מי יודע האט געשריבן:די תקנות זענען מער פאר די בינונים ווי פאר די ארימע לייט, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ, אבער א מיטלמעסיגער פארדינער דארף קענען צוקומען צו א נארמאלע הויז אן זיך פאר חובות'ן דאס גאנצע לעבן
אמת, די שאלה איז נאר 1) אויב תקנות איז די ריכטיגע עצה. 2) אויב "די" תקנות זענען נישט מער שאדן ווי אויפטו. ואידך פירושא הוא זיל גמור.
אין מיין ארימע מיינונג האבן די רענטאל אינוועסטירער בשותפות מיט די בראקערס בלויז ארויפגעטריבן די פרייז פאר דירות.
דער מציאות באווייזט אז ביז 10-15 יאר צוריק האט דער גרעסטער ארעמאן געקענט ערלויבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ. עס איז דאמאלט כמעט נישט געווען קיין רענטאל מארקעט אויף א גרעסערן פארנעם, א דורכשניטליכער לענדלארד האט געהאט בלויז 1-2 דירות, און האט נישט געזוכט צו האבן מער. די אידן מיט פיינאנציעלע מעגליכקייטן זענען ארויסגעשטאנען פונעם דירות מארקעט, די עצם תכלית פון א דירה איז געווען בלויז איינע; צו האבן א דאך איבערן קאפ, און בוי-אינטערנעמער זענען געווען פשוט'ע בעה"ב נישט מאגנאטן. 80 פראצענט דירות 'וועלכע זענען פארקויפט געווארן' האבן זיך דאן פארקויפט פאר פריימערי רעזידענטס, און די מיעוט רענטאלס זענען געווען גענוג צו קלעקן פאר די מיעוט רענטערס.
מיט 10-12 יאר צוריק, בשעת די ריעל עסטעיט בום, איז געווארן אן ערשיינונג אז א דירה אין קרית יואל איז געווארן אן asset. איך דענק אידן פון די שטאט זענען יעדן זונטאג ארומגעפארן אין אלע גאסן און באטראכט פאר וועלכע הויז עס לוינט צו געבן אן אפפער. אויב ביז דאן איז געווען אין קר"י בלויז איין לאנג-יעריגער בראקער וועלכער האט קוים געמאכט פרנסה, זענען איבערנאכט אויפגעשווימען צענדליגער בראוקערס וועלכע האבן געשטעלט די מארקעט פרייז צו 'קויפן' לויט וויפיל זיי האבן געהאלטן אז מ'וועט קענען ארויסקוועטשן דאס מאקסימום רענט פון א אינגערמאנ'טשיגל.
יעדער בר דעת איז א חסיד פון א פרייע מארקעט, אבער דאס איז בלויז ווען דאס איז באמת "פריי". עס מוז גיין ביידע וועגן. ביינונז איז דאס אבער במילא נישט פריי. מיר זענען געבינדן צו א פלאץ. אויב איז פאראן אן אומאפיציעלע 'תקנה' אז מ'מוז וואוינען אין איין געגנט אין צוזאמענהאנג מיט א געוויסע ציווילאציע, דאן מעג זיין א תקנה מיט א מהלך וויאזוי דאס צו אקאמאדירן.
די סיבה פאר די צוזאמענבראך פון געוויסע דעוועלאפמענטס מיט 5 יאר צוריק איז אייגענטליך געווען ווייל די אינוועסטירער האבן זיך פאלש געראכטן אויף שנעלע פראפיטן און אומרעאליסטישע פארדינסטן, וועלכע די בוי-אינטערנעמער האבן עווענטועל נישט געקענט נאכקומען. די תקנות וועלן בעז"ה העלפן פארמיידן אן איבערשפיל.
