נייעס און קרישקעלעך פון לינדען, ניו דזשערזי, והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

אושפיזין האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:הקיצור,

אויב די סיבה פארוואס די אינוועסטירער גייען אהין, איז ווייל זיי האלטן אז צוליב די נייע ישוב, גייען די הייזער ארויפשפרינגען. און דערפאר ווילן זיי ארויפטאנצן אויפן וואגן, אויפן חשבון פון די וואס גרינדען די ישוב, און זיי 1) שרויפן ארויף די הייזער, און 2) זיי פאררענטן פאר גוים אנשטאט פאר אידן, איז דאס א גרויסע אוממענטשליכקייט אין מיינע אויגן. א היבשער עוולה.

ווידעראום, אויב זיי וואלטן ממילא דארט געגאנגען קויפן, נאר סך הכל זענען אידן דארט אנגעקומען מאכן א ישוב, קען מען פארשטייט זיך נישט פארלאנגען אז זיי זאלן אויפהערן צו קויפן. און אויך נישט אז זיי זאלן רענטן פאר אידן פאר ווייניגער ווי פאר גוים. כאטש ס'וואלט געווען א שיינע מצוה.. און אפשר וואלט מען געקענט אראפרעכענען די חילוק פון מעשר... אבער מ'קען יא פארלאנגען אז זיי זאלן נישט ארויפרוקן די פרייז אויפן חשבון פון די אידישע ישוב.

@אושפיזין, דיינע טענות זענען געלאפן אביסל צווישן די צוויי... נישט קלאר פונקטליך וואס איר האלט...

;l;p-
איך אליינס האב נישט געכאפט אזוי גוט וואס דיעולם רעדט דא ביז פריער קוק מיין פאריגע תגובה
און להוסיף נופך איך רעד בכלל נישט פון די וואס קויפן "אינעם" יושב נאר ארום און ארום וואס דיעולם קויפט נאך ניטאמאל פאר זיך

סאיז א עוולה נוראה סיידן על פי הלכה מיט עני מהפך בחררה און נאך , אבער יעדע אינוועסטער וואס קויפט אין סאמע היימישע געגענטער דארט יעצט און טרייבט ארויף די פרייז פון מענטשן וואס ווילן קויפן צו וואינען זענען חיות טורפות, סאיז שווער צו גלייבן אז זיי וועלן זען הצלחה דערין, עס פרייט מיר דער הארץ ווי צענדליגע אינוועסטערס אין בלומינגראוו שטייען ליידיג מיט זייערע הייזער שוין אפאר חדשים, עס קומט פון נישט אידישע מידות

מען ברויך מאכן א כינוס כלל ישראל פאר בלויז מידות, דרך ארץ קדמה לתורה, דאס אידישע געפיל איז פארלוירן, יא מען גיסט מיליאנען פאר טשערידיס פאר הונדערטע ארגענעזאציעס פאר קראנקע,טויטע, יתומים ארגענעזאציעס,מען ברויך מאכן א קאמפיין נישט אויף צו עסן א צווייטע איד'ס פרנסה און לאזן אידן זיך קענען קויפן א אייגענע דירה און הויז , סתם זיך צו שטעלן אויף די פיס , געב ווייניגער צדקה מיט די טויטע, און העלף דעם איד ווען ער לעבט נאך ? ניטאמאל בעט מען געלט, סתם מידות פון א איד, דאס איז לאו דווקא אין לינדען , דאס גייט אן אין יעדע אידישע געגענט, סאיז דא גענוג און נאך פלעצער צו אינוועסטען ביי גוים,
סאיז דא טויזענטער גבירים פון ריעל עסטעיט פון נישט היימישע געגענטער

בכלל וויאזוי שטומט די תירוץ אז מען לייגט אריין א גוי ווילאנג די מופסט דארט? וויאזוי ווילסטו די געגענט זאל ווערן היימיש אז די לייגסט אריין טענענטס כל הבא ליד אבי צו מאכן א דאלאר
לעצט פארראכטן דורך די גאולה אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

די גאולה האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:איך האב געטראכט צו קויפן א הויז ,עס פארדינגען פאר א גוי פאר א פאר יאר ,דערנאך זוך אריינצוען
געהערט האב איך אז די וועד מאכט פראבלעמען האב איך זוך אפ געלאזט דערפון

פארוואס לייגסטו נישט אריין א אידישע טענענט?

לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא א דעמענד פאר יודן צו דינגען

נו אקוראט טאקע דאס איז די רעדע דא,
די קומסט דארט וועגן אידן האבן געשוויצט פאר א נייע שטעטל
אדער נעם א איד און מאך אפאר הונדערט דאלאר ווייניגער א חודש ,
אדער לאז עס ליידיג,
אדער קויף נישט,
סתם וועגן ביזט געלט גייציג גייסטו אפהארגענען א נייע שטעטל?

איך זעה נישט וויאזוי די שטעטל וווערט אפגעהארגעט דורך דעם, מען רעדט נישט אז אן איוועסטאר האט געקויפט א הויז וואס איינער וואס וויל דארט וואינען וואלט געקענט קויפען, ווייל ער קויפט דאך עס אויך פאר זיך,

און דאס אז א גוי גייט דארט וואוינען פאר דעי פאר יאר, איז אויך נישט קיין ביג דיל, איך מיין, די גאנצע שטאט איז נאך דערווייל פיל מיט גוים,

אויב לכבוד דעם האלט זיך א אינגערמאן צוריק פון קויפען, ווייל ער וויל נישט אז עס זאל זיין נאך איין גוי צווישן אזויפיהל גוים פאר אפאר יאר, האט ער מיט דעם מער געהרגט די שטעטל...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אקעי הרב גאולה דו קוקסט שוין אויס צו זיין צו אנגעווייטאגט אויף מיר, לאמיר זיין קלאר

איך רעד פון די וואס זענען אין לינדען געגענט פאר עטליכע יאר, און אין נאך געגענטער אין ניו דשערסי א שטייגער ווי נוארק, עליזאבעט, אירווינגטאן, ראוועי. און קיינמאל נישט געווען אין די אידישע מארקעט און א הויז וואס די אידן קויפן גייט קיין איד קיינמאל קויףן אדער דינגען פאר זיך, און איך רעד נישט פון אפילו די פינף גאסן ארום א אידישע הויז

איך האב יעצט געכאפט א שמועס מיט איינער וואס קען די נושא דארט איז ער מיר מסביר וואס די אינוועסטארס פון וואס דו רעדסט טוען, אז מען שפרינגט ארויף אויפן וואגן פון א שטעטל וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלן, און מ'קויפט עס טאקע על דעת אז די מארקעט גייט זיך נאך הייבן דורך די שטעטל און דאס איז טאקע א שרעקליכע עוולה, מען קען מאכן גענוג און נאך פרנסה אין אנדערע געגענטער אן טרינקען די בלוט פון ענד יוזערס

סאו איך מיין איך האב דיר - און דו האסט מיר געענטפערט שלא מן הענין, אונז רעד מיר פון באזונדערע סיטואציעס

אבער מיין כעס איז אז ס'קוקט אויס גייען יעצט אומשולדיגע אינוועסטארס ליידן פון די טעראריסטן, (און ליידן שוין) איך קען אסאך פון די סארט‎.

כ'מיין איך בין פערטיג מיטן קאמענטירן דא אין דעם אשכול. ע"כ
חינוך האט געזיגט!
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

אושפיזין האט געשריבן:אקעי הרב גאולה דו קוקסט שוין אויס צו זיין צו אנגעווייטאגט אויף מיר, לאמיר זיין קלאר

