עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אזוי ווי איך האב נעכטן געשריבן א תגובה אין דעם אשכול באזירט אויף איין זאך "פאקטן", נאך וואס איך האלט שוין מיט די מערכות אין מאנסי א שיינע פאר יאר, און איך זעה אויך אלעס וואסגייט פאר אין די ארומיגע געגענטער, און איך ליין אויך זייער אסאך וואס די גוי'אישע אנטיסעמיטן שרייבן, או איך זעה מיט וואס זיי העצן די נאיווע מאסן מיט הולי שקרים און בלאף, און דאס זעלבע זעה אויך ווי די בעלי נגיעות די היימישע אנטי עסקנים אקטוויסטן פארקויפן פארן עולם לאקשן, און טייל פון די נאיווע מאסן קויפן עס... ווי אסאך תגובות דא אויף אייוועלט זענען עדות, ממילא לייג איך דא איבער דער תגובה לכל מבקש האמת והפאקטן.

עכט היימיש האט געשריבן:דער שרייבער'ל אינטערן ניק @ארגינעלער איד איז נישט אינטערעסירט צו וויסן גארנישט, נאר צו אראפרייסן די מאנסי עסקנים, ווייל צוליב סיי וועלכע סיבה האט ער א אגענדע דערפאר און אים צו ענטפערן איז ממש א ברכה לבטלה, אבער פאר אחב"י וועלכע ווילן וויסן דעם אמת, עמער דא אויסקלארן עטליכע פונקטן.

פארוואס האט דער גוי פיינט א איד אין מאנסי און איבעראל וואו אידן וואיונען?

ווייל עס איז הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב, און ווען זיי זעהן אז אידן שפרייטן זיך אויס און וואקסן אויף א גאר גרויסער פארנעם, בפרט אינטער זייער נאז ברענגט עס אויף מער שנאה ביי די אלט געזעסענע אמאליגע'אנטיסעמיטן', און עס מאכט זיי שפרינגען.

פארוואס אבער האבן רוב גוים, אפילו די נישט שטארקע אנטיסעמיטן אין די געגענט פיינט אידן?

וויל אפאר הויפט אנטיסעמיטן און פן ירבה'ניקעס עפענען וועבסייטס און סאציאלע מידיע אקואנט'ס און העצן בייטאג און ביינאכט אקעגן חרדישע אידן מיט הוילע בלאף, שקר על גבי שקר, אן קיין שום זוק של אמת ווי למשל אז רוב אידן צאלן נישט קיין פראפעטי טעקס מיטן אויסרייד פון רעליגע, וועגן אונז צאלן זיי טייערער סקול טעקס, יעדער לעבט אויף די גאווערמענט, ווי חסידים קומען גייט ארויף די פרייז ועוד ועוד, זאכן וואס איז שקר מיסודו, אבער אז מען זאגט עס איינמאל און נאכאמאל און קיינער נעמט נישט די מיה עס צו לייקענען, גייט עס אריין אין קאפ, און ווען א גוי ווערט גערעגט וואס זאל אים אפשטעלן פון דאס ארגסטע רח"ל.

האבן זיי נישט פיינט אידן וועגן אווער דעוועלפמענט'ס?

ניין, אווער דעוועלפמענט ווערט טאקע 'אויך' דערמאנט צווישן אלע שקרים אויף די העצערישע צייטונגען און וועב סייטס, אבער דאס איז נאר אריינגעשטיפט צווישן אלע צענדליגער שקרים. און איז בכלל נישט 'דער' פונקט וואס זיי נוצן.

אויב דער מצב איז אזוי, ווי אזוי קענען אידן לעבן אין ראקלענד, און אין אלע אידישע געגענטער?

צוליב צוויי פאקטארן.

איינס, צוליב וואס תושבי מאנסי פאלגן די רבני העיר וועלכע הייסן ארויסגיין ווען אין די וואלן יעדע מאל באזונדער, און וועלן אריין יושר'דיגע קאנדידאטן, וועלכע זענען נישט קיין אנטיסעמיטן, און בעזהשי"ת העלפן זיי די אידן מיט אלע זייערע געברויכן, און לאזן נישט די שונאי ישראל שטערן כלל ישראל.

צווייטנס, עס איז דא חשובער עסקן ר' יוסי געשטענער וועלכע האט א גאר חשובער ארגאנאזאציע או. דזשעי. פעק. וועלכע גיבט זיך אפ יומם ולילה בלי שום תשלום גמול צו העלפן צו פארשפרייטן דעם אמת איבער די ביי די גוים און ביי די שכנים, און מיט דעם העלפט ער אז אסאך גוים זעהן איין דעם אמת, און הערן אויף גלייבן די אנטיסעמיטישע צייטונגען און אקאונטס, און פאר אים איז צו פארדאנקען אז בעזהשי"ת האט דאס ארגסטע נאכנישט פאסירט אין מאנסי. דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן דאס רעכטע האנט, אז אפילו נישט דאס 'ארגסטע' זאל אויך ח"ו נישט פאסירן.

איז ווי אזוי ווערן די געטרייע און מסירות נפש'דיגע מאנסי עסקנים פארבינדן מיטן מאכן אנטיסעמיטיזים?

יעדער עוסק בצרכי ציבור האט שונאים, אבער ממש יעדע בלי שום יוצא מן הכלל, און אז איינער איז עוסק פאר טויזענטער מענטשן, און פאר א גאנצע שטאט האט ער גאר אסאך שונאים, צי פאר ריכטיגע טענות, צי צוליב חשבונות, צי צוליב קנאה, אדער סתם א מידות פראבלעם.

און דאס איז דער מעשה אין מאנסי, און די אנגעווייטאגטע, כולל עטליכע אייוועלט ניקס וועלן פראבירן צו ארויפשמירן אויף די עסקנים יעדע סארט לשון הרע און מעשה, אריינגערעכנט אז זיי זענען גאר די "גורמים" פאר אנטיסעמיטיזים, ווע יעדער וואס קוקט נאר גראד זעהט אז דער מציאות איז פונקט פארקערט...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

עס מאכט זיך אסאך מאל ביי א מענטש אז ער לערנט געוויסע יסודות אין סיי וואספארא נושא, און ווען ס'קומט למעשה ווערט ער צומישט און ער טוט ממש די פארקערטע פון וואס ער האט געלערנט.

אלזא לאמיר פשוט צוריקגיין אין ישיבה און איבערהערן די פשוטע יסודות וואס מ'האט מיט אונז געלערנט, און יעדער פאר זוך זאל פרובירן עס צוזאמשטעלן מיטן מצב היינט.