לעצט פארראכטן דורך ר' יום טוב אום דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 6:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די תקנות זענען נישט צו קאנטראלירן די פרייזן נאר אזוי ווי מען האפט אז אין נישט אויף לאנג וועלען זיין געניג און נאך דירות און דעמאלט וועט זיין ביליגע דירות, זאל מען דעמאלט נישט אראפ לאזען פון 400 פער סק פס זאל מען ענדערש אנהייבען ביי 200
גאנץ קרית יואל באשטייט פון א סך הכל 4117 דירות אן אנעקסעשין איז דא פלענער פון בערך 2000 דירות, אויב די קליינע אנעקסעשין גייט שנעל דורך מיינט עס נאך בערך 6000 דאס מיינט אן די גרוסע אנעקסעשין האלט מען ביי פאדריפלען די רעזילטאטן זענען פשוט די פרייזען גייט זיכער נישט ארויף גיין די פרייזען מער מיט קיין סאך
אבער אויב בשעת עס גייט די קליינע אנעקסעשן האלט עס ביי 400 א סק פס איז זייער שווער ציריק אראפ צי לאזן די פרייז מיט א סאך, וועלען די אינוועסטארס האלטן פראפרטי לשם האלטן
אבער אז די פרייזען וועלען זיין 200 א סק פס וועלען זיך מענטשען פרייען צי קופן און די בילדערס צי פארקופן
ר' יום טוב האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג האבן די רענטאל אינוועסטירער בשותפות מיט די בראקערס בלויז ארויפגעטריבן די פרייז פאר דירות.
דער מציאות באווייזט אז ביז 10-15 יאר צוריק האט דער גרעסטער ארעמאן געקענט ערלויבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ. עס איז דאמאלט כמעט נישט געווען קיין רענטאל מארקעט אויף א גרעסערן פארנעם, א דורכשניטליכער לענדלארד האט געהאט בלויז 1-2 דירות, און האט נישט געזוכט צו האבן מער. די אידן מיט פיינאנציעלע מעגליכקייטן זענען ארויסגעשטאנען פונעם דירות מארקעט, די עצם תכלית פון א דירה איז געווען בלויז איינע; צו האבן א דאך איבערן קאפ, און בוי-אינטערנעמער זענען געווען פשוט'ע בעה"ב נישט מאגנאטן. 80 פראצענט דירות 'וועלכע זענען פארקויפט געווארן' האבן זיך דאן פארקויפט פאר פריימערי רעזידענטס, און די מיעוט רענטאלס זענען געווען גענוג צו קלעקן פאר די מיעוט רענטערס.
מיט 10-12 יאר צוריק, בשעת די ריעל עסטעיט בום, איז געווארן אן ערשיינונג אז א דירה אין קרית יואל איז געווארן אן asset. איך דענק אידן פון די שטאט זענען יעדן זונטאג ארומגעפארן אין אלע גאסן און באטראכט פאר וועלכע הויז עס לוינט צו געבן אן אפפער. אויב ביז דאן איז געווען אין קר"י בלויז איין לאנג-יעריגער בראקער וועלכער האט קוים געמאכט פרנסה, זענען איבערנאכט אויפגעשווימען צענדליגער בראוקערס וועלכע האבן געשטעלט די מארקעט פרייז צו 'קויפן' לויט וויפיל זיי האבן געהאלטן אז מ'וועט קענען ארויסקוועטשן דאס מאקסימום רענט פון א אינגערמאנ'טשיגל.
יעדער בר דעת איז א חסיד פון א פרייע מארקעט, אבער דאס איז בלויז ווען דאס איז באמת "פריי". עס מוז גיין ביידע וועגן. ביינונז איז דאס אבער במילא נישט פריי. מיר זענען געבינדן צו א פלאץ. אויב איז פאראן אן אומאפיציעלע 'תקנה' אז מ'מוז וואוינען אין איין געגנט אין צוזאמענהאנג מיט א געוויסע ציווילאציע, דאן מעג זיין א תקנה מיט א מהלך וויאזוי דאס צו אקאמאדירן.
