ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

אחראי: יאנאש

פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

מיינע צוויי צענט,... דיבלאזיא׳ס טוויט, מילא ער איז דאך אן אלטן פערד, אבער דעס אז עטליכע יונגעלייט זאלן זיין אזאנע שטורן אין שטיין דארט אן מאסקעס??? ממש סגייט מיייר נישט אריין אין קאפ!!! די פערד איינער! די ווייסט דאך אז סגייט זיין בילדער, טו אן א מאסק אין שטיי דארט ווי לאנג די ווילסט!...בקיצור סנישט קיין ספוק אז די פאר בהמהס זענען דא אסאך שילדוג... די אויסגאנג וואלט געווען אינגאצן אנדערש ווען סוואלט נישט געווען קיין בילדער פון אידן אן מאסקעס
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך דאנק דעם אויבערשטן אז דעבלאזיאו האט זיך געעפנט דאס מויל, און אוועקגענומען די אטענשאן פונעם אומ'אחריות'דיגן לויה. מ'דארף קוקן אויף די גוטע זייט...

ארום 15,000 טוויטס זענען שוין געשריבן געווארן איבער דעם נושא, רובא דרובא רייסן אראפ דעבלאזיאו. 'דזשואיש קאמיוניטי' איז יעצט א טרענד אויף טוויטער, כמעט יעדער איז קעגן דעבלאזיאו.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

משהלע האט געשריבן:ס'עסט מיך אז אונז זענען אין די נייעס. די בעקלעש צו די קלאון מעיאר מאכט עס ערגער אין די הינזיכט.
ביטע טראמפ, זאגט עפעס צודרייט ווי טרינקן לייסאל אז די מידיע זאל האבן עפעס אנדערש צו רעדן וועגן.

ס'איז קיינמאל נישט גוט צו זיין אין די נייעס, אבער געלויבט דעם באשעפער אז מיר אידן זענען דאסמאל אויף די גוטע זייט, ווען רוב זענען קעגן דעם מעיאר'ס טוויט. קיינער ווייסט שוין נישט פון קיין לויה צו זאגן, נאר אז דער כלב האט געסטראשעט אידן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

Amazing האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:מיינע צוויי צענט,... דיבלאזיא׳ס טוויט, מילא ער איז דאך אן אלטן פערד, אבער דעס אז עטליכע יונגעלייט זאלן זיין אזאנע שטורן אין שטיין דארט אן מאסקעס??? ממש סגייט מיייר נישט אריין אין קאפ!!! די פערד איינער! די ווייסט דאך אז סגייט זיין בילדער, טו אן א מאסק אין שטיי דארט ווי לאנג די ווילסט!...בקיצור סנישט קיין ספוק אז די פאר בהמהס זענען דא אסאך שילדוג... די אויסגאנג וואלט געווען אינגאצן אנדערש ווען סוואלט נישט געווען קיין בילדער פון אידן אן מאסקעס

איך אנטשולדיג זיך אז איך לייג די בילד ווער עס קען כשר'ן מצווה גדולה יחשב, עת לעשות לה'
ווער איז די שטור?? וויפיל פיס שטייט ער אפגערוקט?????
אפשר טרעפסטו מיר זיין מאסק???

איי עם סארי,אבער ליין איבער מיין תגובה...אז ער איז א שטור ווייס איך שוין זייט ער איז אינזער געעהרטער מאיאר, אבער דאס אז מיין שכן איז אויך; בין איך ערשט היינט געוואר געווארן
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אסדר, דאס איז זעהר זעהר א שוואכע טרייסט!
ווען מיר זענען אויף די ראדאר, ברענגט דאס נישט קיין גוט'ס, אין שארט טירם אביסל, אין לאנג טירם אסאך.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פעניאק האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:מיינע צוויי צענט,... דיבלאזיא׳ס טוויט, מילא ער איז דאך אן אלטן פערד, אבער דעס אז עטליכע יונגעלייט זאלן זיין אזאנע שטורן אין שטיין דארט אן מאסקעס??? ממש סגייט מיייר נישט אריין אין קאפ!!! די פערד איינער! די ווייסט דאך אז סגייט זיין בילדער, טו אן א מאסק אין שטיי דארט ווי לאנג די ווילסט!...בקיצור סנישט קיין ספוק אז די פאר בהמהס זענען דא אסאך שילדוג... די אויסגאנג וואלט געווען אינגאצן אנדערש ווען סוואלט נישט געווען קיין בילדער פון אידן אן מאסקעס

