אז מ'לעבט דערלעבט מען

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אז מ'לעבט דערלעבט מען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פון קינדווייז אויס זענען מיר געוואוינט צו הערן אז עלטערע לייט גייען שלאפן 100 אזייגער, בעת מיר קליינטשיגע האבן זיך שוין געדארפט באקוועם מאכן מיטן קאלדרע אום נישטיגע 7 אזייגער אדער 8. דער גרויסער בחור פון כיתה ת' פלעגט זאגאר אהיימקומען נאנט צו 99 אזייגער, ווען מיר האבן שוין געכראפעצט אינעם זיבעטן חלום.

דאס איז אבער א טעמע פאר זיך, און - ווי ווייטאגליך עס איז - זענען מיר נישט אויסן דאס צו שילדערן דא, טאקע צוליב די אפענקייט פונעם וואונד.

לאמיר אבער באטראכטן דעם לעבן פון אן אנדערן בליק-ווינקל: עס איז די זיבעטע טאג חנוכה, מען האלט נאך א שבת קודש (אין אידיש האט דאס א קורצע ווארט "עס איז זונטאג") דער עולם שלאפט אריין אין אלף הששי, קיין ארבעט איז נישטא, דער חברותא וועט אויך נישט קומען היינט אין כולל, אלזא -- ווארום אויפשטיין?

אפילו למספרם איז דער חשבון אויסגעהאלטן, אמער, דעם פאריגן דאנערשטאג איז דאך געווען זייער יום איד, און טייל ארבייטער האבן שוין דאן אנגעהויבן נעמען דעם לאנגן אורלויב המכונה "חגא ענדע-וואך" וואס וועט זיך נישט ענדיגן ביז מארגן מאנטאג, און אין געוויסע פעלער ביז דאס קומענדיגע יאר למספרם, דאס טייטשט זיי האבן פאר זיך נאך א פולע וואך צו זיין פויל, אלזא -- ווער צווינגט מיר אויפצוקלעפן די אייגעלעך?

ביסט גערעכט. איך בין א אידיש קינד, און איך האב זיך אונטערגענומען ביי מתן תורה איינצוהאלטן אלע 613 געבאטן, דערונטער צו ליינען קריאת שמע יעדן אינדערפרי בעפאר עס לויפט אויס דער ענדע טערמין דערפון, וואס שטייט אין די דיזע טעג ביי זייגער 9 בערך (דער ערשטער צייט). נו, דאס טייטשט נאכנישט אז איך מוז דאן האלטן נאך די קאווע און הכנות, עס איז דאך גענוג -- אין אזא טאג ווי היינט, דיעבד שבדיעבד -- א כאפ צו טאן דעם היטל פון שאנק, ארויפציען א רעקל אויף די נאכט-קליידער, צונויפדרייען א גארטל קעגן דאס הערצעלע און אפליינען די 3 פרשיות פון שמע והיה אם שמוע און ויאמר.

און תיכף דערנאך ------- ויישן ויחלום שביעית...

אוי, דערמאנסטו מיר א וויכטיגע זאך: עס איז דאך אויך דא א חוב פון תפילה בזמנה. איי איי איי... ס'ווילסטו פון מיין לעבן האבן? ווייסטו דען נישט אז אונס רחמנא פטריה? האסטו א בליק געטאן אויפן זייגער ווען איך האב מיך געלייגט? דער אוהר האט דאך שוין געקלאפט 2 קלאפעס ווען איך האב זיך אריינגעגליטשט צווישן קושן און דאכענע און פארזינקן געווארן אין א טיפע שלאף, און יעצט ווילסטו מיר שוין ארויסזעהן פון דאנעט?

עס גלוסט זיך מיר אפצושטופן דעם סוף זמן תפילה מיט א וויילע... צו וועם דארף איך זיך ווענדן?

אט אויף דעם קומען מיר יעצט מיט די לעבנסוויכטיגע מעלדונג, אז עס איז געלונגען פאר א גרופע עסקנים זיך אריינצולייגן אין די לענג און די ברייט פון דער זאך, און מען האט אויסגעארבעט מיטן דבר יום ביומו אז יעדע מאל עס וועט זיך מאכן אזא סארט יום ז' דחנוכה שחל בזונטאג אחר יום אידם וועט דער סוף זמן תפילה זיין אקוראט:
אטעטשמענטס
TMP17 (Small).JPG
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

חחחחחחחחחחחחחחח, איינער קען מנדב זיין נאך חת'ין ?