איך מיין בכלל נישט דיר , אבער יא אזאנע מענטשן ווי דיר וואס פאר רופן זיך מענטשן און רעדן מיט אזא זלזול ווי דיר, יעדן טאג קויפן אידן הייזער פאק אינוועסטמענטס אין לינדען , ראסעלל און אזוי ווייטער וואס זענען קיינמאל דארט געווען ביפאר, סאיז בעסיקלי מענטשן האלטן סאיז די נעקסטע וויליאמסבורג און מענטשן קויפן בלינדערהייט און מען ביד אויף יעדע הויז מיט 200 טויזענט מער פון די עסקינג פרייז אויף יעדע הויז , און נאכדעם פארדינגט מען פאר גוים
סיי זיי טרייבן ארויף פרייזן
נעמען אוועק הייזער וואס מענטשן ווילן קויפן צו וואינען
און פארדינגען פאר גוים
טיען 3 ריזיגע עוולות וואס הארגעט אפ א נייע יושב

לאו דווקא מיינט מען דיר און לאו דווקא לינדען,פשוט מידות איז פארשווינדען פון כלל ישראל
לעצט פארראכטן דורך די גאולה אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

די גאולה האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:אקעי הרב גאולה דו קוקסט שוין אויס צו זיין צו אנגעווייטאגט אויף מיר, לאמיר זיין קלאר

איך רעד פון די וואס זענען אין לינדען געגענט פאר עטליכע יאר, און אין נאך געגענטער אין ניו דשערסי א שטייגער ווי נוארק, עליזאבעט, אירווינגטאן, ראוועי. און קיינמאל נישט געווען אין די אידישע מארקעט און א הויז וואס די אידן קויפן גייט קיין איד קיינמאל קויףן אדער דינגען פאר זיך, און איך רעד נישט פון אפילו די פינף גאסן ארום א אידישע הויז

איך האב יעצט געכאפט א שמועס מיט איינער וואס קען די נושא דארט איז ער מיר מסביר וואס די אינוועסטארס פון וואס דו רעדסט טוען, אז מען שפרינגט ארויף אויפן וואגן פון א שטעטל וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלן, און מ'קויפט עס טאקע על דעת אז די מארקעט גייט זיך נאך הייבן דורך די שטעטל און דאס איז טאקע א שרעקליכע עוולה, מען קען מאכן גענוג און נאך פרנסה אין אנדערע געגענטער אן טרינקען די בלוט פון ענד יוזערס

סאו איך מיין איך האב דיר - און דו האסט מיר געענטפערט שלא מן הענין, אונז רעד מיר פון באזונדערע סיטואציעס

אבער מיין כעס איז אז ס'קוקט אויס גייען יעצט אומשולדיגע אינוועסטארס ליידן פון די טעראריסטן, (און ליידן שוין) איך קען אסאך פון די סארט‎.

כ'מיין איך בין פערטיג מיטן קאמענטירן דא אין דעם אשכול. ע"כ

איך מיין בכלל נישט דיר , אבער יא אזאנע מענטשן ווי דיר וואס פאר רופן זיך מענטשן און רעדן מיט אזא זלזול ווי דיר

איך מיין איך האב גענוג אויסגעקלארט אז איך רעד בכלל נישט פון וואס דו רעדסט
זיי מסביר דיין כעס פליז
חינוך האט געזיגט!
לעבאוויטש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:50 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבאוויטש »

באמת שטותים וואס מען רעדט דא צאם די לעצטע פאר בלעטער.
קיין גרויסע שרייבער בין איך נישט דא אויפן וועלטל אבער קענענדיג גיט גיט די געגנט האלט איך אז עס איז שטותים וואס מען טענעט דא

זייענדיג א גרויסע אינוועסטער אין די געגנט האב איך נאך קיינמאל נישט געקויפט א פראפערטי פין די מארקעט . איך קען ברוך השם דארט די גוים וואס האבן די OFF MARKET דיעלס
אין אלע פין די OFF MARKET בראקערס מיט די ביליגע דיעלס ווילן נישט פארקויפן פאר END USERS ווייל זיי ווילן מען זאל קלאיזען אין 2-4 וואכן וואס א END USER קען נישט ווייל זיי קויפן מיט א מארטגעדש וועס נעמט צייט צובאקימען

