אשל האט געשריבן:גאסט עדיטאריאל
אין פון די הקרי׳ טעקס ביילאגע ליסטע פארגאנגענעם חודש תשרי תשע״ט
וועלמיר אנהייבן מיט א משל:
א איד קומט אריין אין שטריימל געשעפט און האנדלט זיך איין א הערליכער שיינער צויבערהאפטיגער עכט לעבעדיגער שטריימל ער באצאלט ערליך די 5-6-7 טויזנט רייניש ער ווייסט אז ער באקומט דערפאר די גאנצע ווערט, עס לוינט זיך יעדע דאלער אריינצולייגן דערין, זיין שטריימל וועט ער ענדזשויען פאר יארן לאנג, עס וועט זיין א מלוכה אויף זיין קאפ, לשם ולתפארת, א מלכות, א יופי, א פראכט.
פארשטייט זיך נישט יעדער איז אזא מבין, און נישט יעדער דארף ער עס, נישט יעדער קען עס קויפן, צו מ׳פארגינט זיך נישט, צו מ׳האט נישט דאס געלט, צו ס׳פאסט אים נאכנישט, מ׳וועט קוקן אביסל צו שטארק אויף אים אז ער פארגינט זיך אזא לוקסוס, צו די טאטע אדער די שווער זענען פון אלטן דור און גייען נישט דערפאר, וכולהו.
קומט אצינד צו גיין בינגא און שטעלט ארויס שטריימלעך פאר בלויז א נישטיגע 500, דארט קומט יעדער אריין און טרייט זיך אן א שטריימל מכל הבא ליד, פיט יא פיט נישט, הויך, ברייט, שמאל, צופלויגן, נישט קיין חילוק, מ׳דארף נישט קיין עיזשענטס, סעילמאן׳ס, מ׳גייט צום רעדזשיסטער, מ׳באצאלט 500 און געגאנגען ווייטער.
נו, איינער וואס דארף א מינימאלע רעגן שטריימל מילא, ער האט נישט קיין ברירה, אדרבה, יעדער פארשטייט אז ס׳איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט וואס יענער האט. און פארטיג.
שטעלט אייך אצינד פאר רבותי, כל זמן בינגא גיט ביליג און יעדער פארשטייט אז דו באקומסט וואס דו צאלסט (ווי מען זאגט אין ענגליש י״ו גא״ט ווא״ט י״ו פעי״ד פא״ר) איז אלעס פיין און וואויל.
אויב אבער וועט אצינד קומען צו גיין דער בינגא און וועט ארויסשטעלן פלאקאטן, און זיך לאזן הערן אונטערצורייסן די טייערע שטריימלעך, הלמאי ביי אים באקומט מען ממש די זעלבע זאך, אדער גאר נאך בעסער פאר אסאך ביליגער, ווער רעדט נאך אז די טייערע שטריימלעך וועלן שטייגן מיט א 300 דאלער, וועט ער וועלן אויפווייזן אז זיין פרייז איז גארנישט ארויף, וואספארא פנים וועט ער טראגן? וועט ער נישט אויסקוקן ווי א גרויסע לאזער, ווי א נאר אויפן מארק? וואס קאמפערסטו עפל צו ראזשינקע? ס׳איז בכלל נישט די זעלבע אייטעם, אדרבה, פאר דעם טייערן אייטעם וואלסטו געבעטן דאס זעלבע, אדער גאר מער, ווייל בינגא וואלט דיר נאר פארקויפט 3 זיבן טויזנט דאלערדיגע שטריימלעך אויף אמאל... אלעס גייט דאך אדער ביליג אדער באלק...
ס׳איז איבריג יעדעס ווארט. עד כאן המשל. (כ׳האף מיסטער בינגא וועט פארשטיין אז ס׳איז נאר א משל, העכסטנס א שטיקל מארקעטינג פאר זיינע ביליגע שטריימלעך...)
אצינד וועלן מיר קומען צום פינטל.
ווייסט איינער וויפיל א פריוואטע הויז אויף אוהעל קארט צאלט טעקס פאר די סקול דיסטריקט אוו די ווילעדזש אוו קרית יואל? 12,000 און 14,000 און 16,000 בערך ארויף און אראפ, שיינע הויכע נומבערס, דוק ותשכח. די פריוואטע הייזער אין די וויליעדזש באצאלן טבין ותקילין טעקסעס, נאך עני טיים אזוי טייער ווי אין וואדבארי, וואס איז די העכסטע טעקסעס.
