ווישוואש האט געשריבן:געדענקסט נאך האט געשריבן:חשמונאי האט געשריבן:חשמונאי האט געשריבן:איך וואלט דיר געראטן צו טון "אפיליעט מארקעטינג" (Affiliate Marketing)
ס'טייטש אין קורצן דו פראמאוטס פראדוקטן פון אנדערע ווי צום ביישפיל איבעי עמעזאן אדער אנדערע (ס'דא אן א שיעור) און די באקומסט קאמישן ווען איינער קויפט עפעס דורך דיין לינק
הויפט מעלה פון דעם איז אז דו קענסט מאכן מיט די צייט (שיין) געלט אפילו ווען די ארבעטס מיט עפעס אנדערש אדער אפילו ווען די ארבעטס בכלל נישט, ס'טייטש די קענסט זיצן און לערנען און אין די זעלבע צייט מאכן געלט
אדרבה אפשר ביסטו מסביר קלארער, זעט אויס שטארק צוגעפאסט
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=31520
יאפ אט א דאס איז עס. שמעלקעלע האט עס גאר שיין צונומען און אראפגעשריבן בטוב טעם ודעת.
אבער אויב האסטו נישט צייט אפצוליינען שמעלקעלע'ס לאנגע תגובה וועל איך דיר עס מסביר זיין גאר אין קורצן.
אפיליעט מארקעטינג קען געטון ווערן דורך הונדערטער מינע וועגן, דאס בעסטע און ביליגסטע אופן (וואס איך האב איינגעזען פאר מיר עכ"פ) איז מער ווייניגער די שרייבסט א ריוויא איבער א געוויסע פראדוקט און ווען מענטשן זוכן אינפארמאציע איבער דעם ספעציפישן פראדוקט און זיי קומען אן צו דיין ריוויא און דערנאך קויפן זיי עס דורך די לינק וואס די האסט אריינגעשטעלט אינעם ריוויא דאן באקומסטו קאמישן דערפאר.
פארשטייטצעך עסטו יעצט פרעגן נו ווי שרייבט מען ריוויאס? די תירוץ איז, צו שרייבן ריוויאס דארפסטו האבן א שטיקעלע וועבסייט, אבער... האפפאפא לאמיך אויסרעדן א מינוט. האבן א וועבסייט מיינט נישט אז דו דארפסט קענען קאודינג אדער דיזיין אדער אפילו צאלן געלט, מ'האלט מיר היינט 2018 ס'איז ב"ה דא פול מיט פרי וועבסייט פראוויידערס אזויווי WIX.COM אדער אנדערע, ס'טייטש מ'גיבט דיר א פערטיגע זאך דו דארפסט פשוט שרייבן אזויווי די שרייבסט דא אויף אייוועלט.
ר' שמעלקעלע טענה'ט אז די וועסט מוזן נעמען א שטיקל קורס זיך צו לערנען פונקטליכער וויאזוי צו טאקע מצליח זיין און ער האט פארגעשלאגן די קורס פון וועלכע ער האט ב"ה געזען גוטע רעזולטאטן, עס איז פרי זיך צו אויפסיינען דארט און אויב די גלייכסט קענסטו אפגרעידן פאר מערערע לעסאנס, אויך שטעלן זיי דיר צו א פרי וועבסייט פראוויידער ווי דו קענסט מיט זיי מאכן דיין וועבסייט, און זיי גייען מיט מיט דיר פונקטליך סטעפ ביי סטעפ צו אויפסעטן אלעס,
אויב די ווילסטו קענסטו דא כאפן א בליקעני קוועסשנס?