אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי גיייט זיין די פרייזן אין ק"י א יאר פין היינט

טייערער
238
63%
די זעלבע
57
15%
בילעגער
75
20%
די אלטע תקנות פרייזן
10
3%
 
סך הכל שטימען: 380

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אלט מאנרא האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
צ/ק

עס גייט א שיין ביסעל אראפגיין.

איי און מציאות איזעס נאכניש געשעהן? און מציאות איזעס אויך נאכניש ארויף מיט אזא טעמפא.

די עולם איז אזוי נערוועז יעצט אז מעקען ניטאמאל טראכטען גראד. א רחמנות אויף די וואס קופן יעצט.
פאר קרית יואל קען מען נישט פארקויפן קיין לאקשן
איך ווייס נישט פון וועליכע מציאות איר רעדט
איך וואוין נישט אין קרית יואל, איך קען נישט די מארקעט אלץ ארטיגער, איך זעה וואס Zillow זאגט.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

עס איז דא הייזער אין אלע עקען פינעם שטאט די פרייז האלט ביי 400 א סקווער פיס
אין קיינער קויפט עס נישט

מענטשן וואס האבען געקויפט די לעצטע יאר צייט פאר אינוועסמענט זיכען טענעטס זאלן
אויסצלען זייער מארגיטש
זיי קענען עס נאר פארדינגען פאר שוארט טוירם אדער דורך געסטעי וכד

עס גייט בקרוב פערטיג ווערן עיקערס פוינט ווינטער צייט
וואס גייט אריין ברענגען נאך אסאך דירות אין די מארקט

איך גלייב נישט אז עס גייט ציריק גיין צי 300 א סקווער פיס אבער צי ארויף קען עס נישט גיין
איך גלייב נישט אז קימעדיג יאר וועס עס ארויף גיין צי 500 א סקווער פיס
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
עס איז דא הייזער אין אלע עקען פינעם שטאט די פרייז האלט ביי 400 א סקווער פיס
אין קיינער קויפט עס נישט

מענטשן וואס האבען געקויפט די לעצטע יאר צייט פאר אינוועסמענט זיכען טענעטסעס זאלן
אויסצלען זייער מארגיטש
זיי קענען עס נאר פארדינגען פאר שוארט טוירם אדער דורך געסטעי וכד

עס גייט בקרוב פערטיג ווערן עיקערס פוינט ווינטער צייט
וואס גייט אריין ברענגען נאך אסאך דירות אין די מארקט

איך גלייב נישט אס עס גייט ציריק גיין צי 300 א סקווער פיס אבער צי ארויף קען עס נישט גיין
איך גלייב נישט אז קימעדיג יאר וועס עס ארויף גיין צי 500 א סקווער פיס
ארויפגיין מיינט נישט אז ס׳גייט פליען צו 500 ביז א יאר, נאר אז מ׳מאכט א לאגישן חשבון אז די וואס האבן היינט געקויפט פאר 400 א סקווער פוס און זענען לויט אלע אפשאצונגען יעצט נאך זייער טייער באצאלט (און פלאגן זיך צו טרעפן עס צו פארדינגען אויב ס׳איז פאר אינוועסטמענט, אבער האבן געוואלט האבן א הויז צו וואוינען פאר זיך) וועט אין א יאר ארום גאנץ ווארשיינדליך זיין די נארמאלע פרייז וואס יעדער וועט בעטן.

פארוואס? פאר איין פשוטע סיבה...

עס קאסט היינט צו בויען א הויז - הארט קאסט - בערך 200 א סקווער פוס נאך פאר ער לייגט ארויף קאמישאן און פראפיט, און צוגאב דארף מען צולייגן די פראפערטי קאסט וואס איז אין די שווערע מיליאנען, דאן די פלענס, סייט פלענס, קאנסטראקשאן לאון והמסתעף, די גאנצע סאפט קאסט, גייט עס פשוט און פראסט קאסטן 400 א סקווער פוס אלץ די מינימאל נארמאלע פרייז וואס א בילדער וועט מוזן בעטן צו קענען פשוט פארדינען וואס עס קומט אים פאר אזא ריזיגע מולטי מיליאן דאלארדיגע אינוועסטמענט, יעצט דעיס איז די שער שבשוק, אצינד קומט צו די בעסערע געיגנטער און אפגרעיטעט דירות וכולהו וועלן נישט קענען פארקויפן די זעלבע ווי וואס מ׳צאלט איבעראל אטאמאטיש וועלן זיין הרבה קויפצים דערויף צוצוצאלן וועט מען זיך טרעפן עס זען גיין פאר 450 א.א.וו.

