איי-וועלט כשרות אפטיילונג

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

די אייז קריעם טראק וואס פארט ארום קרית יואל ,וועלכע קאמפאני איז דאס ?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אפשר גיי מיר אין ביזנעס אין אויפן נעקסטען יאר עפענט מען א היימישע אייז קרים טראק מיט היימישע יונגעלייט מיט א גוטן הכשר ? נא עני אינוועסטערס

וואס די זאגטס וועגן זשי פי עס ,איז טאמער די ווייסט נישט איז לעצטענס שטארק אריין אין באניץ קעמרעס אין קיטשענס וכדומה ביי אסאך הכשירים

טאמער איך מאך נישט קיין טעות האט די אוי יא אדער אוי קעי געמאכט א נייע זאך ממש לעצטענס אז יעדע פון זייערע מקומות ווי זיי געבן א הכשר אדער גאר יעדע רעסטאראנט מיז האבן גוטע קעמרעס פון וואס זיי קענען 24/7 מאניטארן ,און טאמער עס ארבעט נישט אדער ביז יענע באשטומטע דעיט האט נישט די געשעפט קיין קעמרע ,פארלירט מען אוטאמיטיש די קעמרעס

גראדע געהערט אז מישקאלץ האט קעמרעס ביי ארלינגטאן האטעל וואס ער קען מאניטארן ועוד

סא א בעל מכשיר קען האבן סיי א זשי פי עס און סיי א קעמרע אין אייז קרים טרעקעל וואס ער קען מאניטארן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

רעסטאראנט האט געשריבן:די אייז קריעם טראק וואס פארט ארום קרית יואל ,וועלכע קאמפאני איז דאס ?

ר' בנימין גרובער גיבט א הכשר דערויף
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך זע נישט קיין זכר פון א השגחה.
http://www.koshericecreamtruck.com/
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אַבּערוואַס האט געשריבן:סינעריאו איינס וואלט געווען; 1) א אייזקריעם טראק מיט אן אייגענע "ברענד" און אן אייגענע "השגחה" קלאר ארויפגעשריבן אויפ'ן טראק, פארקויפט אייזקריעם פראדוקטן פין פארשידענע פירמע'ס, פינטל. 2) ווייל ער פארקויפט פראדוקטן פין פארשידענע פירמעס, און ער וויל אז מענטשן זאלן דאס אויך וויסן און נישט טראכטן "ווער ווייסט וואספארא געמויזשעכטץ ער פארקויפט דארט?" וואלט געקענט מאכן סענס אז ער זאל "אויך" האבן די לאגא'ס פין די פירמע'ס - וועמענס פראדוקן ער פארקויפט פאקטיש - דיספלעיד אויף זיין טראק (מיט ליגעל דיסקלעימער'ס און/אדער רשות וכדו').

אויף די סארט סינעריאו בלייבט נאר איין קושיא צוטיילט אין צוויי און דאס איז, וויאזוי נעמט זיך א רב המכשיר אונטער אחריות 1) אויף א זאך וואס איז אפיציעל נישט סטאנציאנירט, נאר גייט ממקום למקום (והיינו ער קען טון פארשידענס אן דעם וואס דער רב המכשיר זאל קענען אריינפאלן צו יעדע מינוט, ועוד, אפי' דער רב המכשיר קען יא וויסן וואו ס'געפינט זיך, האט ער נישט די מעגליכקייטן צו אינפארסירן קיינע סטאנדארטן ווי אין א לאקאלע זאך, ופשוט)? 2) די סארט חברה וואס פירן (אן) די טרעקלעך, וואלטן רוב מענטשן נישט געטראסט קיין דיים, איז וויאזוי קען מען זיי טראסטן איין מינוט אליינס מיט כשרות?

אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רב המכשיר קען טרעקן און אפילו דו טראסט נישט יענעם מיינט נישט אז מ'קען אים נישט טראסטן. אפשר פארדעכטיגטסטו צו סאך (איך קען זיי נישט. איך טראכט נאר הויך)
אזוי אויך קען זיין אז זיי האבן קאמערעס וואס דעמאלטס קען דער רב המכשיר פונקטליך זען אלעס
בקיצור. אויפן רב המכשיר איז נישט שווער. אויב קען ער האלטן אן אויג (אויב נישט, האסטו א פוינט)

אַבּערוואַס האט געשריבן:סינעריאו צוויי

איז א פאלנער באנדיט און כ'וואלט נישט געקויפט פון אזאנעם


נו לאמיר מסביר זיין מיין פריערדיגע תגובה
צו געזונט האט געפרעגט וואס איז שלעכט אויב איינער לייגט ארויף די לאגא פון די קאמפאני וואס ער פארקויפט
האסטו געשריבן א לאנגס און א ברייטס
האבעך ארויסגעפוינט דעם עיקר פראבלעם אז ער פארקויפט ניטאמאל מהדרין סאו ער איז סאם א ליגנער

אויף דיין טענה וויאזוי מ'קען געבן אן השגחה אויף א טראק האבעך געענטפערט GPS

אויף דיין קשיא וואסארא חששות ווערן נתברר דורך GPS האבעך נישט קיין געדולד צי שרייבן די לאנגע הסבר סאו כ'האב נאר אויפגעברענגט אז א איד האט א חזקת כשרות וואס איז א חלק פונעם פוינט און זאל א צווייטער אריינפילן אנשטאט

גענוג קלאר?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וואס עפעס? האט געשריבן:ווייסט איינער וואס טוט זיך בנוגע תולעים אין די סושי?

