הצלת יהדות צרפת עפ"י דעת תורתנו הק' (נאר נייעס)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

הצלת יהדות צרפת עפ"י דעת תורתנו הק' (נאר נייעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

דא עפן איך א אשכול צו קענען ארום רעדן אלעס ארום די הייליגע פעולות נשגבות פון די הייליגע מוסד נטרונא אפצוראטעווען דאס יהדות צרפת עפ"י דעת תורתינו הקדושה

מיר בעטן אלע נעגאטיווע און פסולע קאמענטארן ארום די ענין זאל מען זיך האלטן ביי זיך דיזער אשכול איז אך ורק פאר נייעס ארום די פעולות נשגבות פון די מוסד נטרונא וואס בעיקר ארבעטן זיי שווער אויס צו קלארן דעם אמת אז מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון די טמאנע פראפעגאנדע פון די שלוחי הציונים

אזוי ווי דאס איז א שווערע ארבעט בפרט ווען ס'איז א מלחמה מיט'ן שטן דערפאר בעט איך ווער עס קען מיר ארויסהעלפן זאל מיר ארויסהעלפן מיט דאקומענטן און ראדיא עדס וכדו'
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נוטרונא ? אדער קרן הצלת יהדת צרפת ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

מיר האפן מארגן איה אנהייבן באשרייבן די שרעקליכע פאלשע פראפעגאנדע פון די ציונים ארום די מצב און פראנקרייך האר אויפשטעלענדע פאקטן פון אסיפות און די איזרעלי גאווערמענט קארידארן מיט א פלאן אויסצוליידגן פראנקרייך פון אידן כדאי צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די מצילים פון אידישע קינדער וכלשונם הטמא אז די מצב אויף די וועלט איז די זעלבע ווי פאר'ן קריג נאר די איינציגער חלוק איז איז יעצט האבן אידן א אייגענע מדינה און א אייגענע מיליטער

מיר בעטן נאכאמאל ס'איז א שווערע ארבעט אוועק צו נעמען קעלבערנע התפעלות ווער ס'קען מיר העלפן זאל מיר העלפן
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

א גוט מארגן

איידער מיר וועלן צו גיין צו די טרוקענע נייעס בנוגע וואס די מוסד נטרונא טוט פאר די יהדות צרפת און וואס זיי האבן שוין אויפגעטון וועל מיר קודם אויסשמועסן אלס הקדמה וואס 'בכלל' וויל דא די הייליגע מוסד נטרונא ? וואס איז זייער הצלה ? פ"וו קענען זיי ניט מיטגיין מיט די מהלך פון 'עולה' זיין ?

און דאס קומט נאכדעם וואס איך האב געזען די דאזיגע ווערטער אינעם אנדערן אשכול וואס דארט ווערט אראפגעברענגט פארשידענע בילדער וואס קומט פון די הוילע פראפעגאנדע פון די פאלשע מצילים פון די פייער צינדערס און דערנאך זענען זיי מציל פונעם פייער און דארט ווערט אראפגעברענגט די ווערטער

דורך ברוינפן באטל » מאנטאג ינואר 02, 2017 10:04 pm

יא איך האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
אז דו ביסט שוין יא מעורר כלל ישראל לייג כאטש צו א לינק צו געבן צדקה פאר די קרן הצלת צרפת


איך בין נישט געקומען בעטן געלט דא, איך האב נאר לעטצנס געהערט א שפראך וואס צרפת ווען צרפת און מענטשן האלטן אז עס איז בעלאוני די גאנצע זאך און און אין כאן לא גזירה ולא הצלה האב איך געוואלט אויפווייזן אז ליידער בעוה"ר איז אלעס אמת
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע

נו איז טאקע אזוי האלט נטרונא אז אין כאן לא גזירה ולא הצלה ?

דעריבער וועלן מיר קודם היינט דאס מברר זייןאי"ה
אוועטאר
ברוינפן באטל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:27 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינפן באטל »

די נאר זאל ארויסגיין פון מקווה, וואס פאלט דיר ביי איך האב גערעדט פון נטרונא?

איך האב גערעדט פון מענטשן וואס זאגן אז די סוכנות ארבעט בכלל נישט ארויפצוברענגן און אויסשמדן דעם שבט, און עס איז אויפגעבלאזן די גאנצע זאך וועגן דעם שרייב איך!

