ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט אין 2016 ?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט אין 2016 ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א גוט יאר אלע חברים.

א אויסגעדראשענע טעמע, הא? יא יא, גערעכט גערעכט.
די אויבן דערמאנטע פראגע פונעם קעפל ווערט אסאך געפרעגט און דעבאטירט שוין קרוב צו צוויי יאר, און צווישן די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל האט זיך שוין אויך, פארשטייט זיך, געטון אויף טישן און בענק איבער די מיליאן דאלארדיגע פראגע, און ווי מיר זעען האלט עס אין איין ארויפקומען צווישן אלע פאליטישע אשכולות, אזש עס קען שוין צומאל נערוועז מאכן.
אלזא, העמער דא האבן א ספעציעלע אשכול צו דעבאטירן די נושא, און ווי אימער עס קומט ווידער ארויף די האקעלע פראגע וועט מען וויסן צו שיקן אהער, אזוי אז די אנדערע אשכולות וועלן זיך בעסער קענען האלטן צום נושא.

צום ענין.
מעשה שהיה, און נאוועמבער 2016 האט די אמעריקאנע געוועזענע ערשטע פרוי, ניו יארק סענאטער, און סעקרעטערי אוו סטעיט, הרבנית הילערי קלינטאן געווינען די דעמאקראטישע עלעקשאנס צו ווערן די אמעריקאנער פרעזידענט, און צוויי מאנאטן דערויף האט איבער גענומען די פרעזידענטשאפט, ווער? נישט זי, נאר עפעס א ביזנעס מאן פון ניו יארק אשר לא קרא ולא שנה ולא שמש תלמידי חכמים, דאנאלד טראמפ, און זינט דאן פירט ער די אמעריקאנער רעגירונג.
ער האט פשוט און פראסט פארכאפט דעם טראן.

הערט זיך ווי א מאפיא געשיכטע, ניין?

איז לאמיר פרובירן צו פארשטיין אביסל וויאזוי די אמעריקאנע גאווערנמענט סיסטעם ארבעט, און אפשר אזוי וועלן מיר קענען דערגרייכן א פארשטאנד צו פארענטפערן אונזער ברענענדיגע שאלה, וויאזוי קען אזא זאך פאסירן?

איז אזוי, ווי יעדער ווייסט איז אמעריקע א דעמאקראטישע לאנד, וועלכע ווערט געפירט דורך "ווי דע פיפל" וועלכע ערוויילן זייערע אפישילס צו די פארשידנארטיגע ברענטשעס פון די רעגירונג, אבער יעדער פארשטייט אויך אז עס איז נישט מעגליך ביי יעדע פראגע וואס מאכט זיך אין די רעגירונג זאל מען עקסטער אנפרעגן די בירגער וואס איז זייער פארשטאנד אין די זאך, אויף אזא וועג קען מען מאכן וויילן יעדע פערטל שעה, ממילא האט מען אויסגעשטעלט סיסטעמען וויאזוי די אמעריקאנע עלעקטעד אפישילס קענען אליין אפמאכן וויאזוי צו פירן די לאנד, אויף א אופן עס זאל אמבעסטן אפשפיגלען די מיינונג פון רוב בירגער, און אויף יעדע החלטה אין די גאווערנמענט פון געזעצן ביז פאליסיס ביז שטעלן ריכטער א.א.וו. האט זיך זיין סיסטעם וויאזוי עס ווערט דורכגעפירט.

יעצט, צו מאכן טאקע די אלע סיסטעמס סענס? צו שפיגעלט עס טאקע אפ די רוב אמעריקאנער? נישט ממש, אסאך מאכן סענס, און אסאך ווייניגגער, און אסאך בכלל נישט ווי מיר וועלן באלד זען, אבער ווילאנג די סיסטעם איז אין פלאץ איז דאס די פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין אז זאכן זאלן קענען געשען, און ווילאנג מען טוישט נישט דעם סיסטעם איז נישט פארהאן קיין אנדער מהלך.

לאמיר מסביר זיין מיט א משל, אין די יונייטעד סטעיט סענאט וועלכע איז די מאכטפולסטע ענטיטי אין די לעגיסלאטיווע ברענטש, און דארט ווערט אפגעמאכט יעדן טאג קריטישע באשלוסן איבער כל מיני נושאים פונעם לאנד, איז דא צוויי סענאטארס פאר יעדן סטעיט,
יעצט פרעג איך מיין שאלה, איז יושר אז די סטעיט ווייאמינג וועלכע האט א קארגע האלב מיליאן איינוואוינער זאל האבן די אקוראט זעלבע ווארט און מאכט ווי די סטעיט קאליפארניע וועלכע האט אזויפיל ווי איבער 39 מיליאן מענטשן?
עס מאכט סענס? נישט אין מיינע אויגן.