גוט גוט קרעמער, פון אנהייב ביז די ענדע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער פיין קרעמער, איך האב גוט געשמייכעלט, ס'גוט צונוץ געקומען אין אזא ריכטיגע זונטאג.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

WOW, אזא טעות איז ווערט מ'זאל מאכן דערפון מטעמים, און קרעמער האט עס געמאכט מיט אלע ספייסעס.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

קרעמער איך מיין די קענסט שוין אויפשטיין עס איז שוין כמעט 100 אזייגער
קרעמער מעכטיג נאכקיינמאל אזוי געלאכט
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אזאאאאאנס?...

נשיט קיין וואונדער אז היינט ביי "אנא הושיעא" האמיר אונז געוויינט צו בורא, הושיעא: לייז אונז אויס פון דער מנין, דער בעל תפלה האט גענומען די סו"ז פון די דבאַריומבּעיומו, א ווואנדער?

מאָטכע קרעמער! זאג אין מיין נאמען צו אָלי-מאיר דער בעל תפלה, אז ער זאל באקוקן נעקסטיים באקוקן די דבאַיומבּעיומו צו עס האט נישט די גיזעלדיג געגרייזיגטע אַפשענס, אריינגעלייגט א טעות וואס האט פארברענט מיין צייט אינדערפי, מיינענדיג אז די טויזענט אזייגער איז פונעם לוח ארויס געשניטן געווארן.

קרעמער ;l;p-
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער. יו האסטו מיר אויפגעלייגט פארן היינטיגן טאג...., זאג מיר נאר, כ'קען מיר נאך יעצט צוריק לייגן???

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח......

קרעמער ;l;p- ;l;p-

קרעמער, איך מיז דיר זאגן אז די האסט מיך בארואיגט! איך וואש געווענליך נישט מיינע שמוציגע וועש אין פובליק. (יא יא.. וואס קוקסטו אזוי? די טוסט עס דען יא? נו, וואס איז אזוי אינטערסאנט אז איך טו עס נישט געווענליך?) אבער היינט אז די האסט אזוי אפען און דיק ארויפגעברענגט די טעמע אויפן טיש, (נעעע... כ'מיין נישט קיין עכטע טיש.. כ'מיין צו זאגן, מ'שטייינס געזאגט, דא אויפן ארענע, אה, גוט געזאגט!) וועל איך צוליייגן וואס די האסט יעצט געטוען מיט מיר.

נעכטן נאכט האבן מיר געהאט אין די משפחה א מלוה מלכה, וואס אייגענטליך די וואך ווערט עס געריפן מיט א ניק-נאמען (וואס? ווער אין מיין משפחה האט א ניק דא?) "חנוכה פארטי". כנהוג בכל תפיצות ישראל קומען זיך אידן צוזאם מיט די משפחות און רעכטן אפ א מיליכיגער יארצייט סעודה לעילו נשמתו פון מר. עליפארני ז"ל.

(אגב, אז מ'רעדט שוין, א אינגערמאן שיקט מיר א מעסעדזש אז זיין ווייב האט יעדע נאכט מיט אירע חבר'טס און משפחה מיטגלידער יארצייט סעודות לעילו נשמת פון עליפארני. און לזכר הנס נעמט זי אום יעדן טאג אראפ דעם קאפ..)

מיר וועלן נישט אויסרעכענן די כל-ערליי וויצן וואס מיר האבן מיטגעהאלטן לענגאויס דעם יארצייט-סעודה, אריינגערעכענט דאס פארטייילן גרויסע רינדעכיגע טשאקלאדן וואס האט אויסגעקוקט ווי א "ראָם-באָל" ווען פון אינווייניג איז אין ווירקלעכקייט געליגן דאס געלעכעל פון א איי!! ווועךךךךך...

גענדיגט דעם סעודה האט מען אין די נאכט אריין, און ביז מיר האבן זיך געזעהן מיט זעק און פעק (המכונה חנוכה פרעזענט) און אלע קליינוואג אין דערהיים איז געווען אין די נאכט אריין. געלייגט האב איך מיר ערגעץ נאך דריי אזייגער ביינאכט/פארטאגס.

יעצט וואס האט איר פארלאנגט פון מיר? ס'איז זינטאג, חנוכה, חאגא וואך, טאג נאך חנוכה פארטי. ווען זאל איך אויפשטיין??

דער אמת. ס'איז קיין גרויסע נפקה מינא וואס איר האט געוואלט און וואס איר האלט, ווייל איך האב זיך אויפגעוועקט..... 12:32..PM..

