זיידעניו'ס התפשטות הגשמיות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

זיידעניו'ס התפשטות הגשמיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צענדליגע, געציילטע, וואס געפונען זיך אויף מיין VIP ליסטע, האבן היינט אינדערפרי ביים זאגן גוט מארגן צום זייער קאמפיוטער געטראפן א גריס פון מיר - זיידעניו - מיט אפאר שורות, וואס ברענגן ארויס מיין געשעהעניש וואס כ'בין נעבעך אריבער נעכטען ביינאכט, און עס האט זיך געליינט ווי פאלגענט...

דער אויסגעפעלצטער בהמה גסה,
שטייט דארט אויבן אויפן טעראסע,
זעהט ווי אייז איז זיין לאנד מכסה,
אויסצוגליטשן יעדע מין און ראסע,
אראפצושליידערן זיידל מיט זיין משא.



עס איז ליידערניו נישט קיין וויץ ווען א אידן מאכט פישט ידים ורגלים ברבים אין גאס ואין פוצה פיצא ומציפציפ, יעדער דרייט זיך צום דריטן זייט און גארנישט וואלט געשעהן...


לאמיר אנהיייבן פון אנפאנג, דו וועסטאך וועלן איבער ליינען אין חודש תמוז מיינע שורות וועסטו נישט קענען פארשטיין וויזוי זאנס האט געקענט אפילו פארקומען.

עס איז תקופת טבת, ביינאכט טינקל, און א פארשטופטע געסל ווי חוץ קעלט און שאטן איז נישטא נאר אייז אויף דער, דער וועטער איז אנדערקעסט [נאוואדע אז מען ברעכט די ביינער דארף מען קעסט], בערך לויפט די וועטער אינטער 17 און מיט די שניידיגע ווינטל פילט זיך עס ווי 0 אדער א שטויס אונטער דער נול, דער ווינט בלאזט א מהלך פון פיפצן מייל א שעה, אביסל שענעלער ווי איך וואק, און ער בלאזט נישט קיין סטים נאר די קעלט אריין אין מיינע ביינער.

שפאצירט אהין אריין אין יענע געסל א איד מיט א שיינע נייע וואלענע מאנטל, און א גלאנציגע שאליק לויפט ארום זיין האלדז, און די צוויי עקן ענדיגן זיך איינס מלפנים און איינס מאחור, און ער גייט אזוי געמיטליך איינגעקוטשקעט איך זיך אליינס, דער נאז איז אים שוין רויט דער פרצוף איז שוין העל פינק, דער אויער האט ער שוין מורא צו צוצורירן ווייל עס קען שוין כמעט אראן קומען, און ער מאכט גרויסע טריטן ווייך ער וויל אנקומען צום ציל ווי שנעלער אן פארפרוירן ווערן אינדערמיט.

און איז אויפן וועג אהיים פון געשעפט מיט א זעקל קארטאפל פאר די דערהויבן חנוכה לאטקעס, נו! א בעג מיט פאטעטאס מיט אלע ספייסעס אייער וכו' וועג א שיינע פאר פונטלעך, אבער ווי זוי גייט דער ווארט, דער מענשט טראכט און דער באשעפער לאכט... דער מענטש האט מורא געהאט פון ווערן פארפרוירן, אבער פון אויבן איז אנגעשריבן א סורפרייז.

גללללללייייייייטטטטטטטשששששששש.... אאאאאאאאאאההההההה אאאיייייטטטשששש,

דאס איז געווען א מלך היושב אבער נישט פלעין נאר א ביג טיים, מען נעמט זיך אטעמען שווער מיט די צולאזסטע אייזיגע לופט וואס שוועבט ארום די הענט האט געכאפט אזא ריק, און די פיס איז דאך געווען ממש כמעט אזוי ווי יענע כי תקע כף ומזלג...

דער איד הייבט אויף זיינע אייגעליך און קוקט וואס איז דא געשעהן, און זעהט אז דער באל באאס פון דער פראפעטי האט געלאזט דעם שניי ווערן אייזיג, און דאס האט אראפגעשליידערט דעם אידישע נשמהלע, אבער אויב איז עס נישט גענוג מיט דען קוקט ער אויף און ער זעהט ווי דער בעל הבור, שטייט ביים פענסער פונעם טראסע [באלקאן-פארטש] און קוק אראפ מיט א סמיילי, ווי ער מיינט צו זאגן אז זיין נאכמאל איז פיין געווען, און גארנישט ער קומט ניטאמאל אראפ אויפצוהייבן דעם אידן....


