ווער איז דאס דער יעניגער?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

ווער איז דאס דער יעניגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

שלום עליכם יעדער איינער, אלע נייע און אלטע פריינד.

איי וועסטו מיר פרעגן ווער ביזטו? פון ווי האסטו דא אלטע פריינד? אז דו ביזט אן אלטער דא פארוואס דערקענט מען דיך נישט? פון וועם באהאלטסטו דיך? וועל איך דיר דערציילען א מעשה.

מעשה שהיה כך היה:
געווען איז אמאל זייער גוטע צייטען, איך בון דאן געווען א מיטגליד דא ביינונז און היימישע קרעטשמע, איך פלעג דא אפזיצען אזוי ווי יעדער דא, אמאל האט עס געקענט זיין מינוטן, אמאל שעהן, און אמאל גאנצעטע טעג, און אויך נעכט ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אבער מעשה שטן בון איך געווארן זייער ביזי, און איך האב אינגאנצען איבערגעלאזט דאס קרעטשמע.

איין שיינעם טאג כאפט מיר אן א בענקטשאפט איך וויל אביסל צוריקגיין צו יענע גוטע צייטן, מאכט מען אפ איין טאג אז מען גייט זיך ארויסלאזן צום קרעטשמע, נאך יענע נאכמיטאג האב איך זיך געלאזט און וועג אריין צום קרעטשמע.

נאך פון דערווייטענס האב איך שוין געמערקט אז סאמטינג איז פישי דא, איך גיי צו אביסל נענטער צום אריינגאנג, כאפט מיר אן א שטיקעל ציטער וואס גייט דא פאר? פארוואס איז אלעס פארהאקט? איך טרעף נישט קיין אפענע אריינגאנג איך לויף ארום און ארום צו טרעפן עפעס אן אריינגאנג, און ניין מען קען נישט טרעפן קיין איין אפענע שפאלט אלעס אלעס איז פארהאקט.

אזוי ארום זיכענדיג טרעף איך א קליינטשיגע צעטעלע וואס שרייט "מצטערים, אך לוח זה אינו זמין כרגע, אנא נסה במועד מאוחר יותר" האב איך זיך געזעצט דארט ווארטן, און ווען נישט איך טרעף דארט נאך צוויי פארבלאנזדשעטע אידן וואלט איך נאך אלץ געזעצן דארט און געווארט.

בקיצור א מעשה לעטס מעק דו שארט סטארי לאנג, אז איך בין שוין נישט געווען איינער אליין איז עס געווען אביסל גרינגער, אזוי ווי עס איז אריבער געגאנגען א לאנגע צייט און אין קול ואין עונה, און מען מיז דאך אנקומען אינווייניג, האט מען דארט אויפן פלאץ פאריפען א עמערדשענסי מיטונג, איז געבליבען אז עס איז נישט דא קיין ברירה און מען מיז אינטער נעמען אן אקציע, מיר מיזן פאר אלע געלטער זיך אריינבאקומען אינווייניג און זען וואס דא גייט פאר, און מען האט אנגעהויבן אויסשמועסן אלע דיטעלס פאר דו אקציע.

און מיר האבן זיך אנגעהויבן גרייטען אויף א קאמאנדא אקציע, איינע פון אינז וועט אריינקריכען פון דו אויבערשטע פענסטער און זעהן וואס דא גייט פאר, מהאט אפגעמאכט אויף איינעם פון אינז אז ער איז דער פאסיגסטער פאר דו ארבעט, און ער האט זיך גענומען ארויפקריכען צום פענסטער, עס גייט נישט אדורך א האלבע שעה און ער איז דא צוריק , ער שלעפט זיך צוריק אראפ און ער הייבט אן צו דערציילן וואס ער האט אלס געזען דארט, זאגט ער אינז אז ער האט געטראפען א חורבן אינווייניג אלעס איז געוועזן איבערגעקערט, ער איז געווען גוט צימישט ער האט נישט געקענט כאפן וואס דארט גייט פאר, ביז ער האט געטראפען א גרויסע סיין וואס זאגט אז דו קרעטשמע האט געמופט.