גלייבט מיר בנאמנות אז איך האב געהאט א ברייטער מנין ווען איך בין אנגעקומען אין שול, דער בעל תפלה איז פארגאנגען אין א ווארימער "אנא השם" ניגון. (דאכצעך עס קומט פון ר' ליפא לויאש... שוין, אריין אין היכל הנגינה) און נאך געדאווענט דעם מוסף געהעריג אן די תפילין.

דער פראבלעם איז נאר געווען דאס אז עטליכע מענטשן האבן מיר פארגעהאלטן "נו? היתכן? סוך זמן תפלה??" איך האב זיי למעשה נישט געהאט וואס צו ענטפערען, איך האב גראדע געוויזן אז איך קען נישט רעדן מיט די תפילין "נו.. נאָ.. נאַ... אהא! עה..." וכדומה. אבער קיין רעכטער תירוץ האב איך נישט געהאט. אלזא קרעמער, עס קומט דיר א גרויסן שכויעך דערפאר. כ'גיי עס האלטן מיט מיר אין טאש ביז ביינאכט...

קרעמער, נחמתני !
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער, גוט איז שוין צוויימאל דאס ווארט, איך האב מיך שוין א לענגערע וויילע נישט אזוי אויסגעלאכט, אז ס'גוט אז ס'גוט.

און ברענגט דאס נאך נאך איינס און א גוטס פונעם ראה"ק קאנדידאט צייטי דאן קאן שוין בעסער'ס נישט זיין, יישר כח דאפעלט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, א דאנק פארן שמייכל אין א פארוואלקענטן זונטאג, און א באזונדערן דאנק פאר כ''ק אדמו''ר מלפנים מטראלי וואס איז געווען דער גורם דערצו.

צייטליך, את חטאי אני מזכיר, איך בין היינט אויך פארשלאפן, נישט אזוי ווייט אז דער טראלי טעות זאל מיר נוגע זיין אבער דאך אביסעלע שפעט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

זאג נאר קעמער, האסט קודם געמאכט דעם ארטיקל, און דערנאך באשטעלט ביים יומו א טעות?...

אבער וואס זאל איך דיר זאגן, סיז איינס אין א איינס, ביים אויספיר האב איך מיר אזונס צוקאטשקעט, אז סיז געגאנען א רויעך, ווי פלעגט די באבע וואונטשען אזא צייט "זאל דיר עס זיין צי מצוה".


צייטליך א רחמנות אויף דיר, נעקסטיים קום צי מיין פארטי, דארט איז נישט פארגעקומען די אלע מאכענאציעס,

עניוועי כי צחקתי...
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

קרעמער, אז די האסט מיך געקענט מאכן רעדן, ביזטו א קונצן מאכער, דאס איז איינס און א גוטס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרעמער ;l;p- ;l;p-
גוט געזאגט...
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

קרעמער, באמת געוואלדיג!!!!!!!

איים סארי ס'האט געדויערט אזוי לאנג דיך צו באדאנקן, איך בין ערשט יעצט אויפגעשטאנענן...
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

יאפס, אמלעבט דערלעבט מען!

ווער האט נאך אמאל גערעכנט דאס אונזער הויכבאשפריצטער קרעמער וועט זיך אומקערן אין פולן פראכט, מיט זיין גאלדענעם פעדער שפייענדיג גלאנץ-שווארצע טינט מלא חן וטעם, מיט תוכן, גראמאטיש אויסגעהאלטן, הויכע שפראכעריש, הומאר-פול, יאפ! אז מ'לעבט דערלעבט מען.

לכאור' איז דאס איין לאנגע סימפטאם פונעם לעצטן גראנדיעזן תחיית-המתים-דרייוו, צוערשט מיט ר' זארעכ'ן, נאכהער מיט ר' כאלי'ן וואס האט שוין אגב פארלאזט נאך א קורצן פאפ-אין, ואחרון אחרון ייענטאאש ז"ל איך מיין זז"ג, זעהט אויס אז דער קרעמער האט אנגעהויבן שפירן באקוועם מיטן אלטן סביבה אזש ס'האט זיך אים צוגעדאכט אז מ'איז אויף אן אמת צוריק מיט א צירקע שפאר ביסל יארן, וואס כתוצאה האצעך אים דאס פעדער צעשפילט, אה! מי יתן והיה, מיר זאלן שטענדיג הנאה האבן דערפון!!!

