פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- געשמאקע קוקיס
- שר האלף
- תגובות: 1050
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm
פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
אונזער שטאָט וויליאמסבורג פּלאָגט זיך שוין זייער א לאנגע צייט מיט די אומ׳יושר׳דיגע און הימלשרייענד-הויכע ״קאָנדאָ שטייערן״ וואס טויזנטער איינוואוינער זענען געצוואונגען צו באַצאָלן.
דער מציאות איז, אַז אונזערע קאנדאס דא אין וויליאמסבורג זענען ״נישט״ קיין ״לוקזשערי קאנדאס״; מיר האבן נישט קיין שום ספּעציעלע לוקסיריעזקייטן ווי די קאנדאס פון אנדערע רייכע געגענטער, אבער דער פאַקט איז אַז מיר צאָלן דאָ דאָפּעלט שטייערן ווי יענע פאַרמעגליכע קאנדא אייגענטימער !עס גייט אויף אזוי ווייט אז א טייל לאקאלע קאנדאמיניומס דאָ אין וויליאַמסבורג ווערן אפּגעשאצט ביי כמעט דריי מאָל די פּרייז העכער פון ענליכע פּראפּערטיעס. דאָס איז אומבאַרעכטיגט!
ביז היינט, פלעגן אסאך קאנדאס אין וויליאמסבורג געניסן פון ״טעקס עבעיטמענטס״, דעריבער פלעגט די טעמע נישט זיין אזוי ברענענדיג פאר רוב איינוואוינער, און ממילא האָט מען נישט גענוג געטון דערוועגן.
יעצט, ליידער, איז עס אנגעקומען צו א פּונקט, וואו טויזנטער משפּחות, נידריגע און מיטל פארדינער, ווערן באטראפן פון אומפארשטענדליכע אומגעהויערע טעקס בילס, און זיי קענען דאָס פּשוט נישט באַצאָלן! עס עסט אויף זייער בודזשעט, און זיי דאַרפן שפּאָרן פון עסן-פאַר-די-קינדער, כדי צו באַצאָלן שטייערן וואָס זענען קעגן יושר און שכל!
דורכאויס די לעצטע פּאָר יאָר האָט די ״דעפּארטמענט אוו פיינענס״ האַרטנעקיג אָפּגעוואָרפן פילע פארלאנגען און בקשות פון איינוואוינער און עסקנים צו איינפאַך מסביר זיין און ערקלערן זייער מהלך, וויאַזוי זיי טוען אָפּשאַצן די ווערד און וויאַזוי די עסעססמענטס ווערן געמאַכט.
אלס א רעזולטאט טוען די אומיושר׳דיגע טעקס עסעסעמענטס פּשוט באַצוואונגען הונדערטער משפּחות צו מוזן באַטראַכטן דאָס פאַרלאָזן זייערע הייזער, ווייל זיי קענען פּשוט נישט ביישטיין מער די שרעקליך הויכע שטייערן.
יעצט איז אַ וואַל-סעזאָן, ווען די העכסטע באַאַמטע האָבן מער אָפענע אויערן צו הערן די בקשות פון די איינוואוינער וואָס אונזער שטימע טוען זיי זוכן כדי צו קענען אָנקומען צו זייערע אַמטן.
דעריבער האָבן מיר אונטערגענומען די ״פּעטיציע קאַמפּיין״ צו בעטן און אויפפאָדערן ״אלע״ קאנדידאטן צום נ.י. סיטי מעיאר אמט, זיי זאלן אנערקענען דאס וויכטיגקייט פון די טעמע און אַרויסקומען מיט אַ קלאָרן פּלאַן וויאַזוי צוריקצושטעלן דעם יושר אין די קאָנדאָ-שטייערן סיסטעם!
ווען מיר וועלן האָבן גענוג טויזנטער אונטערשריפטן, וועלן מיר בעז״ה האָבן דעם כח צו קענען שטופּן די קאנדידאטן צו שענקען אויפמערקזאמקייט דערצו און אויפקומען מיט א פארשטענדליכע און אקצעפּטירבאַרע לעזונג, וואס וועט אי״ה פארגרינגערן דאס לעבן פאר טויזנטער משפּחות.
מיר בעטן אייך זייער: שרייבט יעצט אונטער די פּעטיציע פאַר אייער אייגענע טובה און פאַר׳ן טובת הציבור! עס נעמט בלויז איין מינוט!
יעדער העכער 18 יאָר קען אונטערשרייבן; ביטע טוט עס יעצט, און זייט מעורר אייערע פריינט און משפּחה אונטערצושרייבן. וזכות הרבים יהא תלוי בך.
CLICK HERE

- אטעטשמענטס
-
- poster-page-001-675x1024.jpg (102.41 KiB) געזען 3099 מאל
-
- WhatsApp Image 2021-06-13 at 3.34.17 PM.jpeg (174.08 KiB) געזען 3099 מאל
לעצט פארראכטן דורך געשמאקע קוקיס אום זונטאג יוני 13, 2021 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
געסיינט.
כאניש קיינאנוג אויף וואס אבער אז א יוד בעט...

- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
אפ' מען וואוינט נישט אין די סיטי קען מען אויך אונטערשרייבען?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
איז עס דען אין די הענט פונעם מעיאר?
