חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איז שוין דא עפעס א אידישע קהלה אויפן פלאץ, מקוה, כשר'ע עסן?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מּשה ברים האט געשריבן:שמעתי שקבוצה של חסידי סלאנים (שווארצע) מצטרפים ללינדען

יעצט גערעדט מיט א סלאנימער אינגערמאן אין ער זאגט אז ס'איז טאקע אמאל געווען אזא מדובר אבער למעשה זעהט נישט אויס ווי ס'גייט ארבעטן ממילא קוקן זיי יעצט אויף לייקוואד.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובה דורך קאווע באנדל »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איז שוין דא עפעס א אידישע קהלה אויפן פלאץ, מקוה, כשר'ע עסן?

טאקע נישט חסידיש אבער דאך א טעגליכע מנין
http://anshechesed.org/
מקוה טהרה
http://lindenmikvah.org/
קוה אל השם רבותי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ייש"כ
אן עירוב איז אויכעט דא ב"ה.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

להוסיף האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.


למשל קאשוי, יוניאן סיטי, נייטרא, קרית פאפא, קרית ספינקא (ר' הערשעלע), וויזניץ קיאמישא, האט זיך אויסגעארבעט?

איך בין א שטארקע שטיצער פון אויסברייטונג אידישע ישובים, אבער לאמיר זיך נישט פאפן אז א מנהיג רוחני איז די דיעל ברעיקער. ס'איז בלויז איינע פון אסאך זאכן וואס מאכן אויס אז א ישוב זאל מצליח זיין



קאשוי. יוניאן סיטי. נייטרא - זיי האבן זיך יא אויסגיארבייט. ד.מ. עס איז נאכגעקומען די ציהל. עס דינט זייערע קהילות. זיי האבן קיינמאל נישט געזוכט א גרעסערן ישוב.


די דערמאנטע שטעטליך האבען א נאטורליכע וואוקס פונעם יונגען דור?
כ'ווייס נישט פונקטליך די מציאות, אבער אויב וואקסט דאס נישט לפי ערך, קען דאס לכאורה נישט אנגערופן ווערן א סוקסעס וויבאלד אין לאנג ראן גייט דאס אויסקוקן ווי להבדיל די געגענטער ווי עס וואוינען די אלטע אמעריקאנער.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

תגובה דורך בשבילי נברא »

און אינעם דערנעבנדיגע עליזאבעט נ.דז. איז דא כאטש איין כשר'ע גראסערי \ סופערמארקעט (ווי כ'דענק איז דער אייגענטימער א תושב וומסב"ג)
---
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובה דורך קאווע באנדל »

נחום וואהלינער האט געשריבן:ייש"כ
אן עירוב איז אויכעט דא ב"ה.

מאפע פון עירוב אין לינדען
בילד
קוה אל השם רבותי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בשבילי נברא האט געשריבן:און אינעם דערנעבנדיגע עליזאבעט נ.דז. איז דא כאטש איין כשר'ע גראסערי \ סופערמארקעט (ווי כ'דענק איז דער אייגענטימער א תושב וומסב"ג)

דארט איז בכלל דא א גרויסע ציבור אידן, טאקע נישט וואס מ'רופט דא היימיש, אבער דאך פרומע אידן, ממילא מקוה, כשר'ס וכדומה איז דא.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובה דורך אומאפיציעל »

להוסיף האט געשריבן:יעדע שטעטל פאר זיך איז א פרשה פאר זיך. מען קען עס נישט ציזאמען באטראכטן.

קאשוי. יוניאן סיטי. נייטרא - זיי האבן זיך יא אויסגיארבייט. ד.מ. עס איז נאכגעקומען די ציהל. עס דינט זייערע קהילות. זיי האבן קיינמאל נישט געזוכט א גרעסערן ישוב.

פאפא און ספינקא. דארט האט דער מנהיג זיך נישט ארויסגעצויגען אהין. אויב יא. וואלט זיכער אנדערש געווען.

וויזניץ קיאמישע ווייס איך נישט צו עס הייסט א סוקסעס. ווייל איך בין אומבאקאנט וואס די ציהל איז געווען.