.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נע, נישט אזוי שפעט, ס'איז פריש פון היינט, (איך האלטעך אינמיטן ליינען אלטע ווארע, סאו קענעס אויסקוקן פאני, אז כ'שלעפ ארויף אלטע זאכן, און כ'שעמעך ווען איך זע אז יעדער האט שוין קאמענטירט און איך נאכנישט.) אבער ס'זעט אויס אז ווען קרעמער שרייבט עפעס, באקומט יעדער אן אלערט, און יעדער איז געקומען צו פליען און קאמענטירן, נו שוין, אבער דאך בינעך נישט זייער שפעט, סינאך אינעם דבר יום ביומו.

קרעמער, געוואלדיג, נעמען א טעות הזעצער, און מאכן דערפון א בעסט סעלער, אן ארטיקל פון וואס זיך צו רייסן.

יישר כחכם, זעסט אבער אז ווען דו ווילסט קענסטו, סאו אפשר הייבסטע צוריק אן, געהעריג אזוי ווי אמאל?
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

א גרויסען שקויעך רבי קרעמער..
אבער א שאד איך האב נישט געוויסט פון דעם נאך נעכטען, וואלטוך ווען אראפגעדריקט דעם סנאז קנעפל היינט סאך רואיגער...

בעסער איצט ווי קיינמאל...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

הערשט היינט געלאכט, שכוח.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גאר גוט קרעמער, גאר גוט, קום אהער צדיק'ל לאמיר דיר געבן א קניפ אין בעקל.. איך רעד שוין נישט פון דעם איידיע פון "דעם כאפ" אויף וואס דער ארטיקל איז געצילט, דאס איז עפעס אויסטערליש. איך כשלעצמי באלעק זיך מיט דיין שריפט, שוין לאנג נישט געליינט אזעלכעס פון דיר.

ישר כח
היישעריק
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 06, 2008 6:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היישעריק »

א גויסער ייש"כ רעב קרעמער פארן אויפמערקזאמען די פארדריסליכער טעות, נאכדערצו מיט אזא שיינער ארטיקל אין די זייט, ער וואלט דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן, נו ווי איז ער דארט... מאיר לעיזער... מאיר לעיזער.... אוי געוואלד... אייינער איז ליידער פארשלאפן... אוי איך קען מער נישט, ברענגט אים אהער...
קרעמער נהנתי.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אפשר האט דער זייגער אויפן יום ביומו צוטון מיט'ן קאמפעטישאן, דער גוט מארגן מיטן קלעסיפייד וועלן ארויסגעבן נאך בעסערע זמנים, און דער עולם וועט קענען שלאפן אמחי'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יא, יא, קרעמער. וויזוי שטייט נאר אויפן קעפל: "אז מ'דערלעבט דערלעבט מען"...

דיר צו זאגן ברבים ווי ווייט איך קוק ארויס אויף דיינס אן ארטיקל איז דאך גענצליך איבעריג. נישט איין מאל און נישט צען מאל האב איך דיר דאס שוין געזאגט און געשריבן. דען, כאמור כמה פעמים ביסטו דאך מיין ערשטער רבי בעניני כתיבה בכלל ועניני כתיבה בהומאר בפרט, און ווען איך זע דיינס א באשרייבונג איז דאס ביי מיר חביב בעיני א שטייגער ווי א גמרא פון גירסא דינקותא.

די מעשה איז נאר אז דער חברה מאן פארגינט מיר נישט קיין שטענדיגע הנאה. ער רוקט זיך דיר כסדר אן מיט זיינע מעשה התנכלות וערמימיות און ער שטעלט דיר אונטער פיסלעך. ער דרשנ'ט דיר אריין אלע סארט תירוצים, און מאכט זיכער אז א גוטס בכבימי קדם זאלסטו נישט אהערשטעלן, וויסנדיג אז אין דיינע שריפטן זענען תלוי אסאך אסאך. ער ווייסט גאנץ גוט אז צענדליגע און צענדליגע קוקן ארויס דערויף און וועלן נהנה זיין דערפון, נו, פארגינט ער דען אז אידן האבן הנאה? דער חברה מאן וואס ער איז...

ער, דער בחור בה"א הידוע, איז אזא חברה מאן אז נאר. יאפ, אפי' אותו חכם ובר אוריין, קרעמער ניקו, האט ער אויך ארייגעכאפט אין זאק אריין. שוין, קלוגערע און גרעסערע פון דיר האבן זיך שוין ליידער געבויגן צו זיינע תחבולות... אבער- - -

- - -אז מ'דערלעבט דערלעבט מען!!! איך האב ענדליך נאכאמאל דערלעבט הנאה צו האבן ממעשה ידך כבשנים קדמוניות. א נקמה אין דעם חברה מאן...
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