יעצט לאמיר זאגן אז פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן וויל מאכן א געזעץ אז די "איעגעל" זאל ווערן די אפיציעלע באשעפעניש פון די יונייטעד סטעיטס, (אבי געשאסן, די עיקר די נמשל) גייט ער זיך מאכן א חשבון אז אמעריקע איז דאך א דעמאקראטישע לאנד, וועט ער אנהייבן ארומגיין מאכן ראליס אז דער רובא דרובא אמעריקאנער עולם וועט ווערן אנגעווארעמט אז יא, דער אדלער איז טאקע די פאסיגסטע פאר די פאזיציע, אבער פון די פאר סענעטארס פון די נערישע סטעיטס ווי מעין, דעלעוועיר און ווערמאנט, וועט ער זיך נישט וויסנדיג מאכן, קען ער פארגעסן אז דאס זאל אמאל ווערן א געזעץ, און ער וועט אראפ גיין לחרפה ולדראון עולם פארן זיין אזא דורכגעפאלענע פרעזידענט וועלכע קען נישט דורכפירען זיין אגענדע! פארוואס, אמעריקע איז דאך א דעמאקראטיע און ער האט דאך געהאט מיט זיך רוב בירגער? ווייל דאס איז די סיסטעם! און אז די ווילסט זיין סוקסעספול מיזטו קענען ארבעטן מיטן סיסטעם, אנדערש ביזטו א דורכפאל!
און די זעלבע פארקערט, לאמיר זאגן פרעזידענט העמילטאן האט געוואלט אריין שטעלן א דזשאדזש אונעם סופריעם קאורט, די דזשאדזש האט געהאט זייער ווייניג שטיצע צווישן די מאסן, אבער העמילטאן האט סוקסעספולי איבערצייגט די סענאטארן זאלן שטימען פאר זיין נאמינאציע, און וואונדער איבער וואונדער, עס איז דורך! האסטו א קושיא אמעריקע איז דאך "ווי דע פיפל" און דער עולם האט דאך נישט געוואלט דעם דזשאדזש? גוט, אבער עס איז דא א סיסטעם, אז דו ווילסט קענסטו איבער מאכן דעם סיסטעם, אבער ווילאנג די סיסטעם איז אין פלאץ, און דער פרעזידענט האט באוויזן זיך דורכצושטיפן אט די סיסטעם, איז ער א סאליד סוקסעס!
קען זיין אז ער/זיינע פאליסיס/אויסוואלן זענען נישט פאפולער, פיין שרייב עס אריין אין דיינע ביכער, אבער די רעגירונג ווערט געפירט דורך סיסטעמען און פראצעדורן, נישט דורך מער אדער ווייניג פאפולער, אויב דער עולם איז נישט צופרידן ווארפטס אים ארויס ביי די קומענדיגע וויילן.

עד כאן המשל, און דאס איז נאר איינס פון זייער אסאך אנדערע אזעלכע פעלער.

יעצט מיט די משל האף איך וועלן מיר קענען פארענטפערן אונזער א.ד. הארבע שאלה.
ווען מען וועלט אויס א פרעזידענט אין אמעריקע איז מאיזה סיבה שהוא איינגעפירט אז מען ציילט נישט אפ די שטומען פון יעדן איינציגן בירגער, נאר מען ציילט אפ די שטומען פון די פארשטייער פון די סטעיטס, דהיינו יעדע סטעיט באקומט אזויפיל פארשטייער/עלעקטארעלס לויט די גרויס פון די באפעלקערונג, און די פארשטייער פון יעדע סטעיטס וועלן שטומען לויט די רוב פון זייער סטעיט.
הפנים, אזא סיסטעם איז דא, צו איך פארשטיי עס? אביסל יא און אביסל נישט, צו עס איז ריכטיג? מען קען זיך טענה'ן ביז איבעראיאר, אבער דאס איז די פראצעדור אז דו זאלסט קענען ווערן פרעזידענט, דו דארפסט האבן רוב עלעקטארעלס, נישט רוב בירגער. פינטל. ווער עס וויל קען אנהייבן א מאוומענט עס צו טוישן, מיט אסאך הצלחה, אבער ווילאנג ער באווייזט דאס נישט וועט דאס בלייבן די סיסטעם.

איצטערט קומען מיר צו לנידן דידן.
דער דאנאלד טראמפ האט באוויזן צו דורכגיין סוקסעספול דעם פראצעדור צו באקומען די פארלאנגטע עלעקטארעלס. הילערי קלינטאן נישט.

שוין, איך מיין מיר זענען פארטיג, אלעס איז שוין פארשטענדליך,
הילערי האט געהאט מער פאפולער וואוטס? יא, אבער עס איז פונקט אזויפיל ווערט ווי זי האט געהאט מער געלט, אדער מער טוירקי פאר סאפער, נישט דאס דארף מען צו ווערן פרעזידענט! מען דארף עלעקטארעלס! און דאס האט זיך די אייגענע וועג וויאזוי מען באקומט דאס, און דארט איז זי געווען א יאאאאדזש דורכפאל, ממילא איז זי נישט פרעזידענט!