די סיבה פאר די צוזאמענבראך פון געוויסע דעוועלאפמענטס מיט 5 יאר צוריק איז אייגענטליך געווען ווייל די אינוועסטירער האבן זיך פאלש געראכטן אויף שנעלע פראפיטן און אומרעאליסטישע פארדינסטן, וועלכע די בוי-אינטערנעמער האבן עווענטועל נישט געקענט נאכקומען. די תקנות וועלן בעז"ה העלפן פארמיידן אן איבערשפיל.
lebediger berel האט געשריבן:איך וואלט פאר א מינוט צוריק געגאנגען צו די סאטמאר דרייוו דירות, ווער רעדט נאך פון די גארדן דירות, לאנד אין קרית יואל איז דעמאלטס געווען שפאט ביליג, און די קוואליטי פון די דירות וואלסטו היינט קיינמאל נישט געקענט פארקויפן, די טיילס, טירן, קעבינעטס וכו', היטינג, וכו' וכו' ווייל עס איז געווען אן ארימאנ'ס מארקעט. יעצט נאך די תקנות וועט אן ארימאן וואס וויל סעטלען פאר ביליגער קיינמאל נישט קריגן קיין ביליגערע דירה, ווייל דער בילדער וועט נישט זוכן קיין צרות, איך שטעל דיר צו, און דו באצאל! מען צווינגט אויטאמאטיש ארויף א סטענדערד.
וואס רעדט איר דא? איך הייב אן פארלירן טראסט.
יעצט האט א ארימאן די מעגליכקייט צו קויפן פאר ביליגער אויף א נידריגע סטאנדארט? מה זה? נישטא אזאנס.
די ליסטע פון די דירות-אינהאלט וואס די בי"ד האט געמאכט, לויט ווי איך האב עס געזעהן אין בלאט, איז עס דאס וואס יעדע איינציגע הויז היינטיגן טאג קומט דערמיט. זהוא. פשוט צו פארזיכערן אז דער בילדער זאל נישט גיין דירעקט נידערן דעם סטאנדארט צוליב די תקנות.
==
שנית: רעד נישט וועגן רענטערס, ווייל יעצט מיט די "פרייע מארקעט" איז דא א דיזעסטער מיט רענטל'ס אין קרית יואל, כידוע. די סיבה איז, ווייל אז אינגעלייט קויפן נישט קיין דירות ווערט נישט ליידיגע קאפל-דירות. און אז מען וועט קענען אפארדן צו קויפן, וועלן הונדערטער רענטל'ס ווערן אוועילעבל.
אלזא, אויב רענטל איז דיין עיקר זארג, דאן איז די גאנצע זארג א טאטאלע טעות.
ביסט גערעכט! זייער א גוטע נקודה! מען וואוינט אין רענטעלס ווייל מ'קען נישט אפארדען צו קויפן א דירה'לע. אין דאס איז די רענטל דיזעסטער! איך האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט אין דעם געדאנק.
יעצט וויל איך איבער'חזר'ן צום צענטן מאל, יעדע קאנטראל אויפן פרייע מארקעט איז א טיפער שניט בגוף הסאסייעטי, און, די מענטשהייט האט עס שוין צענדליגע מאל פרובירט און עס איז אלץ דורך געפאלן, און איך וויל זאגן פארוואס.
ווייל יעדעס מאל וואס מען טיילט איין (איך רעד יעצט וועלטליך, ביטע נישט פאליטיזירן)ווער ס'באקומט וועלכע רעכט, מי יחי' ומי ימות, וויפיל מעג מען בעטן, ווער מעג בעטן, ווער מעג באקומען, וועט אייביג זיין גורמים וואס וועלן פרובירן אויסצושפילן דעם סיסטעם, (משלים איז איבעריג) עס איז דא א פראצענט פון די מענטשהייט וואס זוכט נישט צו שפילן ביי די רולס, און עס מוז זיין א "העכערע אויטאריטעט" וואס קאנטראלירט און מאכט באשלוסן און האלט ארדענונג. דער סדר העולם איז אז אנצוקומען צו אזא אויטאריטעט פאדערט זיך געוויסע אייגנשאפטן, שטארקייט, קוראזש וכדו', און נאטור צו מאניפולירן, געווענליך אויך געלט צו דער זייט. און די קאמבינאציע פון די אלע נאטורן ליגט געווענליך נישט ביי די בעסטע איידלסטע און חשוב'ע מענטשן. עס איז אמת אז דאס איז נוגע אין א געוויסע זין יעדע סארט פירערשאפט, און מען דארף טאקע אלץ שוקל זיין וואס איז ערגער אינגאנצן נישט קיין פירערשאפט אדער פירערשאפט וואס האט געוויסע חסרונות, ובכלל אויף פירערשאפט וואס איז נישט אזא גרויסע קאנטראל אויף די גאנצע מארקעט איז שייך צו פארקוקן פון ביידע צדדים ויש בזה אריכות אבל נוגע רק מן הצד.