איך בין אויפגעוואקסן אין געלערנט אין 'סאטמאר', ווי די טעמע פון גלות וגאולה איז א שטארקע טאפיק אין די קרייז (ווער ס'ווייסט), און צו יעדע צייט האט מען ארומגערעדט איבער די טעמע, און וויאזוי א גלות איד דארף זיך אויפפירן צווישן די גוים.

מיינע רבי'ס האבן אלס געוויסט נאכצוזאגן עפעס א 'נועם אלימלך' אין פ' וישלח עפעס וועגן כה אמר עבדך יעקב (ס'איז נישט קיין נפק''מ די גאנצע ווארט, די עיקר איז די נקודה) אז אידן אין גלות דארפן אלס זיין בהכנעה און זיך אונטערווארפן אונטער די גוים און זיך נישט הייבן איבער זיי. פון וועלעכע גוים רעדט ער? אפשר נאר די גוים אין ליזענסק??

מיינע רבי'ס האבן אלס געוויסט נאכצוזאגן עפעס א אגרת תימן ווי דער הייליגער רמב''ם טייטשט אויס דעם פסוק ומשמע ודומה ומשא, ומשמע, מ'דארף צוהערן אלע טשעפערייען פון די גוים, ודומה, און מ'דארף שווייגן, ומשא, און מ'דארף עס פארטראגן. פון וועלעכע גוים רעדט ער? אפשר נאר די אראבער אין מצרים אדער תימן???

מיינע רבי'ס האבן אלס געוויסט נאכצוזאגן פון רבי אלחנן וואסערמאן זצוק''ל א לאנגע מאמר זעה דא איבער דעם איד אין גלות און וויאזוי גלות אידן דארפן זיך אויפפירן. פון וועלעכע גוים רעדט ער? אפשר נאר די גוים פון באראנאוויטש???

און אזוי קען מען ברענגען נאך און נאך מאמרים בכתב ובעל פה וואס מ'האט אלס מיט אונז געלערנט פאר א פשטות וויאזוי א גלות איד פירט זיך אויף.

און יעצט, וואס זאל מען טון? קודם חזר דיר גוט איין די יסודות אין קאפ, און נאכדעם וואס ס'איז שוין גוט נחקק געווארן דעמאלט טראכט מיט די הקדמות וואס צו טון, אבער די הקדמות זענען די ערשטע אינגרידיענט פאר דיינע מחשבות. טראכט פשוט 'אידיש'לעך'. נישט פאליטיש, ומובטחני אז איר וועט גוט טון.
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:אפשר דארף מאן טוישן די נאמען פון די אשכול

עס ברענט א פייער פון האס!!! (אויך?) אין די אידישע גאס???

דאס עיקר לאמיר אלע זיין "א גאנץ יאר פרייליך"
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

farshlufen האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:אפשר דארף מאן טוישן די נאמען פון די אשכול

עס ברענט א פייער פון האס!!! (אויך?) אין די אידישע גאס???

דאס עיקר לאמיר אלע זיין "א גאנץ יאר פרייליך"

:lol: :lol: :lol:
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

Kosher Travel האט געשריבן:אזוי ווי איעדער זאך און לעבען, יש סברות לכאן ולכאן. דארף מען פאלגן וואס די הייליג רמב"ם האט געזאגט, אז מען זאל אויסוועלען די דרך הממוצע.

איז אזוי... עס איז נאריש די טענה אז מען מוז בויען קאנדאס, קאפ אויף קאפ, ווייל "ווי וועלען דיינע קינדער וואוינען". די פאקט איז, די בויען אין די וועלט אריין, האט נישט געמאכט דירות ביליגער. פונקט פארקערט! א קאנדא אין מאנסי (נישט א הויז!!!) גייט פאר א מיליאן דולר!!! משא"כ, אין עירמאנט, ווי די רשעים לאזן נישט בויען, קען מען נאך קויפן א הויז צו וואוינען. עס איז נישט קיין טובה צו בויען אין די וועלט אריין פאר קיינעם! עס האט נישט אראפגעברענגט די פרייזן פון דירות פאר אחבנ"י, אבער עס האט יא אראפגעברענגט די קוואליטי אוף לייפ פאר א יעדעם!!!

איך זאג נישט אז עס מוז זיין איין הויז פער עיקער. אבער אביסל נארמאל יא. אויף העריק האט געוואינט אן אלטע פרוי וואס האט געוויינט אז די גאנצע געגענט איז חרוב געווארן, זי געדענקט נאך, ווען איהר טאטע האט גענומען זיין פארם, און עס converted צו one acre home lots און ווי שיין איז עס געוועהן. האט איך איהר געזאגט, איהר ווייסט ווער האט חרוב געמאכט די גאנצע געגענט???!!! דיין טאטע!!! ער האט אהנגעהויבן!!! ער האט גענומען א הערליכע פארם, און עס צוהאקט און one acre lots. איך שרייב פשוט די מעשה, מען זאל וויסען, אז איך נעם מיך אייביג אהן פארן איד! איך נעם מיך אויך אהן פארן "חסידישען איד", ווען דער modern orthodox פארשעמט זיי. צו דאס איז אין Evergreen Kosher Supermarket, צו דאס איז אויפן Monsey Bus קיין Midtown Manhattan. איך געב זיי אין באבענס באבא אריין. דאס מיינט אבער נישט אז איעדער וואס וויל בועין 20 דירות אויף א האלבע עיקער, איז דאס א גיטע זאך, ווייל "ווי וועלען די אידן וואוינען". אין מאנסי, ווען מען בויעט פאר אינוועסטמענט, איז די זעלבע ווי ווען דער סוחר האט געקויפט א פעסעל הערינג אין לייפציג, צו פליפען. איהר ווייסט וואס געשעהט? די הערינג שטינקט! ווייל מען קויפט דאך עס נישט צו עסען. משא"כ, ווען שמערל האט געקויפט א קליין שטיקן הערינג צום עסען, האט עס נישט געשטינקען.

איך זאג קלאהר, אז ווען מען טוט נארמאלע זאכן, דארף מען זיך נישט רעכענען מיטן גוי, אדער מיט אונזערע אידישע פרייע שכינים. אבער מעשוגענע זאכן טאר מען נישט טוהן.