נאכאמאל, האסט טענות אויפן סיסטעם? נו נו קענסט עס פרובירן צו טוישן, און אז דו וועסט עס באווייזן און מען וועט דארפן פאפולער וואוטס וועט מען דעמאלטס זען ווער עס קען בעסער, אבער יעצט איז נישט דאס די פארמעסט! און די פארמעסט האסטו פארלוירן.

און צו זאגן אז הילערי איז עכט פרעזידענט, איז ווי צו זאגן אז די עמפייער סטעיט בילדינג געהערט פאר מיר, אמער אלע טענענטס פונעם בילדינג האבן מיר קלאר געזאגט אז זיי ווילן איך זאל זיין זייער לענדלארד? פארוואס ווערט עס נישט מיינס? ווייל עס צו באקומען דארפסטו רעדן צום בעל הבית, און אפילו דו וועסט האבן אלע טענענטס מיט דיר ווערט עס נישט דיינס.

פארוואס?

ווייל דו האסט פשוט גערעדט צו א ראנג עדרעס!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גערעכט, ווי @וויכטיג מאכער דערמאנט אייביג אז דאס איז געווען די פארמעסט און טראמפ האט עס געווינען.

צו עס איז נארמאל ? ניין, און די סענאט טאקע אויך נישט, דעמאלטס איז נישט געווען אזא גרויסע חילוק צווישן קלענערע און גרעסערע סטעיטס ווי היינט.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

צל עובר האט געשריבן:גערעכט, ווי @וויכטיג מאכער דערמאנט אייביג אז דאס איז געווען די פארמעסט און טראמפ האט עס געווינען.

צו עס איז נארמאל ? ניין, און די סענאט טאקע אויך נישט, דעמאלטס איז נישט געווען אזא גרויסע חילוק צווישן קלענערע און גרעסערע סטעיטס ווי היינט.

טאקע פאר דעם איז דא די קאגרעס וואס ווערט יא צוטיילט לויט וויפיל מענטשען די שטאט פארמאגט
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

maybeeynot האט געשריבן:

קאנגרעס איז איז כמעט גארנישט ווערט, די ענדגילטיגע מאכט ליגט ביים סענאט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יעדע געזעץ דארף דורך גיין ביידע הייזער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאמינעישענס טרעיד און נאך ברויך בלויז דורכגיין אין סענאט.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אפיציעל הייסט עס אז סענאט באשטימט די געזעצן, אבער כדי עס זאל קענען ארויף קומען צום סענאט מוזן זיך קודם די קאנגרעס דורכקומען.

און ווי @צל האט געזאגט אז כמעט אלעס חוץ געזעצן ליגט ביים סענאט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די באדזשעט הייסט יא אפעציעל אז עס געהערט פאר קאנגרעס און די סענאט ברויך עס באשטעטיגן.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואס ס׳האט געשפילט די הויפט ראלע און קלינטאן׳ס פארלוסט פארשטיין מיר שוין. ווי געשריבן נעכטן, וואס איז געווען די נעגעטיווע דעקונג אויף איר דורכאויס די לעצטע 2 3 חדשים פונעם עלעקשן סייקל. נישט פון די מידיע חלילה, נאר פון וויקליליקס. און ווי שוין ברייט אויסגעשמיסט אז פארקערט, די מידיע זענען געווען וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיטן זיין פארנומען צו פאוקעסן אויף פון ווי די ליקס קומען, וועלן די וויילער זיך נישט קימערן מיט די אויפגעדעקטע קאראפציע און מיסברויכן, נאר נאכאלטס שטימען פאר איר. - טעות!

דא איז מיין נעכטיג אפשאצונג:
viewtopic.php?p=1705515#p1705515
(הערה: אויב קריך איך דיר אויף די נערוו׳ן, ביטע סקראל אראפ און גייזשע ווייטער פון דאנעט. אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן)

יעצט קומט די צווייטע חלק, דאס איז וואס האט ארויפגעברענגט טראמפ אזוי הויעך. נישט וויזוי ער האט געווינען, נאר וויזוי ער האט אויסגעשטיגן. כ׳וועל פארשטיין געבן וואס כ׳מיין. א געווינער וועט אלעמאל זיין נאר איינס. דאס מיינט אז נאר איינער טאקע וועט זיין פרעזידענט, אבער פון די צווייטע זייט האט דער צווייטער געהאט סאקסעס מיטן אויסשטייגן וואס ער איז אויסגעשטיגן, און באוויזן צו זיין דער וואס האצעך פארמאסטן מיטן געווינער.

ווען ס׳פארמעסטן זיך צוויי סענעטארן, לדוגמא, סענדערס מיט קרוז, קומען שוין ביידע פון ערגעץ. ביידע האבן שוין א גריפּ אויף א חלק פארטיי, יעצט גייען זיי זיך פארמעסטן ווער ס׳קען אנצוען שטערקער. דא איז אבער געווען גאר עפעס אנדערש. קלינטאן האט אנגעהויבן מיט א מאכטפולער אויבערהאנט אינערהאלב די דעמעקראטישע פארטיי, און פון די צווייטע זייט איז טראמפ ארויסגעוואקסן פון און ערגעץ נישט, ער האט געמיזט צאלן אפאר הוימלעסעס זאלן שטיין ביי זיין דרשה און קלאטשן ווען ער האט געמאלדן אז ער לויפט (וואוא סאטשע יאאדזש קראוד... אנבעליוועבל!)