קרעמער, זארעכ, אלטערבחור, און אלע פיינע בעטעמטע גוטע שרייבער'ס וואס זענען די לעצטע שטיק צייט נישטא, אפשר קומטס עטס געהעריג אריין און קרעטשמע, און עטס מאכטס אזעלכע קופקע'ס וואס וועלן מחדש זיין פיינע חידודים, און נישט סתם אזוי אריינפאפן נאר פאר איין מינוט. דאגן איין סטעיטמענט און גיין, מיר אלע מעמבער'ס ווארטן אויף אייך מיר ווילן אייך זעהן דא צוריק,

ווי עס שרייבט איין מעמבער בשם יעדן
וואלווי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, נאך פארן ליינען די אלע קאמענטארן, מוז איך דיר קודם מודיע זיין, אז דו האסט מיך געהאלטן געשפאנט ביז די לעצטע מינוט, וואס דאן, האצעך דאס גאנצע קאפי אויסגעגאסן..... חחחח
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואלוועלע האט געשריבן:קרעמער איך מיין די קענסט שוין אויפשטיין עס איז שוין כמעט 100 אזייגער
קרעמער מעכטיג נאכקיינמאל אזוי געלאכט

איך בין אויף ב"ה, הגם די דבר יום ביומו האט געשניטן די סוף זמן תפילה מיט 90 פראצענט... צוריק אראפ צו 10:00...
יישר כח פארן קאמפלימענט
אלטעבחורל האט געשריבן:אזאאאאאנס?...

נשיט קיין וואונדער אז היינט ביי "אנא הושיעא" האמיר אונז געוויינט צו בורא, הושיעא: לייז אונז אויס פון דער מנין, דער בעל תפלה האט גענומען די סו"ז פון די דבאַריומבּעיומו, א ווואנדער?

מאָטכע קרעמער! זאג אין מיין נאמען צו אָלי-מאיר דער בעל תפלה, אז ער זאל באקוקן נעקסטיים באקוקן די דבאַיומבּעיומו צו עס האט נישט די גיזעלדיג געגרייזיגטע אַפשענס, אריינגעלייגט א טעות וואס האט פארברענט מיין צייט אינדערפי, מיינענדיג אז די טויזענט אזייגער איז פונעם לוח ארויס געשניטן געווארן.

קרעמער ;l;p-

מזל טוב צום נייעם נאמען, הגם דו וואלסט געמעגט וויסן אז איך הייס אנדערש אויפן ערשטן נאמען.
שמערי בערי האט געשריבן:קרעמער. יו האסטו מיר אויפגעלייגט פארן היינטיגן טאג...., זאג מיר נאר, כ'קען מיר נאך יעצט צוריק לייגן???

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איין רגע... לאמיר קוקן אויפן זייגער... יא! קענסט זיך יעצט גיין לייגן!
צייטליך האט געשריבן:חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח......

קרעמער ;l;p- ;l;p-

קרעמער, איך מיז דיר זאגן אז די האסט מיך בארואיגט! איך וואש געווענליך נישט מיינע שמוציגע וועש אין פובליק. (יא יא.. וואס קוקסטו אזוי? די טוסט עס דען יא? נו, וואס איז אזוי אינטערסאנט אז איך טו עס נישט געווענליך?) אבער היינט אז די האסט אזוי אפען און דיק ארויפגעברענגט די טעמע אויפן טיש, (נעעע... כ'מיין נישט קיין עכטע טיש.. כ'מיין צו זאגן, מ'שטייינס געזאגט, דא אויפן ארענע, אה, גוט געזאגט!) וועל איך צוליייגן וואס די האסט יעצט געטוען מיט מיר.

נעכטן נאכט האבן מיר געהאט אין די משפחה א מלוה מלכה, וואס אייגענטליך די וואך ווערט עס געריפן מיט א ניק-נאמען (וואס? ווער אין מיין משפחה האט א ניק דא?) "חנוכה פארטי". כנהוג בכל תפיצות ישראל קומען זיך אידן צוזאם מיט די משפחות און רעכטן אפ א מיליכיגער יארצייט סעודה לעילו נשמתו פון מר. עליפארני ז"ל.

(אגב, אז מ'רעדט שוין, א אינגערמאן שיקט מיר א מעסעדזש אז זיין ווייב האט יעדע נאכט מיט אירע חבר'טס און משפחה מיטגלידער יארצייט סעודות לעילו נשמת פון עליפארני. און לזכר הנס נעמט זי אום יעדן טאג אראפ דעם קאפ..)