דביה תחדי נפשא
Re: פעטיציע: פארקלענערן וויליאמסבורג קאנדא טעקס
געסיינט, זייער וויכטיג
Re: פעטיציע: פארקלענערן וויליאמסבורג קאנדא טעקס
געסיינט
דער דארף זיך לערנען ספעלינג
דער דארף זיך לערנען ספעלינג
- אטעטשמענטס
-
- Polish_20210613_162550791.png (191.62 KiB) געזען 2778 מאל
וקול התור נשמע בארצנו
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
חמרא טבא האט געשריבן:איז עס דען אין די הענט פונעם מעיאר?
נו אוודאי, ווער דען? ער איז די שטערקסטע כח אין די סיטי
וקול התור נשמע בארצנו
- געשמאקע קוקיס
- שר האלף
- תגובות: 1050
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm
Re: פעטיציע: פארקלענערן וויליאמסבורג קאנדא טעקס
נישט צים פארשטיין ווי ווייניג געחתמעטע עס איז דא
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
אחת ואחת האט געשריבן:אפ' מען וואוינט נישט אין די סיטי קען מען אויך אונטערשרייבען?
רט
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
- געשמאקע קוקיס
- שר האלף
- תגובות: 1050
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
ממש א בושה................
- אטעטשמענטס
-
- Capture2.PNG (23.59 KiB) געזען 2258 מאל
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
פארוואס ניצט מען נישט קיין געהעריגע פעטישאן וועבסייט? איך בין נישט באקוועם צו לייגן מיין אימעיל אדרעס אויף א ווארד-פרעס וועבסייט
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
דממה דקה האט געשריבן:פארוואס ניצט מען נישט קיין געהעריגע פעטישאן וועבסייט? איך בין נישט באקוועם צו לייגן מיין אימעיל אדרעס אויף א ווארד-פרעס וועבסייט
גראדע איז די אימעיל נאר אפשינעל.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4288
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
געשמאקע קוקיס האט געשריבן:ממש א בושה................
עס איז זייער פשוט פארוואס, ווייל מיט דער לאנגער מגילה אין דער ערשטע תגובה האב איך - און איך גלייב נאך אסאך - נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און איך שפיר נישט פאר וויכטיג צו אינטערשרייבן אויף עפעס וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס איז.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
עכט היימיש האט געשריבן:געשמאקע קוקיס האט געשריבן:ממש א בושה................
עס איז זייער פשוט פארוואס, ווייל מיט דער לאנגער מגילה אין דער ערשטע תגובה האב איך - און איך גלייב נאך אסאך - נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און איך שפיר נישט פאר וויכטיג צו אינטערשרייבן אויף עפעס וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס איז.
זייער פשוט, האסט א חבר וואס האט א דירה אין וומס"ב אן קיין טעקס אבעיטמענט? אויב יא פרעג אים וויפיל ער צאלט, 10 15 18 25 אלף?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ר' איד !!! מיט א אונטערשריפט וואס געדויערט עטליכע סעקונדס, קענט איר שפארן צענדליגער מיליאנען דאלארן אידיש געלט!!!
קלאנג האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:איז עס דען אין די הענט פונעם מעיאר?
נו אוודאי, ווער דען? ער איז די שטערקסטע כח אין די סיטי
אודאי?
גארנישט אזוי פשוט.
א קאפליצירטע פורמאלע פון געזעצן ע"ג געזעצן, סיי סיטי סיי [ובעיקר] סטעיט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18240
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
נא_שכל האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:געשמאקע קוקיס האט געשריבן:ממש א בושה................
עס איז זייער פשוט פארוואס, ווייל מיט דער לאנגער מגילה אין דער ערשטע תגובה האב איך - און איך גלייב נאך אסאך - נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און איך שפיר נישט פאר וויכטיג צו אינטערשרייבן אויף עפעס וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס איז.
זייער פשוט, האסט א חבר וואס האט א דירה אין וומס"ב אן קיין טעקס אבעיטמענט? אויב יא פרעג אים וויפיל ער צאלט, 10 15 18 25 אלף?
דאך אן אינטערסאנטע קאמפיין.. אפשר מאכט מען א פעטיציע דרייוו אין עירמאנט, וואודבערי זשאנקשען וכו' אויף די הויכע טעקסעס?
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
האסט עכט א גוט הארץ דו..
אפשר טאקע מאך א קאמפיין אין עירמאנט
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
נא_שכל האט געשריבן:דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...
סאיז דאך פארט סיטי לייף
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
שנאפס האט געשריבן:דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
האסט עכט א גוט הארץ דו..
אפשר טאקע מאך א קאמפיין אין עירמאנט
פארוואס זאל מען צאלן ווייניקער טעקס ווי און אפסטעיט
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18240
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"
נא_שכל האט געשריבן:דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה
פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...
שוואכע תירוץ. איז נישט א דבר פשוט אז טעקס איז וועליו בעיסד? נו, א "פאלאצל" אין מאנראו/עירמאונט איז די זעלבע וועליו ווי א קאנדא אין וויליאמסבורג (און נאך ביליגער עקטשולי)