כ'להוסיף ועוד. קאשוי, נייטרא, יוניאן סיטי, זענען גוט באגרינדעטע אלט געזעסענע אידישע יישובים, גארנישט אנדערש ווי הונדערטער און טויזנטער שטעטלעך אין דער אלטער היים. סיי אין קאשוי סיי אין נייטרא בויעט מען פרישע דירות, אבער זייער צושטאט, און ליידער האט נייטרא אזא שווארץ מזל אז וויפיל מען בויעט נייע דירות פארברענען זיך אלטע אנטקעגן דעם ל"ע...
וויזניץ קיימישע איז אויך א סוקסעס, די לעצטע יארן איז דער ציבור איינוואוינער עטוואס געוואקסן, און מען בויעט פרישע דירות זייער צושטאט.

אין די אלע דערמאנטע שטעטלעך קומען כסדר צו פרישע יונגע בלוט, טייל פון זיי זענען איידעמער וואס ווערן דארט איינגעזעצט תיכף נאך די חתונה, און אנדערע ציען זיך סתם ארויס אהין צוליב די ענגשאפט אין שטאט אדער אנדערע סיבות.

פאפא און ספינקא האט זיך דער מנהיג נישט ארויסגעצויגן כאמור.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אומאפיציעל האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:יעדע שטעטל פאר זיך איז א פרשה פאר זיך. מען קען עס נישט ציזאמען באטראכטן.

קאשוי. יוניאן סיטי. נייטרא - זיי האבן זיך יא אויסגיארבייט. ד.מ. עס איז נאכגעקומען די ציהל. עס דינט זייערע קהילות. זיי האבן קיינמאל נישט געזוכט א גרעסערן ישוב.

פאפא און ספינקא. דארט האט דער מנהיג זיך נישט ארויסגעצויגען אהין. אויב יא. וואלט זיכער אנדערש געווען.

וויזניץ קיאמישע ווייס איך נישט צו עס הייסט א סוקסעס. ווייל איך בין אומבאקאנט וואס די ציהל איז געווען.

כ'להוסיף ועוד. קאשוי, נייטרא, יוניאן סיטי, זענען גוט באגרינדעטע אלט געזעסענע אידישע יישובים, גארנישט אנדערש ווי הונדערטער און טויזנטער שטעטלעך אין דער אלטער היים. סיי אין קאשוי סיי אין נייטרא בויעט מען פרישע דירות, אבער זייער צושטאט, און ליידער האט נייטרא אזא שווארץ מזל אז וויפיל מען בויעט נייע דירות פארברענען זיך אלטע אנטקעגן דעם ל"ע...
וויזניץ קיימישע איז אויך א סוקסעס, די לעצטע יארן איז דער ציבור איינוואוינער עטוואס געוואקסן, און מען בויעט פרישע דירות זייער צושטאט.

אין די אלע דערמאנטע שטעטלעך קומען כסדר צו פרישע יונגע בלוט, טייל פון זיי זענען איידעמער וואס ווערן דארט איינגעזעצט תיכף נאך די חתונה, און אנדערע ציען זיך סתם ארויס אהין צוליב די ענגשאפט אין שטאט אדער אנדערע סיבות.

פאפא און ספינקא האט זיך דער מנהיג נישט ארויסגעצויגן כאמור.


אין גיבערס האט מען געבויעט 1 נייע הויז די לעצטע 5 יאר - די הויז פון ר' מנחם שלמה האגער.
קאשוי און נייטרא בין איך נישט אזוי באקאנט אבער אז די ווייסט יא אפשר זאגסטי וויפול מ'האט געבויעט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

די סיבות פארוואס נייטרא וואקסט נישט קען מען נישט דא אויסשמועסן...
קאשוי, איז [עכ"פ ביז לעצטנס] אלעס נכסי הישיבה לעגאל, מען קען נישט פארקויפן גארנישט ווייס, במילא איז מובן מאליו פארוואס ס'וואקסט נישט
ווידער יוניאן סיטי בינעך נישט באקאנט, און פאפא אויך נישט
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובה דורך א מחי' »

ווער געדענקט דען נישט בעיסוואטער?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

תגובה דורך בן ישי »

א מחי' האט געשריבן:ווער געדענקט דען נישט בעיסוואטער?

? דאס question mark ביי דער ענדע פון אייער זאץ זאגט אז איר האט עפעס א פראגע אדער קשיא. א יא?
ביטע זייט מסביר בעסער, וואס אדער וועם איר ווילט אפפרעגן.
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובה דורך א מחי' »

בן ישי האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:ווער געדענקט דען נישט בעיסוואטער?

? דאס question mark ביי דער ענדע פון אייער זאץ זאגט אז איר האט עפעס א פראגע אדער קשיא. א יא?
ביטע זייט מסביר בעסער, וואס אדער וועם איר ווילט אפפרעגן.

