נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

סאיז מיר פינקט אויגעקומען צו רעדן צו א ליסטינג קאמפעני ער זאגט אז ער שיקט ארויס אין ווילאמסבורג צי 16000 יודישע אדרעסן
אין קרית יואל צו 6000
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

איז עס אסאך מער ווי אין סיי וועלכע פאון בוק געטראפן ביז היינט. און אגב, איז עס נאכאלץ נישט די זעלבע ווייל קרית יואלס 18 טיימס צוויי מיט צוויי דריטל איז אויך נאר 48
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אוהב ספרים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אומגעקומענע
בארא פארק 137( פון בערך 25 טויזנט משפחות )
וויליאמסבורג 71( פון בערך 18,000 משפחות )
מאנסי סקווער 41( פון בערך 11,000 משפחות )
קראון הייטס 42(זייער הויך )פון בערך 2000 משפחות? )
קרית יואל 19( פון בערך 6,000 משפחות )
לעיקוואוד 28( נידריג ב''ה)פון בערך 12,000 משפחות )
מאנטריאל טאהש 6( נידריג ב''ה)פון בערך 2,000 ? משפחות


וויפיל היימישע אידן זענען אוועק אין די תקופה פון די מגיפה?


ריכטיגער צו שרייבען די מספר נפשות.

*בארא פארק* 137 נפטרים - בערך 25,000 משפחות – לערך 150,000 נפשות.
*וויליאמסבורג* 71 נפטרים - בערך 18,000 משפחות – לערך 108,000 נפשות.
*מאנסי-סקווירא* 41 נפטרים - בערך 11,000 משפחות – לערך 66,000 נפשות.
*קראון הייטס* 42 נפטרים - בערך 2000 משפחות – לערך 10,000 נפשות.
*קרית יואל* 19 נפטרים - בערך 6,000 משפחות – לערך 35,000 נפשות.
*לעיקוואוד* 28 נפטרים - בערך 12,000 משפחות - לערך 72,000 נפשות.
*מאנטריאל-טאהש* 6 נפטרים - בערך 2,000 ? משפחות – לערך 12,000 נפשות.


אויף וואס זענען געבויט די נומערן?
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

לייטער האט געשריבן:אומגעקומענע
בארא פארק 137( פון בערך 25 טויזנט משפחות )
וויליאמסבורג 71( פון בערך 18,000 משפחות )
מאנסי סקווער 41( פון בערך 11,000 משפחות )
קראון הייטס 42(זייער הויך )פון בערך 2000 משפחות? )
קרית יואל 19( פון בערך 6,000 משפחות )
לעיקוואוד 28( נידריג ב''ה)פון בערך 12,000 משפחות )
מאנטריאל טאהש 6( נידריג ב''ה)פון בערך 2,000 ? משפחות


וויפיל היימישע אידן זענען אוועק אין די תקופה פון די מגיפה?

איך וויל דיר פארעכטען אפער ציפערן
מאנסי און די אומגעגענט האלט היינט ביי ארום 19000 משפחות
לעיקוואד ביי ארום 20000
און ק״ה האט זיך גאר שטארק צו וואקסען און ס׳האלט ביי ארום 7000 משפחות
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

חקרן האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אומגעקומענע
בארא פארק 137( פון בערך 25 טויזנט משפחות )
וויליאמסבורג 71( פון בערך 18,000 משפחות )
מאנסי סקווער 41( פון בערך 11,000 משפחות )
קראון הייטס 42(זייער הויך )פון בערך 2000 משפחות? )
קרית יואל 19( פון בערך 6,000 משפחות )
לעיקוואוד 28( נידריג ב''ה)פון בערך 12,000 משפחות )
מאנטריאל טאהש 6( נידריג ב''ה)פון בערך 2,000 ? משפחות


וויפיל היימישע אידן זענען אוועק אין די תקופה פון די מגיפה?

איך וויל דיר פארעכטען אפער ציפערן
מאנסי און די אומגעגענט האלט היינט ביי ארום 19000 משפחות
לעיקוואד ביי ארום 20000
און ק״ה האט זיך גאר שטארק צו וואקסען און ס׳האלט ביי ארום 7000 משפחות


דיינע נאמבערס שטימען בערך מיט זאלענקא'ס נאמבערס
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

