טעקס ראטע אין קרית יואל ווילעדזש אין קאנטראסט צו די אומגעגנט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

blue moon האט געשריבן:די פיילס האב איך באקומען אין אישי פון 2015. היינט איז עס מעגליך מער.
די בילל איז פאר א 2800 סק.פס. סינגעל פעמעלי הויז אין קר"י. קליינע לאט. שטייצעך די הויז איז נישט אוף קארלעסבורג.

דאס איז א קיימא לן פון בערך צוועלעף אלפים.

נישט ממש צוועלעף נאר ארום עלעף.. דערנאך רעכן אראפ א טויזנטער פון אומבאצאלטע סאניטאציע, וואסער, סוער, בלייב מיר ביי 10.
היינט איז די סקול טעקס מיט 10 פראצענט ביליגער ווי דאן, קומט אויס דער ס"ה בערך 9,500.

יעצט גיימיר זוכן א 2800 סקווער פוס היים אין די ביליגע בלומינג גראוו צו פארגלייכן. (איך פארלאז מיך אויף אייך 100 פראצענט אז דאס איז גענוי די הויז ווי איר שילדערט.)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א 2722 סקווער פוס הויז מיט א קליינע לאט אויף די קליינע האלענד געסל אין הארץ פון די היימישע בלומינג גראוו קווארטל.

סקול טעקס: 11,240.69 (העמער שוין אריינגערעכט לייברערי)
קאונטי - טאון טעקס: 4574.46 (אריינגערעכנט פאליציי, פייער, אמבולאנס)
ווילידזש טעקס: 1013.71

ס"ה 16,828.86
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ר' יום טוב האט געשריבן:א 2722 סקווער פוס הויז מיט א קליינע לאט אויף די קליינע האלענד געסל אין הארץ פון די היימישע בלומינג גראוו קווארטל.

סקול טעקס: 11,240.69 (העמער שוין אריינגערעכט לייברערי)
קאונטי - טאון טעקס: 4574.46 (אריינגערעכנט פאליציי, פייער, אמבולאנס)
ווילידזש טעקס: 1013.71

ס"ה 16,828.86

אין די הקרי׳ סקול טעקס ביילאגע איז געווען בס״ה בלויז 2 אידישע הייזער אין די האלאנד געסל אין הארץ פון די היימישע קווארטל.

די סקול טעקס וואס די הקרי׳ האט אויסגערעכנט איז ווי פאלגענד:
7,970.19
8,924.27
און די דאזיגע פרייזן לויפן בערך ווי רוב הייזער אויף ווירדזשינע (טייל צאלן דארט בלויז אין די 6,000 ציפערן אויכעט) און דאס איז פריער אויסגעקומען ווען מ׳האט געברענגט א ווירדזשינדע הויז צו א ס״ה פון 11,341.54 הכל ביחד (סקול טעקסעס 7,661.94).

ביי די פריוואטע הויז אין קרית יואל פרובירט מען אראפברענען פון 12,000 צו 9,500 (אדער יא אדער ניין).

ילמדנו רבינו, איר זוכט צו ספינען הויכע נומבער׳ס אינדרויסן ס׳זאל אויסקוקן הויכע טעקסעס, און אראפברענגען אין שטעטל צו די קלענסטע נומבער׳ס, אבער דאכט זיך אז דער ציבור זעט די פאקטן. א פריוואטע הויז קאסט טעקס די העכערע נומבער׳ס אפילו אין שטעטל, און א קאנדא קלענערע נומבער׳ס. אבער פאר די דירה בעצם פאר די קאנדא באצאלט מען אבער ביטער טייער. פינטל. וואס קאמפערט מען צו וואס.
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום דינסטאג אקטאבער 09, 2018 3:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

די נקודה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:א 2722 סקווער פוס הויז מיט א קליינע לאט אויף די קליינע האלענד געסל אין הארץ פון די היימישע בלומינג גראוו קווארטל.

סקול טעקס: 11,240.69 (העמער שוין אריינגערעכט לייברערי)
קאונטי - טאון טעקס: 4574.46 (אריינגערעכנט פאליציי, פייער, אמבולאנס)
ווילידזש טעקס: 1013.71

ס"ה 16,828.86

אין די הקרי׳ סקול טעקס ביילאגע איז געווען בס״ה בלויז 2 אידישע הייזער אין די האלאנד געסל אין הארץ פון די היימישע קווארטל.

