פאליטישע געריכטן אין מדינת ישראל

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

בילד ווי די חוקרים קומען אהן אין די פארמאכטע אומגעגענט פין ביבי'ס הויז, צו באמערקן: די שווארצע שמאטעס אויף די געיט'ס וואס מ'האט עקסטער ארויפגעלייגט אז מזאל נישט קענען כאפן קיין בילדער ווי די חוקרים גייען ארין אין שטוב

חקירות.jpg
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אגב דער אביחי מנדלבליט איז א פרומער מיט א קאפל אויפן קאפ
דביה תחדי נפשא
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

חמרא טבא האט געשריבן:אגב דער אביחי מנדלבליט איז א פרומער מיט א קאפל אויפן קאפ

א בעל תשובה און א חסיד פון די אשלאגער רעבעס פון ב"ב לויט ויקיפדיה
ביבי האט איהם זייער געגליכענט און פאר דעם האט ער איהם אויפגענומען.
ער דארף א אשכול פאר זיך...
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אויסגערעכנט האט געשריבן:ווען טראמפ גייט זיך גט׳ן פון מאלאניע און ביל קלינטאן וועט איר נעמען נאכן איבערלאזן די קרימענאלקע, וועט שוין ביבי זיין אפיציעל אנגעקלאגט, וועט הילערי נעמען ביבי, און טראמפ וועט נעמען ביבי׳ס ווייב צו ווייזן ווי שטארק פרא איזריעל.
מזל טוב!! מזל טוב!!

האסט גוט אויסגערעכנט!!
לאמיר נאר צולייגן די אבאמא קאפל צו די פיקטשער, נו רעכן עפעס אויס....
און ווער ווייסט, מסתמא אויב עס וועט ארויס קומען עפעס פון דעם, וועט ביבי ארום גיין זאגן אז אבאמא האט אונטערגעשטעלט די גאנצע חקירה אלץ פערסענאל נקמה...
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

דער פאליציי געבט איבער אז די קומענדיגע אויספארשונג גייט פארקומען פרייטיג
די לויער פין ביבי יעקב ויינרוט [איינער וואס איז זייער איבערגעגבן פאר די חרדישע יודנטהום מיט אלע זייערע קארט קעיסעס] זאגט אז נאך הערענדיג אלע שאלות פין די אויספארשער אין די תשובות וואס ער האט זיי גענטפערט איז ער רואיג אז סגייט זיך ווי אלעמאל אויסלאזן מיט גארנישט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נעכטן איז ענדליך ארויסגעקומען די א.ג. באמבע קעגן נתניהו, פון וואס די איזראעלי פרעסע האט גערעדט אז ס'קומט.

לויט ווי עס ווערט באריכטעט האבן די פאליציי ערהאלטן רעקארדירטע טעיפס ווי מ'הערט נתניהו דיסקוסירן מיט א האליוואד ביליאנער אויסצוטוישן בענעפיטין איינער מיטן אנדערן. דער ביליאנער האט איינגעקויפט טייערע שמאנצעס פאר נתניהו, ווי טייערע ציגארן, נעקטייס וכו', און נתניהו פארשפרעכט אים צו געבן טובות.

א תקופה דערויף האט נתניהו פערזענליך געבעטן דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט 'זשאן קערי' צו געבן א 10 יאריגע וויזא פארן א.ד. ביליאנער, און יענער האט עס טאקע באקריגן.

די איזראעלי פרעסע ברענגט פון א קוואל נאענט צום פריים מיניסטער אז נתניהו איז געווען "איבערראשט" צו הערן פון די באווייזן. אנהייב וואך האט נתניהו געזאגט אז ער איז זיכער הינדערט פראצענט אז ס'איז אלעס א שטיק באלון און מ'וועט גארנישט טרעפן.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אן איזראעלי ביליאנער קעניש באקומען קיין אמעריקאנער וויזא אויף 10 יאהר גרינגער ווי מיט פראטעקציע?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

נתניהו'ס לויער יעקב וינרוט זאגט אז ער האלט אז מ'וועט אים נישט קענען אנקלאגן קרימינאל בלויז פארן באקומען ציגארן.

(קודם ווייעך שוין אז נתניהו איז א העווי סמאוקער... ער האט באקומען פון יענעם במשך 7-8 יאר ציגארעטן אין די ווערד פון הונדערטער טויזנטער שקלים)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

די ציגאר'ן אויספארשונג ווערט אנגערופן "תיק 1000".