וועט איהר פרעגן, ווי וועט מען וואוינען? ווי האט מען געוואינט אין אונגארן? אויסגעשפרייט און הונדערטער (!) שטעטעלעך! איעדע שטעטל האט געהאט א רב און א שוחט. א שענערע שטעטל האט אויך געהאט א חזן. אסאך מאהל איז דער זעלבער רב, אויך געוועהן דער חזן, מוהל שון שוחט (אזוי ווי מיין זיידע זצ"ל). און אלע קליינע שטעטליך, זענען געוועהן אונטערגעווארפון די רב און בית דין פון די גרעסערע שטאט דערנעבן. א שטייגער, מיין זיידע האט געגעבן דין וחשבון פארן רב און קהלה אין דעברעצין. און דאס איז וואס מיהר דארפן! פון מאנסי ביז ליבערטי, דארף זיין לכה"פ צוואנציג חסידישע היימישע קהילות. דאן וועט נישט זיין קיין דירות פראבלעם!

מען קען נאך היום הזה, ווינטער תש"פ, קויפען "גאנצע הייזער" אויף באלד אן עיקער, אין העווערסטראו והגלילות פאר דריי הונדערט טויזענט דולר!!! דאס איז ממש דא ביי אונז, ארויף די Route 45 ביזן 202. און די מאדערענע אידן האבן אהנגעהויבן קויפן דארטן אין די מאסן... פארוואס טוען מיהר דאס נישט?

איך זאג אייביג, די דעוועלאפערס מעגען, און דארפן מאכן געלט. זיי ברויכן עפעס בויען אומזיסט? זיי מעגען אויך רייך ווערן! פארוואס נישט? אבער זיי דארפן נישט אינגאנצן פארהארגענען איעדע שכונה.

שוין... גענוג געשריבן for now.

זייער ריכטיג מיט יעדע'ס ווארט, והוא אשר דיברנו

Kosher Travel האט געשריבן:וועט איהר פרעגן, ווי וועט מען וואוינען? ווי האט מען געוואינט אין אונגארן? אויסגעשפרייט און הונדערטער (!) שטעטעלעך! איעדע שטעטל האט געהאט א רב און א שוחט. א שענערע שטעטל האט אויך געהאט א חזן. אסאך מאהל איז דער זעלבער רב, אויך געוועהן דער חזן, מוהל שון שוחט (אזוי ווי מיין זיידע זצ"ל). און אלע קליינע שטעטליך, זענען געוועהן אונטערגעווארפון די רב און בית דין פון די גרעסערע שטאט דערנעבן. א שטייגער, מיין זיידע האט געגעבן דין וחשבון פארן רב און קהלה אין דעברעצין. און דאס איז וואס מיהר דארפן! פון מאנסי ביז ליבערטי, דארף זיין לכה"פ צוואנציג חסידישע היימישע קהילות. דאן וועט נישט זיין קיין דירות פראבלעם!

מען קען נאך היום הזה, ווינטער תש"פ, קויפען "גאנצע הייזער" אויף באלד אן עיקער, אין העווערסטראו והגלילות פאר דריי הונדערט טויזענט דולר!!! דאס איז ממש דא ביי אונז, ארויף די Route 45 ביזן 202. און די מאדערענע אידן האבן אהנגעהויבן קויפן דארטן אין די מאסן... פארוואס טוען מיהר דאס נישט?

די נייע שטעטלעך, העלפן פאר דעם
מאנטוסעלאו, בלומינבערג, בלומינגראוו, סטעטן איילענד, דזערסי סיטי, לינדן (א שאד אז יאנקערס האט זיך נישט אויסגעארבעט דערווייל)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פאלקס קיך האט געשריבן:איך האב באמת נישט קיין אהנונג וואס די רעדסט ,די האסט שוין אין דיין לעבן געדיעלט אדער גערעדט מיט א גוי וואס מופט אוועק?איך האב שוין גערעדט מיט גאר אסאך ,כאב פאר דיר נייעס זיי מאכן זיך אייביג ווי די גרעסטע אידן פריינט ? ווייסט פארוואס ? וועגן זיי דארפן דיין דאלאר ! דער גוי וואס מופט אוועק , פארוואס מופט ער ? ווייל די אדער דיין טאטע האט געבוירן 12 קינדער און די קומסט איבערנעמען זיין געגענט און עס ווערט אים נמאס צו וואינען מיט אידן און מען אפפערט אים אסאך געלט , איינער הייסט אדער צווינגט זיי מופן ? ווי קומט דא אריין וואוטס אדער עסקנים בכלל ? אוודאי איז דא גוים און שעלטען אז ער מוז בלית ברירה מופן אז ער טרעפט זיך וואינען ארומגענומען מיט קינדער געבענטשטע משפחות ארום זיך און אנגעווארפענע גארביזש ארום די הייזער מיט 50 קארס ביי א וואכנאכט וואס מען פילט אן אפאר שטילע גאסן ביינאכט פאר א וואכנאכט, נא הער אויף צו האבן קינדער , לימיט 2 קינדער פער משפחה , אדער גיי ערגעץ אין הרי עררט קויף אפ טויזענטער פיסטע אקער לאנד און בוי אויף א jewland , וואס האט דאס מיט וואוטס?


איך גיי נישט אפענטפערן פאר אלע דיינע געשרייבאכט'ס, פשוט ווייל דו האסט געמיסט די פוינט

אבער עפעס וועל איך דיר יא שרייבן

די זאך איז פשוט
א וודאי מעג מיין טאטע האבן 12 קינדער צו מער, מיינע אלע זיידע'ס האבן געהאט ב"ה אסאך קינדער,
אבער צוליב דעם דארף מען נישט איבערנעמען א געגנט דורך וואוט'ס, כדי צו בויען, אויף א לאט וואס קען דערהייבן ביז 2 דירות (אמאל מיט צוויי טענענט'ס) און בויען דארט 6 צו 8 אדער מער דירעלעך.

שרייט מען אז דער עולם דארף דאס, אבער ס'איז נישט אמת, ווייל דער עולם נעמט וואס איז דא מחוסר ברירה, און נישט ווייל מ'וויל

והא ראיה קוק וויפיל אידן קויפן אין עירמאנט, טשענסנאט ריטש, שוין אראפ ביז סאפערן, הילקרעסט, ניו סיטי, ביז פאמאנע

פון איין וואכנאכט ווערט נישט דער שכן אזוי אויפגעברויזט, ווי פון דעם טעגליכן טרעפיק, וואס מאכט נישט קיין סענס, פון א אווער אווער דעוועלעפמענט, דאס ברענגט א אומדערטרעגליכע טרעפיק, וואס נישט נאר דער גוי ליידט, נאר איך און דו אויך

(אגב איך וואוין ארויס פון געגנט)



פאלקס קיך האט געשריבן:[color=#000000]נאר וואס דען, אז די טרעפיק ווערט אומדערטרעגליך, ווען אזא גאס ווי 306 וואס איז א מעין גאס, ווערט א פארקינג-לאט, אוודאי ווערט ער נאך מער ברוגז אויף די אידן,[/color]