אבער, אויב די פירערשאפט דארף צו זיין אויף אזאך וואס נארמאל ווערט עס קאנטראלירט דורך א פרייע מארקעט, און דא וועל איך נוצן אלץ משל (ליין נאכאמאל די הקדמה) קאמוניזים/סאציאליזים פאדערט זיך גאר שטארק די שארפע נאטור פירערשאפט, און אז נישט צופאלט עס תיכף פון זיך אליין, און איינמאל דו דארפסט דאס האבן האסטו שוין דעם פראבלעם פאר די אויגן, און געווענליך ליידן די מיטל קלאס די מערסטע פון אנפאנג, ווייל די פירער וועלן פרובירן צופרידן שטעלן רוב (וויאזוי ראמני האט עס אנגערופן די רוב וואס צאלט נישט קיין שטייער) די גאר רייכע מאכטפולע זענען ביים שטייסל און האבן זיך אינזין, און דער נידריגער שטאפל המון עם איז צופרידן.
שפעטער אבער ווען דער סיסטעם צופאלט, ווייל דער מיטל קלאס ווערט אויס פון זיך אליין, מען נעמט פון זיי מער און מער צו, און זיי ווערן ארים, און די גאר געלונגענע ריקן זיך ארויף און ס'איז מער נישטא פון וועם צו נעמען, דעמאלטס ליידן די ארימע ווייטער דאס מערסטע ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און זיי גייען מן הפח אל הפחת זיי האבן נישט קיין עקספיריענס וויאזוי צו ארבעטן ווען מען גיבט זיי נישט און זיי ליידן צום סוף עד הסוף.
איך בעט אז קיינער זאל נישט קומען זאגן צו איינער איז יא אדער נישט ווי א קאסטרא אדער א פוטין, איך האב נאר געשריבן בנוגע די נושא פון קאנטראל אויף א מארקעט וואס מען דארף האבן אז ס'זאל ארבעטן (אין די וועלט, ביטע נישט פאליטיזירן, כ'רעד ריין סאסייעטי אויס, נישט אינדיווידועל פעלער)
און נאכאמאל קען זיין אז דא איז דער פאציענט אזוי קראנק אז מען מוז שניידן וויכטיגע אברים, מיינע תגובות דא איז נאר צו זאגן: מיין נישט אז מען רעדט דא פון אפשערן האר און נעגל, מען רעדט פון אקציעס וואס איז שניידן נעבן הארץ.
איך אליינס בין געווארן זייער פעסמיסטיש נאכן פלוצלונדיגע אפשטיפונג לעצטענס און נאכן דרשה פון רבי מאיר הירש. עס איז דא צופיל גרויסע מאכערס וואס שטייען אויס צו דערלייגען פונעם געשעפט.
ממילא איז מפטירין כדאתמול...
אם אין אני לי מי לי, מופטס קיין בלומינגבורג אדער וואדריזש, בלומינג גראוו וכולי.
איך גיי איבער'חזר'ן נאכאמאל, אבער קלארער: נישט בלויז ס'איז נישט אינגאנצן גלייך צו סאציאליזם, נאר ס'איז "לא קרב זה אל זה".
