שלג כצמר האט געשריבן:טוהן צו די זאך האט געשריבן:
אז מ'האט'עך שוין יא דא @טון צו די זאך,
וויאזוי איז עס יעצט דארט מיט די טעגליכע הונדערט דעגרי וועטערס?
איז עס טאקע אויסצוהאלטן צוליב די נידריגע יומידיטי, אדער דער עולם יאגט אוועק פאר די זוממער?
זאג, װיאזױ גיבסטו זיך אן עצה מיט די היצן די װאך ״דא״ אין ניו יארק?
איך פערזענליך פארנעם עס נישט נישטא קײן לופט צו אטעמען אפי׳ בײנאכט,
איך בין שױן געװען אין אריזאנע װינטער, הלװאי ארבעט זיך די ישוב אױס, אריזאנע איז א בליענדע סטעיט, מיט אסאך פרנסה אפארטאניטיס ספעציעל אין ריעל עסטעיט - קאנסטראקשאן, איך האב אביסל אױסגעפרעגט די דארטיגע אײנװאױנער איבער די היצן זומער, פה אחד זאגן אלע אז ס׳איז א ניו יארקע פאוביע, פשוט, רוב פון די שטארקע היצן איז פון די גאר שטארקע זון, סאו מ׳גײט נישט ארױס אינמיטן טאג, און אין אװנט איז שױן אסאך בעסער װס. דא אין ניו יארק איז בײנאכט נישט קײן ישועה,
אדרבה, אײנער װאס קומט ארגינעל פון לעיקװאוד האט מיר געזאגט אז ער איז געװען אין זומער (יא אין ״זומער״) אין לעיקװאוד אױף א חתונה און ער האט ממש נישט געקענט ארױסגײן אױפן גאס שױן זײענדיג צוגעװאױנט צו די גוטע קלארע לופט אין אריזאנע, איך קען דערױף מעיד זײן, די קלארע לופט און הערליכע טריקענע װעטערס 10 חדשים פונעם יאר איז אסאך אסאך בעסער װי דאס װאס מיר האבן (נישט) דא אין ניו יארק, שױן אפגערעדט אז אין די עכטע זומער טעג קען מען אין ניו יארק אױך נישט אטעמען, מיר זענען קרח מכאן ומכאן,
די װעטער איז נאר ״אײנס״ פון די פילע מעלות װאס אריזאנע האט, איך בין דארט געװען, איך האלט אז ס׳װעגט אפ׳ איבער פלארידא, ס׳דא נאך גוטע זאכן, אײנער א ליובאװיטשער ארגינעל פון קרױנהײטס זאגט מיר אז ״דו פילסט װי דו קענט לעבן דײן פריװאטע לעבן די גאװערמענט שטײט נישט אױף דײן קאפ״ ער זאגט אז אונז ניו יארקער װעלן דאס קײנמאל נישט פארשטײן, ספעציעל בײ קאװיד למשל, האט מען שטארק געזען די חילוק, (ער איז א מלמד דארט) בשעת דא האט מען געדארפט לערנען במחתרת, זענען די מוסדות אין אריזאנע געװען פרײ צו אפשפארן-האלטן אפן װיאזױ מ׳װיל,
כ׳דארף גײן, אפשר עלעך נאך אמאל מער שרײבן, אבער איך בין מײעץ פאר װער ס׳האט די יכולת צו אױסנוצן די געלעגנהײט און אהינמאפן, פון די אלע מיט װעמען איך האב גערעדט (איך בין געװען אין סקאטסדעיל - פיניקס) איז יעדער העכסט צופרידן (חוץ פון די פרײז פון די הײזער, װאס אין קאסעגראנדע לױט װי כ׳פארשטײ איז די חסרון אױך נישטא)