די סקול טעקס וואס די הקרי׳ האט אויסגערעכנט איז ווי פאלגענד:
7,970.19
8,924.27
און די דאזיגע פרייזן לויפן בערך ווי רוב הייזער אויף ווירדזשינע (טייל צאלן דארט בלויז אין די 6,000 ציפערן אויכעט) און דאס איז פריער אויסגעקומען ווען מ׳האט געברענגט א ווירדזשינדע הויז צו א ס״ה פון 11,341.54

ילמדנו רבינו, איר זוכט צו ספינען הויכע נומבער׳ס אינדרויסן ס׳זאל אויסקוקן הויכע טעקסעס, און אראפברענגען אין שטעטל צו די קלענסטע נומבער׳ס, אבער דאכט זיך אז דער ציבור זעט די פאקטן.

ניין, ער זוכט נישט סתם צו ספינען מיט הויכע נומבער'ס,
בלויע לבנה האט געשריבן וויפיל עס קאסט אין ק"י, האט ער בלויז קאמפערט די "זעלבע זאך" צו די שפאט ביליגע בלומיגראוו געגענט

און די הקרי' האט בכלל נישט קאמפערט צו בלויע לבנה'ס סייז הויז
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

אויב מעגליך ווילן מיר אנהייבן זען די פריווואטע הייזער אין שטעטל. - טעילאר - פילמאר - העיס - ווען ביורען - אוהעל - זענטא - והמסתעף.
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום דינסטאג אקטאבער 09, 2018 4:53 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

צו געזונט האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אויסער אויב ח''ו די פראצענט ספעציעל קינדער איז דא ח''ו אסאך העכער פערצענט

סאיז דא אסאך פון אנדערע פלעצער וואס שיקען אהער די ספעציעלע קינדער כדי צו קענען געניסען פון די הילף

די קינדער וואס קומען פון אינדערויסענדיגע דיסטריקטס, צאלען פולע טואישאן פאר די דיסטריקט. דאס איז א אינקאם פאר די סקול

רוב ווערן אדאפטירט און ווערן גערעכנט ווי אן איינוואוינער דאהי
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.

האט איינער פריער געברענגט אז א קאנדא אויף ליזענסק 2000 ס''פ איז הכל בכל טעקס 7000.

יעצט לאמיר קאמפערן וויפיל גייט די הויז אויף דאללאס, און וויפיל גייט א קאנדא אויף ליזענסק, ווען איך ווייס די 2 נאמבערס קען איך דיר אויסרעכענען וויפיל די פעימענט פון די 2 זענען, וועסטו האבן זייער א קלארע חשבון וואס יעדער מאכט ווען מען קויפט א הויז, דהיינו סוף פסוק, וויפיל איז די חודש'ליכע פעימענט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.

האט איינער פריער געברענגט אז א קאנדא אויף ליזענסק 2000 ס''פ איז הכל בכל טעקס 7000.

יענע הויז אויף ליזענסק איז געווען 4000 בלויז טעקס. מיר רעכענען נישט דערווייל קיין וואסער, סוער, קאנדא, אינשורענס, וואס איז קאמפליצירט און עס איז נישט פאבליק אינפארמאציע.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.

האט איינער פריער געברענגט אז א קאנדא אויף ליזענסק 2000 ס''פ איז הכל בכל טעקס 7000.

יעצט לאמיר קאמפערן וויפיל גייט די הויז אויף דאללאס, און וויפיל גייט א קאנדא אויף ליזענסק, ווען איך ווייס די 2 נאמבערס קען איך דיר אויסרעכענען וויפיל די פעימענט פון די 2 זענען, וועסטו האבן זייער א קלארע חשבון וואס יעדער מאכט ווען מען קויפט א הויז, דהיינו סוף פסוק, וויפיל איז די חודש'ליכע פעימענט.

דאלאס גייט מסתם נישט פאר מער ווי 400.
אויף דועלק איז דא א הויז (הייזקע?) פאר סעיל שוין א גאנץ זוממער (מיט א עקסטענשאן אין די בעק, און א דאבל גאראדזש) ער האט פרובירט 395 אראפ צו 375 דערנאך איז עס געועון אדווערטייזט אין די היימישע קלעסיפיידס פאר 350, די וואך זונטאג איז געוועון א אפען הויז, און איז נאך לכאורה עוועילביל. די מארקעט איז רואיג, און די פרייזן זענען גוט. די היימישע באקער׳ס לייגן צומאל איבערגעהיצטע פרייזן אבער אלע זענען גרייט פאר פארהאנדלונגען און קומען אראפ צום סוף צו דיסענט נארמאלע סעיל נומבער׳ס.
kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kollel yingerman »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.

האט איינער פריער געברענגט אז א קאנדא אויף ליזענסק 2000 ס''פ איז הכל בכל טעקס 7000.