איך אנטשולדיג זיך אז איך לייג די בילד ווער עס קען כשר'ן מצווה גדולה יחשב, עת לעשות לה'
ווער איז די שטור?? וויפיל פיס שטייט ער אפגערוקט?????
אפשר טרעפסטו מיר זיין מאסק???

איי עם סארי,אבער ליין איבער מיין תגובה...אז ער איז א שטור ווייס איך שוין זייט ער איז אינזער געעהרטער מאיאר, אבער דאס אז מיין שכן איז אויך; בין איך ערשט היינט געוואר געווארן

98% צו אפילו מער פראצענט באטייליגטע האבן געהאט מאסקעס ווי די בילדער צייגען איבער, וועגען די 2 פראצענט פארשטייט יעדער איינער אז דאס זעהט מען אין די פארקס אויך.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פעיק נוז האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:איך האף אז סוועט נישט האבן קיין שרעקליכע קאנסעקווענצן רחמנות אין האספיטאלס, עפענען בתי מדרשים, חדרים, שנאת ישראל, און גזירות החינוך וואס זיי קענען אינץ אנקוקן ווי אומערצויגן

זיי האבן נישט קיין שום סיבה אונז אזוי אנצוקוקן יעצט מער ווי אלעמאל, אין דער צייט וואס זיי אליין טוען די זעלבע.

אנטיסעמיטיזם האט קיינמאל נישט געהאט מיט קיין "סיבות" צו טון. קוק צוריק אין אלע דורות. די אידן זענען אלץ געווען גערעכט, אבער אן קיין סיבה האט מען ליידער געליטן עד כי יבא שילה.

איך האב ממש נישט פארשטאנען עטליכע פון דיינע תגובות אין די לעצטע צוויי בלעטער, אבער איך גלייב שווער אז מיין הסברה וועט אויסמאכן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

IMG-20200429-WA0070.jpg
IMG-20200429-WA0070.jpg (126.68 KiB) געזען 1353 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פרנס היום האט געשריבן:
IMG-20200429-WA0070.jpg

;l;p-
כ'האב הנאה דערפון!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

Amazing האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:מיינע צוויי צענט,... דיבלאזיא׳ס טוויט, מילא ער איז דאך אן אלטן פערד, אבער דעס אז עטליכע יונגעלייט זאלן זיין אזאנע שטורן אין שטיין דארט אן מאסקעס??? ממש סגייט מיייר נישט אריין אין קאפ!!! די פערד איינער! די ווייסט דאך אז סגייט זיין בילדער, טו אן א מאסק אין שטיי דארט ווי לאנג די ווילסט!...בקיצור סנישט קיין ספוק אז די פאר בהמהס זענען דא אסאך שילדוג... די אויסגאנג וואלט געווען אינגאצן אנדערש ווען סוואלט נישט געווען קיין בילדער פון אידן אן מאסקעס

איך אנטשולדיג זיך אז איך לייג די בילד ווער עס קען כשר'ן מצווה גדולה יחשב, עת לעשות לה'
ווער איז די שטור?? וויפיל פיס שטייט ער אפגערוקט?????
אפשר טרעפסטו מיר זיין מאסק???

איי עם סארי,אבער ליין איבער מיין תגובה...אז ער איז א שטור ווייס איך שוין זייט ער איז אינזער געעהרטער מאיאר, אבער דאס אז מיין שכן איז אויך; בין איך ערשט היינט געוואר געווארן

98% צו אפילו מער פראצענט באטייליגטע האבן געהאט מאסקעס ווי די בילדער צייגען איבער, וועגען די 2 פראצענט פארשטייט יעדער איינער אז דאס זעהט מען אין די פארקס אויך.