פארדעם גייט לכאורה זיין די מציאות אז ס׳קען נישט ווערן ביליגער און אויך נישט בלייבן די זעלבע נאר פרייזן גייען זיכער ארויפגיין
john
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

איך פארשטיי נישט, ממילא דער וואס האט געשריגן ווען די פרייז איז געווען 300 אז סגייט ארויפגיין, דער קען יעצט אויך שרייען סגייט ארויפגיין ווייל ער האט געפראווד אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
אבער וויאזוי קען זיך עפענען די מויל דער וואס האט דעמאלטס געשריגן קויפטס נישט ווייל פרייזן גייען נאך פאלן און לכבוד אים האבן זיך אסאך יונגעלייט אפגעהאלטן פון קויפן און יעצט גייען זיי צאלן מיט אפאר הונדערט טויזענט דאלער מער
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

john האט געשריבן:

דער וואס שרייט אז ס׳גייט פאלן רעדט אדער פון אומוויסנדקייט, ייאוש, אדער זאגט ער נאך געמויזכעכטס פון אנטבלויזטע מויל מאכער׳ס וואס זיי רעדן פון ייאוש... צומאל פשוט קנאה... דוק ותשכח
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

בלויז מיט א וואך צוריק האב איך מיטגעהאלטן פון א דירה אין ברך משה וואס איז געפאלן מיט א הינדערט אלפים די פרייז
פ"וו זאל עס נישט אנהאלטן אויף די וועג אין די צייט ווען עס וואקסן ב"ה ארויס פיל אפציעס ווי צו קויפן, ס'נאר נארמאל אז ווען ס'דא שפע ווערן די פרייזן פרייזליכער.
john
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

סמעטענע האט געשריבן:

אוודאי קען מען טרעפן דא דארט א דירה וואס פאלט און פארשטייט זיך מדארף וויסן וואס די מעשה מיט די דירה איז אבער בכלליות בויט מען נישט גענוג דירות לויט די דימענד במילא זעה איך נישט קיין וועג אז סזאל פאלן.
אדרבה זאל איינער אויסרעכענען וויפיל דירות סאיז צוגעקומען די לעצטע זעקס יאר און וויפיל מיידלעך האבן חתונה געהאט. און דעס איז חוץ פון מענטשן וואס מופן צו קרית יואל
לויתן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 9:36 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויתן »

סמעטענע האט געשריבן:
בלויז מיט א וואך צוריק האב איך מיטגעהאלטן פון א דירה אין ברך משה וואס איז געפאלן מיט א הינדערט אלפים די פרייז
פ"וו זאל עס נישט אנהאלטן אויף די וועג אין די צייט ווען עס וואקסן ב"ה ארויס פיל אפציעס ווי צו קויפן, ס'נאר נארמאל אז ווען ס'דא שפע ווערן די פרייזן פרייזליכער.
קענסט ביטע געבן מער דעטאלן פין דעי דירה, ס'הערט זיך עפעס זייער דראמאטיש א הונדערט אלפים פאל,

ווי לאנג איז עס אויף די מארקעט? וויפל איז ארגינעל געווען א סקווער פיס?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין די גלילות זענען דא 500 הייזער געאוינט ביי אידן וואס צאלן דערפאר א פעטע מארגעדזש. דארט איז דער באבעל נאך אזוי גרויס ווי אינערהאלב די קרית יואל גרעניצן.

עס ווענדט זיך אלעס איז די מארגעדזש מארקעט. אויב זאל אינטרעסט ראטע'ס גיין צו 7%-8 און די בענק זאלן אפשאצן די הייזער פאר איר אמת'ע ווערט.., דאן קענען פרייזן פאלן 50%.