יעצט לאמיר קאמפערן וויפיל גייט די הויז אויף דאללאס, און וויפיל גייט א קאנדא אויף ליזענסק, ווען איך ווייס די 2 נאמבערס קען איך דיר אויסרעכענען וויפיל די פעימענט פון די 2 זענען, וועסטו האבן זייער א קלארע חשבון וואס יעדער מאכט ווען מען קויפט א הויז, דהיינו סוף פסוק, וויפיל איז די חודש'ליכע פעימענט.

און לויט די חילוק פון דעם סוף פסוק פרייז לייגט מען צו די חסרונות פון ארויסגיין, און דענמאלטס דארף מען מאכן דעם חשבון

(אגב נישט פארגעסן צוצולייגן צום חשבון, טייערער טרענספארטעישן פאר די קינדער, קאר סערוויסעס פארן ב"ב, גראסערי דעליווערי טשאדזש וכו',)
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

ר' יום טוב האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די פיילס האב איך באקומען אין אישי פון 2015. היינט איז עס מעגליך מער.
די בילל איז פאר א 2800 סק.פס. סינגעל פעמעלי הויז אין קר"י. קליינע לאט. שטייצעך די הויז איז נישט אוף קארלעסבורג.

דאס איז א קיימא לן פון בערך צוועלעף אלפים.

נישט ממש צוועלעף נאר ארום עלעף.. דערנאך רעכן אראפ א טויזנטער פון אומבאצאלטע סאניטאציע, וואסער, סוער, בלייב מיר ביי 10.
היינט איז די סקול טעקס מיט 10 פראצענט ביליגער ווי דאן, קומט אויס דער ס"ה בערך 9,500.

יעצט גיימיר זוכן א 2800 סקווער פוס היים אין די ביליגע בלומינג גראוו צו פארגלייכן. (איך פארלאז מיך אויף אייך 100 פראצענט אז דאס איז גענוי די הויז ווי איר שילדערט.)

נאר פאר אייער אינפארמאציע (אויסקלארינג בלע"ז)
די הויז וואס איך האב געפאוסט איז א סינגעל פעמילי טאון האום. ד"ה אז עס איז קאנעקטעד מיט נאך הייזער, אפגטיילט מיט א פייער וואל. יעדער טאון האום האט זיין אייגען שטיקעל קרקע. ע"ע יפו ביהמ"ד קארטער לעין סטייל. ועוד.

עס איז דא איטליכע אזוינע דעוועלאפמענטס איןדרוסען פון קר"י. איינס קענט איר געפונען אויף רעיוואד קעגן ביה"ח מקהילת מהרז"ל. און נאך........
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

zibala האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:אלע אמעריקאנע דיסטריקטס שטעלן צו ספעשל עד. בנוסף פון רעגיולער עד.

די פאקט איז אז קר"י דיסטריקט האט נישט קיין רעגיולער עדיוקעישאן און די שטייער פער עיקער לאנד. אדער פער קינד איז כשמי מעל קאמפערט צו אלגעמיין

מאכט נישט קיין ברעקל סענס צו רעכענען טעקס לויט עיקערעדזש, לויט דעם חשבון איז "ניו יארק סיטי" אונטער א דריטל פון ארענדזש קאונטי.

שטארקע נקודה טאקע. אבער ווען רוב פאפולאציע נוצט נישט דעם סקול סיסטעם נאר אויף טראנספארטאציע מאכט טעקס פער עיקער גאר א גרויסן אונטערשייט.

מאנרא וואדבורי ברויך צושטעלן די זעלבע באס פער עיקער ווי קרית יואל. די מספר פון פאנסעדשזירען מאכט נישט אויס נאר אןיף די הכנסות.

איך האב אייביג געמיינט אז באסעס ווערן פיל מיט קינדער, ווער איך געוואר אז זיי ווערן גאר פיל מיט עיקערס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

blue moon האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די פיילס האב איך באקומען אין אישי פון 2015. היינט איז עס מעגליך מער.
די בילל איז פאר א 2800 סק.פס. סינגעל פעמעלי הויז אין קר"י. קליינע לאט. שטייצעך די הויז איז נישט אוף קארלעסבורג.

דאס איז א קיימא לן פון בערך צוועלעף אלפים.

נישט ממש צוועלעף נאר ארום עלעף.. דערנאך רעכן אראפ א טויזנטער פון אומבאצאלטע סאניטאציע, וואסער, סוער, בלייב מיר ביי 10.
היינט איז די סקול טעקס מיט 10 פראצענט ביליגער ווי דאן, קומט אויס דער ס"ה בערך 9,500.