איינעם גייט אן וואס מען זעהט אין די פארקס?? אין די זאגסט דאך ממש מיינע ווערטער...׳וויליאמסבורג פארמאגט נאר 2 פראצענט שטורן וואס זענען ליידער אסאך שילדוג אינעם היינטיגן אויסגאנג
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

ווי די עסקנים ערווארטען וועט אי"ה ארויסקומען א גרויסע ישועה פון די גאנצע זאך, וועגן קאומא לכאורה גייט נעמען נקמה יעצט אין דיבלאזיא און שרייען ער איז נישט בעל הבית ,און זיין אויף די אידן'ס זייט און גאר אפשר זיך בייגן וואס מען בעט אים
#time will tell
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אדער ניין אדער נישט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

פאר די אלע אידן דא וואס נעמען די בלעים אויף זיך און ווערן דערשראקן זאלן זיך בארוהיגן , דיבלאזיא איז געווארן מעיאר מאר א דאנק די זעלבע הייפעלע אידן וואס זענען געווען ביים לויה, דיבלאזיא וואלט נישט געקענט געווינען די וואוטס אן די וואוטס פון וויליאמסבורג וואס האט אים אינדארסט, ער איז סתם א פערדעל און סאיז א שאד צו טראכטען וואס די פערד טראכט וועגן ער טראכט נישט
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יידישע קהילות האט געשריבן:בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!

עכט פאליטיש (געמאלט וואסער)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בפשטות אז ס'וואלט געהייסן א פראטעסט/סאלאדיריטעט [האו יו וואנע קאליט...] קעגן די שפיטעלער וואלט עס אריבערגעגאנגען אנע פראבלעמען
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

רבותי, איך האב געמאכט אביסל חשבון, און איך מיין אז איך פארשטיי שוין קלאר וואס דא איז פארגעקומען. ביל דעבלאזיא איז גאר אן אומקאמפעטענטער מעיאר, אבער איין זאך וואס ער איז נישט איז א שונא ישראל. ער האט שוין געכאפט אסאך היעט פאר'ן פראטעקטן אונזער קאמיוניטי (מציצה בפה) און פאר'ן איגנארירן כלומר'שטע אומרעכטן ביי אונזער קאמיוניטי (חינוך ועוד), און כאטש ער פרובירט אוועקצושטיין פון אזעלכע זאכן האט ער דערווייל נאכנישט פארראטן אונזער קאמיוניטי. די באשולדיגונג אז ער דעקט פאר אלע עוולות פון די חסיד'ישע קאמיונטי באגלייט אים ווי א שווארצע וואלקן דורכאויס זיין גאנע מעיארשאפט. (און שריי נישט יעצט וועגן דאס אדער יענץ וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט 100%, סיז ברור כשמש אז גאר ווייניג גוים וואלטן נאך געקוקט אויף אונזער זייט - שוין אפגערעדט פון איגנארירט חינוך 'נעגלידזשענס' למחצה לשליש ולרביע - נאכ'ן כאפן האלב אזויפיל היץ ווי אים פאר שריט וואס ער האט געטון לטובתינו.)

וואס פאסירט אבער די לעצטע שטיק צייט איז אנפרעצעדענטעט. ביי די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן, וואו ער שטייט אויס מער ווי גענוג (ערליך פארדינטע) געבראטענע מכות פון רעפארטער איבער זיין גאנצע ווירטשאפט, איז דא א פרישע כאפטע קריטיקירער; אידן מיט בארד און פיאות צימבלען אים היתכן ער נעמט זיך נישט צו די ביינער פון זייער אייגענע קאמיוניטי! און דאסישוין די פרומע אידן, וואס וועלן די פרייע זאגן? און די גוים? און די אנטיסעמיטישע גוים?

און ווען דאס פאסירט איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, האט דעבלאזיא מחליט געווען פערזענליך אראפצוגיין צו אזא מעמד און אנפירן מיט'ן מעמד הצוטרייבונג, און דערנאך וועט ער זיכער מאכן אז דאס איז דאקומענטירט און טוויטערירט, און אזוי וועט ער האבן א קלארע ענטפער פאר די מוסרים: "איך טו וואס איך קען, איך בין אפילו אראפגעפארן פערזענליך קיין וויליאמסבורג צו פארטרייבן אזא פארזאמלונג."