האב איך געמאכט נאך אביסעלע ריסוירטש ביז איך האב געטראפען דעם נייעם אדרעס, ביי דו נעקסטע געלעגנהייט וואס איך האב געהאט, האב איך זיך געלאזט און וועג אריין צום נייעם קרעטשמע, אנגעקומען דארט איז שוין געווען שפעט אויפדערנאכט, געווען איז דארט געהעריג טאג,

איך מיז ענק זאגן עס איז געווען געהעריג נישט צום דערקענען, אנגעהויבן מיטן קרעטשמע אליין ווי געשמאק עס איז און ווי שיין עס איז צוגעשטעלט, און נאכדעם דער עולם האט זיך גוט געלטערט זייט מיין לעצטע באזיך דא, דער אן דו בארד האט שוין באקומען א לאנגע בארד, דו אינגע זענען געווארן גרוי האריג, וויפל חברה זענען שוין נעבעך געשטארבען זייט דעמאלטס, און וויפל זענען צוגעקומען זייט דעמאלטס, וויפל צווילינגס זענען צוגעקומען.

יעצט וועל איך צוקומען צו פונקט, איז ווי פארשטענדליך דו ערשטע זאך גלייך ביים אנקומען, בין איך צוגעלאפען צו מיינע אלטע סחורה צו זעהן וואס סגייט פאר דארט, איך דארף דאך זעהן צו סאיז נישט צוגעקומען אפאר שכוח'ס, און הערט א מעשה איך טריי מיך אייצוסיינען און גארנישט, אווי כאילו נישט אים מיינט מען, ער קאפערירט געהעריג נישט מיט מיר, איך האב נישט געקענט כאפן דאס פראבלעם פארוואס ער גייט נישט,

בינעך אראפ און בעיסמענט און אנגעהויבן צו זיכן מיינע אלטע תגובות, איך האב אזוי לאנג געזיכט אז כהאב עפעס געטראפען און הערט וואס, עפעס אן אימדערהערטע חופצה איך זעה מיין אייגענע האנט שריפט און מיינע אויסדריקען איז געהעריג געגנבט געווארן דורך איינעם, און ער שעהמט זיך געהעריג נישט, ער פאריפט זיך מיט זיין נאמען, און ער נעמט צו מיינע תגובת, גיי איך ווייטער זעה ווי נישט איינס און נישט צוויי און נישט דריי נאר אלע מיינע תגובת ליגט אויף זיין נאמען, און ער פאריפט זיך נאך אויף א גויאישע נאמען ער ריפט זיך Anonymous.


שלום עליכם עווריבאדי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עליכם שלום אנאנימויז...

באמת פריידט מיך צו זעהן דא אן אלטער צוריק. קודם כאפ א גלעזעלע שנאפס צו דערקוויקן פונעם לאנגן וועג אהער.
זאגט נאר, וויאזוי האט מען אייך גערופן אין דער אלטער היים?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

הזאת שמערל הידוע ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווער? וואס? וועם ?

נאך א אלטער פריינד איז דא צוריק??? דער עולם שטייט טאקע געהעריג אויף? אה, דעט'ס גוד נויז!

ראבייי, איך גלייך זייער אייער ארטיקל, זיי אינז מהנה מער אפטער, פארלייב שוין דא, איך זיך נישט אז איר זאלט האבן פראבלעמען יעדעס מאל איר סיינט אייך איין.

ביי דע וועי: שלום עליכם איזאק!!..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

צייטליך. דאס ביסטו? איך קען דאס ממש נישט גלייבן..... די גוטע צייטן קומען צוריק. אוי האבן מיר זיך געבענקט צו צייטליך.....

ווער בין איך צו רעדן אין אזעלכע ענינים? איך בין עפעס א יונגע טראטשאק, קוים א האלבע יאר אריינגעסיינט. און ווען מען רעדט פון זכרונות מיש איך שנעל אוועק די פעידש, ווייל איך האב נישט קיין געדולד דערצו. אבער אז צייטליך איז ענדליך צוריקגעקומען נאך אזא לאנגע צייט מוז איך אים אויפנעמען וואו עס פאסט!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א מיסטעריע.........

שמערל
איזאק אדער גאר צייטליך... איז דאס דער זעלבער וואס לויפט יעצט פאר ראש הקהל'שאפט?

און אפשר גרויזאמער, נאטורליך גאר...

ווער איז דאס דער יעניגער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דו קניהויזן, דו ווייסט נישט אז מ'טאר נישט קניען? כ'וועל נישט קניען און זיך איינבעטן צו וויסן ווער דו ביסט. אויב האסטו געשריבן אזא הערליכע ארטיקל, מיט אזויפיל חן און הומאר, מעגסטו זיין א נייער אויך. ;l;p- ;l;p-
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך געב אויף.