יעצט גיימיר זוכן א 2800 סקווער פוס היים אין די ביליגע בלומינג גראוו צו פארגלייכן. (איך פארלאז מיך אויף אייך 100 פראצענט אז דאס איז גענוי די הויז ווי איר שילדערט.)

נאר פאר אייער אינפארמאציע (אויסקלארינג בלע"ז)
די הויז וואס איך האב געפאוסט איז א סינגעל פעמילי טאון האום. ד"ה אז עס איז קאנעקטעד מיט נאך הייזער, אפגטיילט מיט א פייער וואל. יעדער טאון האום האט זיין אייגען שטיקעל קרקע. ע"ע יפו ביהמ"ד קארטער לעין סטייל. ועוד.

עס איז דא איטליכע אזוינע דעוועלאפמענטס איןדרוסען פון קר"י. איינס קענט איר געפונען אויף רעיוואד קעגן ביה"ח מקהילת מהרז"ל. און נאך........

אויב איז דאס טאקע אזוי ווי איר זאגט אז ס'נישט פרייוואט, דאן האט די הויז א היבש טייערע אסעסמענט, פיל טייערער (1 א האלב מאל) ווי די קארטער-לעין - זענטא - העיס קט. 3000 סק. פוס הייזער, און אפילו טייערער ווי די 3-4000 סקווער פוס פרייוואטע הייזער אויף פארעסט רד אין די קרית יואל גרעניצן.

מעגליך איז פילייכט פאראן א סיבה דערפאר? איז טאקע די סקווער פוס 2800 איז די ריכטיגע מאס געפיילט ביי די קאונטי, אריינגערעכנט די דירה אונטן? איז דאס געווען אמאל סינגל פעמילי און מען האט דערנאך צוגעבויעט נאך הייזער? ווי גרויס איז די פראפערטי?
איך זאג נישט אז ס'נישט מעגליך, עס איז אבער נישט די עווערידזש אסעסמענט פאר אזא סארט הויז.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@ר' יום טוב, אשאד זיך צו טענה'ן, ווי איינעם'ס חתימה לויטעט אז אויף א פאקט קען מען זיך טאקע טענה'ן, אבער אויף א מיינונג איז נישט מעגליך.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

צל עובר האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:אלע אמעריקאנע דיסטריקטס שטעלן צו ספעשל עד. בנוסף פון רעגיולער עד.

די פאקט איז אז קר"י דיסטריקט האט נישט קיין רעגיולער עדיוקעישאן און די שטייער פער עיקער לאנד. אדער פער קינד איז כשמי מעל קאמפערט צו אלגעמיין

מאכט נישט קיין ברעקל סענס צו רעכענען טעקס לויט עיקערעדזש, לויט דעם חשבון איז "ניו יארק סיטי" אונטער א דריטל פון ארענדזש קאונטי.

שטארקע נקודה טאקע. אבער ווען רוב פאפולאציע נוצט נישט דעם סקול סיסטעם נאר אויף טראנספארטאציע מאכט טעקס פער עיקער גאר א גרויסן אונטערשייט.

מאנרא וואדבורי ברויך צושטעלן די זעלבע באס פער עיקער ווי קרית יואל. די מספר פון פאנסעדשזירען מאכט נישט אויס נאר אןיף די הכנסות.

איך האב אייביג געמיינט אז באסעס ווערן פיל מיט קינדער, ווער איך געוואר אז זיי ווערן גאר פיל מיט עיקערס.

לידיעתך:
דשימי סמיט וואס וואינט אויף א 55 עיקר לאנד אויףן יעהאאפיץ לעין, באקומט א באסעלע, מיט א דרייווער מיט א מאניטער מיט געזאלין אומשורענס, אקוראט ווי להבדיל יענקעלע פון לעמבערג,
די חילוק איז אז יענקעלעס באס טראגט אכציג קינדער צוזאמען, אבער דשזימי פארט אלליינס אדער מיט נאך צוויי שכינים

פרעג דיך נאך וויפיל באסעס פער קינד איטליכער דיסטריקט פארמאגט, איבערצייגט אייך אז באסעס ווערן פיל מיט עקער און לאו דוקא קינדער :wink:
שבעה מי יודע!?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אזויפיל שקרים טראץ די אפענע אינפארמאציע אין דעם אשכול זעלבסט. שווער צו באגרייפן ווי מענטשן ברענגען זיך ראיות לסתור און מ'פלעטשקעט נאך מיט טענות אהער און אהין...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך א מזל..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

farshlufen האט געשריבן:נאך א מזל..