דא איז ער אבער באגאנגען (נוסח דעבלאזיא) צוויי ערנסטע טעותים. 1) ער האט עס פונקט געטון ביי גאר א האקעלע מעמד, אן איווענט וואס איז נאנט צום הארצן פון צענדליגער טויזנטער חסידי'שע אידן. 2) ער איז געווען אזוי עקסיידעט אז פיינעלי האט ער פרוף אז ער דעקט נישט פאר חסיד'ישע אידן און איז געווען אזוי eager צו טוויטן דערוועגן און 'ווייזן' אז ער איז פונקט אזוי שארף קעגן אונז ווי קעגן יעדעם, אז ער האט נישט איבערגעטראכט וואס ער שרייבט, און ער האט זיך פאררעדט.


אלס רעזולטאט פון די טעותים האט ער פערזענליך זיכער געמאכט אז אזא היי פראופייל איווענט (וואס איז געווען געפלאנט מיט די פאליציי און זיי האבן אפילו צוגעגרייט די בעריקעידס דערפאר!) ווערט צושטערט, און דערנאך האט ער נאך ארויסגעסינגלט די דזשואיש קאמיוניטי אין זיין טוויט (כאטש די טוויט וועגן וויליאמסבורג איז געווען מער ווי גענוג), ויצא מה שיצא.


אלזא, עס איז ביי מיר ברור אז די גאנצע סומאטוכע איז א דירעקטער רעזולטאט פון די פרעשור קאמפיין וואס די היימישע קאפאוס פירן קעגן דעבלאזיא ער זאל אונטערדרוקן זייערע אייגענע ברידער, און דער שלימזל דעבלאזיא האט, אין זיין דרוק צו ווייזן אז ער פארקוקט נישט, באוויזן זיך אנצוברענגען אזא חאזעריי.

איך האף נאר אז אויף יענע וועלט וועט מען געבן די געלעגנהייט פאר די אלע וועלכע האבן געליטן - דירעקט צו אומדירעקט - פון די מסירות, צו זעהן ווי די מוסרים באקומען זייער ערליך פארדינטן עונש.


אויך האף איך אז דער עולם וועט האבן שכל און זיך נישט רייצן מיט'ן מעיאר. אמת, ער האט געדארפט באקומען היעט פאר די טוויטס, אבער מ'קען יוצא זיין חובת מחאה מיט פלעין פאוסטן בילדער פון גוי'אישע פארזאמלונגען און אנווייזן אז אידן זענען קיין האר נישט מער נאכלעסיג ווי אנדערע. עס מוז נישט זיין קיין פערזענליכע טשעפע איבער זיין מצב אין די פאולס, זיינע רייבערייען מיט די פאליציי, אדער זיין אומקאפעטענץ. (און אפשר קען מען שוין ביי נאו אינגאנצן לאזן די פרשה איינשלאפן און פארגעסן ווערן - די מעסעדזש אז ער האט שלעכט געטראטן האט ער שוין פיין באקומען.) השי"ת זאל העלפן מיר זאלן אים נישט בידים פארוואנדלען אין אן אמת'ער אנטיסעמיט, ווייל אויב יא זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואסערע צרות צרורות ער קען אונז נאך אפטון (הינט: עד דעי).


לאמיר זיין קלוג, נישט גערעכט.

(און אמת'דיג גערעדט קען מען דא האבן ביידע. ער האט שוין באקומען זיין פארדינטע פארציע במשך די לעצטע זעקס-זיבן שעה [=גערעכטיגקייט], לאמיר עס לאזן ביי דעם און נאכלאזן די היץ אביסל, און אים לאזן אראפקריכן פון בוים און פארגעס פון די גאנצע זאך. [=קלוג])
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Think and Thank האט געשריבן:
און ווען דאס פאסירט איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, האט דעבלאזיא מחליט געווען פערזענליך אראפצוגיין צו אזא מעמד און אנפירן מיט'ן מעמד הצוטרייבונג, און דערנאך וועט ער זיכער מאכן אז דאס איז דאקומענטירט און טוויטערירט, און אזוי וועט ער האבן א קלארע ענטפער פאר די מוסרים: "איך טו וואס איך קען, איך בין אפילו אראפגעפארן פערזענליך קיין וויליאמסבורג צו פארטרייבן אזא פארזאמלונג."