כהער אז די גרינע חלק אויף וועלכע מען קלעפט צו די רייז האט מען לעצטענס געזעהן תולעים

ס'איז אן אלטע באקאנטע פראבלעם, מען ברויך נזהר זיין און קויפן נארי מיט א השגחה מעולה
Forkosh
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 1:09 am

Wal Mart Spring Water without OU

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Forkosh »

ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Calcium carbonate, however, may also be derived from oyster shells
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

Forkosh האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.


אמאל געהערט פון א בעל מכשיר (קען זיין געזען אין מדריך פון התאחדות) אז מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער אן קיין הכשר. עס קען האבן פראבלעמען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שאינו יודע האט געשריבן:
Forkosh האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.


אמאל געהערט פון א בעל מכשיר (קען זיין געזען אין מדריך פון התאחדות) אז מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער אן קיין הכשר. עס קען האבן פראבלעמען

און מיר האט רבי אשר עקשטיין געזאגט אז מ׳מעג יא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דערמאנט מיר ר' חיים מענדיל'ס א מייסע
זיצט א אינגערמאן ביי א מורה הוראה אויף שימוש
קומט אריין א אידענע מיט א הינדעל "דער גאל זעט אויס נישט אין ארדענונ"
זאגט דער מו"ץ נו וואס זאגסט דו?
אין דער אינגערמאן דרייט דעם עוף אהין אין אהער און ווייסט נישט וואס צו קיקען
זאגט אים דער מו"צ : ווילסט ווערען א מרא דאתרא און די ווייסט נישט אתרא דמרה

אין ה' תשע"ח אין נ"י קען יא זיין אזא מו"ץ
זוגתי שתחי' האט געזעהן אויף א אינדיק פולקע "עפעס מאדנע"
מיין דיין איז נישט אינדערהיים מיין נעקסט דאר שכן אבד"ק .... איז נישט אינדערהיים
לויף איך אריבער אין בית הוראה דק"ק ..... און ווייז עס פאר דעם ON DUTY מו"ץ
זאגט ער מיר "קיין סך עקספיריענס מיט דעם האב איך נישט אבער דאס ווייס איך איז נישט קיין פראבלעם"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

אייז קיובס פון עראפלאן & עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

מעג מען עסן\טרונקען די אייז קיובס וואס מען טיילט אין עראפלאן און פון די עירפארטס?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וויכטיג פאר די וואס פארלאזן זיך אויף OU שמן זית:
OU Kosher

OU KASHRUTH ALERT
August 30, 2018
Iberia Extra Virgin Oil With Balsamic Vinegar
Brand
Iberia
Product
Extra Virgin Oil With Balsamic Vinegar
Company
Iberia Foods, Brooklyn NY
Issue
Unauthorized OU

The Orthodox Union does not certify Iberia Extra Virgin Olive Oil With Balsamic Vinegar. Some bottles were labeled with an unauthorized OU symbol. Corrective actions are being implemented.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?

דהיינו?
---
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?

יא די זעלבע בעל מכשיר...
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

קיקיון האט געשריבן:
דערמאנט מיר ר' חיים מענדיל'ס א מייסע
זיצט א אינגערמאן ביי א מורה הוראה אויף שימוש
קומט אריין א אידענע מיט א הינדעל "דער גאל זעט אויס נישט אין ארדענונ"
זאגט דער מו"ץ נו וואס זאגסט דו?
אין דער אינגערמאן דרייט דעם עוף אהין אין אהער און ווייסט נישט וואס צו קיקען
זאגט אים דער מו"צ : ווילסט ווערען א מרא דאתרא און די ווייסט נישט אתרא דמרה

אין ה' תשע"ח אין נ"י קען יא זיין אזא מו"ץ

דער ווארט האט געזאגט דער הייליגער חתם סופר און אויב איך האב נישט קיין טעות האט זיין זון רבי שמעון סופר אריינגעטייטשט אז ס׳מיינט אז מען קען נאר זיין א רב ווען מען ווייסט ווי ס׳איז ביטער פאר א איז אויפן הארץ.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

2018-09-02.png
2018-09-02.png (676.5 KiB) געזען 5057 מאל
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

