דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

באריכט יעצט אויף "קול סאטמאר":
מאנטאג וישב אויפדערנאכט. נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל אן "אסיפת אקרו"ט" וואו קהל האט ממנה געווען א ספעציעלע "ועד בעלי בתים" זיך אפצוגעבן מיט די "תקנת בני העיר" וואס איז געווארן אוועקגעשטעלט דורך די בית דין צדק קרית יואל, בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א פארגאנגענעם זומער, און דורכ'ן ועד בעלי בתים מיט'ן ביד"ץ וועט ווערן אויסגעארבעט די לעצטע פרטים מ'זאל ווי שנעלער קענען אנקומען להלכה למעשה לטובת כל תושבי העיר. פרטים וועלן נאכפאלגן.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:למעשה האבן זיי שוין אינוועסטירט אסאך מיטן חשבון עס צוריק צו מאכן בגדול.
ווען זיי ווייסן ווען פון פאראויס, וואלטן זיי אינוועסטירט ווייניגער.
אבער איז דאס א גערעכטע טענה?
צריך עיון גדול בזה!

אויב זאל מען זאגן אז 2 3 דעוועלעפמענט'ס גייען באמת שאדן האבן דערפון ווייל זיי האבן גערעכנט צו קענען בעטן דעם אלטן פרייז, זאלען די 2 3 באקימען רעכט צו בעטן דעם אלטן פרייז.
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

מודעה
אטעטשמענטס
20161219_225056.png
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובה דורך שיק יונגל »

אינטערסאנט 2 אידן פון וומסב"ג און איינער פון ב"פ
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

רצון טוב האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:למעשה האבן זיי שוין אינוועסטירט אסאך מיטן חשבון עס צוריק צו מאכן בגדול.
ווען זיי ווייסן ווען פון פאראויס, וואלטן זיי אינוועסטירט ווייניגער.
אבער איז דאס א גערעכטע טענה?
צריך עיון גדול בזה!

אויב זאל מען זאגן אז 2 3 דעוועלעפמענט'ס גייען באמת שאדן האבן דערפון ווייל זיי האבן גערעכנט צו קענען בעטן דעם אלטן פרייז, זאלען די 2 3 באקימען רעכט צו בעטן דעם אלטן פרייז.

אבער זיי וועלן נישט טרעפו קיין קאסטומער'ס!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35423
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אבי.גערעדט האט געשריבן:מודעה


אינטערעסאנטע צוזאמענשטעל דאס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:למעשה האבן זיי שוין אינוועסטירט אסאך מיטן חשבון עס צוריק צו מאכן בגדול.
ווען זיי ווייסן ווען פון פאראויס, וואלטן זיי אינוועסטירט ווייניגער.
אבער איז דאס א גערעכטע טענה?
צריך עיון גדול בזה!

אויב זאל מען זאגן אז 2 3 דעוועלעפמענט'ס גייען באמת שאדן האבן דערפון ווייל זיי האבן גערעכנט צו קענען בעטן דעם אלטן פרייז, זאלען די 2 3 באקימען רעכט צו בעטן דעם אלטן פרייז.

אבער זיי וועלן נישט טרעפו קיין קאסטומער'ס!

וויפיל אידן ברויכן פאר דעם ליידן? און ווי לאנג גייט מען דארפן דערפאר ליידן
האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובה דורך האמערנאגל »

וואס האבן זיי געטראכט בשעת'ן אינוועסטירן?... אז דער ציבור וועט טאקע צאלן ווי טאטעלעך די געפעפערטע פרייזן?. וואס איז געווען זייער חשבון?
אויב האבן זיי טאקע נישט געהאט דאס ביסל מיטגעפיל דאן, איז פארוואס זאל מען זיך אצינד רעכענען מיט זיי?!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

האמערנאגל האט געשריבן:וואס האבן זיי געטראכט בשעת'ן אינוועסטירן?... אז דער ציבור וועט טאקע צאלן ווי טאטעלעך די געפעפערטע פרייזן?. וואס איז געווען זייער חשבון?
אויב האבן זיי טאקע נישט געהאט דאס ביסל מיטגעפיל דאן, איז פארוואס זאל מען זיך אצינד רעכענען מיט זיי?!