מיר וועלן נישט אויסרעכענן די כל-ערליי וויצן וואס מיר האבן מיטגעהאלטן לענגאויס דעם יארצייט-סעודה, אריינגערעכענט דאס פארטייילן גרויסע רינדעכיגע טשאקלאדן וואס האט אויסגעקוקט ווי א "ראָם-באָל" ווען פון אינווייניג איז אין ווירקלעכקייט געליגן דאס געלעכעל פון א איי!! ווועךךךךך...

גענדיגט דעם סעודה האט מען אין די נאכט אריין, און ביז מיר האבן זיך געזעהן מיט זעק און פעק (המכונה חנוכה פרעזענט) און אלע קליינוואג אין דערהיים איז געווען אין די נאכט אריין. געלייגט האב איך מיר ערגעץ נאך דריי אזייגער ביינאכט/פארטאגס.

יעצט וואס האט איר פארלאנגט פון מיר? ס'איז זינטאג, חנוכה, חאגא וואך, טאג נאך חנוכה פארטי. ווען זאל איך אויפשטיין??

דער אמת. ס'איז קיין גרויסע נפקה מינא וואס איר האט געוואלט און וואס איר האלט, ווייל איך האב זיך אויפגעוועקט..... 12:32..PM..

גלייבט מיר בנאמנות אז איך האב געהאט א ברייטער מנין ווען איך בין אנגעקומען אין שול, דער בעל תפלה איז פארגאנגען אין א ווארימער "אנא השם" ניגון. (דאכצעך עס קומט פון ר' ליפא לויאש... שוין, אריין אין היכל הנגינה) און נאך געדאווענט דעם מוסף געהעריג אן די תפילין.

דער פראבלעם איז נאר געווען דאס אז עטליכע מענטשן האבן מיר פארגעהאלטן "נו? היתכן? סוך זמן תפלה??" איך האב זיי למעשה נישט געהאט וואס צו ענטפערען, איך האב גראדע געוויזן אז איך קען נישט רעדן מיט די תפילין "נו.. נאָ.. נאַ... אהא! עה..." וכדומה. אבער קיין רעכטער תירוץ האב איך נישט געהאט. אלזא קרעמער, עס קומט דיר א גרויסן שכויעך דערפאר. כ'גיי עס האלטן מיט מיר אין טאש ביז ביינאכט...

קרעמער, נחמתני !

יישר כח פארן וויץ פון אליפורני'ס יארצייט סעודה, איך האב עס גענוצט ביי א חנוכה פארטי וואס האט נאכגעפאלגט דעם ארטיקל. אויך די שטיקל איי אינעם ראם-באל איז נישט אוועקצומאכן... און דיין אויפשטאנד... איי איז דאס א רעוואלוציע... לאמיר האפן עס וועט מער נישט געשען (ביי קיינעם).
יאנאש האט געשריבן:קרעמער, גוט איז שוין צוויימאל דאס ווארט, איך האב מיך שוין א לענגערע וויילע נישט אזוי אויסגעלאכט, אז ס'גוט אז ס'גוט.

און ברענגט דאס נאך נאך איינס און א גוטס פונעם ראה"ק קאנדידאט צייטי דאן קאן שוין בעסער'ס נישט זיין, יישר כח דאפעלט.

ממש אזוי? אויסגעלאכט? מילא "מיך", אבער פארוואס האסטו "דיך" אויסגעלאכט? נעווער מיינד.
farshlufen האט געשריבן:קרעמער, א דאנק פארן שמייכל אין א פארוואלקענטן זונטאג, און א באזונדערן דאנק פאר כ''ק אדמו''ר מלפנים מטראלי וואס איז געווען דער גורם דערצו.

צייטליך, את חטאי אני מזכיר, איך בין היינט אויך פארשלאפן, נישט אזוי ווייט אז דער טראלי טעות זאל מיר נוגע זיין אבער דאך אביסעלע שפעט.

צווישן מיר און דיר: דיין פארשלאפן איז מסתמא געווען פון 5 אויף 6 אדער פון 6 אויף 7 (אזוי ווי ניטל הבא עלינו). אמת?
זאנוויל האט געשריבן:זאג נאר קעמער, האסט קודם געמאכט דעם ארטיקל, און דערנאך באשטעלט ביים יומו א טעות?...

אבער וואס זאל איך דיר זאגן, סיז איינס אין א איינס, ביים אויספיר האב איך מיר אזונס צוקאטשקעט, אז סיז געגאנען א רויעך, ווי פלעגט די באבע וואונטשען אזא צייט "זאל דיר עס זיין צי מצוה".


צייטליך א רחמנות אויף דיר, נעקסטיים קום צי מיין פארטי, דארט איז נישט פארגעקומען די אלע מאכענאציעס,

עניוועי כי צחקתי...