רוב פין מיין סינגל פעמיליס באקים איך פאר בערך 200-280K אין איך לייג אריין געלט אין אדער פארקויף איך עס אדער פארדינג איך. איך קויף אלעס מיט קעש אין וועגן דעם ווילן זיי נאר דיעלן מיט אינוועסטערס. אין ווען אך פארקויפ בין איך על פי רוב די זעלבע פרייז ווי די מארקעט אדער ביליגער. אין עס איז שוין RENOVATED
הכלל אלעס ווענט זיך פארוויפעל די האסט עס געקויפט ווען די צאלסט פאר א 4 בעדרום 200K אפילו איך לייג אריין 100K פארקויף איך עס פאר -430k 400K א BRAND NEW יודישע הויז. וואס דאס איז ביליג ביליג אין די יוד וואס דיכט א הויד אין לינדען צו וואוינען וואלט קיינמאל נישט געקויפט די הויז פאר 200K מיט א אויל טאנק מיט 8 ארענדזע UNSAFE סטיקערס אויף די טיר..

איך האב נאכנישט געאטראפן א דיעל וואס א יוד האט געוואלט קויפן אין א אינוועסטער האט געביט אויף די הויז אויב יא איז דעי אינוועסטער קיין אינוועסטער נישט.....
ווייל פין ZILLOW קען מען נישט קויפן פאר אינוועסטמענט

די רעדסט נאן סענס ,אירווינגטאן איז נישט אין יוניאן קאונטי , און די ווייסט פיין פון וואס מען רעדט, די חוזק וואס די מאכסט אזוי אפשר גייסטו באלד קיין ניוארק, שעפעלע מאך דיך נישט טעמעוואטע, מען רעדט נישט פון עליזיבעט, מען רעדט פון די היימישע געגענטער

אגב יוניאן ניו זשערסי ווי באבוב 45 איז פרובירן זיי פעסט צו אפהאלטען אינוועסטערס , און אויפדערווייל ארבעט עס ,די שאלה אויף ווי לאנג און די פרייזן דארט זענען טאקע אסאך ביליגער און סאיז די זעלבע שיינע הייזער און זעלבע שיינע געגענט,
לינדען האט אויך ברוך השם געקענט אפהאלטען ביז לעצטענס אינוועסטערס, אבער די ווילדע הייסע פליפערס מיינען אז זיי קויפן מציאות מיט ארויפטרייבן יעדע הויז
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

גוד ביי.
חינוך האט געזיגט!
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

לעבאוויטש האט געשריבן:באמת שטותים וואס מען רעדט דא צאם די לעצטע פאר בלעטער.
קיין גרויסע שרייבער בין איך נישט דא אויפן וועלטל אבער קענענדיג גיט גיט די געגנט האלט איך אז עס איז שטותים וואס מען טענעט דא

זייענדיג א גרויסע אינוועסטער אין די געגנט האב איך נאך קיינמאל נישט געקויפט א פראפערטי פין די מארקעט . איך קען ברוך השם דארט די גוים וואס האבן די OFF MARKET דיעלס
אין אלע פין די OFF MARKET בראקערס מיט די ביליגע דיעלס ווילן נישט פארקויפן פאר END USERS ווייל זיי ווילן מען זאל קלאיזען אין 2-4 וואכן וואס א END USER קען נישט ווייל זיי קויפן מיט א מארטגעדש וועס נעמט צייט צובאקימען

רוב פין מיין סינגל פעמיליס באקים איך פאר בערך 200-280K אין איך לייג אריין געלט אין אדער פארקויף איך עס אדער פארדינג איך. איך קויף אלעס מיט קעש אין וועגן דעם ווילן זיי נאר דיעלן מיט אינוועסטערס. אין ווען אך פארקויפ בין איך על פי רוב די זעלבע פרייז ווי די מארקעט אדער ביליגער. אין עס איז שוין RENOVATED
הכלל אלעס ווענט זיך פארוויפעל די האסט עס געקויפט ווען די צאלסט פאר א 4 בעדרום 200K אפילו איך לייג אריין 100K פארקויף איך עס פאר -430k 400K א BRAND NEW יודישע הויז. וואס דאס איז ביליג ביליג אין די יוד וואס דיכט א הויד אין לינדען צו וואוינען וואלט קיינמאל נישט געקויפט די הויז פאר 200K מיט א אויל טאנק מיט 8 ארענדזע UNSAFE סטיקערס אויף די טיר..