[b]נא גיי בלעים דיין שווער פארוואס ער האט אראפגעברענגט א סטאדע פון 12 בהמות און דיין טאטע פאר נאך 12 און דיינע 4 זיידעס א יעדע 12 און זייערע קינדער און אייניקלעך פילן אן די גאסן מיט קארס , איך טענה שוין לאנג אז מען ברויך אויסשיסן אלע אידן


און דאס איז נישט נאר דער גוי וואס פערקויפט זיין הויז, נאר דער גוי פון וועסלי היל'ס וואס פארט דא א דורך אנצוקומען צו עירמאנט געגענט וכדו', ווען ער זיצט אין טרעפיק, זעהענדיג בנינים פון 12 יונעט'ס מיט זעקס פארקינג ספאט'ס, נעמט אים דאס ארויס פון די כלים אהא דער גוי באדערט וואס די טוסט אין דיין געגענט ? איך האב שוין גערעדט מיט אזויפיל גוים פון די גלילות קרית יואל אפאר יאר צוריק נאכפאר די גליחות עפאכע , איך פרעג זיי באדערט דיר וויזוי איך וואין ביי מיר אין ווילעזש ? זיי פלאפלען נאך וואז די מידיע זאגט בלינדערהייט ,און יעצט דערנאך וואס זיי האבן געוויינט מיט קראקאדייל טרערען אז זיי זארגן זיך פאר דיר פארן וואינען צוקוועטשט , איז מען געקומען וואינען אין זיין געגענט , און יעצט איז בעסער פאר זיי ? יעצט שעלט ער הערשט אז ער דארף אוועקמופן , דער גוי געט נישט קיין דעקעל וויזוי די בויעסט, ער וואינט נישט דארט , ער שעלט אז די אידן פרוכטבארן זיך נאכאנאנד כן ירבו און מען מופט מער און מער און ארענזש אדער ראקלענד קאונטי און ער האט פיינט א איד , ער וויל נישט וואינען מיט חסידישע אידן, נאכאמאל ווילאנג די שיסט נישט אויס די אידן גייען זיי אנפילן די גאסן , אדער פילן זיי אן די געגענט ווי זיי וואינען יעצט און אז טאמער נישט צושפרייט זיך עס צו צענדליגע טאונס און דעמאלס שעלט ער הערשט, אווער דעוועלעפמענט האט זילטש צוטין מיט אים ,עס אפפעקט אים גארנישט , ער שעלט בלויז ווייל ער האט דיר פיינט אז די וואקסט ווי אויף הייווען ! די שעלטסט אז אידן מאכן געלט וזה הא !


אזא גאס ווי 306 מוז נישט פארויבעט ווערן ווייל מיר האבן 12 קינדער (נ.ב. מיינע קינדער זענען נישט קיין סטאדע בהמות, וואס איך מוז פלאצירן אין א שטאל, זיי זענען לעכטיגע אידן וואס קענען טון וואס זייער טאטע האט געטון, און וואוינען ערגעץ אנדערש, ווען איך קוק ארויף פון מיר לפחות 7 דורות פון א שיינע פאר זייטן, קען איך נישט טרעפן קיין איין זיידע, וואס איז געבליבן וואוינען אויף דעם זעלבן פלאץ ווי זיין טאטע האט געוואוינט, און היינט מוז אויך נישט זיין אזוי).


פאלקס קיך האט געשריבן:ווען ער זעהט ווי יוניען קארנער וויאלע ווערט פארבויעט מיט הונדערטער טשיקן הייזער, אן קיין פלאץ צו אטעמען, נעמט אים דאס ארויס פון די כלים ממש ? האלטסט טאקע ער געט א גרויס דעקעל וויזוי די וואינסט ? פון זיין זייט זאלסטו אויסגיין אין א גאז קאממער אדער טשיקען הייזער מיט אלע אידן סתם פארוואס נישט


יעצט ס'איז אמת אז די גוים האבן אונז עניוועי פיינט, און ווילן אונזער שלעכט'ס, אבער ווען מיר פירן זיך אויף געזעצלעך, מוז ער ליידן און שווייגן, אבער ווען מיר קומען איבער נעמען דעם טאון, און מ'ערלויבט צו בויען 90% פון א לאט, איז דאס אומדערטרעגליך (פאר אונז, און כ"ש פאר דעם גוי) און דאס נעמט אים ארויס פון דעם געגנט מער און מער.

ס'איז אים ליבערשט זאלסט וואוינען נעבן אים נארמאל (נישט היינט ווען ער איז שוין אנגעווייטאגט אויף אונז מער און מער, און האט מורא פון אונזער ריבוי עם מיט רעכט), ווי מאכן פון גאנץ מאנסי א פארקינג-לאט (אגב קיין איין געגנט חוץ מאנסי איז נישט אזוי אנגעשטויסן מיט מער לאקשן ווי זופ, דוק ותשטעך).
די דירות אויף יוניען באדערן אים נישט, אלץ ווי אזוי דו וואוינסט, נאר אז דאס גייט אים מאכן א שרעקליכן טרעפיק דאס שטייט אים אין וועג

ווען דו זאלסט בויען גאז קאמערן אויף דעם טרווועי, וועט אים דאס אויך שטיין אין וועג.



פאלקס קיך האט געשריבן:סתם געשאסן הבל הבלים אן טראכטען, וואס פונקטליך ליידט דער גוי? די גאסן ווערן אנגעפילט מיט קארס וועגן די אידן מערן זיך, עס איז נישדא ווי ברייטער צומאכן קיין ראודס אן אראפשניידען פון מענטשענס פראפערטיס , די אדער דיין טאטע /שווער זענען רעדי אראפצוגעבן שטחים פאר ברייטע ראודס ? ווען די האסט ווען פראפערטי וואלסטו אראפגעגעבן שטח פאר ברייטע ראודס ? פארפאלען אפסטעיט איז געבויעט ווי א שטעטל און עס האט נישט קיין ברייטע ראודס און די אידן מערן זיך ווי קאקאראוטשעס און יעדער וויל וואינען אין די זעלבע פאר מייל , איז א שטעטל געווארן א סיטי , אדרבה הייב אן קאמפיינען מען זאל זיך אויסשפרייטען , מיינסט דעוועלעפערס קענען נישט קויפן שטחים ווייט אוועק פאר פעניס און בויען איין פעמילי הייזער און מאכן די זעלבע געלט? טאמער ווען עס איז דא א פארלאנג דערפאר? א פייג און בוידעם , די האלטסט נישט דערביי אוועקצומופן פון דיין מאמעס פארטוך און אביסעל קאטשעניו זאפט


ווייל מ'קען נישט גרעסער מאכן די גאסן, טאר מען נישט בויען איבער דעם לימוט
און אגב פארשעי ראו"ד האט מען ברייטער געמאכט (אראפ גענומען 7 פיס פון די בעלי קרקעות) ווייל מ'האט דאס געמוזט מאכן, נאר וואס דען, אז מ'וויל גיין קאפ אין וואנט, בויעט מען ווי משוגע, און שפעטער וויל מען מאכן אריק דיקעיטער א וואון וועי.