דו גייסט נישט טרעפן צופיל מענטשן וואס זאלן אראפלייגן א האלב מיליאן דאלער.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ר' יום טוב האט געשריבן:

פרייזן זאלן פאלן צו 50% איז א שיינע חלום וואס קען פשוט נישט פארווירקליכט ווערן צוליב די הויכע קאסט פון בויען וואס האלט און איין שטייגן

אין וויליאמסבורג יעדער וואס קויפט א דירה היינט לייגט אראפ לכה״פ א דריי פערטל ביז א מיליאן דאלער אדער מער, זיי ביטע מסביר פארוואס דארטן איז א מציאות, און דא קען אזוינס נישט קענען זיין א מציאות, 200 צו 300 הונדערט טויזנט אראפלייגן פארשטייט מען שוין דא שטעלט זיך עס אפ?
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

כ'קען נישט פונקטליך די האוזינג מארקעט אין ק''י, אבער כ'זעה נישט פארוואס ק''י זאל זיין אנדערש ווי גאנץ אמעריקע וואס די מארקעט קילט זיך אפ און פרייזן פאלן....
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

די אידישע מארקעט האט קיין שייכות מיט די אלגעמיינע מארקעט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ווי אויך די אידישע אינפלאציע...
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אושפיזין האט געשריבן:
כ'קען נישט פונקטליך די האוזינג מארקעט אין ק''י, אבער כ'זעה נישט פארוואס ק''י זאל זיין אנדערש ווי גאנץ אמעריקע וואס די מארקעט קילט זיך אפ און פרייזן פאלן....
אין וויליאמסבורג, צו אין מאנסי, אדער אין לעיקוואד, אזש ביז בלומינבורג האלטסו ערגעץ עפעס מיט אז פרייזן פאלן?

מיר קענען אפשר זייער געשמאק רעדן פון מופן איבער אמעריקא אבער מיר קענען במציאות קוים ארויסגיין וואוינען איינס צוויי גאסן ארויסציר פון ווי ״מ׳״ וואוינט שוין….
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אושפיזין האט געשריבן:
כ'קען נישט פונקטליך די האוזינג מארקעט אין ק''י, אבער כ'זעה נישט פארוואס ק''י זאל זיין אנדערש ווי גאנץ אמעריקע וואס די מארקעט קילט זיך אפ און פרייזן פאלן....
ווייל אין רוב אמעריקע איז ריעל עסטעיט אן אינוועסטמענט, און ווען איין פלאץ שטייגט קויפן די אינוועסטירער ערגעץ אנדערש. משא"כ די אידישע מארקעט וואס באשטייט פון אידן וואס זוכן א דאך איבער'ן קאפ, און זיי קענען נישט קויפן ערגעץ אנדערש.

ווילאנג ס'איז דא 600 אידן וואס זוכן צו קויפן, און נאך 2000 וואס וועלן קויפן אויב די מארקעט ווערט אביסל לייכטער, קען אזא מארקעט נישט פאלן. ווייל די רגע ס'פאלט טאנצן אריין אסאך אידן, וחוזר חלילה... דאס זעלבע איז אין יעדע אידישע געגנט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

נאך אסאך סיבות, אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישטא קיין בראוקערס וואס רוקן ארויף פרייזן, נישטא קיין אינטערן טיש, ועוד ועוד שאכמ"ל. ודי לחכימא
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ר' יום טוב האט געשריבן:
אין די גלילות זענען דא 500 הייזער געאוינט ביי אידן וואס צאלן דערפאר א פעטע מארגעדזש. דארט איז דער באבעל נאך אזוי גרויס ווי אינערהאלב די קרית יואל גרעניצן.

עס ווענדט זיך אלעס איז די מארגעדזש מארקעט. אויב זאל אינטרעסט ראטע'ס גיין צו 7%-8 און די בענק זאלן אפשאצן די הייזער פאר איר אמת'ע ווערט.., דאן קענען פרייזן פאלן 50%.

דו גייסט נישט טרעפן צופיל מענטשן וואס זאלן אראפלייגן א האלב מיליאן דאלער.
מארטגעזדש ראטעס האלט נישט אפ פון קויפן, ווייל מ'ווייסט אז ביז דריי יאר קען מען ריפיינענסן. און די דאון פעימענט גייט נישט ארויף לויט די אינטרעסט ראטעס.

די אמת'ע ווערט איז לויט וויפיל אידן זענען גרייט צו קויפן, די באנק שאצט לויט די פרייזן פון אנדערע הייזער וואס פארקויפט זיך אין יענע געגנט, נישט וויפיל די האלץ קאסט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בלייב געזונט האט געשריבן:
נאך אסאך סיבות, אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישטא קיין בראוקערס וואס רוקן ארויף פרייזן, נישטא קיין אינטערן טיש, ועוד ועוד שאכמ"ל. ודי לחכימא
זיכער אזוי, די ווארט בראוקער איז א אידישע ווארט. פרעג נאר @גרשון דערוועגן... אמת אז ווען די מארקעט איז הייסער ארבעטן די בראוקערס שווערער, זיכער אז זיי געבן צו צום קריזיס, אבער בראוקערס קענען נישט באשאפן א קריזיס ווען ס'איז נישטא.

