כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פרנס היום האט געשריבן:פאראיעריגער שניי האט געשריבן:דזשאסט צו סעטן די רעקארד אביסל.
איר ווייס נישט פון וואו די ציבור דא נעמט דא זייערע נאמבערס איבער וויפיל היימישע משפחות עס וואוינען אין די ניו יארקע געגנטער.
אלץ איינער וואס גלייכט אביסל נאמבערס בפרט היימישע נאמבערס האב איך שוין בעבר אפגעציילט טעלעפאון בוקס און געזען היפש אנדערע נאמבערס ווי דא געשריבן.
אין קרית יואל איז עס ממש לעצטענס איבערגעשטיגן 6000 משפחות.
אין וויליאמסבורג איזעס געווען ביי אביסל מער פון 12 א האלב טויזענט
און אין בארא פארק 19 מיט עפעס טויזענט
איך ווייס נישט וועלכע רעקארדס (אזשענדעס) די זיכסט צו סעטען אבער איר לעבט בהקיץ , עס קומען צו יערליך אפאר הונדערט פרישע דירות אין וויליאמסבורג און יעדע דירה איז פול + בערך 600 פרישע פארלעך, עס מופן אוועק טאקע בערך 200 א יאר שוין אסאך געזאגט , איינער וואס קען נומבערס טענה'ט מיר אז סאיז דא בערך 20 טויזענט משפחות כעת אין וויליאמסבורג, עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען , איך האב מיר אויף איינגערעדט אז יארע תש"פ וועט זיין אין וויליאמסבורג אינטער 10 טויזענט משפחות , אבער אז מען מיינט נער'ט מען זיך , ווען וועלט איז וועלט וואלט אזוי געווען אבער די באשעפער וויל אנדערש
רבונא דעלמא כולא!
וואס האט דיך געמאכט אזוי מיינען??
וועגן הונדערטער אדער גאר טויזענטער משפחות אין NYC רייסן זיך די האר פון קאפ פארוואס זיי האבן נישט אוועקגעמופט פון שטאט ווען זיי האבן עס געקלערט צו טין, מען הערט פון בראוקערס אז יעדע הויז צו פארדינגען אין אפסטעיט/ווי קרית יואל והגלילות און לעיקוואד והגלילות זענען געווארן פארכאפט די טעג פון שטאטישע רענטערס וואס האבן אפגעפיצט בעוד מועד , נאכדעם וואס די שטאט ווייזט אז זיי דארפן נישט אירע בירגער , די עפפעקט איז להבדיל ביי גוים אויך