דעת תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 1:08 am
דזיקוב'ער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 12:55 am
דעת תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 12:51 am
איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:02 pm
דעת תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 10:24 pm
ווער ס'רעדט זיך איין אז דעס גייט אויסזעהן בעסער ווי קווינס-פייוו טאנס לעבט אין א באבעל
ליגט מיר אין קאפ אז איך קען דיין שטימע פון ערגעץ
א שנעלע סיערטש האט מיר אריבערגעפירט קיין טעמפא פלארידע
viewtopic.php?p=3467030#p3467030
איר האט אפשר נגיעות אקעגן לעיקפראנט ?
אדער איר זארגט זיך פשוט פאר יודן וואס לעבן אין א באבעל ?
ניין ~ איך ניץ מיין דזשעלי ~ און סזאגט מיר אז
טעמפא וואס וואלט געדארפט האבן א פינעף און זעכציג מער טשענס ס'זאל מצליח זיין און סהאט זיך אויסגעלאזט א בוידעם דארף אוודאי לעיק פראנט באבעל אויפבאסטען מיט א גרעסער אייפער
פארוואס?!?!?!
הייזער געווען פארטיג געווען א רב מיט א מקוה בית מדרש אויפן פלאץ געווען גרייט א בנין המוסדות נאר נישט געווען ווער ס'זאל מופן פון די פארשטיפטע נוא יארקער דיר'לעך
לאמיר נישט אריין גיין אין די פרטים פון טעמפא.
עס וואלט געקענט זיין הערליך שיין, איז אבער געשעהן וואס איז געשעהן.
איז עס אבער א פארגלייך צו לעיק פראנט?
וואס האב איך פון א שוהל אויב עס איז נישטא קיין מנין.
וואס האב איך פון א בנין המוסדות, אויב האב איך נישט ווער עס קען עס פיהרן.
און אלע חסרונות וואס טעמפא האט געהאט, וואס האט טאקע גורם געווען, אז עס האט זיך דערווייל אזוי אויסגעשטעלט, איז דאך נישטא דא אין לעיק פראנט.
אויסער אויב ווייסט איהר טאקע גארנישט.
לדעתי, (איך ווייס נישט דער מציאות היינט צו טאג'ס) קען נאך טעמפא, זיך צוריק אויפכאפן. אויב און ווען לעיק פראנט איז מצליח.
ממילא, פאר די וואס בארעדן לעיק-פראנט, ווייל זיי שפירן דערין א מעכב פאר טעמפא, לדעתי וועט גאהר זיין פארקערט.