אויסער דעם איז דא א "תיק 2000" וועלכע איז נאכנישט אויפגעדעקט פאר פובליק, וואס די אינהאלט דארף צו זיין אז נתניהו האט געמאכט רעגירונגס-באשלוסן געבויעט אויף אינטערעסן פון מתנות וכדומה.

פון איין זייט זאגן די אויספארשער אז זיי האבן טעיפ'ס מיט נתניהו'ס קול וועלכע טוען קלארשטעלן זיינע עבירות. פון די צווייטע זייט זאגן נתניהו'ס נאנטע אז ביים אויספארשונג האט ער געהאט קלארע תשובות אויף יעדע זאך באזונדער און ער איז נישט באזארגט דערוועגן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:נעכטן איז ענדליך ארויסגעקומען די א.ג. באמבע קעגן נתניהו, פון וואס די איזראעלי פרעסע האט גערעדט אז ס'קומט.

לויט ווי עס ווערט באריכטעט האבן די פאליציי ערהאלטן רעקארדירטע טעיפס ווי מ'הערט נתניהו דיסקוסירן מיט א האליוואד ביליאנער אויסצוטוישן בענעפיטין איינער מיטן אנדערן. דער ביליאנער האט איינגעקויפט טייערע שמאנצעס פאר נתניהו, ווי טייערע ציגארן, נעקטייס וכו', און נתניהו פארשפרעכט אים צו געבן טובות.

א תקופה דערויף האט נתניהו פערזענליך געבעטן דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט 'זשאן קערי' צו געבן א 10 יאריגע וויזא פארן א.ד. ביליאנער, און יענער האט עס טאקע באקריגן.

די איזראעלי פרעסע ברענגט פון א קוואל נאענט צום פריים מיניסטער אז נתניהו איז געווען "איבערראשט" צו הערן פון די באווייזן. אנהייב וואך האט נתניהו געזאגט אז ער איז זיכער הינדערט פראצענט אז ס'איז אלעס א שטיק באלון און מ'וועט גארנישט טרעפן.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

כאפצעם האט געשריבן:נעכטן איז ענדליך ארויסגעקומען די א.ג. באמבע קעגן נתניהו, פון וואס די איזראעלי פרעסע האט גערעדט אז ס'קומט....
א תקופה דערויף האט נתניהו פערזענליך געבעטן דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט 'זשאן קערי' צו געבן א 10 יאריגע וויזא פארן א.ד. ביליאנער, און יענער האט עס טאקע באקריגן.
די איזראעלי פרעסע ברענגט פון א קוואל נאענט צום פריים מיניסטער אז נתניהו איז געווען "איבערראשט" צו הערן פון די באווייזן. אנהייב וואך האט נתניהו געזאגט אז ער איז זיכער הינדערט פראצענט אז ס'איז אלעס א שטיק באלון און מ'וועט גארנישט טרעפן.

אוקיי דארף מען נאר טוישן קערי אשטאץ אבאמא:
טייטל האט געשריבן:און ווער ווייסט, מסתמא אויב עס וועט ארויס קומען עפעס פון דעם, וועט ביבי ארום גיין זאגן אז אבאמא האט אונטערגעשטעלט די גאנצע חקירה אלץ פערסענאל נקמה...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אין פרישע דעטאלן, די אינהאלט פון די טעיפס:

אויף די טעיפס הערט מען נתניהו שליסן א דיעל מיטן ידיעות אחרונות רעדאקטער אז ער זאל אים געבן בעסערע קאווערעדזש אין אויסטויש פאר אנדערע טובות.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

כאפצעם האט געשריבן:אין פרישע דעטאלן, די אינהאלט פון די טעיפס:

אויף די טעיפס הערט מען נתניהו שליסן א דיעל מיטן ידיעות אחרונות רעדאקטער אז ער זאל אים געבן בעסערע קאווערעדזש אין אויסטויש פאר אנדערע טובות.