כ'וויל קיינעם נישט אפפרעגן, וואס איז דארט גיווען די ריזען אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

רבותי, אפשר קען מען האלטן די אשכול נאר פאר "לינדען ניו זשערסי"???
דוכט זיך אז ס'איז דא גענוג אנדערע אשכולות צו דעבאטירן די דורכפאל/סוקסעס פון אנדערע שטעטלעך.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

דאס פארגלייכן לינדען, צו די אלע אנדערע אויבנ'דערמאנטע שטעטלעך, איז א נער'ישקייט

דארט איז געווען שטעטלעך, וואס מ'דארף בויען פרישע הייזער פאר יעדער נייער איינוואוינער

אבער לינדען, איז כמעט אזוי ווי קומען וואוינען אין מאנסי, ווער ס'וויל קומען וואוינען אין לינדען, דארף נאר גיין אפיר זיכן די הייזער וואס זענען אויף די מארקעט צו פארקויפן, און טרעפן דאס וואס איז פאר אים פאסיג, ער איז נישט באגרעניצט, אין א בילדער, און ווען און וויפיל מ'גייט בויען, ער קען קומען אליינ'ס, צאלן וויפיל ער וויל, וכו', און דערצו איז דאס א אקטיווע שטאט, מיט אלע שטאטישע באדארפונגען, נישט מעשי כפר, נאר מעשי עיר.
דעריבער האט דאס אסאך מער טשענסעס צו מצליח זיין.

זאל דער רבוש"ע געבן גרויס הצלחה פאר דעם קאסאניער רבי, און פאר די אלע נחשונים, וואס וועט זיכער זיין בעז"ה א שטופ פאר נאך אזעלכע ערליכע אידן דאס נאכצוטון.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובה דורך זכאי »

איינער ווייסט מער ספעציפיש וואו אין לינדען מ׳רעד?
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובה דורך אומאפיציעל »

דריידל האט געשריבן:אין גיבערס האט מען געבויעט 1 נייע הויז די לעצטע 5 יאר - די הויז פון ר' מנחם שלמה האגער.
קאשוי און נייטרא בין איך נישט אזוי באקאנט אבער אז די ווייסט יא אפשר זאגסטי וויפול מ'האט געבויעט?


בעצם איז שמו גערעכט אז מען דארף אפלאזן די נושא, אבער נאר איין קליינע ענטפער אויף דיין פראגע:
אומאפיציעל האט געשריבן:כ'להוסיף ועוד. קאשוי, נייטרא, יוניאן סיטי, זענען גוט באגרינדעטע אלט געזעסענע אידישע יישובים, גארנישט אנדערש ווי הונדערטער און טויזנטער שטעטלעך אין דער אלטער היים. סיי אין קאשוי סיי אין נייטרא בויעט מען פרישע דירות, אבער זייער צושטאט, און ליידער האט נייטרא אזא שווארץ מזל אז וויפיל מען בויעט נייע דירות פארברענען זיך אלטע אנטקעגן דעם ל"ע...
וויזניץ קיימישע איז אויך א סוקסעס, די לעצטע יארן איז דער ציבור איינוואוינער עטוואס געוואקסן, און מען בויעט פרישע דירות זייער צושטאט.

אין די אלע דערמאנטע שטעטלעך קומען כסדר צו פרישע יונגע בלוט, טייל פון זיי זענען איידעמער וואס ווערן דארט איינגעזעצט תיכף נאך די חתונה, און אנדערע ציען זיך סתם ארויס אהין צוליב די ענגשאפט אין שטאט אדער אנדערע סיבות.

פאפא און ספינקא האט זיך דער מנהיג נישט ארויסגעצויגן כאמור.


זייער צושטאט מיינט, אז יעדע פאר יאר וועקט מען זיך אויף און מען בויעט אפאר פרישע דירות, דאכט זיך מיר אז אין קיימישע איז דא א רייע נישט פארטיגע דירות, און פאר בערך צען יאר צוריק אדער אביסל ווייניגער האט מען געענדיגט אפשר צוואנציג דירות אדער נאכמער אין א קורצע צייט אפשניט. אין קאשוי בויעט מען בערך איין הויז (עטליכע דירות) יעדע פאר יאר. און אין נייטרא איז נישט קיין סאך אנדערש.
איך שרייב זאכן מפי השמועה, און עס קען זיין אז די מציאות איז נישט אינגאנצן אזוי.
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

תגובה דורך להוסיף »

בעיסוואטער איז גיווען פארמישט מיט אנדערע זאכן. קהלות פאליטיק. ודי.