ער נעמט זיך אן פאר די מידיע .......
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אשל האט געשריבן:גאסט עדיטאריאל
אין פון די הקרי׳ טעקס ביילאגע ליסטע פארגאנגענעם חודש תשרי תשע״ט

וועלמיר אנהייבן מיט א משל:

א איד קומט אריין אין שטריימל געשעפט און האנדלט זיך איין א הערליכער שיינער צויבערהאפטיגער עכט לעבעדיגער שטריימל ער באצאלט ערליך די 5-6-7 טויזנט רייניש ער ווייסט אז ער באקומט דערפאר די גאנצע ווערט, עס לוינט זיך יעדע דאלער אריינצולייגן דערין, זיין שטריימל וועט ער ענדזשויען פאר יארן לאנג, עס וועט זיין א מלוכה אויף זיין קאפ, לשם ולתפארת, א מלכות, א יופי, א פראכט.

פארשטייט זיך נישט יעדער איז אזא מבין, און נישט יעדער דארף ער עס, נישט יעדער קען עס קויפן, צו מ׳פארגינט זיך נישט, צו מ׳האט נישט דאס געלט, צו ס׳פאסט אים נאכנישט, מ׳וועט קוקן אביסל צו שטארק אויף אים אז ער פארגינט זיך אזא לוקסוס, צו די טאטע אדער די שווער זענען פון אלטן דור און גייען נישט דערפאר, וכולהו.

קומט אצינד צו גיין בינגא און שטעלט ארויס שטריימלעך פאר בלויז א נישטיגע 500, דארט קומט יעדער אריין און טרייט זיך אן א שטריימל מכל הבא ליד, פיט יא פיט נישט, הויך, ברייט, שמאל, צופלויגן, נישט קיין חילוק, מ׳דארף נישט קיין עיזשענטס, סעילמאן׳ס, מ׳גייט צום רעדזשיסטער, מ׳באצאלט 500 און געגאנגען ווייטער.

נו, איינער וואס דארף א מינימאלע רעגן שטריימל מילא, ער האט נישט קיין ברירה, אדרבה, יעדער פארשטייט אז ס׳איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט וואס יענער האט. און פארטיג.

שטעלט אייך אצינד פאר רבותי, כל זמן בינגא גיט ביליג און יעדער פארשטייט אז דו באקומסט וואס דו צאלסט (ווי מען זאגט אין ענגליש י״ו גא״ט ווא״ט י״ו פעי״ד פא״ר) איז אלעס פיין און וואויל.

אויב אבער וועט אצינד קומען צו גיין דער בינגא און וועט ארויסשטעלן פלאקאטן, און זיך לאזן הערן אונטערצורייסן די טייערע שטריימלעך, הלמאי ביי אים באקומט מען ממש די זעלבע זאך, אדער גאר נאך בעסער פאר אסאך ביליגער, ווער רעדט נאך אז די טייערע שטריימלעך וועלן שטייגן מיט א 300 דאלער, וועט ער וועלן אויפווייזן אז זיין פרייז איז גארנישט ארויף, וואספארא פנים וועט ער טראגן? וועט ער נישט אויסקוקן ווי א גרויסע לאזער, ווי א נאר אויפן מארק? וואס קאמפערסטו עפל צו ראזשינקע? ס׳איז בכלל נישט די זעלבע אייטעם, אדרבה, פאר דעם טייערן אייטעם וואלסטו געבעטן דאס זעלבע, אדער גאר מער, ווייל בינגא וואלט דיר נאר פארקויפט 3 זיבן טויזנט דאלערדיגע שטריימלעך אויף אמאל... אלעס גייט דאך אדער ביליג אדער באלק...

ס׳איז איבריג יעדעס ווארט. עד כאן המשל. (כ׳האף מיסטער בינגא וועט פארשטיין אז ס׳איז נאר א משל, העכסטנס א שטיקל מארקעטינג פאר זיינע ביליגע שטריימלעך...)

אצינד וועלן מיר קומען צום פינטל.

ווייסט איינער וויפיל א פריוואטע הויז אויף אוהעל קארט צאלט טעקס פאר די סקול דיסטריקט אוו די ווילעדזש אוו קרית יואל? 12,000 און 14,000 און 16,000 בערך ארויף און אראפ, שיינע הויכע נומבערס, דוק ותשכח. די פריוואטע הייזער אין די וויליעדזש באצאלן טבין ותקילין טעקסעס, נאך עני טיים אזוי טייער ווי אין וואדבארי, וואס איז די העכסטע טעקסעס.

