אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

תגובה דורך חסד השם »

נא_שכל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אין וומסב"ג איז יששכר גוטמאן דער שענסטער בעל תפלה

ר' אייזיק האניג דאווענט נישט ווארימער?

דרך אגב ר' אייזיק האניג דאווענט און בארא פארק. סא ר' יששכר קען אפילו לשיטתך זיין די שענסטע און וויליאמסבורג........
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

חסד השם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אין וומסב"ג איז יששכר גוטמאן דער שענסטער בעל תפלה

ר' אייזיק האניג דאווענט נישט ווארימער?

דרך אגב ר' אייזיק האניג דאווענט און בארא פארק. סא ר' יששכר קען אפילו לשיטתך זיין די שענסטע און וויליאמסבורג........

שענסטע אין וויליאמסבורג איז ר׳ יצחק קארפען! קראסנא אויף בעדפארד
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?

???
My friend told me he davend there yom tov says it’s out of the world the nissach and especially the delivery
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

חיים של עושר האט געשריבן:איך בין אמאל געווען יום הקדוש ביי ניקלשבורג רבי אין מאנסי, כידוע איז ער א הערליכע בעל תפלה

אוי איז דאס געווען א דאווענען. א כל נדרי, א מוסף, א נעילה

די נעילה ליגט מיר נאך אין די ביינער, איך קען עס נישט פארגעסן

אינטערעסאנט, פונקט היינט - יום ב' דר"ה - האב איך אין וומ"ס געהערט ווי 2 אידן שמועסן מיט נאסטאלגיע איבער די צייטן וואס "רבי מיכל לעבאוויטש" פלעגט דאווענען פאר'ן עמוד ביי "רבי אברהם לייטנער" זצ"ל, און אז זיין דאווענען איז ביי ביידע פון זיי געבליבן אין די ביינער ביז היינט - ווארשיינליך איבער 40 יאר שפעטער. איינער פון די 2 שמועסער, אליינס א בעל תפילה שוין 40 יאר, האט געזאגט אז ער נוצט נאך היינט זיין "אבות" ביי הויכע שמו"ע.

די שאלה איז, אויב תשפ"א דאווענט דער ניקלשבורגער רבי שליט"א אזוי שיין ווי "רבי מיכל לעבאוויטש" האט געדאווענט בימים ההם..
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובה דורך להגדיל שמו »

דארפסט זיך נאכפרעגן ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי האבען א טעיפ.
בדרך אגב, זיין ברידער ר' חאצקעל האט געדאווענט נאך שענער ווי אים, דארט איז זיכער דא א טעיפ.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:

נאכנישט קיין 40 יאר פון דאן, כמעט.

דערנאך האט אים ר' חיים יוסף זז"ג איבערגענומען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

farshlufen האט געשריבן:

איך רעד יא פון איבער 40 יאר צוריק, אין די למ"ד יארן, ווען דער עולם פלעגט דאווענען שחרית ערגעץ אנדערש און דערנאך צוגיין צום רבי'ן ז"ל'ס מוסף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

להגדיל שמו האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?

???
My friend told me he davend there yom tov says it’s out of the world the nissach and especially the delivery

דארפסט זיך נאכפרעגן ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי האבען א טעיפ.
בדרך אגב, זיין ברידער ר' חאצקעל האט געדאווענט נאך שענער ווי אים, דארט איז זיכער דא א טעיפ.

Same nissech?
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

לכאורה האט געשריבן:
חיים של עושר האט געשריבן:איך בין אמאל געווען יום הקדוש ביי ניקלשבורג רבי אין מאנסי, כידוע איז ער א הערליכע בעל תפלה

אוי איז דאס געווען א דאווענען. א כל נדרי, א מוסף, א נעילה

די נעילה ליגט מיר נאך אין די ביינער, איך קען עס נישט פארגעסן

אינטערעסאנט, פונקט היינט - יום ב' דר"ה - האב איך אין וומ"ס געהערט ווי 2 אידן שמועסן מיט נאסטאלגיע איבער די צייטן וואס "רבי מיכל לעבאוויטש" פלעגט דאווענען פאר'ן עמוד ביי "רבי אברהם לייטנער" זצ"ל, און אז זיין דאווענען איז ביי ביידע פון זיי געבליבן אין די ביינער ביז היינט - ווארשיינליך איבער 40 יאר שפעטער. איינער פון די 2 שמועסער, אליינס א בעל תפילה שוין 40 יאר, האט געזאגט אז ער נוצט נאך היינט זיין "אבות" ביי הויכע שמו"ע.

די שאלה איז, אויב תשפ"א דאווענט דער ניקלשבורגער רבי שליט"א אזוי שיין ווי "רבי מיכל לעבאוויטש" האט געדאווענט בימים ההם..