משפחות:
קרית יואל האט שוין פאר איינס מיט א האלב יאר צוריק געבראכן די 6000 ציפער און האלט שוין היינט ביי נענטער צו 7000
וומ"ס איז אביסל שווער צו וויסן גענוי, אבער ווארשיינליך ערגעץ ביי די 12-13 טויזנט ציפער, דארט איז אביסל שווער צו האלטן חשבון, ווייל זיי באקומען יערליך צו די זעלבע צאל ווי זיי פארלירן.
מאנסי-סקווירא ווענדט זיך וועם מ'רעכנט. סיי וויאזוי איז דאס זיכער פיל מער ווי וומ"ס.
לעיקוואד האט מיר א לעיקוואדער תושב וואס האט עקסעס צו די חשבונות די פאגאנגענע וואך געמאלדן אז סאיז איבער 15 טויזנט.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

אנטשוליגט מיר חקרן, אבער איר זענט טאטעלי אףף מיט די נומערן..
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

קרייסלער האט געשריבן:למעשה האט ער געראטעוועט צענדליגע אידן פון נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל אין די פריע שטאפלען ווען די הצלה האט נאך יעדן אריינגעפירט

בידעי ומכירי קאמינא


יאפ איך קען בלויז מעיד זיין אויף דעם, איך ווייס פון אזא פאל נאך גאנץ אנהויב ווען הצלה האט געוואלט אריינפירן אין דר. זעלענקא האט זיך ג'עקשן'ט. און סאיז זיכער אז ער האט אזוי געראטעוועט לעבענס. מיט דעם אלעם האלט איך אז זיינע נומערן זענען אויסגעזויגן פון פינגער.

נ.ב. וואס איז טאקע פשט האט זעלענקא פריער געוואוסט וואס עס טוט זיך אפ אין די שפיטעילער?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

ר' יום טוב האט געשריבן:משפחות:
קרית יואל האט שוין פאר איינס מיט א האלב יאר צוריק געבראכן די 6000 ציפער און האלט שוין היינט ביי נענטער צו 7000
וומ"ס איז אביסל שווער צו וויסן גענוי, אבער ווארשיינליך ערגעץ ביי די 12-13 טויזנט ציפער, דארט איז אביסל שווער צו האלטן חשבון, ווייל זיי באקומען יערליך צו די זעלבע צאל ווי זיי פארלירן.


אינטערסאנט עס איז נישטא קיין דירה צו באקומען אין וויליאמסבורג און עס האבן דא געוואינט 10 טויזנט משפחות נאך אין די נון יארן וואלט ווען געדארפט זיין אן איבערפלוס. מיר האט געזאגט איינער וואס ארבעט אויפן אנשי שלומינו ליסטע אז אין וויליאמסבורג האלט עס ביי איבער 19000 משפחות כהיום. האב מיר דא דעות איז עס אזי דא פון 12-13,000 ביז 20,000. א פלא אזא פשוטע פונדעמענטאלע זאך זאל נישט האבן א קראנטע באגלייבטן מקור ציפער.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פתחיה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:משפחות:
קרית יואל האט שוין פאר איינס מיט א האלב יאר צוריק געבראכן די 6000 ציפער און האלט שוין היינט ביי נענטער צו 7000
וומ"ס איז אביסל שווער צו וויסן גענוי, אבער ווארשיינליך ערגעץ ביי די 12-13 טויזנט ציפער, דארט איז אביסל שווער צו האלטן חשבון, ווייל זיי באקומען יערליך צו די זעלבע צאל ווי זיי פארלירן.


אינטערסאנט עס איז נישטא קיין דירה צו באקומען אין וויליאמסבורג און עס האבן דא געוואינט 10 טויזנט משפחות נאך אין די נון יארן וואלט ווען געדארפט זיין אן איבערפלוס. מיר האט געזאגט איינער וואס ארבעט אויפן אנשי שלומינו ליסטע אז אין וויליאמסבורג האלט עס ביי איבער 19000 משפחות כהיום. האב מיר דא דעות איז עס אזי דא פון 12-13,000 ביז 20,000. א פלא אזא פשוטע פונדעמענטאלע זאך זאל נישט האבן א קראנטע באגלייבטן מקור ציפער.