איך האב נאכנישט געאטראפן א דיעל וואס א יוד האט געוואלט קויפן אין א אינוועסטער האט געביט אויף די הויז אויב יא איז דעי אינוועסטער קיין אינוועסטער נישט.....
ווייל פין ZILLOW קען מען נישט קויפן פאר אינוועסטמענט

סאיז דא אינוועסטערס און סאיז דא אינוועסטערס... יש ויש , סאיז נישט קיין סתירה
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

זייער גוט געזאגט.

לינדען איז דעפיניטלי א סעללערס מארקעט און עס איז נארמאל אז א הויז זאל גיין פאר מער ווי עסקינג פרייז, און קיין שום הויז גייט נישט פאר מער ווי 100k פון עסקינג קוים 50k, און דעיס האט נישט קיין שייכות מיט אינוועסטערס.
און ביידיוועי מיט אלע יונגעלייט וואס האבן שוין געקויפט אין לינדען און אין די אומגעגנט און גייען זיך ציען אין די קומענדיגע 5 יאר האלט מען שוין ביי בערך 1000 איינוואינער, איך ווייס נישט וויאזוי א אזויגערופענע גרופע אינוועסטערס קענען דאס נאך צוגרונדלייגן
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

דאס אריינברענגען א דאזען שר העשר ניקס, צו שעלטן און שימפען אז אידישע קינדער זענען רשעים און סאיז גאר א מצווה צו גיין מיט טעראר זאגן די טענענטס זאלן נישט צאלן שמעקט זייער נישט גוט.....

כהאב וואס צוצולייגן לעצם הענין, אבער סקוקט נישט אויס ווי מוויל בכלל הערן, נאר שרייען
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

נאך א קליינע קרישקעלע... איך ווייס בידיעה ברורה פון איינס פון די נייע שטעטעלעך וואס איז אקארשט פארעפענטליכט געווארן וואס די גרונדערס דערפון האבן זיך איינגעקויפט אסאך הייזקעלעך פאר די שטעטל איז נתפרסם געווארן פארן ציבור.
פארוואס ?.......
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:נאך א קליינע קרישקעלע... איך ווייס בידיעה ברורה פון איינס פון די נייע שטעטעלעך וואס איז אקארשט פארעפענטליכט געווארן וואס די גרונדערס דערפון האבן זיך איינגעקויפט אסאך הייזקעלעך פאר די שטעטל איז נתפרסם געווארן פארן ציבור.
פארוואס ?.......

קען זיין 2 סיבות
איינס זיי ווילן סזאל זיין געניג דירות פארן עולם
2 זיי האבן זיך איינגעהאנדעלט דירות ווייל פשוט ארוסיציקעשן ווען פרייזן גייען ארויפגיין
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

חסד השם האט געשריבן:
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:נאך א קליינע קרישקעלע... איך ווייס בידיעה ברורה פון איינס פון די נייע שטעטעלעך וואס איז אקארשט פארעפענטליכט געווארן וואס די גרונדערס דערפון האבן זיך איינגעקויפט אסאך הייזקעלעך פאר די שטעטל איז נתפרסם געווארן פארן ציבור.
פארוואס ?.......

קען זיין 2 סיבות
איינס זיי ווילן סזאל זיין געניג דירות פארן עולם
2 זיי האבן זיך איינגעהאנדעלט דירות ווייל פשוט ארוסיציקעשן ווען פרייזן גייען ארויפגיין

זאג איך דיר אז עס איז נומבער 2
און אויב דעיס איז וואס די עסקנים המצילים פון די דירות קריזיס טוהען דאן וואס ווילסטו פון פשוטע יונגעלייט(נישט אינוועסטערס) וואס זוכן א דאך איבערן קאפ
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