דאס איז די צווייטע פרשה וואס ווערט גערופן 'תיק 2000'
סליגט שוין ביי די פאליציי כמעט אכט חדשים, און אביחי מדנדלביט האט נישט געלאזט ביז יעצט חוקר אויספארשען אויף דעם.
עס איז אנגעקומען צו זיי זיכענדיג ביי איינער פין די גאר נאנטע צו ביבי 'ארי הרו', למעשה ווייזט זיך אויס אז ביבי אליינס האט דאס אויפגעכאפט, און סאיז געלעגן ביי איהם אין קעשענע, ווייל נאר זיי צוויי, ביבי מיט רעדאקטער 'נוני מוזס' - די בליטיגע שונא פין ביבי זענען בייגעווען ביי די מיטינג.
למעשה האט זיך פין דער דיעל גארנישט אויסגעלאזט און מגלייבט נישט אז מוועט איהם אויף דעם איינזעצן אבער סלאזט איבער גאר א שלעכטע טעם סיי אויף ביבי און סיי אויף די מערסט צושפרייטע צייטונג אין מדנ"י ידיעות אחרונות.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

די דיעל מיט ידיעות אחרונות האט געדארפט צו זיין אז אויב זיי וועלן געבן בעסערע קאווערעדזש פאר ביבי דעמאלטס וועט ער אביסל איינצוימען די פארשפרייטונג פון די ישראל היום צייטונג וואס איז די מערסט פארשפרייטסטע צייטונג אין די מדינה,די צייטונג האט שעלדאן עדלסאן געעפענט פאר ביבי וויבאלד ס'איז ביז דאן נאכנישט געווען קיין איין רעכטע צייטונג אין די מדינה, און כדי מענטשן זאלן וועלן ליינען די צייטונג קאסט די צייטונג נישט קיין געלט נאר ס'איז בחינם אזוי איז אויסגעקימען אז די רעכטע ישראל היום איז די מערסט פארשפרייטסטע צייטונג אין די מדינה, אבער למעשה טענה'נן די ביבי חברה אז די דיעל וואס ביבי האט געוואלט מאכן מיט ידיעות אחרונות איז בכלל נישט קיין עוולה ווייל ביבי האט אים נישט געפלאנט צוריק צו צאלן א רעגירונג'ס טובה נאר א פראזענדליכע טובה וויבאלט ער האט אן השפעה אויף ישראל היום.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א פרישע אנקעטע גענימען די וואך, נאכפאלגענדיג די אויספארשונגען אויף נתניהו צייגט אז ביבי וואלט פארלוירן אויב ווערט יעצט אפגעהאלטן וואלן.

לויט די רעזולטאטן קענען די לינקע אין שפיץ פון יש עתיד צוזאמשטעלן א קאאליציע:

יש עתיד: 27 (11 )
המחנה הציוני: 13 (24 )
מרץ: 7 (6 )
אראבער: 13 (13 )

=60 זיצן

ליכוד: 22 (30 )
הבית יהודי: 9 (8 )
ישראל בתינו: 7 (6 )
כולנו: 6 (10 )
יהדות התורה: 10 (6 )
ש"ס: 6 (6 )

=60
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ר' איד! יאיר לפיד קען נישט צאמשטעלן א קאאליציע אן די חרדים, נישטא אזא זאך ווי אריינעמען די אראבערס אין די קאאליציע אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט געשעהן, די זעלבע זאך איז געווען אפאהר יאר צוריק ווען די לינקע ציפי ליבנו פון די מרץ פארטיי האט געווינען און למעשה איז ביבי געווארן ראש הממשלה וויבאלד זי האט נישט געקענט צוזאמשטעלן א קאאליציע מיט די אראבער'ס און ביבי האט יא באוויזן צוזאמצושטעלן א קאאליציע.

צווייטנס! דאס זאגן אלע אנאליסטן, אז די סיבה פארוואס לפיד האט יעצט אזוי סאך בענקלעך איז ווייל הערצאג האט אנגעזעצט די גאנצע העבודה פארטיי און ממילא זענען אלע לינקע אריבער צו לפיד וואס איז זייער בעסטע אלטערנאטיוו, אבער למעשה האבן שוין אפאהר לינקע געמאלדן אז זיי גייען לויפן אנטקעגן הערצאג צו זיין די פירער פון די העבודה פארטיי און ווארשיינדליך גייט הערצאג מסתם פליען וואס דעמאלס גייען אלע לינקע צוריקימען צו העבודה און לפיד גייט בלייבן די זעלבער לאזער ווי בז יעצט, דאס איז חוץ דעם וואס נאך א לינקער וואס איך געדענק נישט יעצטס זיין נאמען פלאנט צו עפענען א נייע לינקע פארטיי וואס דאס גייט אויך אוועקנעמען אסאך זיצן פון לפיד.