איי וויאזוי קען דאס זיין? עולם גולם ווייסט אז מען צאלט דא זייער ביליג? יא, אין די קארלסבורג באלק בינגא הייזער צאלט מען בינגא שטריימלעך פרייזן טעקסעס, און פאר געשמאקע גרויסע פריוואטע הייזער מיט א דריטל צו א האלבע עיקער לאנד צאלט מען געהעריג טעקס.
אויף קארלסבורג קען מען נישט ארויסבויען א עקסטענשאן קיינמאל, קוים א סוכה אין די מצומצומ׳דיגע פארטש, ווען די משפחה וואקסט בלייבט מען מיט וואס מען האט.
אויף קארלסבורג איז קיין פארקינג נישטא פאר אלע איינוואוינער עקסטער, ס׳איז כל הקודם זכה, כמעט ווי אין די סיטי, (איין מעלה, אלטערנייט פארקינג איז דארט סוספענדעט...)
אויף קארלסבורג צאלט יעדער איינער א באצאלונג יעדן חודש פאר די קאנדא, האט איינער אמאל געקלערט אז דאס איז אפאר טויזנט דאלער א יאר, אזא סארט שטילע טעקס...
אויף קארלסבורג הערט מען דעם שכן וואקן יעדע טריט פון אויבן און פון אונטן, מימינו ומשמאלו, (פון די פארטשעס וועלן מיר ניטאמאל רעדן).
אויף קארלסבורג קענען נישט די קינדער שפילן רואיג אן די מאמעס אויפזיכט, ס׳איז א ביזי גאס ווי קארן פארן, קיין גראז פארהאנען... קיין עלעוועיטאר פארהאנען... קיין פרייוועסי פארהאנען... קיין סאלער צו שפארן טעקס פארהאנען... קיין סווימינג פול פאר די קינדער פארהאנען... קיין גראסערי אויף די גאס פארהאנען... קוים א שול באקומען...
די חוצפה פון דרוקן אין א אפיציעל צייטונג די גענויע אדרעסן און סכום פון טעקס וואס יעדער פריוואטער מענטש באצאלט, איז אומדערהערט (אנהער״ט א״וו). וואלט די וועלעדזש אויך ארויסגעגעבן די פובליק רעקארד (וואס יעדער וואס פארשטייט צו די זאכן קען דאס סייווי נאכקוקן נאר מ׳דארף זיך נאר אויסלערנען ווי צו קוקן...) וויפיל גאווערמענט פאנדיג די ווילעדזש טוט באקומען? די בודזשעט און די געהאלטער ווי דאס געלט גייט דארט פאר אלע באאמטע? די פאנדיג וואס די מוסדות טוט באקומען? די טשעקס וואס פריוואטע יחידים טוען דורכדרייען? אלעס איז היינט פובליק רעקארד, אבער יעדער פארשטייט אז מען טוט דאס נישט.
אזא פרעכע מוח אויסוואשונג באדארף מען טאקע צו מאכן? צו פרעידיגן ביים ציבור קעלבן צו בלייבן אין הייליגן שטעטל און חלילה נישט און ארויסגיין וואוינען ״אינדרויסן״... מען וויל ״אונז״ פשוט העלפן, מען ווייל ״אונז״ שפארן אונזערע טעקסעס, וויייל ״אינדרויסן״ באצאלט מען זייער טייער טעקס. בו בעת ווען יעדע דירה ״אינדרויסן״ שוין נאכן אריינלייגן געלט האלט מען נאך אלץ ביי צווישן הונדערט פופציג און צוויי הונדערט אלפים ביליגער ווי ״אינעווייניג״ מיטן ביליגן טעקס, בינגא שטריימל, אריינגעשטופט צווישן הונדערטער משפחות אונטער איין אטעם, נוסח לעמבערג, פראג, קערעסטיר, געטאו סטייל.