יונער האט געשריבן:סאיז א באקאנטע אין אנגעווייטוגטע פאקטישע נושא דאס אז יעדע פלאץ ווי אידן הייבן אן צי טראכטן פון זיך אריבערציען קימען שנעל צי לויפן הינדערטער אינוועסטערס אין שרויפן ארויף דעם פרייז ביזן הימל ארויף. קוק אן דזשערסי סיטי, בלומינגרוב, א.א.ו.ו

נישט ממש
סטעטן איילענד/ דזערסי סיטי/ מאנטיסעלא יוכיח
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

די אינוועסטארס לעבן אין אזא מין אנדערע וועלט, און זיי ווייסן ניטאמאל וויפיל די ארבעטס יונגערמאן סטראגלט צו דעקן די וואך. און אוודאי נישט ווי אזוי צו קויפן א הויז.

איך וואונטש די אלע אינוועסטארס דא וואס האלטן אז זיי טוען גארנישט ראנג זאלן בקרוב פילן אויף די אייגענע האנט וואס די שווערע ארבעטס אידן מאכן מיט וועלן זיי אנהייבן אביסל צו פארשטיין זייער אייגענע רשעות. אנדערש וועלן זיי עס קיינמאל נישט איינזעהן.

#שארף?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:נאך א קליינע קרישקעלע... איך ווייס בידיעה ברורה פון איינס פון די נייע שטעטעלעך וואס איז אקארשט פארעפענטליכט געווארן וואס די גרונדערס דערפון האבן זיך איינגעקויפט אסאך הייזקעלעך פאר די שטעטל איז נתפרסם געווארן פארן ציבור.
פארוואס ?.......

קען זיין 2 סיבות
איינס זיי ווילן סזאל זיין געניג דירות פארן עולם
2 זיי האבן זיך איינגעהאנדעלט דירות ווייל פשוט ארוסיציקעשן ווען פרייזן גייען ארויפגיין

זאג איך דיר אז עס איז נומבער 2
און אויב דעיס איז וואס די עסקנים המצילים פון די דירות קריזיס טוהען דאן וואס ווילסטו פון פשוטע יונגעלייט(נישט אינוועסטערס) וואס זוכן א דאך איבערן קאפ

גאר א נעגעטויווע וועג פון טראכטן
ביי איין ישוב האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי טוען עס מיט מסי"נ און טאקע דערפאר אז עס זאל זיין גענוג סופליי פאר ביליג
די זיצט און זיצט און נאר וואס די טוסט איז די רייסט אראפ די וואס טוען יא
לעב און לאך א גוטס
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

שעמעדיגער האט געשריבן:
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן:נאך א קליינע קרישקעלע... איך ווייס בידיעה ברורה פון איינס פון די נייע שטעטעלעך וואס איז אקארשט פארעפענטליכט געווארן וואס די גרונדערס דערפון האבן זיך איינגעקויפט אסאך הייזקעלעך פאר די שטעטל איז נתפרסם געווארן פארן ציבור.
פארוואס ?.......

קען זיין 2 סיבות
איינס זיי ווילן סזאל זיין געניג דירות פארן עולם
2 זיי האבן זיך איינגעהאנדעלט דירות ווייל פשוט ארוסיציקעשן ווען פרייזן גייען ארויפגיין

זאג איך דיר אז עס איז נומבער 2
און אויב דעיס איז וואס די עסקנים המצילים פון די דירות קריזיס טוהען דאן וואס ווילסטו פון פשוטע יונגעלייט(נישט אינוועסטערס) וואס זוכן א דאך איבערן קאפ

גאר א נעגעטויווע וועג פון טראכטן
ביי איין ישוב האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי טוען עס מיט מסי"נ און טאקע דערפאר אז עס זאל זיין גענוג סופליי פאר ביליג
די זיצט און זיצט און נאר וואס די טוסט איז די רייסט אראפ די וואס טוען יא

עקזעקטלי, און אונז מעג מיר אפילו נישט גלייבן קיין לשון הרעס אויף אנדערע אידן, ווען סאיז זייער גרינג דן צו זיין לכף זכות
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
עסקן כללי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:28 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן כללי »

פעטער שמואל האט געשריבן:די אינוועסטארס לעבן אין אזא מין אנדערע וועלט, און זיי ווייסן ניטאמאל וויפיל די ארבעטס יונגערמאן סטראגלט צו דעקן די וואך. און אוודאי נישט ווי אזוי צו קויפן א הויז.