א מעילינג האוז וואס טוט ערליך זייער ארבעט און נעמט אראפ דאבעלס מיט ראנגס האט א 99.99 פראצענט פונקטליכע ליסטע, [זיי טשארדזשן און פארדינען לויט מער נעמען - זוכן זיי אלץ צוצולייגן, דאס איז דאך זייער פרנסה, די ערליכקייט באשטייט אין אראפנעמען און פארמיידן דאבלס] איך קען מעיד זיין אויף טירנויער, זיי זענען זייער אקוראט איך גלייב אנדערע אויך אבער איך קען נאר זאגן וואס כ'ווייס, אויב איינער וויל וויסן פונקטליכע נומערן פארבינדט אייך מיט טירנויער'ן כ'האלט נישט ביים משוגע מאכן סתם אזוי אבער די אידן זענען דא, עקזיסטירן און מ'קען זיי פרעגן יעצט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז נישט אזוי שווער צו נעמען א טעלעפאן בוך און קוקן. הרבה עשו כן ועלתה בידם. עס האט א פשוט'ע טעכניק - צייל אפ וויפיל ליסטינגס עס איז דא אויף א פעיזש און דערנאך קוק וויפיל פעיזשעס עס איז דא. מאלטיפליי. רעכן אראפ אביסל (אפשר איין גאנצע פעיזש) צוליב די פעיזשעס וואס האבן א גרויסן אות אינמיטן ווען עס הייבט זיך אן א נייער אות. און שוין.

נישט נוצן ביזנעס דירעקטארי ווייל עס האט אנדערע ליסטינגס אויך, נישט נאר רעזידענשאל. אבער אנ"ש ( די יארן וואס עס איז צוטיילט לויט די געגנטער) און אזוי אויך קרית יואל טעלעפאן בוך און אסאך אנדערע זענען יא גאר פונקטליך. פון אנ"ש קענסטו באקומען אמווייניגסטנס א בערך'דיגן ציפער פאר וויליאמסבורג, לאמיר זאגן מען לייגט צו נאך 15 אדער 20 פראצענט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Programming האט געשריבן:אנ"ש ( די יארן וואס עס איז צוטיילט לויט די געגנטער) און אזוי אויך קרית יואל טעלעפאן בוך און אסאך אנדערע זענען יא גאר פונקטליך. פון אנ"ש קענסטו באקומען אמווייניגסטנס א בערך'דיגן ציפער פאר וויליאמסבורג, לאמיר זאגן מען לייגט צו נאך 15 אדער 20 פראצענט

אנ"ש איז זייער זייער אומפונקטליך, האט נומער'ס און אינפארמאציע וואס זענען געווען פונקטליך 15 יאר צוריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אומגעקומענע
בארא פארק 137( פון בערך 25 טויזנט משפחות )
וויליאמסבורג 71( פון בערך 18,000 משפחות )
מאנסי סקווער 41( פון בערך 11,000 משפחות )
קראון הייטס 42(זייער הויך )פון בערך 2000 משפחות? )
קרית יואל 19( פון בערך 6,000 משפחות )
לעיקוואוד 28( נידריג ב''ה)פון בערך 12,000 משפחות )
מאנטריאל טאהש 6( נידריג ב''ה)פון בערך 2,000 ? משפחות


וויפיל היימישע אידן זענען אוועק אין די תקופה פון די מגיפה?


ריכטיגער צו שרייבען די מספר נפשות.

*בארא פארק* 137 נפטרים - בערך 25,000 משפחות – לערך 150,000 נפשות.
*וויליאמסבורג* 71 נפטרים - בערך 18,000 משפחות – לערך 108,000 נפשות.
*מאנסי-סקווירא* 41 נפטרים - בערך 11,000 משפחות – לערך 66,000 נפשות.
*קראון הייטס* 42 נפטרים - בערך 2000 משפחות – לערך 10,000 נפשות.
*קרית יואל* 19 נפטרים - בערך 6,000 משפחות – לערך 35,000 נפשות.
*לעיקוואוד* 28 נפטרים - בערך 12,000 משפחות - לערך 72,000 נפשות.
*מאנטריאל-טאהש* 6 נפטרים - בערך 2,000 ? משפחות – לערך 12,000 נפשות.


אויף וואס זענען געבויט די נומערן?


איך האב ס"ה גענומען די משפחות וואס מען האט דא געשריבען און געמאכט א עוורידזש פון 4 קינדער פער פאמיליע אין רוב געגענטער אנדערע 3, פחות או יותר איז דאס די חשבון. פארשטייט זיך אויב די משפחות נומבער איז ניקסט אקוראט זענען מיינע עווערידזש'ס אויכעט נישט אקוראט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב שוין געהאט אמאל דא אזא וויכח, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ליסטינג האט אויך אנהאלטן ביזנעסער.
רעדנדיג פון אנ"ש טעלעפאן בוך זיי פלעגן זיין זייער נישט פונקטליך מיט די קר"י ליסטינג, מיין אלטע אדרעס איז געלאפן דארט יארן לאנג. און איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן נישט צוגעלייגט נייע תושבים.
ואגב, אין קרית יואל לערנען אין די מוסדות אלע צוזאמען כמעט אזויפיל קינדער ווי אין ביידע סאטמאר וומ"ס.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:נאכנישט אפיציעל