איי וויאזוי קען דאס זיין? עולם גולם ווייסט אז מען צאלט דא זייער ביליג? יא, אין די קארלסבורג באלק בינגא הייזער צאלט מען בינגא שטריימלעך פרייזן טעקסעס, און פאר געשמאקע גרויסע פריוואטע הייזער מיט א דריטל צו א האלבע עיקער לאנד צאלט מען געהעריג טעקס.

אויף קארלסבורג קען מען נישט ארויסבויען א עקסטענשאן קיינמאל, קוים א סוכה אין די מצומצומ׳דיגע פארטש, ווען די משפחה וואקסט בלייבט מען מיט וואס מען האט.

אויף קארלסבורג איז קיין פארקינג נישטא פאר אלע איינוואוינער עקסטער, ס׳איז כל הקודם זכה, כמעט ווי אין די סיטי, (איין מעלה, אלטערנייט פארקינג איז דארט סוספענדעט...)

אויף קארלסבורג צאלט יעדער איינער א באצאלונג יעדן חודש פאר די קאנדא, האט איינער אמאל געקלערט אז דאס איז אפאר טויזנט דאלער א יאר, אזא סארט שטילע טעקס...

אויף קארלסבורג הערט מען דעם שכן וואקן יעדע טריט פון אויבן און פון אונטן, מימינו ומשמאלו, (פון די פארטשעס וועלן מיר ניטאמאל רעדן).

אויף קארלסבורג קענען נישט די קינדער שפילן רואיג אן די מאמעס אויפזיכט, ס׳איז א ביזי גאס ווי קארן פארן, קיין גראז פארהאנען... קיין עלעוועיטאר פארהאנען... קיין פרייוועסי פארהאנען... קיין סאלער צו שפארן טעקס פארהאנען... קיין סווימינג פול פאר די קינדער פארהאנען... קיין גראסערי אויף די גאס פארהאנען... קוים א שול באקומען...

די חוצפה פון דרוקן אין א אפיציעל צייטונג די גענויע אדרעסן און סכום פון טעקס וואס יעדער פריוואטער מענטש באצאלט, איז אומדערהערט (אנהער״ט א״וו). וואלט די וועלעדזש אויך ארויסגעגעבן די פובליק רעקארד (וואס יעדער וואס פארשטייט צו די זאכן קען דאס סייווי נאכקוקן נאר מ׳דארף זיך נאר אויסלערנען ווי צו קוקן...) וויפיל גאווערמענט פאנדיג די ווילעדזש טוט באקומען? די בודזשעט און די געהאלטער ווי דאס געלט גייט דארט פאר אלע באאמטע? די פאנדיג וואס די מוסדות טוט באקומען? די טשעקס וואס פריוואטע יחידים טוען דורכדרייען? אלעס איז היינט פובליק רעקארד, אבער יעדער פארשטייט אז מען טוט דאס נישט.

אזא פרעכע מוח אויסוואשונג באדארף מען טאקע צו מאכן? צו פרעידיגן ביים ציבור קעלבן צו בלייבן אין הייליגן שטעטל און חלילה נישט און ארויסגיין וואוינען ״אינדרויסן״... מען וויל ״אונז״ פשוט העלפן, מען ווייל ״אונז״ שפארן אונזערע טעקסעס, וויייל ״אינדרויסן״ באצאלט מען זייער טייער טעקס. בו בעת ווען יעדע דירה ״אינדרויסן״ שוין נאכן אריינלייגן געלט האלט מען נאך אלץ ביי צווישן הונדערט פופציג און צוויי הונדערט אלפים ביליגער ווי ״אינעווייניג״ מיטן ביליגן טעקס, בינגא שטריימל, אריינגעשטופט צווישן הונדערטער משפחות אונטער איין אטעם, נוסח לעמבערג, פראג, קערעסטיר, געטאו סטייל.

אין קארלסבורג צאלט מען ביליג טעקס ? דארט האט די ווילעדזש שוין פארדינט פופציג אלפים נאך פארן אנהייבן, א קיימא לן פון צוואנציג יאר רעגולער טעקס!! און דאס האט מען גאר באצאלט פון פאראויס!! געצאלט פאר א עכטע מייעסטעטישע שטריימל און אהיימגעוואקט מיט א 500 בינגא שטריימל, הזאת נעמי? פאקטס כאטש איין, פארדעם קומט מען נעמען 500 פריוואטע מענטשן׳ס אדרעסן און טעקס אינפארמעישאן און דאס דרוקן אין א אפיציעלע צייטונג? ווען די רעקארד וואלט דאס געטוהן וואלט מען שטיל געווען?