טראמפ ווס קלינטאן!?. וויזוי האט דאס פאסירט?.
.
די פריימערי פעסט פאוערד; טראמפ האט די גאנצע צייט פראדאסט א אימגעהויערע ענערדשי אריין אונעם פריימערי פארמעסט. ער האט גאנץ גוט געוויסט אז די שליסל צו געווינען די פריימערי איז די טריק יעדן איינציגסטען טאג צו זיין אויפן פראנט קאווער פון יעדע אמעריקאנער צייטונג!. פאזעטיווע נעגעטיווע.. איין נפקא מינה. דעריקער איז מ׳זאל פון מיר רעדן!. טראמפ איז און דעם א מומחה עצום, ער האט אפגעטאן די צעדרייטסע זאכן וואס נאר מעגליך, בויקאטירט א דעבאטע, מוזלים בען, געמאכט מאדנע סטעיטמענטס און ריכטוג פון פאפאלערע פיגורן, יעדע ריפאבליקאנער קאנדידאט האט באקומען א שיינע און אפציעלע צונאמען, ער האט זיכער געמאכט צו רעדן מיט די קעמרע׳ס כאטש 18 שעה א מעת לעת. אבי רעד פון מיר. קיין חילוק איבער וואס!. ער האט געוויסט אז ביי די דזשענעראל עלעקשן זענען ביידע מעין קאנדידאטן אויף די העדליינס סיי ווי, דאן איז מער וויכטיגער צו באקומען פאזעטיווע דעקונג. און אזוי האט ער באוויזן נאך אפאר חדשים צו ווערן פראנט ראנער, אטאמאטיש הערן אים מעטשן ענדעשער אויס, שטייגט מען העכער און העכער, און אזוי האט ער טאקע באוויזן צו מאכן דעם וועג צום קאנווענשין.

ביי די דזשענעראל עלעקשאן האט טראמפ טאקע געבליבן מיט זיין לויזער פיסק, ער האט שטארק אנגעהאלטן זיין ענערגיע, ער האט געהאט א משוגענע כוח המושך וויזוי צו צושלעפן מענטשן צו זיך, זיין סטייל איז געווען אנדערש ווי סיי וועלכער פרעזידענטליכע קאנדידאט אונעם היסטאריע, אטאמאטיש האט ער געהאט מעכטיגע ראלי׳ס!. ער האט פארמירט א מאוומענט מיט קלארע סטראטעגיע׳ס פאר זיין פרעזעדענסי!. אימעגרעישן, טרעיד, און דזשאב׳ס!. פינטל!. א וויכטיגע סטעפ וואס קלינטאן האט אפסעלוטלי פארפעלט!. ער האט זיכער געמאכט זיי קאווערן יעדע פיצקעלער דיסטריק פון יעדע קי סטעיט, נישט איינמאל, נאר איבער און איבער נאכאמאל און נאכאמאל זיכער צו מאכן אז זיין גרוך בלייבט דארט ביזן וואל טאג.

נאך א סטראטעגיע וואס טראמפ האט גוט געטאן. איז געווען נעמען יעדע מינדערסטע נייעס אויף קלינטאן און איר שמייסן און פנים. יעדן טאג ביי יעדע ראלי, חוץ ארומרעדן פון זיינע סטראטעגיע׳ס האט ער אבער אויך געיאמערט אויף קרוקעד הילערי מיטן גאנצן קנאק. אנדערש ווי ראמני און 2012 וואס האט געשפילט דזשענטעלמען, און די צייט וואס אבאמא האט און אים אריינגעפראקט מיט בעין קעפיטאל איז ראמני געווען פארנומען מיטן גולם פון פראג. דאס ערשטע מאל וואס איך האב אים געהערט גיסן פעך און שוועבל איז געווען די ספיטש וואס ער האט געהאלטן קעגן טראמפ און 2016. שמויגער די, ווי ביסטע געווען?. עניוועי. טראמפ האט גוט ארויסגעהאט די צוויי שליסלען צו סאקסעס. 1) א קלארע סטראטעגיע און מעסעדזש. 2) האק אינטער דיין קעגנער מיטן גרעסטן מאס כוח. און צוזאמען מיט זיין כוח פון גוט קענען קענעקטן מיט מענטשן איז אים גוט געגאנגען.