פאלקס קיך האט געשריבן:אהא סא די שטעטלעך ווי עירמאנט , טשעסנאט ריזש,פאמאנא,הילקרעסט , ניו סיטי וואס דארט בויעט מען נישט גארנישט פארוואס שעלט דער גוי דארט? פארוואס טוישן זיי געזעצן ענק צומאכן דעם איד ? ער האט דאך סך הכל גארנישט געטין נאר געקויפט הייזער לעגאלער הייט פונקט ווי א גוי ,בקיצור דיין פארשטאנד זאגט אז ווען די בויעסט נאר 6 דירות אויף א עיקער פראפערטי אנשטאט 20 דעמאלס איז נישט להעלות רוגזום וועגן דיר קומט אויס בעסער צו וואינען אין קלענערע דעוועלעפמענטס,יאך פארשטיי דיר :lol: ,איי שוין די לעצטע 40 יאר סיי אין קרית יואל און סיי אין מאנסי איז מען צו יעדע צייט אויסגעשטאנען רדיפות נישט קיין חילוק צו די וואינסט אויף א איין הויז פראפערטי אויף 10 עיקער צו א דעוועלעפעמענט און די איינציגסטע וועג וויזוי מען איז אנגעקומען איז מיט וואוטס און נאכאמאל וואוטס און בלאק וואוטס! און יעצט פשוט טריפעלט זיך און פריפעלט זיך די יהדות החרדית בלי עין הרע און מען מופט רעכטס און לינקס און זיי דארפן נישט קיין אידישע שכינים , זיי אינטערסירט נישט דיין וואילזיין פון וואינען ווי א מענטש אדרבה דאס שרייען זיי פארוואס שפרייטען זיך ענק נישט אויס און וואס געשעט ווען מען שפרייט זיך אויס ?


לידיעה בעלמא, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אלע געגנטער, אבער אין הילקרעסט איז דער גוי העכסט צופרידן (ביודעי קאמינא) וכן בניו סיטי, וכן פאמאנא, וכן סאפערן, די אנדערע געגנטער ווייס איך נישט פונקליך.

אבער הילקרעסט יוכיח, אז ווען מ'קומט ווי נארמאלע מענטשן, איז דער גוי שטיל, און שטייט דיר נישט אין וועג (וכן ראיתי בכמה שכונות בטשעסנאט ריטש).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

מיין נישט ענטפערן פאר @פאלקס קיך קומט נישט פון צוריקציען נאר פשוט סאיז אין קץ לדברי רוח און ווער ספארשטייט פארשטייט.
און יא, כהאב ליב א יעדען יוד!!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דער וואס זאגט ''הלכה הוא בידוע'' 'זיי פארגינען נישט' זענען זיך מתעלם אויף די מציאות אז זאכן האבן זיך פלוצלינג זייער פארערגערט די לעצטע יאר. (אדער יאר צוויי?)

מ'דארף טראכטן פון וואס האט געברענגט די מכה בפטיש פאר די לעצטיגע שנאה. איך טראכט אפאר מעגליכקייטן. און כ'מעג טראכטן אינגאנצן אנדערש ווי דו, אמת? מעגסט מיך אפווענדן, אבער לאמיר דיסקוסירן רעספעקטפולי.

איך רעד אין אלגעמיין, זאכן וואס קענען האבן געווירקט נעגעטיוו:

1) די אלגעמיינע עקסטרעם-רעכטע ווינטן, וואס טראמפ האט (אומוועלנדיג אין א וועג)אויפגעברענגט. שנאה צו פרעמדע און נישט 'עכטע' אמעריקאנע.
2)די צושפרייטונג פון די אידישע ישובים כ''י.
3) דוב הייקינד'ס צולאזטע פראטעסט מיט בלוי און ווייסע פענער אין הארץ פון בארא פארק. געגאנגן קולות וברקים אויף מוסלעמענער דארט. (אן הפקרות פון א ציוני'סט. ס'וואוינען טויזענטער מוזלעמס ממש ארום ב.פ.)
4)די וואקסין סאמוטוכע. זייער זייער נעגעטיוו געווען אין די מידיא קעגן אונז.
5) די אידישע לענדלארדס. לעצטע פאר יאר איז (ב''ה ) דא אסאך נייע אידישע לענדלארדס.


לגבי די ערשטע. די היימישע ציונים העלפן שטארק ארויס צו געבן די געפיל אז מיר אידן זענען באמת ישראלים און מיר באלאנגען צו איזרעאל. טאקע יעצט אין מאנסי איז דער צדיק דער איזרעלי אמבאסעדער דאייען זיך זארגן פאר די אמעריקאנע אידן וואס פלאגן זיך נעבעך דא אין חו''ל. ער איז געקומען אלס פארטרעטער פון אונזער איזרעאל. דער טוויטער אקאונט האט עם גוט צוריקגעגעבן:
גשטשמ.png
גשטשמ.png (70.93 KiB) געזען 1269 מאל


גאנץ מעגליך אז די אלע פרטים זענען אמת. איינס מער און איינס ווייניגער.