איין קליינע הקדמה צו דעם אשכול, איך קוק זייער ארויף וואס נטרונא טוט און איך רייס זיי נישט אראפ, כאטשיג איך האב וואס צו זאגן אבער איך האב מיר שוין אויסגעלערנט אז מען בויט נישט זיך מיטן יענעם אראפרייסן, איך מיין אז דו זאלסט דיר אויך האלטן די כלל פאר די אויגן, איך וועל מיר בל"נ האלטן שטיל חוץ אויב דו גייסט ארויפשמירן שקרים אויפן חשבון פון די פעולות פון די הייליגע עסקנים וואס האבן אויף זייער קאנטע די הצלה פון טויזענטער נשמות!

מיר ווארטן צן הערן און פארשטיין
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

איך האב מיך בכלל נישט באצויגן צו דיר פרעזענליך חלילה נאר צו די 'בליק' וואס עס איז דא ביי אסאך אז די 'איינציגסטע' וועג אפצוראטעווען דעם שבט (אגב דאס ווארט שבט קומט נישט דא אריין בכלל זיי זענען אידן פון פראנקרייך פונקט וו אידן פון פלעטבוש) איז דורך 'עולה' זיין קיין א"י -רחמנא ליצלן מהאי דעתא-, און אויב טוט מען אן אנדערע אדער דעם ריכטיגן וועג פון הצלה על דרך המסוללה לנו קוקן זיי אן עפעס ווי דעס מיינט אויטעמאטיש אז מ'מאכט קלענער די 'גזירה' און מ'זארגט זיך נישט פאר די אידן פון פראנקרייך און דאס געט א בליק ווי כאילו אויב גיי איך נישט מיט מיט דעם מהלך מיינט דאס אז איך רוף אויס בערך די ווערטער וואס דו שרייבסט אז אין כאן לא גזירה ולא הצלה

אגב די מהלך המחשבה איז אויך א טייל פון די פראפעגאנדע מאשין אנשטאט ס'זאל מער גערעדט ווערן פון די לכתחלהדיג"ע דרך הצלה רעדט מען מער און מ'פאמפט מער פון די דיעבדיג"ע מהלך די פעולות וואס מ'טוט שוין נאכדעם וואס מ'איז 'סיי ווי' עולה

במילא זעהנדיג אז דער עולם איז אומוויסנד בנוגע די גאנצע מצב און מ'ווערט נתפעל פון הוילע פראפעגאנדע ע"כ במקום שאין איש חיוב עלי ארויסצוקומען מיטן אמת

איך גי דא קיינעם נישט אראפרייסן נאר שטארק ארויסברענגען די פעולות פון נטרונא און אויפווייזן פאר תורה טרייע אידן אז לא אלמן ישראל און די ערליכע עסקנים גייען ווייטער אן בפעולות חובקות עולם אפצושלאגן די הסתה און טמאנע פראפעגאנדע פון די ציונים וכל הנלוים אליו

און בעיקר ארבעטן זיי שטארק ארויס צו ברענגען און מברר זיין דעם לכתלחה וואס דאס אלעס וועלן מיר דא אראפברענגען אין דעם אשכול בעז"ה
לעצט פארראכטן דורך חזרה אום דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

הרב חזרה, דיין ק/פ פון לחיים מיט'ן איבערשרייבן זיינע ווערטער האט געמאכט זייער א נישט-גוטער איינדרוק.

אויב איז טאקע דיין ציהל צו ברענגען די נייעס פון די פעולות פון נטרונא, אדרבה! אלע ווילן הערן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

איך בין אביסל באגרעניצט אין צייט בה דערפאר האב איך נאך נישט געהאט די שעה זיך אראפ צו זעצן און שרייבן דבר דבור על אופניו אבער בעה וועל מיר זיך אנשטרענגען ווי שנעלער צו קומען מיט א פולע באריכט