איין זאך מיט וואס טראמפ האצעך שטארק געמיטשעט איז געווען די שטענדיגע נעגעטיווע דעקונג דורך די מידיע. נישט איבער קאראפציע און געזעץ פארלעצונגען אווי קלינטאן, נאר בכלל די שטענדיגע פארשעמענדע נייעס אויף אים פון די יארן פריער. ס׳איז נישט שייך מאריך צו זיין פשוט ווייל ס׳וועט נישט נעמען קיין עק, אויך ווייל ס׳איז נישט קיין סוד אז ס׳איז אזוי געווען. יעדער קען מודה זיין אז די מידיע איז געווען בייעס קעגן טראמפ. אבער דאך, ער האצעך דערזען מיט א מידיע פראבלעם, האט ער פארמירט א קאנטער קאמפיין זיי שטענדיג אראפצורייסן, און ביזן היינטיגן טאג האלט ער עס אהן מיט זיין טעלפאון.

דאס איז געווען טראמפ קאמפיין, און דאס איז זיין סאקסעס!. און די סאקסעס וואלט נישט געווען ווינציגער ווען ער פארלירט ווען. אבער די ענגילטיגע שטיפ צו די קריטישע 100 וואוטס וואס האט געבויגן די געווינס אויף זיין זייט איז צו פארדאנקען לעצט מינוטיגע און שטארק אינטערגעשאצטע קלינטאן׳ס אפשוואכונג ביים סוף פונעם קאמפיין, ווי שוין געשריבן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

WOW WOW

פיינע אפהאנדלונגן ראביי @טשאדעלע.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:WOW WOW

פיינע אפהאנדלונגן ראביי @נאך פונדערהיים און @טשאדעלע.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:WOW WOW

פיינע אפהאנדלונגן ראביי @נאך פונדערהיים און @טשאדעלע.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

די שאלה, "ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט 2016", איז קיין פראגע נישט, דאנאלד טראמפ האט דאס ברייט געווינען מיט 306 אלעקטארעלס.

די שאלה דארף ווען געפרעגט ווערן, ווער האט געווינען "די וואלן" 2016, אויף דעם איז די תשובה, די פאפולערע וואוטס האט מרת קלינטאן געווינען, די אלעקטטרעל קאלעדזש, דאנאלד טראמפ.

דאס אז זי האט פארלוירן די עלעקשענס איז היסטאריש פארזוך, אבער דאס אז דער וואס באזיצט דעם ווייסן הויז האט פארלוירן מיט 3 מיליאן שטימען, איז פילפאכיגער היסטאריש, דאס איז א זאך וואס האט נאך קיינמאל פארדעם נישט פאסירט אויף אזא פארנעם, ניטאמאל נאנט צו דעם.

4 מאל פאר דעם האט פאסירט אז דער געווינער פון די מענטשן שטימען זאל נישט באקומען דעם בענקל, בוש השני מיט די גרעסטע פארלוסט, אבער זיין נומער איז ווייט נישט געווען ווי טראמפ'ס, ער האט פארלוירן מיט קנאפע 500.000, דאס לעצטע מאל פאר אים, איז געווען כמעט הונדערט יאר צוריק, די דיפערענס איז דאס געווען בערך 20 טויזענט.

אלע תירוצים מאכן גארנישט אויס, וויאזוי מען זאל עס ספינען איז זי למעשה נישט געווארן פרעזידענט, און ער האט מיאוס פארלוירן די שטימען פונעם פאלק, ער גייט זיך מוזן ספראוון מיט דעם ביז די וואלן 2020, וואס דאן וועט ער אדער ביידע געווינען, אדער ביידע פארלירן.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאכניש אדורכגעליינט טשאדעלע'ס גאנצע באהאנדלונג, די פאריגע איז ריזיג!

עכ"פ מיין אפיניען, און שוין געשריבן דערוועגן גראד נאך די וואלן, טראמפ האט געהאט יעדן טאג עפעס א סקאנדאל! געווען העדליינס טעגליך! מענטשן האבן נישט געקענט האלטן קאפ אויף אלעם, ממילא האט גארנישט גע'קלעבט! משא"כ אויף קלינטאן האט געקלעבט אימעילס קאראפשן! זה הו! האסט געקענט אויפצודעקן עניבאדי אינמיטן די נאכט פרעגן וועגן קלינטאן איז געווען די תירוץ אימעיל, אויף טראמפ האסטו געדארפט טראכטן! און דאס האט אים שטארק געהאלפן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

גוט געזאגט בוידעם. און כ׳מיין אז קיינער איז נישט מחוליק מיט דיר.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אדער אזוי ווי פאריגע מאל, הגם לפענ"ד גאנץ א פיצי טשענס, אויב געווינען וועט ער מסתמא געווינען געהעריג.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בוידעם. טראמפ האט געווינען די פרעזעדענסי, און קלינטאן די וואלן. און דאס איז א גרעסערע היסטאריע. פיין. טראמפ איז יעצט פרעזידענט, שטימט?. גוט.