בכל אופן. די שליסל צו הצלחה איז. דער מנהיג ועומד בראש הקהלה זאל פאראויסגיין מיט זיין עולם.

איך גלייב אז אסאך רבי'ס וואלטן מצליח גיווען מיט אזעלכע שטעטלעך. וויען. ר' בנימין אייזענבערגער. ר' אייזיק ספינקער. קאסוב. א.ד.ג.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובה דורך moneyMINDED »

lebediger berel האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.


למשל קאשוי, יוניאן סיטי, נייטרא, קרית פאפא, קרית ספינקא (ר' הערשעלע), וויזניץ קיאמישא, האט זיך אויסגעארבעט?

איך בין א שטארקע שטיצער פון אויסברייטונג אידישע ישובים, אבער לאמיר זיך נישט פאפן אז א מנהיג רוחני איז די דיעל ברעיקער. ס'איז בלויז איינע פון אסאך זאכן וואס מאכן אויס אז א ישוב זאל מצליח זיין


יעדע שטעטל פאר זיך איז א פרשה פאר זיך. מען קען עס נישט ציזאמען באטראכטן.

קאשוי. יוניאן סיטי. נייטרא - זיי האבן זיך יא אויסגיארבייט. ד.מ. עס איז נאכגעקומען די ציהל. עס דינט זייערע קהילות. זיי האבן קיינמאל נישט געזוכט א גרעסערן ישוב.

פאפא און ספינקא. דארט האט דער מנהיג זיך נישט ארויסגעצויגען אהין. אויב יא. וואלט זיכער אנדערש געווען.

וויזניץ קיאמישע ווייס איך נישט צו עס הייסט א סוקסעס. ווייל איך בין אומבאקאנט וואס די ציהל איז געווען.

אויב אזא אנגיזעענע רבי ווי דער קאסאניער רבי שליט"א וועט זיך אליין ארויסציען מיט זיין עולם. וועט עס אוודאי האבן הצלחה. דאס מיינט נישט אז עס דארפן דארט וואוינען הונדערטער מענטשן. עס איז גענוג נאענט צי בארא פארק. מען מוז נישט מאכן אייגענע מוסדות. הלוואי וואלטן אנדערע רבי'ס דאס געטון.


נישט מעגליך אין דע לאנג ראן צו פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, דער סטעטן איילענד עקספרעסוועי קריכט יעדן צופרי, דער גאטהעלס איז א דיזעסטער קיין נ.י. סיטי, סאיז דאמירן בעלמא, ער קען אפשר שיקן קיין יוניאן סיטי, כ'ווייס נישט דער מצב דארט.


זיי גייען שיקן די קינדער אין זשערסי סיטי א 25 מינוט וועג
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

להוסיף האט געשריבן:בעיסוואטער איז גיווען פארמישט מיט אנדערע זאכן. קהלות פאליטיק. ודי.

בכל אופן. די שליסל צו הצלחה איז. דער מנהיג ועומד בראש הקהלה זאל פאראויסגיין מיט זיין עולם.

איך גלייב אז אסאך רבי'ס וואלטן מצליח גיווען מיט אזעלכע שטעטלעך. וויען. ר' בנימין אייזענבערגער. ר' אייזיק ספינקער. קאסוב. א.ד.ג.

קאסובער רבי איז שוין מיט איין פיס ארויס פון ב"פ
דביה תחדי נפשא
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

תגובה דורך בן ישי »

חמרא טבא האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:בעיסוואטער איז גיווען פארמישט מיט אנדערע זאכן. קהלות פאליטיק. ודי.

בכל אופן. די שליסל צו הצלחה איז. דער מנהיג ועומד בראש הקהלה זאל פאראויסגיין מיט זיין עולם.

איך גלייב אז אסאך רבי'ס וואלטן מצליח גיווען מיט אזעלכע שטעטלעך. וויען. ר' בנימין אייזענבערגער. ר' אייזיק ספינקער. קאסוב. א.ד.ג.

קאסובער רבי איז שוין מיט איין פיס ארויס פון ב"פ

און דע צווייטע פוס אריין קײן...??
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

לעיקוואד
דביה תחדי נפשא
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובה דורך בך בטחו »

זכאי האט געשריבן:איינער ווייסט מער ספעציפיש וואו אין לינדען מ׳רעד?


זיי האבן געקויפט א לאט פאר די ביהמ"ד 1218 orchard terrace
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

שוין דא א דאטום ווען זיי גייען מאפן?
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”