נעם א דוגמא בארא פארק, צענדליגער דירות זענען אדווערטייזט יעדן טאג דורך פריוואטע אונערס אן קיין בראוקערס און די פרייזן הייבן זיך ווי משוגע. מ'האלט יעצט ביי איבער 2 מיליאן פאר א הויז און 1.5 פאר א קאנדא. א הויז אין געגנט איז בכלל נישטא צום קויפן... די דעמענד איז פשוט ריזיג, די הייזער ווערן צוכאפט נאך פאר'ן גיין פובליק.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
נאך אסאך סיבות, אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישטא קיין בראוקערס וואס רוקן ארויף פרייזן, נישטא קיין אינטערן טיש, ועוד ועוד שאכמ"ל. ודי לחכימא
זיכער אזוי, די ווארט בראוקער איז א אידישע ווארט. פרעג נאר @גרשון דערוועגן... אמת אז ווען די מארקעט איז הייסער ארבעטן די בראוקערס שווערער, זיכער אז זיי געבן צו צום קריזיס, אבער בראוקערס קענען נישט באשאפן א קריזיס ווען ס'איז נישטא.

נעם א דוגמא בארא פארק, צענדליגער דירות זענען אדווערטייזט יעדן טאג דורך פריוואטע אונערס אן קיין בראוקערס און די פרייזן הייבן זיך ווי משוגע. מ'האלט יעצט ביי איבער 2 מיליאן פאר א הויז און 1.5 פאר א קאנדא. א הויז אין געגנט איז בכלל נישטא צום קויפן... די דעמענד איז פשוט ריזיג, די הייזער ווערן צוכאפט נאך פאר'ן גיין פובליק.
אוודאי, בראוקערס, פראטעקציע, בראוקער פון סעלער און בייער צוזאמען וכו' גייט אויך אן װען ס'איז נישטא קיין קריזיס. איך האב מיטגעהאלטן די גראבע קארופציע אין קרית יואל גלילות מיט צוויי יאר צוריק.

און ווען ס'איז נישט דא קיין קריזיס דארף דער סעלער אסאך מער צוקומען צו א בראוקער.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

בלייב געזונט האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
נאך אסאך סיבות, אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישטא קיין בראוקערס וואס רוקן ארויף פרייזן, נישטא קיין אינטערן טיש, ועוד ועוד שאכמ"ל. ודי לחכימא
זיכער אזוי, די ווארט בראוקער איז א אידישע ווארט. פרעג נאר @גרשון דערוועגן... אמת אז ווען די מארקעט איז הייסער ארבעטן די בראוקערס שווערער, זיכער אז זיי געבן צו צום קריזיס, אבער בראוקערס קענען נישט באשאפן א קריזיס ווען ס'איז נישטא.

נעם א דוגמא בארא פארק, צענדליגער דירות זענען אדווערטייזט יעדן טאג דורך פריוואטע אונערס אן קיין בראוקערס און די פרייזן הייבן זיך ווי משוגע. מ'האלט יעצט ביי איבער 2 מיליאן פאר א הויז און 1.5 פאר א קאנדא. א הויז אין געגנט איז בכלל נישטא צום קויפן... די דעמענד איז פשוט ריזיג, די הייזער ווערן צוכאפט נאך פאר'ן גיין פובליק.
אוודאי, בראוקערס, פראטעקציע, בראוקער פון סעלער און בייער צוזאמען וכו' גייט אויך אן װען ס'איז נישטא קיין קריזיס. איך האב מיטגעהאלטן די גראבע קארופציע אין קרית יואל גלילות מיט צוויי יאר צוריק.

און ווען ס'איז נישט דא קיין קריזיס דארף דער סעלער אסאך מער צוקומען צו א בראוקער.
מ׳דעדענק מיר צייטן וואס דער בראוקער איז געזיצן מיט הייזער און נישט געקענט פארקויפן ליסטינגס האבן עקספייערט מוכרים זענען געווען דעספערט בראוקערס קענען קיינעם נישט העלפן ווען ס׳איז נישטא גענוג בייערס

ווען א מארקעט איז הייס און עס איז דער קונה קען זיך נישט שפילן מיטן מוכר אודאי וועט דער בראוקער אלץ טרעפן א צווייטן מיט א בעסערע דיעל ווייל ס׳איז דא מער קונים ווי סופליי

שולדיג שולדיג בלעימען און בלעימען…
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

נישט אריינגיין אין די פרייזן, איז לדעתי דא א שיין שטיקל חילוק צווישן קר''י און וויליאמסבורג בארא פארק, אין שטאט בויעט זיך נישט כאת קיין איין פרישע דעוועלאפמענט, כאפט מען וואס איז דא פאר פרייזן וואס איז דא משא''כ קר''י אזוי אויך מאנסי טוט זיך א געבויאכטס מימין ומשמאל...