שוין אפגערעדט פון דעם אז די 500 משפחות וואס מען האט ארויפגעלייגט איז שטארק אונטערגעליסטעט, בעקדעיטעט אפאר חדשים צוריק, עס וואוינען שוין ״אינדרויסן״ פיל מער, (טאקע אן סעווען ספרינגס...), ועל כולם עס איז נישט מער ״ווי א צענטל״ פון וואס עס קומט!! עס יאווען זיך יעצט אין די דאזיגע חדשים שווערערע הונדערטער הונדערטער דירות אין דעוואלאפמענטס, און אין פריוואט, ביז א יאר-צוויי-דריי וועלן וואוינען אינדרויסן פון שטעטל באלד 2000 משפחות, און ביז צען יאר וועט זיין 5000 צו 6000 טויזנט בלויז ״אינדרויסן״ אליינס, און זיי ווייסן דאס, זיי פארלירן די פאוער, די וואויטס, די געלט, פרייזן פון דירות שאקלען זיך, די ביזנעס צענטער פארדינגט זיך נישט אזוי פוגלדיג, ועל כולם מ׳פארלירט די קאנטראל אויפן ציבור, וויל מען האלטן די קעלבן אינעם שטאל, קיינער זאל נישט ארויסגיין אויפן פעלד, איי דארט איז דא גענוג צו עסן, ניין, בלייבן אין שטייג און עסן שטרוי וואס מען פיטערט.

עס פעלט נאך אויס מסביר צו זיין די חילוקים פון די באטעמקייט און געשמאקייט דאס רואיגקייט פון וואוינען ״אינדרויסן״ איש תחת גפנו ותחת תאינו, אידישלעך און מענטשליך אויסגעהאלטן ברוחניות און בגשמיות, מיט א אויסוואל פון שולן און מקוואות, די קוואלעטי באסעס פירן די קינדער צו ״אלע מוסדות״, קיינעם גייט נישט אן וואו מ׳שיקט, וואס מ׳שיקט, מ׳קען מחנך זיין די קינדער רואיגערהייט, מ׳שניידט זיך די גראז, מ׳שארט זיך די שניי, מ׳לעבט ווי א איד, און מ׳באצאלט וואס א יעדער איד באצאלט. קיינער צאלט נישט ביליגער אפילו אין קארלסבורג, דאס געלט גייט נאר אונטער א אנדערן שלייער.

אלזא ביטע הערט אויף פירן א מערכה מיטן ארויסמופן, עס האט טאקע געהאט זייער א שיינעם שלייער, אבער יעדער האט פארשטאנען אייער ווייטאג. פארפאלן. מיר האבן גארנישט אנטקעגן אייך, אבער ס׳איז נייע צייטן, מיר וועלן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. און ביטע לייגט נישט ארויס אין פובליק פריוואטע מענטשן׳ס נכסים, ס׳איז פשוט נישט קיין שיינע זאך. וד״ל.

ס׳איז דא הייזער צו קויפן איבעראל, ס׳איז א מורא׳דיגע גוטע געלעגנהייט במשך דעם ווינטער צו כאפן גוטע דיעלס, מ׳דארף נישט ווארטן אויפן זוממער.

רבותי, מופט ארויס ״אינדרויסן״, קויפט אייך א הייזקע, באצאלט אייער טעקס, און ענדזשויעט אייער שיינעם עכטן שטריימל זיצנדיג שבת נאכמיטאג אויף אייער פראפערטי מיט א אור החיים הק׳, מיט די משפחה, אה, אפילו די ווינטער, די שניי, די מחזה הוד איז דאך אזוי געשמאק, מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.

בגשמיות איז טאקע זייער גוט אינדרויסן, אבער וואס איז מיט די 'אידישע פראגע'? (רוחניות)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
אלט מאנרא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נאך א מזל..

ער נעמט זיך אן פאר די מידיע .......

ווי האט יענער געזאגט, ער האט נישט קיין הינטל אין דעם געיעג, אבער ס'איז צום שטוינען ווי מען פראסקעט נומערן רעכטס און לינקס בשעת איין נארמאלע בליק דערציילט דעם גאנצן אמת מיט קאמענטארן טאטאל איבעריג. והדברים עתיקים ומובנים.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אזויפיל שקרים טראץ די אפענע אינפארמאציע אין דעם אשכול זעלבסט. שווער צו באגרייפן ווי מענטשן ברענגען זיך ראיות לסתור און מ'פלעטשקעט נאך מיט טענות אהער און אהין...

עס איז בכלל נישט שווער צו גלייבן

די 'בראוקער אינדאסטריע' אין די גלילות פון קרית יואל איז געשטיגן צו רעקארד הויכע ציפערן, יעדע פליפ אין די גלילות ברענגט צווישן 25 אלפים און פופציג אלפים פארן בראוקער, וואס בסך הכל איז שוין קרוב צו 25 מיליאן דאלאר געווארן געספענדט אויף 'בראוקערידזש פיס' אין די לעצטע 5-10 יאר אין די גלילות פון קרית יואל.