איך וואונטש די אלע אינוועסטארס דא וואס האלטן אז זיי טוען גארנישט ראנג זאלן בקרוב פילן אויף די אייגענע האנט וואס די שווערע ארבעטס אידן מאכן מיט וועלן זיי אנהייבן אביסל צו פארשטיין זייער אייגענע רשעות. אנדערש וועלן זיי עס קיינמאל נישט איינזעהן.

#שארף?

איך ווייס נישט פארוואס ווען איך זעה דיין תגובה דערמאנסטו מיר פון די אלע דעמאקראטישע געזעצן און קאמעניסטישע געזעצן אקעגן ביזנעסער און לענדלארדס און אינוועסטירער, ווי כאילו זיי זענען די רייכע און מ'דארף זיי אונטערברענגען ווי אימער ווייל זיי רייטן אויף די ארימע... און מען ברויך מאכן רענט קאנטראל מיט אלע שמות נרדפים.

איך קוק עס אן ווי כולל יונגעלייטלעך זענען זיך אנגעקומען אין א ריזיגע געגענט אין ניו זערזי און נעמען זיך האבן טענות אויף די גאנצע שטאט דארט, יונגערמאן נאך פאר איר האט אהער געמופט זענען שוין די בעלי בתים דא געווען און פון דא האבן זיי אהיימגעברענגט פרנסה אין שטוב, אפשר טראגט אייך אפ פון דא און לאז די מקום במנוחה.
און מען רעדט נישט דא נאר פון לינדען אליינס, די יוונגעלייטלעך האבן שוין טענות אויף די אלע אינוועסטארס וואס קויפן אין כמעט גאנץ יניאן קאונטי, און באלד גייען זיי שוין האבן טענות אויף די קונים אין נוארק וואס איז נעבן הילסייד, יונגעלייט בארואיגט אייך און אזוי גייט די וועלט.

קען זיין איך פארשטיי נישט די גאנצע אויפברויז אין ענקער געגענט, קען זיין עס איז נאר אויף די אידן וואס זענען קיינמאל געווען אינוועסטירער, און יעצט אז אפאר ערליכע אידן האבן זיך געמאכט א שטעטל, פראבירן זיי צו רייטן אויף זייער פרישן שטעטל, און בידן מיט הויכע סכומים ממש נאר אינעם שטעטל, ווייל עס גייט ארויפגיין די ווערד דורך דעם וואס די שטעטל גייט זיך אויסארבעטן דורך וועם....? דורך די יונגעלייט וואס די מאכסט יעצט שאדן.
אויף אזאלעכע אידן קען איך פארשטיין די אויפברויז, אבער צו זיי זענען נישט גערעכט תורהדיג און ביזנעסווייז איך ווייס נישט. און די זעלבע שפילט זיך דאך אפ ביי שטריימלעך מיט הוטן און אלע אידישע חפצים די געשעפטלייט רייטן אויף דעם וואס ווייסן אז אידן מוזן עס האבן און ממילא נוצן זיי עס אויס און מאכן געלט אויף אונז. האסטו שוין אמאל געהערט איינער זאל זיך נעמען מאכן טעראר אויף זיי? און זיך נעמען שעלטן דער וואס מאכט געלט, איז דאס אידישלעך?

אבער איר זאלט וויסן אז די התנהגות פון קאנטראלן די גאנצע געגענט אפעקטירט יעדע אינוועסטירער און קיינער איז אייך גארנישט שולדיג, און איר זענט נישט בעלבאס אויפן גאנצן אומגעגענט.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7882
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורקלענד »

נאך אלע טענה'רייען פעלט דא אפאר ברייט באקאנטער פאקטן וואס טוישט די גאנצע נושא. איך וועל עס אפשרייבן, און אזויווי דער אשכול איז געגרינדעט געווארן בלויז פאר נייעס און נישט פאר דעבאטעס וועל איך נישט רעאגירן מיט דעבאטעס הין און צוריק.