יישר כח פאר די וואונטש, און ניין, אזא טעות קען נישט געשען אויפן פארלאנג, עס מוז זיין א זאפטיגע כלאחר יד כשגגה שיוצא מפי הטראלי.
קוימען קערער האט געשריבן:קרעמער, אז די האסט מיך געקענט מאכן רעדן, ביזטו א קונצן מאכער, דאס איז איינס און א גוטס

יישר כח. פון א שתקן איז יעדע ווארט מער ווערט.
זיידעניו האט געשריבן:קרעמער ;l;p- ;l;p-
גוט געזאגט...

יישר כח, יישר כח.
פלאפי יוד האט געשריבן:קרעמער, באמת געוואלדיג!!!!!!!

איים סארי ס'האט געדויערט אזוי לאנג דיך צו באדאנקן, איך בין ערשט יעצט אויפגעשטאנענן...

בעטער לעיט דען נעווער. שטעל דיך פאר דו שטייסט נישט יעצט אויף? איי מיען, קאם אן! איך האב נישט קיין כח צו די מייק-קארס (מ'פארשטייט סייווי נישט קיין ווארט אויסער "עוועניו").
אינטעליגענט האט געשריבן:יאפס, אמלעבט דערלעבט מען!

ווער האט נאך אמאל גערעכנט דאס אונזער הויכבאשפריצטער קרעמער וועט זיך אומקערן אין פולן פראכט, מיט זיין גאלדענעם פעדער שפייענדיג גלאנץ-שווארצע טינט מלא חן וטעם, מיט תוכן, גראמאטיש אויסגעהאלטן, הויכע שפראכעריש, הומאר-פול, יאפ! אז מ'לעבט דערלעבט מען.

לכאור' איז דאס איין לאנגע סימפטאם פונעם לעצטן גראנדיעזן תחיית-המתים-דרייוו, צוערשט מיט ר' זארעכ'ן, נאכהער מיט ר' כאלי'ן וואס האט שוין אגב פארלאזט נאך א קורצן פאפ-אין, ואחרון אחרון ייענטאאש ז"ל איך מיין זז"ג, זעהט אויס אז דער קרעמער האט אנגעהויבן שפירן באקוועם מיטן אלטן סביבה אזש ס'האט זיך אים צוגעדאכט אז מ'איז אויף אן אמת צוריק מיט א צירקע שפאר ביסל יארן, וואס כתוצאה האצעך אים דאס פעדער צעשפילט, אה! מי יתן והיה, מיר זאלן שטענדיג הנאה האבן דערפון!!!

.

דאס איז טאקע אויך געשריבן געווארן מיטן ציהל צוצוהעלפן דעם תחיית המתים תגובה-דרייוו וואס ר' זארעך האט איינגעפעדעמט. יישר כח פארן קאמפלימענט.
איך_הער האט געשריבן:נע, נישט אזוי שפעט, ס'איז פריש פון היינט, (איך האלטעך אינמיטן ליינען אלטע ווארע, סאו קענעס אויסקוקן פאני, אז כ'שלעפ ארויף אלטע זאכן, און כ'שעמעך ווען איך זע אז יעדער האט שוין קאמענטירט און איך נאכנישט.) אבער ס'זעט אויס אז ווען קרעמער שרייבט עפעס, באקומט יעדער אן אלערט, און יעדער איז געקומען צו פליען און קאמענטירן, נו שוין, אבער דאך בינעך נישט זייער שפעט, סינאך אינעם דבר יום ביומו.

קרעמער, געוואלדיג, נעמען א טעות הזעצער, און מאכן דערפון א בעסט סעלער, אן ארטיקל פון וואס זיך צו רייסן.

יישר כחכם, זעסט אבער אז ווען דו ווילסט קענסטו, סאו אפשר הייבסטע צוריק אן, געהעריג אזוי ווי אמאל?

אפשר... (אלס קינד פלעגט מען אין אזא פאל זאגען: אפשר יא, זיכער נישט).
לוסטיג האט געשריבן:א גרויסען שקויעך רבי קרעמער..
אבער א שאד איך האב נישט געוויסט פון דעם נאך נעכטען, וואלטוך ווען אראפגעדריקט דעם סנאז קנעפל היינט סאך רואיגער...

בעסער איצט ווי קיינמאל...

פון היינט און ווייטער קענסטו יעדן טאג דרוקן דעם סנוז קנעפל אלס ספק ספיקא אז אפשר איז דער זמן פון די דבר יום ביומו גרייזיג, והא ראיה זיי האבן שוין אמאל געמאכט א טעות מיט 90 שעה.
שלעפער האט געשריבן:הערשט היינט געלאכט, שכוח.