פיין געזאגט. דער איז אליין דארט געווען? קיינער דא האט נאכנישט ארויסגעשריבען די מעשה געהעריג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אין די טוויט שרייבט ער אז ער איז פערזענליך אראפגעפארן אהין.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

ער זאל זיך גיין לערנען ענגליש, מען שרייבט TONIGHT
אטעטשמענטס
IMG-20200428-WA0054.jpg
IMG-20200428-WA0054.jpg (161.24 KiB) געזען 1153 מאל
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עס איז א טוויטער וועג פון שרייבן, נישט א טעות.

ער איז ממילא א אנטיסעמיט אפילו ער קען גוט ספעלן.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

אין רעזולטאט פון די דירעקטע מסירות צום מעיאר, איז ער אראפ געקומען מאנטיג נאכט קיין וויליאמסבורג און אדורך געפארן די עוועניוס און באמערקט אז אסאך טוען נישט אן קיין מאסקעס, און מען שטייט און מען שמועסט אויף די גאס, און אז דער עולם איז אינדערויסן.
האט ער פארלאנגט אז די פאליציי זאל רופן די קאמיוניטי לידערס צו א מיטינג וועלכע איז געווארן באשטימט אויף (היינט) מיטוואך 2 נ"מ צו אדרעסירן און זען וואס מען קען טון.
ביי די לויה האט מען אלעס אפגעשמועס מיט די פאליציי, וועלכע איז טאקע געקומען א שעה בעפאר און געבערענגט בעריקעידס און סטראטעגיש פלאצירט פאליציי אויף אלע ווינקלען ארום. און אפגעשפארט בעדפארד עוו.
למעשה האבן די מוסרים (אדער מצילים לויט מאנכע דא) תיכף אנגעהויבן זייער ארבעט, און דער מעיאר מיטן פאליס קאמישענער האבן געשטורעמט צום לוי' וכו'. זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל שוין ברענגן פאר זיי די קאמיוניטי לידערס. העסקן ר' פיני רינגעל האט געענפערט אז די קאמיוניטי לידער סזענען יעצט נישט דא.
פארשטייט זיך אז די היינטיגע מיטינג איז געקענסעלט געווארן נעכטן נאכט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

און די מוסרים זענען נאך גערעכט?

א בושה אז איינער זאל זיך אננעמען פאר זיי דא!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יעדער שרייט דא אויף זיך אליין, אבער פון די פאר פאקטן וויל קיינער נישט רעדן.

טאנץ 2 האט געשריבן:
דעבלאזיא מאלט סתם וואסער

איך האב מיטגעהאלטן מתחילה ועד סוף

היות מען האט גענדיגט פריער ווי ערווארטעט איז געווארן א שטופעניש ביים ארויסגיין ווייל פאליציי און שומרים זענען נישט געווען גרייט אז מען גייט ארויס.

די שטופעניש האט אנגעהאלטן פאר צוויי דריי מינוט...


Amazing האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:98% צו אפילו מער פראצענט באטייליגטע האבן געהאט מאסקעס ווי די בילדער צייגען איבער, וועגען די 2 פראצענט פארשטייט יעדער איינער אז דאס זעהט מען אין די פארקס אויך.
לעצט פארראכטן דורך טראק דרייווער אום מיטוואך אפריל 29, 2020 6:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יידישע קהילות האט געשריבן:בריוו איז צום זאך. יישר כחכם!


אויב איז דאס אמת אז די לוי' איז געווארן קאארדאנירט מיט די פאליציי, דאן פארוואס ברענגט ער נישט ארויס אזא וויכטיגע נקודה אין זיין בריוו????
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”