ווער ס'קען אויפברענגן נאך געדאנקן וואס ס'האט דא לעצטנס פאסירט. ואם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר! דער אייבישטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט אויף זיינע קינדער. אמן
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקב, וואס איז פשט "הלכה"? א גוי איז דאך נאר מחיוב מיט שבע מצות בני נח? אלא מאי, דער חיוב ליגט אויפן איד..... ודי.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

די מענטעליטעט פון @היימישער, איז נישט בלויז פאלש, נאר שרעקליך אומ'אחריות'דיג.
איך קען טוהן וואס איך וויל, נישט רעכענען קיין קאנסקווענצן, און וואס דער גוי טוט וועסטו אים צורישרייען נאצי, און נאכדעם ארומשיקן א קליפ, און ווען סשפייט דיר אין פנים פאררופט מען א פרעס קאנפערענץ אז דער פארזיצער זאל אפטרעטן.
און נאכדעם שאפט מען געלט פאר PR, און זיך אריין שטעקן די נאז ביי זיי אין טעלעפאן, און סקומט פרישע אטאקעס און מפאנגט אן די גאנצע מחזור הנ"ל נאכאמאל.
מען דארף פרובירן צו ציען וואס ווייניגער אויפמערקזאמקייט צו אונזער קאמיוניטי. דאס איז דער שליסל ודו"ק.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

דער פראבלעם פון אווערדעוועלאפמענט איז נישט דער פראקטישער חלק דערפון, נאר דער געפיל אז דער איד ווערט דא באלעבאס.
און אויב דאס איז נישט גענוג, מאכט מען נאך א פי אר קאמפיין גאס צו בארעכטיגן. דאס גיסט נאר אויל אויפן פייער אז דער אידל טיילט דא דעות.
כל זמן דער איד וויל נאר לעבן זיין לעבן, שטערט ער קיינעם נישט. אבער דער רגע דער גוי פילט intimidated פונעם איד איז עס זייער מסוכן.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ישרן האט געשריבן:די מענטעליטעט פון @היימישער, איז נישט בלויז פאלש, נאר שרעקליך אומ'אחריות'דיג.
איך קען טוהן וואס איך וויל, נישט רעכענען קיין קאנסקווענצן, און וואס דער גוי טוט וועסטו אים צורישרייען נאצי, און נאכדעם ארומשיקן א קליפ, און ווען סשפייט דיר אין פנים פאררופט מען א פרעס קאנפערענץ אז דער פארזיצער זאל אפטרעטן.
און נאכדעם שאפט מען געלט פאר PR, און זיך אריין שטעקן די נאז ביי זיי אין טעלעפאן, און סקומט פרישע אטאקעס און מפאנגט אן די גאנצע מחזור הנ"ל נאכאמאל.
מען דארף פרובירן צו ציען וואס ווייניגער אויפמערקזאמקייט צו אונזער קאמיוניטי. דאס איז דער שליסל ודו"ק.

אידן מיט בארד און פאות צוען אויפמערקזאמקייט מיט שנאה, גארנישט מער כמבואר אין מיין תגובה.

דער עצה פון זוכן ווייניגער אויפמערקזאמקייט דורכן זיך אפשערן בארד און פאות און זיך צושטעלן צו די גוים איז שוין בייגעפאלן פאר די משכילים לדורותיהם, און דער פירות פון דער מהלך קענסטו זעהן אין יעדע רעפארם טעמפל.

אידן מיטן לבוש צוען אויפמערקזאמקייט און שנאה פון אנטיסעמיטן, און ווען די אנטיסעמיטן רייצן אויף די מאסן מיט שקרים, סתם "שקר" ווי ערווענט אין מיין תגובה, איז דער עצה זיי צו דערציילן דעם 'אמת' און דאס נעמט אראפ דער שנאה. סימפל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

עכט היימיש האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:די מענטעליטעט פון @היימישער, איז נישט בלויז פאלש, נאר שרעקליך אומ'אחריות'דיג.
איך קען טוהן וואס איך וויל, נישט רעכענען קיין קאנסקווענצן, און וואס דער גוי טוט וועסטו אים צורישרייען נאצי, און נאכדעם ארומשיקן א קליפ, און ווען סשפייט דיר אין פנים פאררופט מען א פרעס קאנפערענץ אז דער פארזיצער זאל אפטרעטן.
און נאכדעם שאפט מען געלט פאר PR, און זיך אריין שטעקן די נאז ביי זיי אין טעלעפאן, און סקומט פרישע אטאקעס און מפאנגט אן די גאנצע מחזור הנ"ל נאכאמאל.
מען דארף פרובירן צו ציען וואס ווייניגער אויפמערקזאמקייט צו אונזער קאמיוניטי. דאס איז דער שליסל ודו"ק.

אידן מיט בארד און פאות צוען אויפמערקזאמקייט מיט שנאה, גארנישט מער כמבואר אין מיין תגובה.

דער עצה פון זוכן ווייניגער אויפמערקזאמקייט דורכן זיך אפשערן בארד און פאות און זיך צושטעלן צו די גוים איז שוין בייגעפאלן פאר די משכילים לדורותיהם, און דער פירות פון דער מהלך קענסטו זעהן אין יעדע רעפארם טעמפל.

אידן מיטן לבוש צוען אויפמערקזאמקייט און שנאה פון אנטיסעמיטן, און ווען די אנטיסעמיטן רייצן אויף די מאסן מיט שקרים, סתם "שקר" ווי ערווענט אין מיין תגובה, איז דער עצה זיי צו דערציילן דעם 'אמת' און דאס נעמט אראפ דער שנאה. סימפל.

דער אמעריקאנער גוי couldn't care less וויאזוי איך זעה אויס. פון זיין זייט קען איך גיין מיט א שטריימל א גאנצע וואך. אבער ווען איך פרוביר צו זיין אין די נייעס יעדן טאג מיט די הייליגע מצוה פון PR דאס גייט אים שוין איינמאל אן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עכט היימיש האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:די מענטעליטעט פון @היימישער, איז נישט בלויז פאלש, נאר שרעקליך אומ'אחריות'דיג.
איך קען טוהן וואס איך וויל, נישט רעכענען קיין קאנסקווענצן, און וואס דער גוי טוט וועסטו אים צורישרייען נאצי, און נאכדעם ארומשיקן א קליפ, און ווען סשפייט דיר אין פנים פאררופט מען א פרעס קאנפערענץ אז דער פארזיצער זאל אפטרעטן.
און נאכדעם שאפט מען געלט פאר PR, און זיך אריין שטעקן די נאז ביי זיי אין טעלעפאן, און סקומט פרישע אטאקעס און מפאנגט אן די גאנצע מחזור הנ"ל נאכאמאל.
מען דארף פרובירן צו ציען וואס ווייניגער אויפמערקזאמקייט צו אונזער קאמיוניטי. דאס איז דער שליסל ודו"ק.

אידן מיט בארד און פאות צוען אויפמערקזאמקייט מיט שנאה, גארנישט מער כמבואר אין מיין תגובה.

דער עצה פון זוכן ווייניגער אויפמערקזאמקייט דורכן זיך אפשערן בארד און פאות און זיך צושטעלן צו די גוים איז שוין בייגעפאלן פאר די משכילים לדורותיהם, און דער פירות פון דער מהלך קענסטו זעהן אין יעדע רעפארם טעמפל.