איך גלייב שווער אז מיר וועלן דיר דערקענען אויפן שריפט, בפרט אז עטליכע צענדליג מיטגלידער זענען אזוי אנאנים געווארן נאך זייער לאנגע אפוועזנהייט.

איך געב אבער נישט אויף הנאה צו האבן פון דיין יעצטיגע ניק "הערשי קניהויז", וואס האט מיר גראדע געמאכט לאכן ביים זעהן דאס ערשטע מאל.

חחחח הערשי קניהויז....
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

הערשי! וואטס אפ? ביסט צוריק דא?

כ'זאג עס אזוי מיטן גרעסטן פאטאס, ווי מען קען גאר מיינען אז כבין עפסאנאלטער דא, אבער אז ער קומט מיט א נייע ניק, בין איך דאך שוין עלטער פון אים.

ס'גייט נישט אזוי מען שמירט אריין א שיינער ארטיקל, און מען לאזט דעם עולם מיט די צינג אינדרויסן, געב ארויס אביסל היסטאריע, ווען ביסטו אנטלאפן? ווען ייענטאאש ז"ל איז נאך געווען ראה"ק? אדער גאר ווען גרויזאמער האט יעדעם אנגעשריגן?

און נאכדעם וועסטו ברויכן מסביר זיין די חילוק פון היינט און דעמאלטס, וואס נאר איינער וואס איז נישט דא געווען א שטיק צייט, קען דיסקרייבן די חילוקים.

אבער והעיקר, די מעשה וואס דו האסט דארט בייגעוואוינט איז אייזן, מיר ברויכן מער ;l;p-
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שלום עליכם הערשי, עס איז א פארגעניגן אייך צו האבן אויף צוריק, איך האף נאר אז די פרנסה איז נישט די סיבה פארוואס איר זענט צוריק און אויב יא זאל דער פון אויבן העלפן אז איר זאלט צוריק אנהייבן מאכן אסאך געלט, אבער אזוי סאך אז איר זאלט נאך אין די מין טיים קענען ווייטער שרייבן דא.

דיין ארטיקל איז מתוק מדבש, מיר האפן אז עס וועלן פליסן נאך אסאך אזעלכע.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

שוועמל האט געשריבן:א מיסטעריע.........

שמערל
איזאק אדער גאר צייטליך... איז דאס דער זעלבער וואס לויפט יעצט פאר ראש הקהל'שאפט?

און אפשר גרויזאמער, נאטורליך גאר...

ווער איז דאס דער יעניגער?


שמערל, גרויזאמער פראבירט מיט אלע כוחות אריינצוקומען יעדן טאג אינעם קרעטשמע, אין די שווערע גליטשן גייט ער אנגעכאפט מיט מאשקע'ן ביים לינקן האנט (בלעקבערי), און מיטן שטעקן אינ'ם רעכטן האנט. אזוי אז קוים וואס ער דערזעט זיך אינעווייניג מיטן פארפרוירענעם נאז, זאל ער זיך נאך אנגארטלען מיט א צווייטע ניק?

בד"וו איך האלט אז מען זאל מאכן א התוועדות דא פון די רעטייערטע, אזא חנוכה פארטי. איך מיין צוזאגן לא דוקא רעטייערטע, בעיקר מיין איך מיין עידזש אידן, אזויווי יגר'ל (וועלכע וועט זיין דער טשערמאן), זארעכ, יענטאאש, וגומר.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גרויזאמער;
אז דו ביסט יא דא איטליכער טאג, קומזשע שוין אריין עפעס רעדן אויכעט. איי איי די בלעקבערי נעמט אוועק די גאנצע מנוחה... עס לאזט נישט קומען צום קאמפיוטער אפילו.


איך הייב אן טראכטן אז דער 'יעניגער איז שנאפס....
אדער יז בתמוז
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

שוועמל האט געשריבן:גרויזאמער;
איך הייב אן טראכטן אז דער 'יעניגער איז שנאפס....
אדער יז בתמוז