דער אויסגעפעלצטער בהמה גסה,
שטייט דארט אויבן אויפן טעראסע,
זעהט ווי אייז איז זיין לאנד מכסה,
אויסצוגליטשן יעדע מין און ראסע,
אראפצושליידערן זיידל מיט זיין משא.



איך וויל נישט רעדן וואס עס איז געשעהן מיט די אייער פונעם זעקל, עס איז געווארן א גרויסע לאטקע נאך איידערן אנקומען אהיים.

ווי איז דער פאליציי מיט זייערע טיקעט, הא עס איז זיי קאלט גייען זיי נישט געבן טיקעסט פאר די בעל הבורות, [אויף יענע גאס איז טאקע געווען דריי בורות, סערוויס הא!], זאל זיי זומער היס ווערן און איינגיין פאר היץ, אפשר איז טאקע שוועמעל'ס קאמפיין קעגן בלומבערגס טיקעט סיסטעם דער שילד אין דעם [א נייע סקאנדאל]...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דערמאנסט מיך טאקע, פרייטאג נאכמיטאג, איך שפאציר אהיים פון מקוה, און נעבן מיר שטרעקט זיך אויס א ערל טמא אפים ארצה, און איך רעד דא פונעם הונטערשטן פנים דוקא. עס איז געווען א מחזה נורא, אבער היות איך בין געווען דער קרוב אל החלל, האב איך זיך געמוזט אפשטעלן דארט מטעם הנימוס ודרך ארץ, און אינאיינעם מיט נאך א צושויבערטע יונגערמאן וואס איז געווען אויפן וועג אנצוגרייטן די שבת ליכט, האבן מיר זיך מטפל געווען מיט דעם פגר טמא, זיך אינטערסירנדיג אויב ער קען זיך אליינס אויפהייבן אדער ער דארף הילף. זיין קול האט געגעבן אנצוהערן אז ער האלט אויפן וועג אהיים פון א קרעטשמע וואו מען געט ריכטיגע משקאות, אדער האט ער זיך איינגעשטאכן א דאזע דראגס אין די דרוזן, מיר האבן אים געהאלפן אויפשטיין, און תוך כדי דיבור איז ער ווידער אומגעפאלן, אזש מען האט געקענט קייכן פאר געלעכטער ווי דער שיכור קען זיך נישט האלטן גראד. עס איז געווען גאנץ נאנט צום זמן, זענען מיר נישט געווען באגיסטעט אים אהיימצופירן מיט כלי זמר, האבן מיר אים צוגעשטופט צום נאנטסטן פלאץ וואו ער האט זיך געקענט אנכאפן און צוריקבאקומען אביסל דעם גלייכגעוויכט, דאן האבן מיר באטראכט מיטן עק פונעם לינקן אויג ווי ער מאכט שטייטליך זיין וועג אהיים, וואקלנדיג זיך פון איין עק גאס צום צווייטן.
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

דיין גראנדיעזע טראך,
האט מיר -אומווילנדיג- געברענגט צו א לאך.
ס'ווילט זיך אונז געבן א מאך,
אז דער וואס שטייט דארט אויבן אויפן דאך,
זאל באקומען צו דער זאך,
און זיך אויסגליטשן מיט א קראך.

=כאב הנאה געהאט א סאך...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זיידעניו, יאפס, כ'בין איידעס, אז דו האסט עטליסט צו איינעם געשיקט די פזמון פון אויבן, און כ'האב טאקע גע'שמייכל'ט, אבער נישט וואוסנדיג, אז די פזמון, האט א גאנצע ניגון צו דערזייט, אצינד בינעך צו דעם אויך אנגעקומען, א גרויסן יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג, כ'האף אז די קלאפ נישט שוין נישט וויי.