אידן מיטן לבוש צוען אויפמערקזאמקייט און שנאה פון אנטיסעמיטן, און ווען די אנטיסעמיטן רייצן אויף די מאסן מיט שקרים, סתם "שקר" ווי ערווענט אין מיין תגובה, איז דער עצה זיי צו דערציילן דעם 'אמת' און דאס נעמט אראפ דער שנאה. סימפל.

די עצה פון זיך שערן בארד און פאות האט נאר ערגער געמאכט, דער גוי דארף נישט דו זאלסט זיין אזוי ווי אים, דו זיי מיר נאר נישט קיין נארמאלער מענטש.. לאז מיר אפ! דו זיי נאר דער נערישער איד'ל און שטיי ווייט פון מיר, דער גוי וויל דיר נישט זען אלס נארמאלער מענטש, א איד מיט בארד און פאות ברענגט די מינומים שנאה, אבער ווען דער 'פארפיינטעטער' הייבט זיך די קאפ, און הייבט אן פייטן און פראוואקאטירן אז דער איד מיט בארד און פאות, האט די זעלבע 'רעכטן' ווי די גוי, ציט דאס ארויף די אנטיסעמיטיזם גראד צו ריזיגע ציפערן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@ישרן דו ביזסט קולע אל השערה
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

נאך איינער האלט ווי מיר אז סהאט מעגליך מיט דעים אז סאיז דא לעצטנס זייער אסאך יודישע לענדלארדס מיט גוישע טענענטס ?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

פעיק נוז האט געשריבן:@ישרן דו ביזסט קולע אל השערה

גא״מ לדברי ישרן.
כ׳פארשטיי אבער נישט פארוואס פאזיטיווע פ״ר מאכט שאדן. פארקערט, פאזיטיווע הכנעה׳דיגע פ״ר איז געווען די מהלך זייט מיר האבן באטרעטן דעם אמעריקאנעם באדען.
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

דברים אלו האט געשריבן:נאך איינער האלט ווי מיר אז סהאט מעגליך מיט דעים אז סאיז דא לעצטנס זייער אסאך יודישע לענדלארדס מיט גוישע טענענטס ?

וואס היייסט לעצטענס ? פאר די וואס ווילן קענען היסטאריע , וויזוי איז ריעל עסטעיט געווארן א אידישע ביזנעס? נאך די מלחמה האבן נאך אידן נישט געקענט טרעפען זשאבס וואס מען דארף נישט ארבעטען שבת , איז מען אויפגעקומען מיט מיט ריעל עסטעיט ביזנעס דארף מען נישט ארבעטען שבת און זינט דאן זענען אידן פון די גרויסע לענדלארדס און די ניו יארקע אומגעגענט
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

אז די פרעגסט מיר איז די גרעסטע פראבלעם יעצט ווי די מידיע איז ביזי מיט דעם, דעס רייצט נאר אן דעם גוי אסאך מער , עס טאר נישט קיין שום איד איבערהויפט נישט רעדן אויף די מידיע און מען דארף ווען בעטען די פאליטאשענס און די אומגעבעטענע עסנים און פאליציי אויך נישט צו רעדן דערוועגן און מאכן א טראסק, דאס רייצט אויף די גוים געפערליך אז מען נעמט זיך אן פאר'ן איד , און אז דער איד הייבט זיך דער קאפ און איז פונקט ווי דער גוי, חבירים אנשטאסט רעדן צו די מידיע דארפן זיי פארטרייבן אלע טעלעוויזשען סטעישאנס און זאגן אונז דארף מיר נישט די פובליסיטי , לא מדובשך ולא מעוקצך , פארט זענען מיר אין גלות און מען ברויך נישט איבערקערן וועגן העיט קריים , דעס קען חס ושלום בעקפייערען אויף אסאך ערגער השם ישמרינו ודי
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

יו גייט דא דער עולם זיין א חוזיק, לכאן ולכאן
#בשיטה נישט
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סאיז מיינד באגלינג וואס דא גייט פאר
די הלכה בידוע מיינט נישט אז מיר אידן פון אונזער זייט קענען מיר טוהן כל מה שבליבינו חפץ, לאמיר עס אויסשרייען הויעך: ביזט א אפגעריסענער גלות איד! לעב דערמיט און פיר דיך אויף אזוי ו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

קרייסלער האט געשריבן:סאיז מיינד באגלינג וואס דא גייט פאר
די הלכה בידוע מיינט נישט אז מיר אידן פון אונזער זייט קענען מיר טוהן כל מה שבליבינו חפץ, לאמיר עס אויסשרייען הויעך: ביזט א אפגעריסענער גלות איד! לעב דערמיט און פיר דיך אויף אזוי ו

זייער אמת

יעדע אטאקע אויף א איד מוז גלייך ווערן פארצייכנט אלס א העיט קריים און מ'ברויך גלייך איבערדרייען די גאנצע מידיע מיטן ע"י די על, איזרעלי אמבאסאדאר מיט אלע מיני אנדערע טיפשותדיגע לעלוס פאבליק רילעישאנס, אז נישט איז גארנישט.
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב נישט וואס מוסף צו זיין, צו אלעס וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאהל. אבער איך קען מיך דאך נישט איינהאלטן.

- הלכה הוא בידוע איז alive and strong. מען האט אונז פיינט, פשוט ווייל מיהר זענען אידן. דער גוי האט פיינט דער איד, דער פרייער איד האט פריינט דעהם ארטאדאקס, און דער מאדערען ארטאדאקס (נישט אלע ח"ו), האלטן די חדרדים און חסידים פאר צירוקגעבליבן. וואס קענען מיהר טוהן? דאווענען, און האבן אהבת ישראל. גענוג וואס מען האט אונז פיינט פון אינדרוסען. טייערע אידן, לאמיהר ארויסווייזן אהבת ישראל. פאר איעדן איד. און אוואדאי פאר די צובראכענע אידן וואס דרייען זיך צווישן זיך.

- פיהר זיך אויף נארמאל! ניין, איהר דארפט נישט אויפהערן טוהן נארמאלע זאכן, ווייל וואס וועט דער גוי זאגן. איהר מעגט האבן מער ווי צוויי קינדער, א דאגי מיט א קעצי. אבער מעשוגענע זאכן דארף מען נישט טוהן!!! ווען דער גוי האלט דיהר אפן די טיהר אין פאלעסעיד מאלס, זאג איהם ישר כח! יא, זאג ארויס, מיטן מויל, הויעך און העפליך, מיט א שמייכל, Thank You!. טראכט נישט דאן, בשבילי נברא העולם והם לא נברא אלא לשמשיני... קוק וויאזוי גדולי ישראל האבן זיך אויפגעפיהרט! עס איז באקאנט אז הרב גרינוואלד, וואס לעבט אין תורה, ווען ער האט געוואינט אין א אפראטמענט בילדינג אין ווילאמסבורג, האט ער געהאלטן די עלעוועיטער טיהר ווען א מאמע מיט א קערידזש איז געקומען, און ער האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ. א מוסטער פון א איד וואס האט זיך געהיטן די אויגן, און אין דער זעלבער צייט געהאט אהבת ישראל מיט גמילות חסד!