דריטענס! דאס אז לפיד שטייט שוין די שטערקסטע אדער כמעט די שטערקסטע און אז ליכוד גייט פארלירן איז שוין גאר א אלטע מעשה און ס'האט גארנישט מיט די אינוועסטיגעישן'ס אויף ביבי, חוץ דעם וואס פאריגע מאל האבן די פאולס געוויזן אז ביבי באקימט 22 בענקלעך און הערצאג באקימט 30 און למעשה האט עס ביבי געמאכט, פארפאלן ביבי ווייסט וויאזוי צו געווינען, און יא ס'איז נישט דא קיינער בעסער ווי אים.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

קען איינער אנידער ברענגען די רעקארדינג פון ביבי-נוני מאזעס זיצונג פון תיק 2000?
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

מהאט עס נאכנישט ארויסגעגעבן פארן ברייטען ציבור
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

אנטוויקלונג פין די אויספארשונגען
תיק 1000
מהאט די וואך אויסגעפארשט די פרוי פין ביבי וועגן די מתנות וואס זיי האבן באקומען, און זי האט זיך פארענטפערט אז דאס איז לעגטימישע מתנות וואס חברים געבן איינער פארן אנדערע, און אז זיי האבן אויכט צוריקגעקויפט טייערע מתנות און צירינגען פאר ארנון מילטשען מיט זיין פרוי, אבער די אויספארשער ווילן טענהן אז ס'בכלל נישט קיין צוגלייך די ווערד פין די מתנות, אבער חוץ פין די בקשה וואס ביבי האט געבעטן פין קערי זאל איהם ארלעדיגן א ויזה איז נאך נישט דא קיין אויפווייזונגען וואס ביבי האט צוריק געגעבן א באצאל אויף די מתנות. אזוי אויכט האט מען געטראפן אין די הויז פין ארנון מילטשען רעסיטס פין ציגארן און משקאות אין די ווערד פין 400,000 שקלים, רוב פין די משקאות זענען געקויפט געווארן אין א געשעפט אין שטאט הרצלי'ה, יעצט דארפן זיי נאכגיין צו זעהן אויב די אלע זאכן האט ער טאקע געגעבן פאר ביבי.
תיק 2000
דא טוט זיך שוין אפ גרויסע איבערקערענישן אינערהאלב די צייטונגען ווייל אנפאנג האבן אלע געשריגן אז די צווייטע פרשה גייט זיכער זיין עפעס וואס ענדליך גייט מען קענען איינזעצן ביבי ובראש פין די אלע זענען פארשטייצעך געווען די צייטונג 'ידיעות אחרונות' וואס זייערע בעלים 'נוני (ארנון) מוזס' איז דער וואס האט זיך געטראפן מיט ביבי און דא האבן זיי גאר געכאפט אזא מיאוס'ן קלאפ אז די גרויסע אביר הצדק זיצט גאר מיט די גרעסטע שונא זיינע פאר אביסעלע געלט איז ער גרייט געווען צו פארקויפן זיין גאנצע אידעלאגיע
די ריקארדינגס האט מען נאכך אלץ נישטו ארויסגעגעבן אבער יעדן טאג קומט ארויס נאך אביסל פין די אפמאכן צווישן ביבי און נוני, למשל רעכנען זיי אויס אפאר נעמען פין צייטונג שרייבער וואס ביבי וואלט געוואלט אז זיי זאלן שרייבן אין די צייטונג, און ביבי רעכנט אויס פונקטליך וויפיל מודעות ערשינען אין די צייטונג וואס זענען געצאלטע מודעות, און נאך אינטרסאנטע זאכן.
ביבי טענהט אז ער האט אינטערגעשטעלט די ריקארדינג ער זאל האבן 'נשק יום הדין' אקעגן נוני און אז בפועל האט גארנישט געטוהן כדי אראפצוקלאפן זיין צייטונג 'ישראל היום'
מוזס טענהט אז ס'געווען נאך אפאר זיצונגען צווישן איהם מיט ביבי און אז ביבי האט נאר ארויסגעגעבן די ריקארדינג וואס איז לטובתו, און די קימענדיגע טעג גייען זיי איהם נאכאמאל אויספארשען און מגייט איהם קעגן שטעלן מיט די טענות פין ביבי
אזוי אויכט האט מען אויסגעפארשט אפאר פאליטיקאנטען וואס זענען געווען די וואס האבן פרובירט אריבערצופירן די געזעץ אקעגן די צייטונג ישראל היום, פין די אפעזיציע, בודק צו זיין טאמער האט מוזס זיי עפעס משחד געווען, אין פין די קאאליציע צו זעהן טאמער האט ביבי עפעס גערעדט ווען יא אריבער פירן דעם חוק.
און זיי זאגן אז און די קימענדיגע טעג גייט מען נאך אויספארשען נאך פאליטיקאנטען אין דעם נושא.
די צייטונג שרייבער פין ידיעות אחרונות, זענען געווען זייער איבעראשט פין די אויפדעקונג און זיך פרובירט צו פארענטפערען אז דער מוזס האט זיי קיינמאל נישט געהייסן קעגן וועמען צו שרייבן און וועמען יא שרייבן גיט כדי זיך צו חנפענען צו איהם, אבער פין די אפעזיציע איז ערשינען די הויפט פין מערעץ 'גלאון' און געזאגט אז בשעתן זי האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די געזעץ פין 'ישראל היום' האט מען זי געסטראשעט מיט גיטן און בייזענס און טאקע זייט דעמאלס איז איהר נאמען אויסגעמעקט פין די צייטונג, און סנישט א חילוק אויב ער האט געהייסן אדער נישט אבער בפועל ווייסט יעדער איינער וואס מדארף שרייבן און אז נישט קען ער זיך זיכן א צווייטען פאסטן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