אויב יא, האק אריין נאך אן ארטיקל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זיידי, יעדער מאכט דאס אמאל מיט, כ'גלויב קוים אז עס האט ביי דיר געווארט ביז אזא עלטער. אבער פארט, אם קבלה היא, נקבל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

ביי אונז איז געווען א עלטערער איד זאל ער רוען אין ליכטיגן גן עדן, האט ער אמאל ווען ער האט געכאפט אזא גליטש און דער עולם איז זיך צוזאם געלאפן באזארגט לדרוש בשלומו, געזאגט האלב שפאסיג : ר' אייזיק האט מיר געגעבען א גליטש, זעהט אויס ער האט אלעס אן געקוקט פאזאטיוו, ווער עס האט אים געקענט ווייסט וואספארא צרות ער האט אלס מיטגעמאכט במשך ימי חייוו.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

איינמאל און א שווערע גליטש שפאציר איך זיך מיר אזוי אויפן גאס, און אינטער מיר איז געגאנגען א פרוי, און פליצלונג געט זי זיך א גליטש אויס אויף דער ערד, און פון אינטון קומט צו גיין נאך א אינגערמאן און אויפן זעלבן פלאץ געט ער זיך אויך א שטרעק אויס, דער אינגערמאן איז געווען א ערליכע חסידישע אינגערמאן געט ער א זאג פאר דעם פרוי ריקטס אייך אביסל ארויף, נעמט זי זיך שרייען אויף אים, ווער איז דא געווען פארדעם??? אז דו ווילסט גיי דו....

עניוועי א גרויסן שכוח זיידי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלעפער;

א זאפטיגע מעשה... שלא היה.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

קרעמער, איך זאג צו!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז צו גוט צו זיין אמת.

דער אמת איז אבער אז צו וואס פעלט אויס עס זאל זיין אמת? אז עס איז גוט איז דאך שוין גענוג גוט.

יעצט וועל איך דיר זאגען א הוכחה אז עס קען נישט זיין אמת, ווייל אז ער איז א פרומער וועט ער דאך נישט רעדן צו א פרוי... נו, וויאזוי האט ער איר געהייסן זיך ארויפרוקן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

VIP אינדיד, מיר זענען אויף ס'ליסטע, מיר האבן געשמייכלט ביים עס קריגן אויף די בליץ פאסט, און נאכהער אטא דא נאכאמאל.

יישר כח זיידעניו.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

זיידעניו זיסער,

ווער נישט געבראכן ביי דיר. עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. והא ראי'....

ערהויל דיך, קום צוריק צו די כלים, און זיי אונז ווייטער מהנה.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

שלעפער האט געשריבן:איינמאל און א שווערע גליטש שפאציר איך זיך מיר אזוי אויפן גאס, און אינטער מיר איז געגאנגען א פרוי, און פליצלונג געט זי זיך א גליטש אויס אויף דער ערד, און פון אינטון קומט צו גיין נאך א אינגערמאן און אויפן זעלבן פלאץ געט ער זיך אויך א שטרעק אויס, דער אינגערמאן איז געווען א ערליכע חסידישע אינגערמאן געט ער א זאג פאר דעם פרוי ריקטס אייך אביסל ארויף, נעמט זי זיך שרייען אויף אים, ווער איז דא געווען פארדעם??? אז דו ווילסט גיי דו....


שלעפער, איך ווייס נישט צו ס'אמת צו נישט דיין מעשה, אבער מיר האט דערציילט א באגלייבטער יוד אט דער זעלביגער מעשה אביסעלע אנדערש, אז ס'פרוי האט זיך צוקייקעלט אויפן שניי אויף לי עוועניו (למען השם...) און דער איידעלער יונגערמאן האט צוגעשטופט א גארבעדש קען אז די פרוי זאל זיך אנכאפן, און ווי ער קומט נאנט טראךךךךךךךךךךךך!!!!!!!!! ער האט געמאכט א ויתגעגליטשטתו במלוא מובן הגליטש, און ער שרייט צו איר: "הייבט אייך אויף" שרייט זי צוריק: "איך בין דא געוועהן פאר אייך"
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

יוי זיידי האב איך געלאכט ווען עס האט פאסירט ווען איך ווייס אז דאס איז די נאכפאלג וואלט איך געלאכט נאך העכער (וואס? יא! אויפן גאס) כאטש אזוי הויעך ווי איך האב געלאכט ווען איך האב עס געליינט.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

זיידי כ'האב שטארק געלאכט, אבער נישט אויסגעלאכט... [תרתי משמע, איינס, כ'האב חלילה נישט אויסגעלאכט ווען כ'האב געזעהן אן אלטן איד בפישוט ידים, צווייטנס, כ'האמעך נישט אינגאנצן אויסגעלאכט, איך סעיוו נאך די איבריגע לאכעראציעס פאר קומענדיגע ארטיקלן...]
זיידי! נאר אזוי, הער נישט אויף שמייסן ארטיקלן, דערווארמען אידן אין די קאלטע אמעריקע..
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: זיידעניו'ס התפשטות הגשמיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

גם זה לחנוכה
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”