תשפ"א האט ער נישט געדאוונט פארן עמוד בכלל, ווייל ער האט באקומען קאראנע א נאכט פאר ר"ה.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?

???
My friend told me he davend there yom tov says it’s out of the world the nissach and especially the delivery

דארפסט זיך נאכפרעגן ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי האבען א טעיפ.
בדרך אגב, זיין ברידער ר' חאצקעל האט געדאווענט נאך שענער ווי אים, דארט איז זיכער דא א טעיפ.

Same nissech?

יא
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

מיין חבר האט מיר אלץ בחור'ל גשלעפט איין יאהר קיין בני ברק צום סטריקוב'ער רבי שליט"א אויף ר"ה
מה נאמר ומה נדבר פון די ערשטע נאכט מעריב דארך די מוספים פון ביידע טעג ... WOW WOW WOW
הגם איך בין גווען געוויינט צו אן אנדערע נוסח ... בין איך שפעציאל געבליבן אויף יו"כ (דער רבי דאוונעט דארט כל נדרי - מעריב, מוסף, נעילה - א למעלה מן הכוחות'דיגער עבודה)
אבער ס'איז גאר גאר לאנגע תפילות ... (ר"ה 6:30AM-5:30PM און יו"כ 6:15AM- א האלבע שעה נאך ר"ת)
נאך אלץ האלט איך אז ס'איז נישט דא שענער'ס אויף דער וועלט ...
(איך פאהר זייט יענע יאהר יעדע יאהר ... אפילו יעצט מיט די קראנע בין איך שפעציעל געפארן ... ליידער פאר איך מאגרען פארטאג'ס צוריק ס'ווערט דא זייער זייער שטרענג)
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

תלישא קטנה האט געשריבן:מיין חבר האט מיר אלץ בחור'ל גשלעפט איין יאהר קיין בני ברק צום סטריקוב'ער רבי שליט"א אויף ר"ה
מה נאמר ומה נדבר פון די ערשטע נאכט מעריב דארך די מוספים פון ביידע טעג ... WOW WOW WOW
הגם איך בין גווען געוויינט צו אן אנדערע נוסח ... בין איך שפעציאל געבליבן אויף יו"כ (דער רבי דאוונעט דארט כל נדרי - מעריב, מוסף, נעילה - א למעלה מן הכוחות'דיגער עבודה)
אבער ס'איז גאר גאר לאנגע תפילות ... (ר"ה 6:30AM-5:30PM און יו"כ 6:15AM- א האלבע שעה נאך ר"ת)
נאך אלץ האלט איך אז ס'איז נישט דא שענער'ס אויף דער וועלט ...
(איך פאהר זייט יענע יאהר יעדע יאהר ... אפילו יעצט מיט די קראנע בין איך שפעציעל געפארן ... ליידער פאר איך מאגרען פארטאג'ס צוריק ס'ווערט דא זייער זייער שטרענג)

קיינמאל נישט געהערט פון אים? וויפיל שטאקען פארענטשעס האט ער ( 2020 נוסח)
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר לקרקע »

סארקאזי האט געשריבן:
תלישא קטנה האט געשריבן:מיין חבר האט מיר אלץ בחור'ל גשלעפט איין יאהר קיין בני ברק צום סטריקוב'ער רבי שליט"א אויף ר"ה
מה נאמר ומה נדבר פון די ערשטע נאכט מעריב דארך די מוספים פון ביידע טעג ... WOW WOW WOW
הגם איך בין גווען געוויינט צו אן אנדערע נוסח ... בין איך שפעציאל געבליבן אויף יו"כ (דער רבי דאוונעט דארט כל נדרי - מעריב, מוסף, נעילה - א למעלה מן הכוחות'דיגער עבודה)
אבער ס'איז גאר גאר לאנגע תפילות ... (ר"ה 6:30AM-5:30PM און יו"כ 6:15AM- א האלבע שעה נאך ר"ת)
נאך אלץ האלט איך אז ס'איז נישט דא שענער'ס אויף דער וועלט ...
(איך פאהר זייט יענע יאהר יעדע יאהר ... אפילו יעצט מיט די קראנע בין איך שפעציעל געפארן ... ליידער פאר איך מאגרען פארטאג'ס צוריק ס'ווערט דא זייער זייער שטרענג)

קיינמאל נישט געהערט פון אים? וויפיל שטאקען פארענטשעס האט ער ( 2020 נוסח)

ער בויט יעצט א נייעם גרויסן שול
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

וועלכע נוסח דאווענט ער, סטריקוב אדער בעלזא?
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

להגדיל שמו האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
קוליעקב האט געשריבן:רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה

רביה"ק מסאטמער זי"ע איז געווען א הערליכע בעל תפילה, יעדעס ווארט אפגעטייטש מיט א תנועה מיט מתיקות
איינער וואס פארשטייט נאר אביסעלע צו נוסח וועט אגריען, סאיז א שווערע קונץ צו דאווענען ווארעם, קרעכציג און פארט זיך האלטן אויף די רעלסן. נישט פארוואסערט אדער אראפגעשלינגן קיין איינציג ווארט, אזש מהאט געקענט פארשטיין די פירוש מילות בלויז פון הערן די נוסח

די פראבלעים איז די נוסח. די סאטמארע נוסח איז מסתמה די שוואכסטע נוסח.