איך האף אי"ה אויך צו שרייבן שיטת תורתינו הקדושה לגבי ציונים בכלל, די הבדלה גמורה וואס אלע צדיקים וקדושים פון פארן קריג האבן געמאכט פאר די כת, בשעת ס'איז נאך נאר געווען א רעיון-די השתלשלות ווי נאכן קריג און נאכן הקמת המדינה איז דאס געווארן ווי א שיטה יחידאה אזוי גערופען שיטת ויואל משה- דעת הויואל משה ווייטער אנצוהאלטן א הבדלה גמורה פון די ציונים, יעדע נגיעה קל צו זיי זאל זיין א דבר מאוס-און נישט נאר צו זיי נאר צו אלע וואס האלטן מיט מיט זיי-דער תתן אמת ליעקב/ונתן לנו תורת אמת פונעם סאטמאר רב ז"ל וואס האט נישט געלאזט זיין לב טהור וקדוש מאכן א פשרה כל דהו אדער א התרשלות כל דהו אין די הבדלה ומלחמה/וואס דאס האבן אנדערע אנגערופן עקסטערימיזעם- זיין שטארקע אמת/עקסטערימיזעם אפילו אין די הייליגסטע ווי למשל דעם הייליגן כותל שריד בית מקדשנו- און די זעלבע שיטה הקדושה און ברען און קנאות ביי האקעלע פעלער ווי הצלות יהדות אונגארן/ילדי מאראקא ווי ס'איז באמת שווער געווען צו פארשטיין שיטתו הקדושה דעת תורתנו אבער אמת הי' לרגליו און מיט דעם צוקומען צו אונזער נושא פון יהדות צרפת און חנוך עצמאי פראבירן זיך צו דערגרונטעווען שיטתו הקדושה און דורך דעם פארשטיין די פעולות פון נטרונא און דערנאך טרוקענע נייעס פון די פעולות פון נטרונא

ס'וועט איה נישט זיין קיין שום נעגאטיוויטי צו קיין שום זאך וואס ווערט געטון דורך אנדערע ווי די אגודאים וכו' בלויז א חיוב מפרסם זיין די לכתחלהדיגע פעולות
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

דער תהילים איד האט געשריבן:הרב חזרה, דיין ק/פ פון לחיים מיט'ן איבערשרייבן זיינע ווערטער האט געמאכט זייער א נישט-גוטער איינדרוק.

אויב איז טאקע דיין ציהל צו ברענגען די נייעס פון די פעולות פון נטרונא, אדרבה! אלע ווילן הערן.


די זאך איז אז אזעלכע ווערטער ברענגען שטארק ארויס די וויכטיקייט פון מפרסם דעם לכתחלהדיגע וועג ווי צו העלפן די יהדות צרפת און דערפאר האב איך דאס אראפגעברענגט

איך האף איר פארשטייט
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

רצון טוב האט געשריבן:
חזרה האט געשריבן:איך האב מיך בכלל נישט באצויגן צו דיר פרעזענליך חלילה נאר צו די 'בליק' וואס עס איז דא ביי אסאך אז די 'איינציגסטע' וועג אפצוראטעווען דעם שבט (אגב דאס ווארט שבט קומט נישט דא אריין בכלל זיי זענען אידן פון פראנקרייך פונקט וו אידן פון פלעטבוש) איז דורך 'עולה' זיין קיין א"י -רחמנא ליצלן מהאי דעתא-,


חזרה האסט א שטיקל נקודה,
דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p1368695 שרייבט ברוינפן באטל היבש קלארע דיבורים אז די דרך הצלה לכתחילה איז דאס מיטגיין מיטן פאקט אז די אידן אין צרפת דארפן עולה זיין, און די וועג פון הצלה איז זיי ראטעווען דורך העלפן מיט געלט, זיי מסדר זיין לאחר עלייתם אין אר"י.


קען זיין אז ער איז גערעכט פון זיין זייט אבער דא אין דעם אשכול וועט ארויסגעברענגט ווערן די וועג פון שיטת ויואל משה בלי שום פשרות

הער צו לאמיר קודם מבאר זיין די אנדערע זייט מטבע און דערנאך וועל מיר שמועסן
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

חזרה האט געשריבן:איך בין אביסל באגרעניצט אין צייט בה דערפאר האב איך נאך נישט געהאט די שעה זיך אראפ צו זעצן און שרייבן דבר דבור על אופניו אבער בעה וועל מיר זיך אנשטרענגען ווי שנעלער צו קומען מיט א פולע באריכט

איך האף אי"ה אויך צו שרייבן שיטת תורתינו הקדושה לגבי ציונים בכלל, די הבדלה גמורה וואס אלע צדיקים וקדושים פון פארן קריג האבן געמאכט פאר די כת, בשעת ס'איז נאך נאר געווען א רעיון-די השתלשלות ווי נאכן קריג און נאכן הקמת המדינה איז דאס געווארן ווי א שיטה יחידאה אזוי גערופען שיטת ויואל משה- דעת הויואל משה ווייטער אנצוהאלטן א הבדלה גמורה פון די ציונים, יעדע נגיעה קל צו זיי זאל זיין א דבר מאוס-און נישט נאר צו זיי נאר צו אלע וואס האלטן מיט מיט זיי-דער תתן אמת ליעקב/ונתן לנו תורת אמת פונעם סאטמאר רב ז"ל וואס האט נישט געלאזט זיין לב טהור וקדוש מאכן א פשרה כל דהו אדער א התרשלות כל דהו אין די הבדלה ומלחמה/וואס דאס האבן אנדערע אנגערופן עקסטערימיזעם- זיין שטארקע אמת/עקסטערימיזעם אפילו אין די הייליגסטע ווי למשל דעם הייליגן כותל שריד בית מקדשנו- און די זעלבע שיטה הקדושה און ברען און קנאות ביי האקעלע פעלער ווי הצלות יהדות אונגארן/ילדי מאראקא ווי ס'איז באמת שווער געווען צו פארשטיין שיטתו הקדושה דעת תורתנו אבער אמת הי' לרגליו און מיט דעם צוקומען צו אונזער נושא פון יהדות צרפת און חנוך עצמאי פראבירן זיך צו דערגרונטעווען שיטתו הקדושה און דורך דעם פארשטיין די פעולות פון נטרונא און דערנאך טרוקענע נייעס פון די פעולות פון נטרונא