געוויסע איזראעלי נייעס סטאנציעס באריכטן אז נתניהו גייט ווערן אנגעקלאגט.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ערוץ 10 באריכטעט פון זייערע קוועלער אינערהאלב די פאליציי אז זיי גייען ראקאמענדן פארן אטורני גענעראל א אנקלאגע אנטקעגן ביבי אויף ביידע קעיסעס סיי אויף די סקאנדאל מיט די ידיעות אחרונות און סיי פארן נעמען טייערע מתנות פון מענטשן, פון די יוסטיץ דעפארטמענט הערן זיי אז אויב וועט מען קענען אנקלאגן ביבי איז עס נאר אויפן באשילדיגונג אז ער האט גענומען טייערע מתנות.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שוין געווען א פרעמיער אין א״י וואס האט גענדיגט זיין טערמין לעבעדיג און נישט געגאנגען דערנאך יושב׳ן?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

אויסגערעכנט האט געשריבן:שוין געווען א פרעמיער אין א״י וואס האט גענדיגט זיין טערמין לעבעדיג און נישט געגאנגען דערנאך יושב׳ן?


אויסער אולמערט יעצט, איז שוין געווען נאך א פרעימער זאל אנקומען דארט אין תפיסה? (קצב איז א געוועזענער פרעזידענט)
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

אויסגערעכנט האט געשריבן:שוין געווען א פרעמיער אין א״י וואס האט גענדיגט זיין טערמין לעבעדיג און נישט געגאנגען דערנאך יושב׳ן?
זארג דיר נישט אזוי שטארק ביבי גייט נאכנישט אין תפיסה אפי' יא גייט עס נאך דויערן זייער לאנגע חדשים און אפי' יארן, די לינקע בראבירן עס אויפצובלאזן ווייל זיי ווילן אז ער זאל אפטרעטן פון אמט, למעשה איז ביבי א מומחה אין פארשרייען א קאפ און אסאך אנאליסטן האלטען אז ווי שטענדיג וועט זיך ביבי פון דעם אויך אויסדרייען און דאס איז חוץ פון דעם וואס די אטורני גענעראל איז געשטעלט געווארן דורך ביבי און ער ווייסט אז אויב ביבי גייט גייט ער מיט צוזאמען מיט אים, ממילא שפילט ער יעצט מיט כאילו ער נעמט די זאך ערענסט אבער אויף למעשה וועט ער זיכער בראבירן מיט אלע מיטלען זיכער צו מאכן אז ס'לאזט זיך גארנישט אויס מיט די אלע אמביציעס.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וועל מיר רעדן...

ער וועט זיצן א טאג נאך וואס פוטין וועט זיצן...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”