אמת, די געדאנק פון חז"ל קעגן הפקעת שערים "קען מען אנרופן" סאציאליזם, גענוי ווי דו קענסט אנרופן די "חתונה תקנות" קאמוניזם. אבער למעשה האט עס קיין שייכות נישט. בעסער געזאגט: די פראבלעמען פון סאציאליזם קומען נישט אריין אין בילד.
ווען די אמעריקאנע רעגירונג זעהט אז געוויסע מעדיצינען (לדוגמה פאר קימאו נאוזשיע ל"ע) קאסטן $1000 איעדע פיל, פשוט ווייל מ'וועט ממילא מוזן צאלן, איז הכל מודים אז די רעגירונג זאל/מעג/וועט נעמען שריט דערקעגן כדי צו העלפן די קראנקע מענטשן. עס שטימט מי די פרייהייט רול'ס? ניין. אבער אין עכטע מציאות גייט עס גארנישט שאטן, נאר העלפן.
לענינינו, ביי די דירות איז די זעלבע. מען גייט נישט איינפירן אז די בילדער דארפן נעמען בלויז 10 פראצענט ריווח און די איבריגע זאל גיין פאר בי"ד. מען גייט נישט איינפירן קיין מענדעיט אויפן ציבור צו קויפן דירות, מען גייט נישט ארויפצווינגען אויף בילדער וויאזוי און וויפיל זיי מעגן בויען, סך הכל איז די רעדע בלויז דאס:
היות אין קר"י קען מען גרינג ארויפציען פרייזן, ווייל אונזער ציבור מוז וואוינען אין היימישע געגנטער און מען קען דערפאר רייסן געלט און פאר'חובת'ן דעם ציבור לעולמי עד - כמעשה בכל יום - דעריבער מאכט מען א "קביעת שער" עפ"י ההלכה ע"י הבי"ד, וואס דאס איז א "דאך" ביז וויפיל מען קען טשארדשן פאר א סקווער פוס, אויסגערעכנט אז אונטער דעם דאך זאל א בילדער קענען ארויסגיין מיט ברייטע רווחים נישט בלויז אויף צו חתונה מאכן די קינדער, נאר צו קענען זיצן אין פלארידא פון די 60 ביז די 120 יאר.
(ובדרך אגב: על פי התורה איז אפגערעדט אז "זו הדרך" - אפשר אין א אנדערע געלעגנהייט אם יהא עוד אפשרות בידי)
אז מ'רעדט פון מעדעצין פרייזן, איז פונקט יעצט געווען אין די נייעס אז סטודענטן אין אן אסטעראלישע יוניווערסיטעט האבן נאכקאפירט א לעבנסוויכטיגער 700 דאללאר טאבלעט פאר בלויז 2 דאללער... לייענט מער דערוועגן אין המספיק גאזעט.
דער תהילים איד האט געשריבן:היות מען קען דא רייטן אויפן ציבור, ווייל אונזער ציבור מוז וואוינען אין היימישע געגנטער
דא שטעקט דיין טעות... און דאס איז די חילוק צווישן א קימאו פיל און אונזער נידון. ביי אונז איז קלאר אפשר בענין אחר און קיינער איז נישט מחוייב איבערצוצאלן כדי צו וואוינען אין קרית יואל. אויב וויל מען וואוינען אין א טייערע פלאץ האט עס א פרייז פונקט ווי א טייערע וויין האט זיין פרייז.
אויב וויל מען טאקע העלפן זאל מען העלפן דעם עולם מאכן די גורל׳דיגי באשלוס זיך אפצוטשעפען פונעם מאמען׳ס פארטוך און אפיאגן פון די טייערע רייכע געגנטער כל עוד ממונו אצלו...
עס איז אינטערסאנט אז די לעצטע פאר טעג זענען דא אויף אייוועלט צוויי שטארק אקטיווע אשכולות וואו די יסוד המחלוקת איז די זעלבע און אין ביידע פלעצער באקום איך קאלטס און ווארעם׳ס אויף מיין מיינונג...