דאס פארלאנגט 'מארקעטינג' און קומט אין פארעם פון 'אדווערטייזמענטס' וועכנטליך אין אלע צירקולארן, זשורנאלן, דברי יום ביומו, און ליפלעטן למיניהם - תגובות אויף אייוועלט, אימעיל מארקעטינג, פאשקעווילן, און מקוה רעדנערס אין יעדן ווינקל פון די שטאט.

איך בין בכלל נישט שאקירט אז אזא מאכטפולע אינדאסטריע ווערט באגלייט פון רונדע-דעם-זייגער תגובות אין דעם אשכול ארויסצוברענגען די גלאררייכע געווינסן פון וואונען אין א פופציג יעריגע כאטקע אין בלומינגגראוו, מיט א שכן וואס האט עטליכע הונטן און א אפענע שווים באסיין.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ר' יום טוב האט געשריבן: נישט נאכגיין נאכן געפיל וועלכע טוט ביי געוויסע פעלער אראפלייגן אויפן מאמענט א פאזיטיווע פאלשע געוויסן, כאילו מען דזשוינט דא א 'אנטי-עסטאבלישמענט מאוומענט' וועלכע זאגט פאר קראנטע חלומות איבער נייע פריש-בלאזנדע געזעלשאפט ווינטן...
ע''ז איני מסכים, דאס איז קיין 'חלומות', נאר עסטאבילרטע געגנטן און געשעענע פאקטן וואס וואקסן נאר מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

די נקודה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אז דער עולם בעט וועל מיר אויך צושטעלן עפעס ביליגער. א 1709 סקווער פוס הייזקע אויף דאללאס, די סייז פון א שיינע 5 רומיגע דירה.

קאונטי - טאון: 2,658.37
סקול: 5,959.28
ווילידזש: 678.23

ס"ה: 9,295.88

וויפיל נאך עקזעמפלארן ברויך איך צושטעלן אז דאס זאל נישט ווערן גערעכנט אלס אויסנאם פארוואס פונקט די זענען טייער? וויפיל מיין צייט וועט ערלויבן בעז"ה.

אויב מעגליך ווילן מיר אנהייבן זען די פריווואטע הייזער אין שטעטל. - טעילאר - פילמאר - העיס - ווען ביורען - אוהעל - זענטא - והמסתעף.

א 4,186 סקווער פוס הויז אויף 9 Hayes Ct
קאונטי - טאון: 3,564.97
סקול: 8241

ס"ה: 11805.97
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מיללער האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אזויפיל שקרים טראץ די אפענע אינפארמאציע אין דעם אשכול זעלבסט. שווער צו באגרייפן ווי מענטשן ברענגען זיך ראיות לסתור און מ'פלעטשקעט נאך מיט טענות אהער און אהין...

עס איז בכלל נישט שווער צו גלייבן

די 'בראוקער אינדאסטריע' אין די גלילות פון קרית יואל איז געשטיגן צו רעקארד הויכע ציפערן, יעדע פליפ אין די גלילות ברענגט צווישן 25 אלפים און פופציג אלפים פארן בראוקער, וואס בסך הכל איז שוין קרוב צו 25 מיליאן דאלאר געווארן געספענדט אויף 'בראוקערידזש פיס' אין די לעצטע 5-10 יאר אין די גלילות פון קרית יואל.

דאס פארלאנגט 'מארקעטינג' און קומט אין פארעם פון 'אדווערטייזמענטס' וועכנטליך אין אלע צירקולארן, זשורנאלן, דברי יום ביומו, און ליפלעטן למיניהם - תגובות אויף אייוועלט, אימעיל מארקעטינג, פאשקעווילן, און מקוה רעדנערס אין יעדן ווינקל פון די שטאט.

איך בין בכלל נישט שאקירט אז אזא מאכטפולע אינדאסטריע ווערט באגלייט פון רונדע-דעם-זייגער תגובות אין דעם אשכול ארויסצוברענגען די גלאררייכע געווינסן פון וואונען אין א פופציג יעריגע כאטקע אין בלומינגגראוו, מיט א שכן וואס האט עטליכע הונטן און א אפענע שווים באסיין.

און ב''ה אז די מעין סטרים אינוועסטערס האבן אויך גוטע פענעס און רייכע פעדערן צו קאלירפולירן, - און באנדאדזשירן ווען ס'פעלט אויס - דעם טרוקענעם, ריינעם - פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”