ס׳איז אבער פארהאן אמעריקאנע בירגער וואס ווילן דאס נישט אנערקענען, און זיי זענען מסכים ענדערש צו באגראבן דאס לאנד, ווי איידער זייער פרעזידענט זאל מצליח זיין. איך מיין אז דעי חלק איז נאך א גרעסערע שטיקל היסטאריע, אויך האט דאס געפירט צו א קאנסטאטוציענאלע קריזיס. ביסטו מסכים מיט מיר?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

טראמפ מיט זיין חדב"ן האבן ביידע געזאגט עטליכע מאל נאך די וואלן אז זייער מעין סוקסעס צו געווינען די וואלן איז טאקע דורך אויסנוצן די סיסטעם, דאס הייסט ווען זיי האבן געזען אז זיי האבן לכאורה נישט קיין טשענס צו געווינען אנטקעגן הילערי, האבן זיי אריינגעלייגט זייער גאנצע געוויכט אין דעי פאר "סווינג סטעיטס" אז דארטן זאלן זיי געווינען די "פאפולער וואוטס" און דורך דעם באקומען זייער "עלעקטארעל וואוטס" און אזוי אנקומען צום ווייט האוז און זיי האבן אינגאנצן אוועקגעקוקט פון די פאפולער וואוט אינעם לאנד וואס אזוי ווי אויבן געשריבן איזעס לא מעלה ולא מוריד, און דאס האט הילערי פארזעהן!

און לעצם הענין איז שטארק יתכן אז פון די פאפולער וואוט קען מען נישט ברענגן קיין ראי' ווייל וויפיל רעפאבליקאנע אין נ"י און קאליפארניע אליינס גייען בכלל נישט ארויס שטומען ווייל זייער שטומען איז כזורק אבן לחמת...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בוידעם האט געשריבן:די שאלה, "ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט 2016", איז קיין פראגע נישט, דאנאלד טראמפ האט דאס ברייט געווינען מיט 306 אלעקטארעלס.

די שאלה דארף ווען געפרעגט ווערן, ווער האט געווינען "די וואלן" 2016, אויף דעם איז די תשובה, די פאפולערע וואוטס האט מרת קלינטאן געווינען, די אלעקטטרעל קאלעדזש, דאנאלד טראמפ.

טאקע וועגן די טענה האב איך געפילט פאר וויכטיג זיך צו אויסברייטערן מיט משלים און נמשלים.

געווינען קען מען נאר זאגן ווען עס איז דא א פארמעסט, און ביזט אויך מודה אז עס איז בכלל נישט געווען, נישט דאס מאל און נישט קיינמאל, קיין פארמעסט אויף די פאפולערע שטומען, איז קלינטאן איין מאל געקומען קאמפיינען קיין ניו יארק? אדער איז טראמפ איינמאל געגאנגען קיין טעקסעס? (כאפ מיר נישט יעצט ביים ווארט)

און אז עס איז נישטא קיין פארמעסט איז נישטא קיין געווינער אויף די פאפולערע שטומען!

עס איז ווי די זאלסט זאגן אז (במשל דידן) די פרעזידענטס קעגנער האבן געווינען ווייל רוב אמעריקע איז אקעגן די נייע ריכטער, דאס וואלט געווען ריכטיג ווען די פארמעסט איז איבער די מיינונג פון די בירגער, וואס דאן וואלט ער אוודאי געגאנגען קאמפיינען פאר דעם, אבער אזוי ווי די פארמעסט איז איבער רוב סענאטארס, איז די פרעזידענט א בלויזע געווינער.

דאס אז הילערי האט באקומען מער פאפולערע שטומען איז גוט פאר די רעקארד, אבער קיין געווינער איז נישט פארהאן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:

דאס אז הילערי האט באקומען מער פאפולערע שטומען איז גוט פאר די רעקארד, אבער קיין געווינער איז נישט פארהאן.

נא, האט זי דריי מיליאן מער שטיקלעך "אשר יצר פאפיר"...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די שאלה, "ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט 2016", איז קיין פראגע נישט, דאנאלד טראמפ האט דאס ברייט געווינען מיט 306 אלעקטארעלס.

די שאלה דארף ווען געפרעגט ווערן, ווער האט געווינען "די וואלן" 2016, אויף דעם איז די תשובה, די פאפולערע וואוטס האט מרת קלינטאן געווינען, די אלעקטטרעל קאלעדזש, דאנאלד טראמפ.

טאקע וועגן די טענה האב איך געפילט פאר וויכטיג זיך צו אויסברייטערן מיט משלים און נמשלים.

געווינען קען מען נאר זאגן ווען עס איז דא א פארמעסט, און ביזט אויך מודה אז עס איז בכלל נישט געווען, נישט דאס מאל און נישט קיינמאל, קיין פארמעסט אויף די פאפולערע שטומען, איז קלינטאן איין מאל געקומען קאמפיינען קיין ניו יארק? אדער איז טראמפ איינמאל געגאנגען קיין טעקסעס? (כאפ מיר נישט יעצט ביים ווארט)

און אז עס איז נישטא קיין פארמעסט איז נישטא קיין געווינער אויף די פאפולערע שטומען!