אין קארלסבורג צאלט מען ביליג טעקס ? דארט האט די ווילעדזש שוין פארדינט פופציג אלפים נאך פארן אנהייבן, א קיימא לן פון צוואנציג יאר רעגולער טעקס!! און דאס האט מען גאר באצאלט פון פאראויס!! געצאלט פאר א עכטע מייעסטעטישע שטריימל און אהיימגעוואקט מיט א 500 בינגא שטריימל, הזאת נעמי? פאקטס כאטש איין, פארדעם קומט מען נעמען 500 פריוואטע מענטשן׳ס אדרעסן און טעקס אינפארמעישאן און דאס דרוקן אין א אפיציעלע צייטונג? ווען די רעקארד וואלט דאס געטוהן וואלט מען שטיל געווען?
שוין אפגערעדט פון דעם אז די 500 משפחות וואס מען האט ארויפגעלייגט איז שטארק אונטערגעליסטעט, בעקדעיטעט אפאר חדשים צוריק, עס וואוינען שוין ״אינדרויסן״ פיל מער, (טאקע אן סעווען ספרינגס...), ועל כולם עס איז נישט מער ״ווי א צענטל״ פון וואס עס קומט!! עס יאווען זיך יעצט אין די דאזיגע חדשים שווערערע הונדערטער הונדערטער דירות אין דעוואלאפמענטס, און אין פריוואט, ביז א יאר-צוויי-דריי וועלן וואוינען אינדרויסן פון שטעטל באלד 2000 משפחות, און ביז צען יאר וועט זיין 5000 צו 6000 טויזנט בלויז ״אינדרויסן״ אליינס, און זיי ווייסן דאס, זיי פארלירן די פאוער, די וואויטס, די געלט, פרייזן פון דירות שאקלען זיך, די ביזנעס צענטער פארדינגט זיך נישט אזוי פוגלדיג, ועל כולם מ׳פארלירט די קאנטראל אויפן ציבור, וויל מען האלטן די קעלבן אינעם שטאל, קיינער זאל נישט ארויסגיין אויפן פעלד, איי דארט איז דא גענוג צו עסן, ניין, בלייבן אין שטייג און עסן שטרוי וואס מען פיטערט.
עס פעלט נאך אויס מסביר צו זיין די חילוקים פון די באטעמקייט און געשמאקייט דאס רואיגקייט פון וואוינען ״אינדרויסן״ איש תחת גפנו ותחת תאינו, אידישלעך און מענטשליך אויסגעהאלטן ברוחניות און בגשמיות, מיט א אויסוואל פון שולן און מקוואות, די קוואלעטי באסעס פירן די קינדער צו ״אלע מוסדות״, קיינעם גייט נישט אן וואו מ׳שיקט, וואס מ׳שיקט, מ׳קען מחנך זיין די קינדער רואיגערהייט, מ׳שניידט זיך די גראז, מ׳שארט זיך די שניי, מ׳לעבט ווי א איד, און מ׳באצאלט וואס א יעדער איד באצאלט. קיינער צאלט נישט ביליגער אפילו אין קארלסבורג, דאס געלט גייט נאר אונטער א אנדערן שלייער.
אלזא ביטע הערט אויף פירן א מערכה מיטן ארויסמופן, עס האט טאקע געהאט זייער א שיינעם שלייער, אבער יעדער האט פארשטאנען אייער ווייטאג. פארפאלן. מיר האבן גארנישט אנטקעגן אייך, אבער ס׳איז נייע צייטן, מיר וועלן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. און ביטע לייגט נישט ארויס אין פובליק פריוואטע מענטשן׳ס נכסים, ס׳איז פשוט נישט קיין שיינע זאך. וד״ל.
ס׳איז דא הייזער צו קויפן איבעראל, ס׳איז א מורא׳דיגע גוטע געלעגנהייט במשך דעם ווינטער צו כאפן גוטע דיעלס, מ׳דארף נישט ווארטן אויפן זוממער.
רבותי, מופט ארויס ״אינדרויסן״, קויפט אייך א הייזקע, באצאלט אייער טעקס, און ענדזשויעט אייער שיינעם עכטן שטריימל זיצנדיג שבת נאכמיטאג אויף אייער פראפערטי מיט א אור החיים הק׳, מיט די משפחה, אה, אפילו די ווינטער, די שניי, די מחזה הוד איז דאך אזוי געשמאק, מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.
בגשמיות איז טאקע זייער גוט אינדרויסן, אבער וואס איז מיט די 'אידישע פראגע'? (רוחניות)