אז ס'ליגט באגראבן א גרויסע אוצר הונטער די הרי חושך און מ'וואלט זיך גע'ישוב'ט זיך צו ס'לוינט זיך צו אינוועסטן צייט און געלט אהינצוגיין צו נישט, מילא, אדער ווען דער נפטר וואלט געזאגט אז מ'האט זיך פאר'חשבונ'ט מיט'ן לוח און יום כיפור איז מיט א טאג שפעטער און מ'וואלט געקלערט צו תורה לאו בשמים היא, וואלט איך געקענט פארשטיין, אבער וואס האט ער שוין געזאגט? אז זיין חבר וועט טרעפן א שידוך, גלייב יא גלייב נישט, למאי נ"מ? כאילו ביז היינט האט מען נאכנישט געהערט פון אזא זאך.
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
ס׳אזא קנאה געפיל... פ״וו נאר יענער קריגט חלומות?
דערפאר וויל זעך זאגן אז היינט איז נישט פארהאן קיין גילוים, אבער כנראה שיינט מען יא אריין צווישן די שפאלטן...

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
סקעפטיקער האבן ליב צו לייקענען אלע אזעלכע סארט מעשיות, היות זיי שמעקן שטארק פון סופערסטישעס, מיסטישקייט, אומראציאנאליטעט, אדער סתם spooky stuff. טייל לייקענען, וויבאלד זיי זענען אומגלויביג אין די סארט מציאות'ן (היינטיגע צייטן א גילוי? נאו וועי!), אנדערע לייקענען ווייל אזוי שטייט עס זיי בעסער (וואס הייסט? מיך משה-גרויס זאל מען קענען ארייננארן מיט חלומות? כ'דארף לפנים ארויסווייזן גלייכגילטיגקייט, כדי דער 'איך' זאל בלייבן א שלימות'דיגער 'איך'), אדער לייקנט מען 'סתם אזוי' (פארוואס זאל איך עס יא גלייבן?).
זינט איך אליין האב געהאט קריפי זאכן און חלומות וואס זענען מיר געווען האר-אויפשטעלנד, גלייב איך אז ס'דא אזא מציאות. כאטש כ'גלייך זייער נישט צו ליגן אין די ענינים, ווייס איך אבער אז יש דין ויש דיין און מ'קען היינט אויך באקומען -אין פארשידנארטיגע פארמען- א שמייכעלע אדער שנעלקע פון הימל.

- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
חוח בין השושנים האט געשריבן:סקעפטיקער האבן ליב צו לייקענען אלע אזעלכע סארט מעשיות, היות זיי שמעקן שטארק פון סופערסטישעס, מיסטישקייט, אומראציאנאליטעט, אדער סתם spooky stuff. טייל לייקענען, וויבאלד זיי זענען אומגלויביג אין די סארט מציאות'ן (היינטיגע צייטן א גילוי? נאו וועי!), אנדערע לייקענען ווייל אזוי שטייט עס זיי בעסער (וואס הייסט? מיך משה-גרויס זאל מען קענען ארייננארן מיט חלומות? כ'דארף לפנים ארויסווייזן גלייכגילטיגקייט, כדי דער 'איך' זאל בלייבן א שלימות'דיגער 'איך'), אדער לייקנט מען 'סתם אזוי' (פארוואס זאל איך עס יא גלייבן?).
זינט איך אליין האב געהאט קריפי זאכן און חלומות וואס זענען מיר געווען האר-אויפשטעלנד, גלייב איך אז ס'דא אזא מציאות. כאטש כ'גלייך זייער נישט צו ליגן אין די ענינים, ווייס איך אבער אז יש דין ויש דיין און מ'קען היינט אויך באקומען -אין פארשידנארטיגע פארמען- א שמייכעלע אדער שנעלקע פון הימל.
חוח די מאכסט מיר טשילי.. פרטים אפשר?
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
דאס אז איינער האט געחלומט איז אמת ויציב!
אז ער האט געחלומט פון זיין חבר איז אויך אמת!
אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!
און די קטני אמונה קען איך נישט העלפן
אז ער האט געחלומט פון זיין חבר איז אויך אמת!
אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!
און די קטני אמונה קען איך נישט העלפן
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
rutledge האט געשריבן:דאס אז איינער האט געחלומט איז אמת ויציב!

פון ווי נעמסטו דאס? אז א נפטר קומט נישט און חלום?
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
לאל....
בקיצור, יעדער חלומ'ט... ווי אזוי זאגט יענער? - אמאל איז דא "אשרי מי שראה פניו בחלום", און אמאל איז דא "אשרי מי שחלם שראה פניו"...

דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
מענטשען לייקענען חלומות, ווייל זיי צוטערען פון דע שרעקעדיג חלומות,
זיי לייקענען אינערליך אפ די מציאות פון חלומות, אין פערבירען גלייכגילטיגקייט צו איבער-צייגען אנדערע
ווייל די שרעקעדיג'ער האר-אויפשטעלנדע חלום.. וואס ער האט לעצטענס "אליין געחלומט" "נערווירט עם, איום ונורא.! "סע זאל נאר נישט פאסירען"....!
פאר דעם ער האט אפגעמאכט דעמאלטס , איך? "איך גליב נישט חלומות"
חלומות, היינטיגע צייטן? שטותים אין הבלים!,
אבער די אומגלויביגקייט , איז נאר, כדי זיך אליינס צו באראיגען...
עם דאכט זיך עפעס אויף א חז"ל, אז אויב מען גלייבט נישט און חלומות בכלל, פאסירט גארנישט....

לעצט פארראכטן דורך yoy אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:26 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
אז ער איז שוין געקומען א שאד ער האט נישט איבערגעגעבן די פעסווארד.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
דממה דקה האט געשריבן:אז ער איז שוין געקומען א שאד ער האט נישט איבערגעגעבן די פעסווארד.

גרשון האט געשריבן:מורא'דיג!
ס'איז דא ערגעץ אפגעכאפט דער חלום?
ס'דרייט זיך ארום א קורצע קליפ פוןן די חלום, ס'איז נישט אזוי קלאר.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
דממה דקה האט געשריבן:אז ער איז שוין געקומען א שאד ער האט נישט איבערגעגעבן די פעסווארד.
פעסווארד פון?
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
דאס אז א נפטר קומט אין חלום פאר זיינע נאנטע זאגט זיי זאכן וואס גייט זיין איז אמת
נאכן האבן אייגענע עיקספעריענס מיט דעם וואס איך האב געהאט!!
קענסט פרעגן יעדע 3 יתום.

נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
נעה האט געשריבן:דאס אז א נפטר קומט אין חלום פאר זיינע נאנטע זאגט זיי זאכן וואס גייט זיין איז אמת
נאכן האבן אייגענע עיקספעריענס מיט דעם וואס איך האב געהאט!!
קענסט פרעגן יעדע 3 יתום.
דאס וויל איך טאקע וויסן, אויב די יעצטיגע מעשה איז פונקט ווי ביי יעדע דריטע יתום.
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נעה האט געשריבן:דאס אז א נפטר קומט אין חלום פאר זיינע נאנטע זאגט זיי זאכן וואס גייט זיין איז אמת
נאכן האבן אייגענע עיקספעריענס מיט דעם וואס איך האב געהאט!!
קענסט פרעגן יעדע 3 יתום.
דאס וויל איך טאקע וויסן, אויב די יעצטיגע מעשה איז פונקט ווי ביי יעדע דריטע יתום.
קומט צו נאנטע אויך די עיקספעריענס האב איך
איך בין נישט קיין יתום ברוך השם
סאיז א מציאות
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
-
- שר האלף
- תגובות: 1290
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
rutledge האט געשריבן:דאס אז איינער האט געחלומט איז אמת ויציב!
אז ער האט געחלומט פון זיין חבר איז אויך אמת!
אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!
און די קטני אמונה וואס נאר אזעלעכע שתותים מאכט זיי גלייבן און גאט קען איך נישט העלפן
קומען אין חלום איז נישט קיין נייע זאך עס איז דא פול מעשיות אויף דעם, אפילו קומען אין חלום אין איבערבעטן, אדער רופען לדין תורה, איז דא פול מעשיות, דאס איז בכלל נישט קיין ווערטל!
"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]
און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
-
- שר האלף
- תגובות: 1290
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
yoy האט געשריבן:מענטשען לייקענען חלומות, היות זיי צוטערען פון דע spooky חלומות,
זיי לייקענען אינערליך אפ די מציאות פון חלומות, אין פערבירען גלייכגילטיגקייט צו איבער-צייגען פאר אנדערע
ווייל די שרעקעדיג'ער האר-אויפשטעלנד'ער חלום, וואס ער האט אליין לעצטענס געחלומט "זאל נאר נישט פאסירען"....!
ער האט דאמעלס אפגעמאכט איך גליב נישט און די מציאות פון חלומות .
אבער די אומגלויביגקייט , איז נאר זיך אליינס צו באראיגען...
חלומות פון דו היינטיגע צייטן א גילוי?? נאו וועי!!,
ער פארלאסט זיך עפעס אויף א חז"ל, אז ווייל ער גלייבט נישט און חלומות בכלל, וועט זיין שלימות''דיגער חלום נישט פאסירען.... עפעס א חז"ל
בגמ' ברכות פ' הרואה: כל החלומות הולכים אחר הפה! עיי"ש המעשה עם בר הדיא, ועוד.
"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]
און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7403
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:yoy האט געשריבן:מענטשען לייקענען חלומות, היות זיי צוטערען פון דע spooky חלומות,
זיי לייקענען אינערליך אפ די מציאות פון חלומות, אין פערבירען גלייכגילטיגקייט צו איבער-צייגען פאר אנדערע
ווייל די שרעקעדיג'ער האר-אויפשטעלנד'ער חלום, וואס ער האט אליין לעצטענס געחלומט "זאל נאר נישט פאסירען"....!
ער האט דאמעלס אפגעמאכט איך גליב נישט און די מציאות פון חלומות .
אבער די אומגלויביגקייט , איז נאר זיך אליינס צו באראיגען...
חלומות פון דו היינטיגע צייטן א גילוי?? נאו וועי!!,
ער פארלאסט זיך עפעס אויף א חז"ל, אז ווייל ער גלייבט נישט און חלומות בכלל, וועט זיין שלימות''דיגער חלום נישט פאסירען.... עפעס א חז"ל
בגמ' ברכות פ' הרואה: כל החלומות הולכים אחר הפה! עיי"ש המעשה עם בר הדיא, ועוד.
וע''ש ג''כ שיש כמה חלומות שיש בו ממש...
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
rutledge האט געשריבן:דאס אז איינער האט געחלומט איז אמת ויציב!
אז ער האט געחלומט פון זיין חבר איז אויך אמת!
אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!
און די קטני אמונה קען איך נישט העלפן
עי' במס' בבא מציעא פ"ד ע"ב פון ר' אלעזר ברבי שמעון וואס איז געקומען אין חלום צו זיין ווייב.
קטני אמנה וואלט איך גערופן איינער וואס איז פארנומען צו פארלייקענען זאכן וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל בכל הדורות, אויך ווען נישט ס'איז א אפענע גמרא.
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
אוראייניקל האט געשריבן:קטני אמנה וואלט איך גערופן איינער וואס איז פארנומען צו פארלייקענען זאכן וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל בכל הדורות,
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
איך פלעג אויך אמאל גלייבן אין חלומות, און זאגאר אליין געהאט חלומות. וואלט איך געשריבן דא מיט אפאר יאר צוריק, וואלט איך געשריבן אז איך קען מעיד זיין וכו', אז עס איז אמת.
היינט, קוקנדיג אביסל עלטער און ניכטער, זאג איך אז ס'רוב דערפון זענען שטותים. מ'רעדט זיך איין אז מ'זעט אמת'ע זאכן, און נאכדעם וואס זאכן געשעהען, רעדט מען זיך איין אז דאס טאקע האט מען געזען, און דאס טאקע האט די נפטר געזאגט.
אמאל חלומ'ט מען א האלבע חלום, און ווען מען איז שוין אויף, נים ולא נים תיר ולא תיר, דמיו'נט מען צו נאך זאכן, און שפעטער רעדט מען זיך איין אז דאס איז אויך א חלק פון די חלום.
בקיצור, דער מענטש איז א האלבער בעל דמיון.

- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום
קאנטרי מאוד האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:סקעפטיקער האבן ליב צו לייקענען אלע אזעלכע סארט מעשיות, היות זיי שמעקן שטארק פון סופערסטישעס, מיסטישקייט, אומראציאנאליטעט, אדער סתם spooky stuff. טייל לייקענען, וויבאלד זיי זענען אומגלויביג אין די סארט מציאות'ן (היינטיגע צייטן א גילוי? נאו וועי!), אנדערע לייקענען ווייל אזוי שטייט עס זיי בעסער (וואס הייסט? מיך משה-גרויס זאל מען קענען ארייננארן מיט חלומות? כ'דארף לפנים ארויסווייזן גלייכגילטיגקייט, כדי דער 'איך' זאל בלייבן א שלימות'דיגער 'איך'), אדער לייקנט מען 'סתם אזוי' (פארוואס זאל איך עס יא גלייבן?).