די אומפאל פון דער לינדען וועד האט פיל ווייניגער צוטוהן מיט רשעות פון אינוועסטירער ווי זייער אייגענע פאלשקייט. און זיי קענען זיך אליינס דאנקען פאר זייער אונטערגאנג. אלע ערנסטע אידן וואס האבן געהאט א יד אין די וועד האבן עס איבערגעלאזט נאך וואס זיי האבן אנערקענט אז מ'האנדלט סך הכל מיט איין פראקציע פון אינוועסטירער וואס ווילן אפשלאגן אנדערע דרויסנדיגע אינוועסטירער וואס זענען נישט וועל קאנעקטעד, אדער אין זייער קלאָבּ. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן פארלוירן לעגיטימיטעט ביי רוב היימישע קהילות. והיינו טעמא פארוואס רחמיסטריווקע, און בעלזא מאכן זיך בכלל נישט צוטוהן מיט זיי. און די אנדערע ווי פאפא און באבוב וכו' האבן נאר אפיציעל זיך צוטוהן געמאכט.

ס'איז געווען א תקופה וואס יעדער האט געוואוסט אז צו זיין אויף די וועד דארף מען האבן א מינימום צאל אייגענע הייזער אין געגענט.

אנדערע דא האבן געשריבן אז רעדן שיין צו אינוועסטארס האט נישט געארבעט. איר ווייסט פארוואס? ווייל יעדע אינוועסטאר פרעגט גלייך צוריק אין פנים למה נגרע?
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

טאמער די וועד איז אויפריכטיג איז א דעבאטע פאר זיך אין כהאב נישט קיין מיינונג דערוף זינט איך קען בכלל נישט דעי וועד נישט פון די נאנט אינישט פון די ווייט. די טעהנעריי איז איבער אינוועסטערס אין דזשענערל זענען גערעכט ווען זיי גייען אריין אין א פרישע יודישע יושב אין שרויפן ארויף דעם פרייז דורכן ארויסדינגען די דירות פאר גוים ווי למשל דזשערסי סיטי אין אפולי בלומינגרוב אין נאך צעדליגער געגענטער.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורקלענד »

איך האב פארשטאנען אז די טענה'ריי איז נישט אויב אינוועסטירער זענען שלעכט, נאר אויב טעראר איז א בארעכטיגטע מיטל דא. און אויב איז סך הכל די טעראר פון איין גרופע אינוועסטירער קעגן א אנדער באקומט דער גאנצע נושא א אנדערע בליק. און פארן קאמענטירן ביטע טוהט יא די מינימום ריסוירטש אויף די היסטאריע פון אלע היסטארישע לינדען וועד'ס. ווייל יעדער וואס לייגט אריין געלט און אינוועסטירט אין לינדען ווערט גאנץ שנעל געוואויר. און דערנאך איז זייער שווער אפצוענטפערן יענעם מיט למה נגרע.

אינוועסטירער זענען צומאל גוט און צומאל שלעכט. עס איז זייער שווער אנציווייזן אז די פרייזן זענען געשטיגן אין לינדען נאר אדאנק אינוועסטירער. ס'זענען אויך דא ערנסטע רגלים לדבר פאר מערערע אנדערע אומאיינגענעמע סיבות.
לעצט פארראכטן דורך קורקלענד אום זונטאג יוני 26, 2022 2:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

קורקלענד האט געשריבן:
אינוועסטירער זענען צומאל גוט און צומאל שלעכט. עס איז זייער שווער אנציווייזן אז די פרייזן זענען געשטיגן אין לינדען נאר אדאנק אינוועסטירער. ס'זענען אויך דא ערנסטע רגלים לדבר פאר מערערע אנדערע אומאיינגענעמע סיבות.

איבער די אינוועסטירער אין דזשערסי סיטי האט איר שוין אמאל געהערט?

איך כאפ אן דזשערי סיטי ווייל דארט ווייסעך וואספארא חורבן זיי האבן געמאכט.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”