הערשט היינט געלאכט? אזא שלעפער צו זיין... שוין, אבי נאר א שלעפער (אן א פינטל) און נישט א פעיפער.
יגרסהדותא האט געשריבן:גאר גוט קרעמער, גאר גוט, קום אהער צדיק'ל לאמיר דיר געבן א קניפ אין בעקל.. איך רעד שוין נישט פון דעם איידיע פון "דעם כאפ" אויף וואס דער ארטיקל איז געצילט, דאס איז עפעס אויסטערליש. איך כשלעצמי באלעק זיך מיט דיין שריפט, שוין לאנג נישט געליינט אזעלכעס פון דיר.

ישר כח

יישר כח גדול פארן שיינעם קאמפלימענט.
היישעריק האט געשריבן:א גויסער ייש"כ רעב קרעמער פארן אויפמערקזאמען די פארדריסליכער טעות, נאכדערצו מיט אזא שיינער ארטיקל אין די זייט, ער וואלט דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן, נו ווי איז ער דארט... מאיר לעיזער... מאיר לעיזער.... אוי געוואלד... אייינער איז ליידער פארשלאפן... אוי איך קען מער נישט, ברענגט אים אהער...
קרעמער נהנתי.

דו מישסט נישט אפשר אויס זמן קרישמע מיט זמן תפילה? יישר כח עניוועי.
lebediger berel האט געשריבן:אפשר האט דער זייגער אויפן יום ביומו צוטון מיט'ן קאמפעטישאן, דער גוט מארגן מיטן קלעסיפייד וועלן ארויסגעבן נאך בעסערע זמנים, און דער עולם וועט קענען שלאפן אמחי'

מי יתן והיה... הלואי (איך פרוביר שוין לאנג מאכן עפעס א מחלוקה'לע צווישן די סאכדעס לוח מיט די אנדערע פון דזשי און דזשי...).
זארעכפעפער האט געשריבן:יא, יא, קרעמער. וויזוי שטייט נאר אויפן קעפל: "אז מ'דערלעבט דערלעבט מען"...

דיר צו זאגן ברבים ווי ווייט איך קוק ארויס אויף דיינס אן ארטיקל איז דאך גענצליך איבעריג. נישט איין מאל און נישט צען מאל האב איך דיר דאס שוין געזאגט און געשריבן. דען, כאמור כמה פעמים ביסטו דאך מיין ערשטער רבי בעניני כתיבה בכלל ועניני כתיבה בהומאר בפרט, און ווען איך זע דיינס א באשרייבונג איז דאס ביי מיר חביב בעיני א שטייגער ווי א גמרא פון גירסא דינקותא.

די מעשה איז נאר אז דער חברה מאן פארגינט מיר נישט קיין שטענדיגע הנאה. ער רוקט זיך דיר כסדר אן מיט זיינע מעשה התנכלות וערמימיות און ער שטעלט דיר אונטער פיסלעך. ער דרשנ'ט דיר אריין אלע סארט תירוצים, און מאכט זיכער אז א גוטס בכבימי קדם זאלסטו נישט אהערשטעלן, וויסנדיג אז אין דיינע שריפטן זענען תלוי אסאך אסאך. ער ווייסט גאנץ גוט אז צענדליגע און צענדליגע קוקן ארויס דערויף און וועלן נהנה זיין דערפון, נו, פארגינט ער דען אז אידן האבן הנאה? דער חברה מאן וואס ער איז...

ער, דער בחור בה"א הידוע, איז אזא חברה מאן אז נאר. יאפ, אפי' אותו חכם ובר אוריין, קרעמער ניקו, האט ער אויך ארייגעכאפט אין זאק אריין. שוין, קלוגערע און גרעסערע פון דיר האבן זיך שוין ליידער געבויגן צו זיינע תחבולות... אבער- - -

- - -אז מ'דערלעבט דערלעבט מען!!! איך האב ענדליך נאכאמאל דערלעבט הנאה צו האבן ממעשה ידך כבשנים קדמוניות. א נקמה אין דעם חברה מאן...

א דאנק פון זארעך טראגט נאך דעם אלטן גלאנץ. הגם איך ווייס נישט פון וועלכן חברה-מאן דו רעדסט... איך בין אפוועזנד צומאל צוליב דעם אלטן באטשי וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון עסן א פייג, און אלס רעזולטאט האט ער געדארפט שוויצן אויפן ברייטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”