נעע, ס'קען נישט זיין, "יז בתמוז" דרייט זיך געהעריג דא לעצטנס מיט זיין אריגינעלע ניק.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שנאפס, מאכט שוין סענס. אינטעליגענט, ביזסט זיכער אז יז בתמוז דרייט זיך דא לעצעטנס?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שפאציר איך אזוי אין גאס מיט א רואיגקייט אינעם מונטערן חנוכה אויפדערנאכט, ווען צו דער זייט באגלייט מיך א קילע אבער גאנץ אנגענעמע ווינטל, און פונדערווייטנס דערזעה איך קיין אנדערן ווי דער געוועזענער ראש הקהל מר. גרויזאמער וועלכער קוקט אראפ אויף דער ערד ווי דער שטייגער פון חסידישע יונגעלייט, אבער אויפן מויל דערקענט זיך ביי אים א שמייכעלע וואס זאגט אסאך. ווען מיר זענען נאנט געקומען איינער צום אנדערן האב איך אים שיין באגריסט - ווי עס פאסט לכבודו הרם - און ער איז געפלעפט געווארן מיר צו טרעפן, זאגנדיג אז אט האלט ער פונקט נאכן שרייבן א תגובה אין קרעטשמעלע.

איך האב אים געזאגט אז הכרת פניו ענתה בו, זיין פארבארגן שמייכל האט מיר שוין אנטפלעקט דעם סוד פונדערווייטנס אז ער טראכט פון געשמאקע זאכען. דאן האט ער מיר געוויזן אויפן קליינעם בלעקבערי די תגובה וואס מען קען ליינען דא אויבן. איך האב באוואונדעט דעם פאקט אז איינער וואס קען שנעל און גיך טייפן אויף א געהעריגן קאמפיוטער זאל זיך אפילו קענען קאנצענטרירן צו טייפן אויף די פארזעצטע קנעפלעך פון אזא קליינטשיגע אפאראט, אבער עס קוקט אויס ווי רצון ברעכט נערוון און אט דאס האט פאסירט ביי גרויזאמער דעם חנוכה אויפדערנאכט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער, אלעס איז צו פארדאנקען מאשקע'ן !!!!

פון דעם 'קליינעם' מאשקע, קוקטס אן וואס ס'יז געווארן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארוואס עפעס מאשקע? נישט 'מעקעין' האט ערפינדן די בלעקבעריס?
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

סאכדעס האט געשריבן:אינטעליגענט, ביזסט זיכער אז יז בתמוז דרייט זיך דא לעצעטנס?

יז בתמוז האט געשריבן:א חבר וואס ווייסט איך האב א ניק דא, רופט מיר אן אז מ'זוכט מיר, קוים וואס איך האב נאך געדענקט מיין פעסווארד, אבער איך בין דא און פארטיג.
איך גיי שוין ארויס, איך פארשטיי אז דו ווילסט איך זאל שרייבן, אבער איך קלער אז דאס וועט פאסירן א טאג נאך וואס איך געווין די לאטערי.

אט די ווערטער זענען געשריבן געווארן דורך יודזייענ'ן עטליכע וואכן צוריק, נאכפאלגנדיג מיט עטליכע תגובה'לעך, און, ויברח, ער האט אפגעטראגן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יז בתמוז האט היינט איבערגעלאזט הינטער זיך.
http://www.ivelt.com/index.php?o ... -&catid=15:אידישע+נייעס&Itemid=5
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

הערשי קנייהויז? אויף ענגליש וואלט זיך דאס געזאגט HERSHY KNEWHOUSE
הוי אומר: אז מרופט דיך 'הערשי נייהויז'. פשיהא, ענדעקט דעם סוד פון בראד.

איז אזוי. כ'זע אז גאנץ חכמי כעלעם ווינדערט זיך ווער דער מאסקירטער הערשי איז? לדעתי איז דאס דער יגרסהדותא. איי ער שרייבט דאך אז 'איינע' פון זיינע אלטע מאסקעס האט מען געגאנוועט און דאס פארטוישט אויף אנאנימינעס? תיקו...

האשי, ווא-טיצעך עפעס אזוי?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קרעמער האט געשריבן:פארוואס עפעס מאשקע? נישט 'מעקעין' האט ערפינדן די בלעקבעריס?

עס איז 2 זאכן, בהתייסדות, ובנשיאות
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

העשי, זייער שיין, און וועלקאם בעק.

אבער מעגסט שרייבן אזעכע לאנגע, אפטער. ס'וועט מיך נישט באדערן, כ'זאג דיר צו, אי"ה.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

הערשי! דו ביסט נאך דא? ווייל איך וויל דיך בא'שכוח'ן פאר די אלע אלטע ארטיקלן,
WOW איין מענטש זאל אזויפיל צוזאמשרייבן? ווייל איך האב אביסל געקוקט אויף דעם אנאנאמיעס, דער האט דאך צאמגעשריבן א געוואלד,
און אלעס האט מען פון דיר געגאנבעט? האסט א פליס רעפארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”