אויב דעס -100 אידן- מיינט אומאפאציעל וואס מיינט אפאציעל?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כווייסניש פונקט, כ'האב גערעדט צו ר' שלמה פאריגע דאנערשטאג', האט ער מיר געזאגט "ציעשאנוב וועט דעם שבת דאווענען אי"ה אין דעם נייעם לאקאל" און גראד צוגעלייגט "ס'נאכנישט די אפיציעלע פתיחת ביה"ד, אבער מ'וועט שוין דאווענען דארט די וואך"
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום מאנטאג מאי 18, 2020 10:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

farshlufen האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אנ"ש ( די יארן וואס עס איז צוטיילט לויט די געגנטער) און אזוי אויך קרית יואל טעלעפאן בוך און אסאך אנדערע זענען יא גאר פונקטליך. פון אנ"ש קענסטו באקומען אמווייניגסטנס א בערך'דיגן ציפער פאר וויליאמסבורג, לאמיר זאגן מען לייגט צו נאך 15 אדער 20 פראצענט

אנ"ש איז זייער זייער אומפונקטליך, האט נומער'ס און אינפארמאציע וואס זענען געווען פונקטליך 15 יאר צוריק.


קעגן די ביזנעס דירעקטארי איז עס גאלד. און איך רעד בעיקר פון נישט ציילן איין משפחה צוויי מאל, נישט אריין רעכענעןקיין ביזנעסער אין די ליסטע, נישט ווי קארענט די אינפארמאציע איז. יעדע פרישע קאפל קומט עווענטועל אן דארט, די יאר פון די חתונה צי א יאר דערויף, און מענטשן וואס לעבן שוין נישט קומען אויך אראפ פון די ליסטע בערך אין די טיים פרעים.

לגבי מופן מאכט עס שוין טאקע א שטיקל פראבלעם
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
dont care האט געשריבן:עס איז דא א בילדינג מידיעקאם לעבן קרית יואל, ווייסט איינער מער אינפארמאציע וועגען דאס ארט?

קומט אריין קלאר וואסערע סארט אינפארמאציע איר זוכט דערויף?

איך האב פראבירט צי ארויף פארען דארט זעהן אביסעל נפלאות הבורא אין א גארד האט מיך אראפ געשיקט מיט א יאטוירן סי געווען זייער סאסשפישית
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צרית רבים חצי נחמה, מיך האט מען אויכעט פארטריבן :wink:
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

dont care האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
dont care האט געשריבן:עס איז דא א בילדינג מידיעקאם לעבן קרית יואל, ווייסט איינער מער אינפארמאציע וועגען דאס ארט?

קומט אריין קלאר וואסערע סארט אינפארמאציע איר זוכט דערויף?

איך האב פראבירט צי ארויף פארען דארט זעהן אביסעל נפלאות הבורא אין א גארד האט מיך אראפ געשיקט מיט א יאטוירן סי געווען זייער סאסשפישית

עס האט א שטיקל תירץ, וויבאלט דער בנין איז א 'קעמפוס' וואס דאס איז א שטיקל פרייוואטע זאך (און נישט ווי א בנין אין מיטן שטאט)
און קיינער וויל נישט אז זייער פרייוואט פראפעטי זאל זיין א נחלת הכלל.
החדש הזה לכם ראש חדשים
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

אחת ואחת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:למעשה האט ער געראטעוועט צענדליגע אידן פון נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל אין די פריע שטאפלען ווען די הצלה האט נאך יעדן אריינגעפירט

בידעי ומכירי קאמינא


יאפ איך קען בלויז מעיד זיין אויף דעם, איך ווייס פון אזא פאל נאך גאנץ אנהויב ווען הצלה האט געוואלט אריינפירן אין דר. זעלענקא האט זיך ג'עקשן'ט. און סאיז זיכער אז ער האט אזוי געראטעוועט לעבענס. מיט דעם אלעם האלט איך אז זיינע נומערן זענען אויסגעזויגן פון פינגער.

נ.ב. וואס איז טאקע פשט האט זעלענקא פריער געוואוסט וואס עס טוט זיך אפ אין די שפיטעילער?