ווייסט איינער, צו ס'איז דא א חילוק צווישן די ראממען לעטוס און די אייזבערג לעטוס, צו די אייזבערג איז בכלל ווייניגער מוחזק בתולעים, במילא קען מען זיך פארלאזן און קויפן די סענדוויטשעס פון די גראסעריס אפילו איך ווייס נישט פון וואו זיי נעמען דאס. אדער אין חילוק כלל? בתודה למפרע.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קושטא האט געשריבן:ווייסט איינער, צו ס'איז דא א חילוק צווישן די ראממען לעטוס און די אייזבערג לעטוס, צו די אייזבערג איז בכלל ווייניגער מוחזק בתולעים, במילא קען מען זיך פארלאזן און קויפן די סענדוויטשעס פון די גראסעריס אפילו איך ווייס נישט פון וואו זיי נעמען דאס. אדער אין חילוק כלל? בתודה למפרע.


ביידע זענען מוחזק בתולעים און זענען צריכים בדיקה
אייסבערג איז גרינגער רייניגען לפי ערך צו ראמעין
איך פארשטיי אבער נישט וואס די פרעגסט
וויניגער מוחזק קען מען זיך פארלאזען אויף א איד וואס די קענסט נישט?
מער מוחזק דארפסט די שוין זעהן דעם לעיבעל און וועמעס השגחה?
האט דער סענדוויטש מאכער א השגחה אויף וועם די פארלאזט זיך?
ניין? וואס איז מיט די טונא אדער קעז? וואס איז מיט דעם ברויט? וכ' וכ'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

ביי א געוויסע גראסערי ווייס איך וועלכע הכשר זיי נעמען. מיין שאלה איז, זענען אלע גרינהאוז קאמפעניס די זעלבע מהודר, וויבאלד ס'איז דאך א גרינהאוז. אדער יש לחלק ביניהם. ואם תמצא לומר שיש לחלק, האם באייזבערג יש יותר מקום להקל.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קושטא האט געשריבן:איך וועל בעסער מסביר זיין. איך נוץ פ., די סענדוויטשעס ווייס איך אז זיי נעמען סיי ב. און סיי פ.
און בכלל איז עס פונקט אזוי גוט ?

די האלסט אז מען קען זיך פארלאזען אויף דעם בעל הבית פון ב. און זיין בעל המכשיר?
וואס ברעכסט די דיר דעם קאפ אין ענינים וואס די הייבסט נישט אן צו פארשטיין

באמת קען גאר זיין אז אויב די וועסט פרעגען א מו"צ וועט ער דיר זאגען אז ראמעין איז בעסער ווי אייסבערג

אייסבערג איז דא געוואשענע וואס האבען אנגענומענע השגחות
ראמעין מיט השגחה איז נור דא פון גרינהאוז וואס קען אפשר אריינגיין אין מיעוט שאינו מצוי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

איך האב געהערט פון א קעיטערער בשם רבי אשר עקשטיין שליט״א אז אייסבערג לעטוס האט ער עם געלאזט ניצן אפילו דאול וואס האט נאר א ou
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קושטא האט געשריבן:ביי א געוויסע גראסערי ווייס איך וועלכע הכשר זיי נעמען. מיין שאלה איז, זענען אלע גרינהאוז קאמפעניס די זעלבע מהודר, וויבאלד ס'איז דאך א גרינהאוז. אדער יש לחלק ביניהם. ואם תמצא לומר שיש לחלק, האם באייזבערג יש יותר מקום להקל.

דאס דארפסט די אליין מחליט זיין
איז הרה"ג פלוני ביי דיר גענוג א בר סמכא אויף אזא הארבע איסור ווי מען קען עובר זיין כמה וכמה לאווין מיט איין משהו ?
ביי וועם פרעגסט די דא אויף אייוועלט?
גרינהויז דארף א השגחה מעולה
עס מוז זיין א שטארקער קאנטראל אז דער גרינהויז איז סתום וחתום מרישא ועד גמירא
-----
אלמוני האט געשריבן:איך האב געהערט פון א קעיטערער בשם רבי אשר עקשטיין שליט״א אז אייסבערג לעטוס האט ער עם געלאזט ניצן אפילו דאול וואס האט נאר א ou

ווער קען דאס מסביר זיין
דער מדובר איז געווען אויף אייסבערג בכלל אדער איין ספעציפישע קאממפעני?
תולעים ביי אייסבערג איז נישט א מיעוט המצוי?
דער OU משגיח ביי XYZ LETTUCE איז א מומחה וירא שמים?
דער מהלך ביי OU בענין תולעים איז אויסגעהאלטען?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

די וואס ניצן Black-Eyed Peas פאר 'רוביא' (פון די סימנים פון ראש השנה) דארפן וויסן אז זיי זענען אינפעסטירט מיט שרצים. זע דעם קליפ.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”