מיללער האט געשריבן:
ווען מ'רעדט פון מענטשן פארוועם די פאקט פון 'ווער' עס מאכט די תקנות איז וויכטיגער ווי די תקנות גופא, וועט קיין שום תירוץ נישט גילטיג זיין.
מדארף צוריקמישן די ערשטערע בלעטער פון דיזע אשכול, מ'גייט ארום אין צירקלען, די סך הכל איז אז תקנות דארף גרויס סיעתא דשמיא, מ'זעמיר אלע געווען סקעפטיש פון אנהייב הויפטזעכליך צוליב די טיפע ריס וואס הערשט צווישן אחינו בשרינו תלמידי רבינו, נאך מיום פטירתו לחיי העולם הבא ביום כוא"ב, און נאך א שניט לאחר פטירת ממלא מקומו רבינו הברך משה זצ"ל, און דער פייער ברענט און פארברענט שוין 38 יאר אומאויפהערליך, השי"ת זאל זיך מרחם זיין און שיקן משיח צדקנו ווייל בדרך הטבע איז פאר משיח'ס טאג דא שוואכע האפענונג אויף א צוזאמענארבייט, דער שטן המחלוקת איז קלוגער פון די אלע דעה זאגער.
אלה ברצחנימו ואלה בנצחנימו, נישטא וואס צוטאן
און מיינע אויגן האט מאנרא א בעל הבית נישט אויף אלעם אבער און די ענינים פון די מוסדות און פון האזינג,
סא הער ביטע אויף מיט עס אנלייגען אז יענער איז שילדיג ווייל זיי ווילן נישט, און אז עס ברעט א פייער וכו לאקשן מיט ברעטער די תריץ אויב עס ווערט נישט איז זייער קלאר ווייל פון די הויעכע פענסטער האט מען נישט מסכם געווען דערצו