בפשטות האט ער געוויסט אזויפיל אז די שפיטעלער ווייסן גארנישט און סיז פשוט נישט סענסיבעל אריינצושיקן אין אזא צומישעניש
שבעה מי יודע!?
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

IMBZ האט געשריבן:סאיז מיר פינקט אויגעקומען צו רעדן צו א ליסטינג קאמפעני ער זאגט אז ער שיקט ארויס אין ווילאמסבורג צי 16000 יודישע אדרעסן
אין קרית יואל צו 6000

עס איז דא אין וויליאמסבורג איבער 19 טויזענט משפחות קיין עין הרע , כן ירבו, דער עולם פארגעסט אז עס קומט צו בערך 600 פרישע פארפעלקער א יאר , אין 4 יאר איז עס בערך 2500 פרישע משפחות ,
עס איז אשאד די טענה'ריי ,טעלעפאון בוק אדער ליסטינגס מיינט נישט גארנישט
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:דזשאסט צו סעטן די רעקארד אביסל.

איר ווייס נישט פון וואו די ציבור דא נעמט דא זייערע נאמבערס איבער וויפיל היימישע משפחות עס וואוינען אין די ניו יארקע געגנטער.
אלץ איינער וואס גלייכט אביסל נאמבערס בפרט היימישע נאמבערס האב איך שוין בעבר אפגעציילט טעלעפאון בוקס און געזען היפש אנדערע נאמבערס ווי דא געשריבן.

אין קרית יואל איז עס ממש לעצטענס איבערגעשטיגן 6000 משפחות.
אין וויליאמסבורג איזעס געווען ביי אביסל מער פון 12 א האלב טויזענט
און אין בארא פארק 19 מיט עפעס טויזענט


איך ווייס נישט וועלכע רעקארדס (אזשענדעס) די זיכסט צו סעטען אבער איר לעבט בהקיץ , עס קומען צו יערליך אפאר הונדערט פרישע דירות אין וויליאמסבורג און יעדע דירה איז פול + בערך 600 פרישע פארלעך, עס מופן אוועק טאקע בערך 200 א יאר שוין אסאך געזאגט , איינער וואס קען נומבערס טענה'ט מיר אז סאיז דא בערך 20 טויזענט משפחות כעת אין וויליאמסבורג, עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען , איך האב מיר אויף איינגערעדט אז יארע תש"פ וועט זיין אין וויליאמסבורג אינטער 10 טויזענט משפחות , אבער אז מען מיינט נער'ט מען זיך :lol: , ווען וועלט איז וועלט וואלט אזוי געווען אבער די באשעפער וויל אנדערש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פרנס היום האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:דזשאסט צו סעטן די רעקארד אביסל.

איר ווייס נישט פון וואו די ציבור דא נעמט דא זייערע נאמבערס איבער וויפיל היימישע משפחות עס וואוינען אין די ניו יארקע געגנטער.
אלץ איינער וואס גלייכט אביסל נאמבערס בפרט היימישע נאמבערס האב איך שוין בעבר אפגעציילט טעלעפאון בוקס און געזען היפש אנדערע נאמבערס ווי דא געשריבן.

אין קרית יואל איז עס ממש לעצטענס איבערגעשטיגן 6000 משפחות.
אין וויליאמסבורג איזעס געווען ביי אביסל מער פון 12 א האלב טויזענט
און אין בארא פארק 19 מיט עפעס טויזענט


איך ווייס נישט וועלכע רעקארדס (אזשענדעס) די זיכסט צו סעטען אבער איר לעבט בהקיץ , עס קומען צו יערליך אפאר הונדערט פרישע דירות אין וויליאמסבורג און יעדע דירה איז פול + בערך 600 פרישע פארלעך, עס מופן אוועק טאקע בערך 200 א יאר שוין אסאך געזאגט , איינער וואס קען נומבערס טענה'ט מיר אז סאיז דא בערך 20 טויזענט משפחות כעת אין וויליאמסבורג, עס איז אויפן וועג פרישע 2000 דירות אין וויליאמסבורג וואס מען בויעט שוין/ געבויעט אדער מען הייבט אן בויען , איך האב מיר אויף איינגערעדט אז יארע תש"פ וועט זיין אין וויליאמסבורג אינטער 10 טויזענט משפחות , אבער אז מען מיינט נער'ט מען זיך :lol: , ווען וועלט איז וועלט וואלט אזוי געווען אבער די באשעפער וויל אנדערש

רבונא דעלמא כולא!
וואס האט דיך געמאכט אזוי מיינען??
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טא אויב אזוי פארוואס האבן די גרעסערע מוסדות אין שטאט כמעט נישט צוגעזען קיין וואוקס די לעצטע 10 יאר?

און מאך אליין דעם חשבון, רעכן אראפ פון די 30 טויזנט אנ"ש ביכל נעמען די נישט וויליאמסבורג (א איבערוויגנדע מאיאריטעט), רעכן צו א פראצענט וואס זענען נישט אנ"ש, וויפיל וועט דאס שוין אויסקומען?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”