צו דאס אפעקטירט שטארק די פרייזן? זיכער אז נישט, אבער אביסל יא,

ועוד, די פרייזן האבן זיך אביסל אפגעקילט אויף אן אופן אז ס'טוט זיך נישט אזא גע'כאפאכטס, מ'קען נישט ארויף שרויפן סתם אין די וועלט אריין,

איך בין נייגעריג צו אויב הרבני הנגיד ר' ששכר זבולון טרייבעוויטש הי''ו גייט יעצט ארויפלייגן אויף די מארקעט פינעף הונדערט דירות וואס מען גייט אנהייבן בויען בקרוב ממש... וויפיל ער וועט קענען בעטן פאר א סקווערע פיס,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ניס קראכער האט געשריבן:
נישט אריינגיין אין די פרייזן, איז לדעתי דא א שיין שטיקל חילוק צווישן קר''י און וויליאמסבורג בארא פארק, אין שטאט בויעט זיך נישט כאת קיין איין פרישע דעוועלאפמענט, כאפט מען וואס איז דא פאר פרייזן וואס איז דא משא''כ קר''י אזוי אויך מאנסי טוט זיך א געבויאכטס מימין ומשמאל...
פונקט פארקערט

די לעצטע צוואנציג יאר האט מען נישט אויפגעהערט צו בויען דעוועלאפמענטס אין וויליאמסבורג שווערע טויזנטער דירות זענען אויפגעבויעט געווארן און צוגאב צו פילע הונדערטער אדער טויזנטער דירות אויף די אלע נייע גאסן וואס האבן זיך ״געעפנט״ אלס א וואוין ארט פארן היימישן ציבור עכ״ז זענען די פרייזן געשפרינגען און געטאנצן פון 300 ביז 400 אזש כהיום ביז 800 פער סקווער פיס

משא״כ קרית יואל איז נישטא קיין אנדערע אפציעס בלויז קויפן דעוועלאפמענטס שטא קיין נייע גאסן וואס ״עפענען״ זיך אויף פארן ציבור דורך ארויסגיין איין גאס ארויסציר

וואס איז יא דא?

ס׳איז דא גלילות ווי דער עולם קויפט נאך מער הייס און משוגע ווי אינעווייניג סיי צו וואוינען סיי אלץ אינוועסטמענט אדער גאר א שבתון סטייל הויז פאר זיך און צו פארדינגען גלויבנדיג אז יעדע איינציגסטע הויז אין גאנץ מאנרא וואודבארי בלומינגראוו וועט קאסטן מינימום ווי אין עירמאנט און טשענסטאד רידזש וואס דארט קאסט אויך די הייזער א שיינע רבי׳שע פרייז און האלט און איין ארויפגיין

כ׳רעדט שוין נישט פון וויליעדזש אוו סאוט בלומינגראוו וואס די קאנצעפט אז מ׳גייט קענען בויען טויזנטער הייזער דארטן האט אנשטאט אראפברענגען נאר ארויסגעברענגט די פרייזן

אמסארי, דערווייל האבן מיר קע״ה מער זכרים און קדישים א וואך ווי די צאל נייע הייזער וואס קומען ארויף אויף ליסטינגס אדער דעוועלאפמענטס אין די מעיקינג אין די גאנצע ברייטע אוגעיגנט

אלזא פארגעס פון חלומען אז ס׳גייט ביליגער ווערן
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ליינט ביטע איבער וואס איך האב געשריבן...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בלייב געזונט האט געשריבן:
די אידישע מארקעט האט קיין שייכות מיט די אלגעמיינע מארקעט
איך ווייס נישט ווי אבסאלוט דער כלל איז נאך היינטיגע צייטן, נאך וואס אידן פארשפרייטן זיך אויף אלע זייטן.
john
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: אנקעטע: די פרייזן אין קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

סאיז דא איינער דא וואס האט געהאלטן אז פרייזן גייען ארויפגיין ווען סהאט געהאלטן ביי 300 און יעצט האלט ער סגייט אראפ גיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”