עס איז ווי די זאלסט זאגן אז (במשל דידן) די פרעזידענטס קעגנער האבן געווינען ווייל רוב אמעריקע איז אקעגן די נייע ריכטער, דאס וואלט געווען ריכטיג ווען די פארמעסט איז איבער די מיינונג פון די בירגער, וואס דאן וואלט ער אוודאי געגאנגען קאמפיינען פאר דעם, אבער אזוי ווי די פארמעסט איז איבער רוב סענאטארס, איז די פרעזידענט א בלויזע געווינער.

דאס אז הילערי האט באקומען מער פאפולערע שטומען איז גוט פאר די רעקארד, אבער קיין געווינער איז נישט פארהאן.

די פארמעסט פאר עלעקטארעלס איז א געיעג אין פאפולערע שטימען.

פאר א סיבה האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אז דער געווינער פון די פאפולערע וואוטס אויף אזא ברייטע פארנעם, זאל אין פאקט נישט באזעצן דעם פרעזידענט אמט.

ווי אויך געבט נישט צו די מציאות אז די נומערן אין די סטעיט'ס וואס האבן אים יא געשטעלט אין טאפ, איז א מאגערע 100.000.

דאס מיינט אז ווען ער איז ווען שארט מיט די הונדערט טויזענט שטימען אין די דריי סטעיט'ס, וואלט ער געווען א מיאוס'ע פארלירער, סיי אין די אלעקטארעל מעפ, און סיי מיט די פאפולערע שטימען.

אפגערעדט אז איז זייער פארשעמענד פאר א פרעזידענט ווען רוב לאנד האט געשטימט אנטקעגן אים.
רצונינו לעשות רצוניך.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

בוידעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די שאלה, "ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט 2016", איז קיין פראגע נישט, דאנאלד טראמפ האט דאס ברייט געווינען מיט 306 אלעקטארעלס.

די שאלה דארף ווען געפרעגט ווערן, ווער האט געווינען "די וואלן" 2016, אויף דעם איז די תשובה, די פאפולערע וואוטס האט מרת קלינטאן געווינען, די אלעקטטרעל קאלעדזש, דאנאלד טראמפ.

טאקע וועגן די טענה האב איך געפילט פאר וויכטיג זיך צו אויסברייטערן מיט משלים און נמשלים.

געווינען קען מען נאר זאגן ווען עס איז דא א פארמעסט, און ביזט אויך מודה אז עס איז בכלל נישט געווען, נישט דאס מאל און נישט קיינמאל, קיין פארמעסט אויף די פאפולערע שטומען, איז קלינטאן איין מאל געקומען קאמפיינען קיין ניו יארק? אדער איז טראמפ איינמאל געגאנגען קיין טעקסעס? (כאפ מיר נישט יעצט ביים ווארט)

און אז עס איז נישטא קיין פארמעסט איז נישטא קיין געווינער אויף די פאפולערע שטומען!

עס איז ווי די זאלסט זאגן אז (במשל דידן) די פרעזידענטס קעגנער האבן געווינען ווייל רוב אמעריקע איז אקעגן די נייע ריכטער, דאס וואלט געווען ריכטיג ווען די פארמעסט איז איבער די מיינונג פון די בירגער, וואס דאן וואלט ער אוודאי געגאנגען קאמפיינען פאר דעם, אבער אזוי ווי די פארמעסט איז איבער רוב סענאטארס, איז די פרעזידענט א בלויזע געווינער.

דאס אז הילערי האט באקומען מער פאפולערע שטומען איז גוט פאר די רעקארד, אבער קיין געווינער איז נישט פארהאן.

די פארמעסט פאר עלעקטארעלס איז א געיעג אין פאפולערע שטימען.

פון עטליכע סטעיטס. נישט פונעם לאנד!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאכניש אדורכגעליינט טשאדעלע'ס גאנצע באהאנדלונג, די פאריגע איז ריזיג!

עכ"פ מיין אפיניען, און שוין געשריבן דערוועגן גראד נאך די וואלן, טראמפ האט געהאט יעדן טאג עפעס א סקאנדאל! געווען העדליינס טעגליך! מענטשן האבן נישט געקענט האלטן קאפ אויף אלעם, ממילא האט גארנישט גע'קלעבט! משא"כ אויף קלינטאן האט געקלעבט אימעילס קאראפשן! זה הו! האסט געקענט אויפצודעקן עניבאדי אינמיטן די נאכט פרעגן וועגן קלינטאן איז געווען די תירוץ אימעיל, אויף טראמפ האסטו געדארפט טראכטן! און דאס האט אים שטארק געהאלפן!

זייער א שיינע פאונט.

און דער פרעזידענט פארט ווייטער אויפן מהלך פון זיין און דער העדליינס יעדען טאג פאר אנדערע זאכן אזוי אז מען זאל נישט האבן צייט צי פארדייען קיין שום נייעס פאר מער פון אפאר טעג .
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

Naftule האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די שאלה, "ווער האט געווינען די פרעזידענטשאפט 2016", איז קיין פראגע נישט, דאנאלד טראמפ האט דאס ברייט געווינען מיט 306 אלעקטארעלס.