- מאך א קידוש השם ווי איהר גייט! צו דאס איז אין שפיטאל, צו דאס איז אין מאל, צי אין מאטאר וויקעל. סקיפ נישט די ליין! איי דער גוי טוט עס אויך? דער גוי האט נישט קיין אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה!

- ווען איהר זענט די קרבן פון א פאברעך, מעלד דאס איין. ווען איהר הערט איינעם אריינפליקן א פרומע איד, בלויז ווייל ער איז א פרומע איד, (און תנאי כפול, איהר קענט רעדן צום זאך), רופט אייך אהן! איהר פארט אויפן מאנסי באס, און א מאדערענע איד מאכט חוזק פון א פרומע חסיד, speak up!

- קיינער האט אייך נישט געבעטן רעדן צו די מידיע! אויב ווייסט איהר נישט וואס צו רעדן, שווייג שטיהל. זיין גייען ממילא נאר ארויסנעמען די פאר שטיקלעך וואס וועט דיך, מיט די גאנצע היימישע אידיש געמיינדע מאכן אויסזעהן פאני. דעק נישט צו דיין פנים, ווייל זיי האבן דיך שוין סיי ווי געזעהן. מעגסט זאגן שיינערהייט I have nothing to comment. אדער I don't know about this subject to give an opinion.


איך האב געהאט אסאך צו טוהן מיט נישט אידן, און ב"ה, איך קען זאגן אז איך האב געמאכט א קידוש השם! מער ווי איין מאהל, האט מען געזאגט פאר מיין ווייב מיט מיהר, "מיהר האבן נישט געוויסט אז די חסידים זענען פלעינע נארמאלע, און נאך זייער גיטע מענטשען". איך רעדט דא פון א judge, court officers, social workers, ועוד, ועוד. מאך זיכער, אז ווען איהר האט שוין יא אן אפיר מיט נישט אידן, אז זיי זעהן, אז די אלע סאושעל מידיע וואס פיטערן זיי, איז ליגענט, און נישט ח"ו, אז זיי זאלן זעהן אז עס איז אמת.

לעבט באשיידן. מען איז דאך אין גלות. רייס נישט אויף די אויגן.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום זונטאג נאוועמבער 24, 2019 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Kosher Travel האט געשריבן:איך נישט וואס מוסף צו זיין, צו אלעס וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאהל. אבער איך קען מיך דאך נישט איינהאלטן.

- הלכה הוא בידוע איז alive and strong. מען האט אונז פיינט, פשוט ווייל מיהר זענען אידן. דער גוי האט פיינט דער איד, דער פרייער איד האט פריינט דעהם ארטאדאקס, און דער מאדערען ארטאדאקס (נישט אלע ח"ו), האלטן די חדרדים און חסידים פאר צירוקגעבליבן. וואס קענען מיהר טוהן? דאווענען, און האבן אהבת ישראל. גענוג וואס מען האט אונז פיינט פון אינדרוסען. טייערע אידן, לאמיהר ארויסווייזן אהבת ישראל. פאר איעדן איד. און אוואדאי פאר די צובראכענע אידן וואס דרייען זיך צווישן זיך.

- פיהר זיך אויף נארמאל! ניין, איהר דארפט נישט אויפהערן טוהן נארמאלע זאכן, ווייל וואס וועט דער גוי זאגן. איהר מעגט האבן מער ווי צוויי קינדער, א דאגי מיט א קעצי. אבער מעשוגענע זאכן דארף מען נישט טוהן!!! ווען דער גוי האלט דיהר אפן די טיהר אין פאלעסעיד מאלס, זאג איהם ישר כח! יא, זאג ארויס, מיטן מויל, הויעך און העפליך, מיט א שמייכל, Thank You!. טראכט נישט דאן, בשבילי נברא העולם והם לא נברא אלא לשמשיני... קוק וויאזוי גדולי ישראל האבן זיך אויפגעפיהרט! עס איז באקאנט אז הרב גרינוואלד, וואס לעבט אין תורה, ווען ער האט געוואינט אין א אפראטמענט בילדינג אין ווילאמסבורג, האט ער געהאלטן די עלעוועיטער טיהר ווען א מאמע מיט א קערידזש איז געקומען, און ער האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ. א מוסטער פון א איד וואס האט זיך געהיטן די אויגן, און אין דער זעלבער צייט געהאט אהבת ישראל מיט גמילות חסד!

- מאך א קידוש השם ווי איהר גייט! צו דאס איז אין שפיטאל, צו דאס איז אין מאל, צי אין מאטאר וויקעל. סקיפ נישט די ליין! איי דער גוי טוט עס אויך? דער גוי האט נישט קיין אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה!

איך האב געהאט אסאך צו טוהן מיט נישט אידן, און ב"ה, איך קען זאגן אז איך האב געמאכט א קידוש השם! מער ווי איין מאהל, האט מען געזאגט פאר מיין ווייב מיט מיהר, "מיהר האבן נישט געוויסט אז די חסידים זענען פלעינע נארמאלע, און נאך זייער גיטע מענטשען". איך רעדט דא פון א judge, court officers, social workers, ועוד, ועוד. מאך זיכער, אז ווען איהר האט שוין יא אן אפיר מיט נישט אידן, אז זיי זעהן, אז די אלע סאושעל מידיע וואס פיטערן זיי, איז ליגענט, און נישט ח"ו, אז זיי זאלן זעהן אז עס איז אמת.

לעבט באשיידן. מען איז דאך אין גלות. רייס נישט אויף די אויגן.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

דברים אלו האט געשריבן:נאך איינער האלט ווי מיר אז סהאט מעגליך מיט דעים אז סאיז דא לעצטנס זייער אסאך יודישע לענדלארדס מיט גוישע טענענטס ?

ניין איך האלט נישט ווי דיר. די גוים זענען העכסט ציפרידן פון די גוטע סערוויס וואס די אידישע לענדלערס געבן זיי און זענען בכלל נישט אויפגערעגט אויף די עצם מציאות אז אידן אוינען די הייזער, (ווען זיי צאלן) און ווען זיי צאלן נישט גייט עס דורך די נארמאלע ליגאלע סיסטעם וואס אויף דעים איז נישטא קיין אנדערע וועג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”