האב איך געמיינט אז ר’ הערשעלע ספינקער האט געהאט די שוואכסטע נוסח
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

קען איינע ארויף לייגען די תפולת פון טאשע רבי זללהה
קוליעקב
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוליעקב »

בנוגע ספינקא איז אזוי, ראפשיץ איז הערליך ווי רבי הרעשלע איז א בן אחר בן און ספינקא איז זידשטויב וואס איז אויכעט א הערליך נוסח והא ראיה רבי יעקלע ספינקא ובניו זענען הערליכע בעלי תפילה אבער רבי הערשלע איז נישט געווען קיין בעל תפלה, ער איז געווען הייליג און גרויס אבער א שוואכע בעל תפלה א מעורר איז ער יא גאר שטארק געווען ביי די דרשות ווי אויכעט האט ער געדאווענט שנעל די ספינקא חסידים האבען זיך געשעמט א היים צוקימען אזוי פרי פאר 3 ראש השנה,
סגעווען א לייטישע קאפעליע אבער שוואך און בעלי תפלה
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

קוליעקב האט געשריבן:בנוגע ספינקא איז אזוי, ראפשיץ איז הערליך ווי רבי הרעשלע איז א בן אחר בן און ספינקא איז זידשטויב וואס איז אויכעט א הערליך נוסח והא ראיה רבי יעקלע ספינקא ובניו זענען הערליכע בעלי תפילה אבער רבי הערשלע איז נישט געווען קיין בעל תפלה, ער איז געווען הייליג און גרויס אבער א שוואכע בעל תפלה א מעורר איז ער יא גאר שטארק געווען ביי די דרשות ווי אויכעט האט ער געדאווענט שנעל די ספינקא חסידים האבען זיך געשעמט א היים צוקימען אזוי פרי פאר 3 ראש השנה,
סגעווען א לייטישע קאפעליע אבער שוואך און בעלי תפלה

א׳ די נוסח פון רבי יעקלע ספינקער איז געווען אריין געמישט אסאך וויזניץ ביי וועם ער איז געעוען א איידים פאר די מלחמה במילא איז עס געווען שענער
ב׳ לגבי די זמן טרעף מיך איין בית המדרש וואס האט אין די כ׳ געענדיגט נאך 3
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

חלב ישראל האט געשריבן:וועלכע נוסח דאווענט ער, סטריקוב אדער בעלזא?

דער רוב איז זיינעס א אייגענע נוסח אוודאי מיט דע בעייסיק וועלט'ס נוסח
ס'איז אבער דא אפאר שטיקלעך וואס ער זאגט אויפ'ן בעלזער נוסח וואו למשל לדוד מזמור און כי הנה כחומר ליל יום כיפור מיט די תנועה וואס ווערט געזאגט אין בעלזא
דע שיינקייט איז נאר וואו אזוי ער זעצט יעדע שטיקעל תנועה פון דע נוסח אויף יעדער ווארט ... גארנישט ווערט איינגעלשינגען ...
(ס'איז דא יידען פון מכנובקא און נאך אנדערע פלעצער ... וואס קומען אריין נאך די תפילות צו הערן די תפילות המוספים)
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

rutledge האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אין וומסב"ג איז יששכר גוטמאן דער שענסטער בעל תפלה

ר' אייזיק האניג דאווענט נישט ווארימער?

דרך אגב ר' אייזיק האניג דאווענט און בארא פארק. סא ר' יששכר קען אפילו לשיטתך זיין די שענסטע און וויליאמסבורג........

שענסטע אין וויליאמסבורג איז ר׳ יצחק קארפען! קראסנא אויף בעדפארד

על טעם וריח אין להתווכח!!

ווער איז ר' יצחק קארפן. פלעגט דאווענען און קליימער ימים נוראים?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

להגדיל שמו האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?

???
My friend told me he davend there yom tov says it’s out of the world the nissach and especially the delivery

דארפסט זיך נאכפרעגן ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי האבען א טעיפ.
בדרך אגב, זיין ברידער ר' חאצקעל האט געדאווענט נאך שענער ווי אים, דארט איז זיכער דא א טעיפ.

why are you sure they have a tape?
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא

די אייניקעל פונעם אלטן ?
הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”