די שאלה דארף ווען געפרעגט ווערן, ווער האט געווינען "די וואלן" 2016, אויף דעם איז די תשובה, די פאפולערע וואוטס האט מרת קלינטאן געווינען, די אלעקטטרעל קאלעדזש, דאנאלד טראמפ.

טאקע וועגן די טענה האב איך געפילט פאר וויכטיג זיך צו אויסברייטערן מיט משלים און נמשלים.

געווינען קען מען נאר זאגן ווען עס איז דא א פארמעסט, און ביזט אויך מודה אז עס איז בכלל נישט געווען, נישט דאס מאל און נישט קיינמאל, קיין פארמעסט אויף די פאפולערע שטומען, איז קלינטאן איין מאל געקומען קאמפיינען קיין ניו יארק? אדער איז טראמפ איינמאל געגאנגען קיין טעקסעס? (כאפ מיר נישט יעצט ביים ווארט)

און אז עס איז נישטא קיין פארמעסט איז נישטא קיין געווינער אויף די פאפולערע שטומען!

עס איז ווי די זאלסט זאגן אז (במשל דידן) די פרעזידענטס קעגנער האבן געווינען ווייל רוב אמעריקע איז אקעגן די נייע ריכטער, דאס וואלט געווען ריכטיג ווען די פארמעסט איז איבער די מיינונג פון די בירגער, וואס דאן וואלט ער אוודאי געגאנגען קאמפיינען פאר דעם, אבער אזוי ווי די פארמעסט איז איבער רוב סענאטארס, איז די פרעזידענט א בלויזע געווינער.

דאס אז הילערי האט באקומען מער פאפולערע שטומען איז גוט פאר די רעקארד, אבער קיין געווינער איז נישט פארהאן.

די פארמעסט פאר עלעקטארעלס איז א געיעג אין פאפולערע שטימען.

פון עטליכע סטעיטס. נישט פונעם לאנד!

סוכ"ס קומט אלעס אראפ צו פאפולערע וואוטס, על אף וואס אין געוויסע סטעיט'ס באקומט עס די קאנדידאט אן עקסטערע יגיעה.

ווען נישט די דעמאקראט האט די פאפולערע וואוטס אין קאליפארניע, און די רעפובליקאנער אין טעקסאס, זענען זיי אינטערשטעלונג מיט די אלעקטארעלס פון יענע סטעיטס.
רצונינו לעשות רצוניך.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

shimon7323 האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאכניש אדורכגעליינט טשאדעלע'ס גאנצע באהאנדלונג, די פאריגע איז ריזיג!

עכ"פ מיין אפיניען, און שוין געשריבן דערוועגן גראד נאך די וואלן, טראמפ האט געהאט יעדן טאג עפעס א סקאנדאל! געווען העדליינס טעגליך! מענטשן האבן נישט געקענט האלטן קאפ אויף אלעם, ממילא האט גארנישט גע'קלעבט! משא"כ אויף קלינטאן האט געקלעבט אימעילס קאראפשן! זה הו! האסט געקענט אויפצודעקן עניבאדי אינמיטן די נאכט פרעגן וועגן קלינטאן איז געווען די תירוץ אימעיל, אויף טראמפ האסטו געדארפט טראכטן! און דאס האט אים שטארק געהאלפן!

זייער א שיינע פאונט.

און דער פרעזידענט פארט ווייטער אויפן מהלך פון זיין און דער העדליינס יעדען טאג פאר אנדערע זאכן אזוי אז מען זאל נישט האבן צייט צי פארדייען קיין שום נייעס פאר מער פון אפאר טעג .

איך האלט אויך אז די טעגליכע סקאנדאלן ארום טראמפ העלפן אים אז עס זאל זיך גארנישט אנקלעבן אין אים, און אז דאס איז געווען איינער פון די הויפט סיבות פארוואס עס האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים דורכאויס די קאמפיין.

אבער דאס איז זיכער-אין מיין אפיניען- אז קיין סטראטעגיע איז עס נישט געווען, ער איז פשוט אז ער איז אזוי צעפראסקעט, זיין ביהעווער, אין וואס ער קען זיך נישט העלפן, ציהט העדליינס, אן דעם וואס ער זאל עס אפילו וועלן.

בעיסט אויף זיין עבר, איז נישט דא קיין שום עווידענס אז דאס זאל זיין סטראטעגיש אויסגערעכנט, דאס וואלט געשטימט אויף א מענטש וואס האט געלעבט א באשיידענע לעבן אן קאנטרעווערסיעס און קריגערייען, און בפתע פתאום הייבט ער אן א אגרעסיווע לעבענס שטייגער, אונזער פרעזידענט יר"ה פיט נישט אין די קאטעגאריע.

וואס איך שטוין יא איז, פארוואס די מידיע כאפט דאס נישט. הרשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר.
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”