ס'וועט איה נישט זיין קיין שום נעגאטיוויטי צו קיין שום זאך וואס ווערט געטון דורך אנדערע ווי די אגודאים וכו' בלויז א חיוב מפרסם זיין די לכתחלהדיגע פעולות

באמת זייער וויכטיג און איך קוק שטארק ארויס דערויף,
אבער איין בקשה: דאס פאדערט באמת א באזינדערען אשכול, פון לייגען און די אשכול קען זיך ח''ו דאכטען אז ס'דא די מינדערסטע סתירה צווישען די פעולת הצלה פונעם וועד מיט'ן שיטה הברורה פון רביה'' ק זי''ע, און דאס איז ווי פארשטענדליך א טעות מוחלט, ווייל די פעולת איז געצילט ווען ס'איז שוין ליידער לאחר המעשה ווי שוין ערווענט.

אבער מיר קוקען שטארק ארויס אויפ'ן אשכול, אין קלארשטעלן אז די '' שיטה'' איז ס''ה די '' שיטה'' פון תורה הק'.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

ווי איך פארשטיי ווילסטו אויך אז ס'זאל ווערן ארויסגעברענגט דעת תורתנו/שיטת ויואל משה ווי אזוי מ'גייט צו צו לאחר המעשה אי"ה וועל מיר א וודאי און א וודאי דאס אויך אויסשמועסן בעזה
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

2טע שרעקליכע מעשה אין איין וואך א מאמע פון די עולי צרפת איז נעבעך געשטארבן ביים ארויספאלן (?) פון פענסטער
און מען האט געטראפן איר בעבי אינדערהיים נישט ביים לעבן

ה"י
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

?
חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזרה »

איך מוז מפייס זיין דעם עולם איך האף אי"ה היינט צו שרייבן סיי איבער די השקפה און סיי איבער די פעולות חובקות פון נטרונא ווי זיי האבן גערעדט מיט די רבני פראנקרייך די וואס האלטן זיך ביי דעם אז מ'זאל בלייבן דארט און זענען שטארק מחזק די רבנים און סיי די פרסום וואס זיי האבן געמאכט אז מ'זאל בלייבן אין פראנקרייך און סיי זייערע אויפטוען וואס זיי האבן אסאך אפגעהאלטן פון אוועק פארן ווי איינע פון די עסקנים האט מיר פרעזענליך געזאגט אז ווען ער איז דארט געווען מחזק זיין האבן אסאך זיך אפגערעדט וועגן דעם אז מ'טוט נישט גענוג קלאר צו מאכן די מצב און מ'טוט נישט גענוג מפרסם זיין די הסברה אז אין א"י איז די מצב בכלל נישט בעסער

האפענטליך צו האבן צייט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נטרונא האט בכלל געברענגט א שטארקע אויפוואכונג צו העלפן די ארטיגע אידן אין פראנקרייך אז די וואס זענען נאך דארט זאלן קענען פארבלייבען במקום גלותם
עס איז היינט ב"ה דא אסאך וואס טיען בעצה ובמעש ארויסצוהעלפן די פראנצויזישע אידן צו קענען בלייבן וואוינען אין זייער לאנד.
מערה
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:31 pm

Re: הצלת יהדות צרפת עפ"י דעת תורתנו הק' (נאר נייעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערה »

הגה״צ אבד״ק קאלוב שליט״א ממשיך עבודת אביו הרה״ק מקאלוב שליט״א

פון די לעצטע צענדליגע יארן

‎⁨ימי ביקור אבדק בצרפת⁩.jpeg
‎⁨ימי ביקור אבדק בצרפת⁩.jpeg (281.04 KiB) געזען 383 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”