זיי האבן געטראכט אז מ'וועט קויפן, והא ראיה אז מ'קויפט טאקע...
געפיל קומט נאך ביזנעס
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

פארוואס איז נישט דא אין די וועד בעלי בתים כאטש איינער פון קרית יואל וואס זאל קענען רעפרעזענטירן די קרית יואלע בויער'ס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

נא_שכל האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא אין די וועד בעלי בתים כאטש איינער פון קרית יואל וואס זאל קענען רעפרעזענטירן די קרית יואלע בויער'ס?

דוכט זיך ר' משה יוסף ווערטהיימער האט א זומער הויז אין קרית יואל.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובה דורך אזוי וויל איך »

לא לנו האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא אין די וועד בעלי בתים כאטש איינער פון קרית יואל וואס זאל קענען רעפרעזענטירן די קרית יואלע בויער'ס?

דוכט זיך ר' משה יוסף ווערטהיימער האט א זומער הויז אין קרית יואל.

אלע דריי האבן הייזער אין קרית יואל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

האבן א הויז און וואוינען דארט איז צוויי זאכן, איינער וואס וואוינט דארט האט לכאורה בעסער ארויס וואס די קרית יואלע איינוואוינער און בויערס ווילן, ער לעבט דערמיט, משא"כ איינער וואס האט נאר א הויז דארט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

דו רעדטס פון רעפרעזענטירן די בויערס? אדער די אייוואוינער?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

פאטאקי08 האט געשריבן:דו רעדטס פון רעפרעזענטירן די בויערס? אדער די אייוואוינער?

ביידע.

ס'זייער אינטערסאנט, אז מ'מאכט תקנות פאר א שטאט און די וואס פארענען זיך דערמיט זענען מענטשען פון אנדערע שטעט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

אינטערסאנט אז ס'פאלט קיינעם נישט איין די נארמאלע ענטפער

מען האט געזוכט צו נעמען דרויסנדיגע מענטשן וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים און נישט האבן קיין נגיעה צו איין זייט מער ווי צו די אנדערע
דערפאר האט מען גענומען מענטשן וועלכע וואוינען נישט אין ק"י (זייערע קינדער מן הסתם אויך נישט) זיי זענען ביזנעסלייט און וועלן אויך פארשטיין צו די געברויכן פון די בילדערס אבער נישט זיין געבינדן אדער משוחד צו זיי
און אזוי האפט מען אויסצוארבעטן א דבר השווה לכל נפש

ווען מען וועט איבערקוקן אנהייב פון די דין ודברים דא אויף אייוועלט האבן עטליכע געשריגן אז די אלע וועלכע זענען עוסק דערין מיינען זיך און זענען אליין בויערס וכו', יעצט אז מען נעמט פרעמדע פרעגט מען ווייטער קשיות
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

מ'דארף שטעלן א זבל"א...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

פישל האט געשריבן:אינטערסאנט אז ס'פאלט קיינעם נישט איין די נארמאלע ענטפער

מען האט געזוכט צו נעמען דרויסנדיגע מענטשן וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים און נישט האבן קיין נגיעה צו איין זייט מער ווי צו די אנדערע
דערפאר האט מען גענומען מענטשן וועלכע וואוינען נישט אין ק"י (זייערע קינדער מן הסתם אויך נישט) זיי זענען ביזנעסלייט און וועלן אויך פארשטיין צו די געברויכן פון די בילדערס אבער נישט זיין געבינדן אדער משוחד צו זיי
און אזוי האפט מען אויסצוארבעטן א דבר השווה לכל נפש

ווען מען וועט איבערקוקן אנהייב פון די דין ודברים דא אויף אייוועלט האבן עטליכע געשריגן אז די אלע וועלכע זענען עוסק דערין מיינען זיך און זענען אליין בויערס וכו', יעצט אז מען נעמט פרעמדע פרעגט מען ווייטער קשיות

נישט ממש פרעמד וואטעווער..
signout
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובה דורך signout »

מ'קען ערווארטען כ''א כסליו וועט מען רעדן פין די תקנות ביי ביידע וומסב''ג סעודת הודאה'ס
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

תגובה דורך מצלמה »

פישל האט געשריבן:אינטערסאנט אז ס'פאלט קיינעם נישט איין די נארמאלע ענטפער

מען האט געזוכט צו נעמען דרויסנדיגע מענטשן וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים און נישט האבן קיין נגיעה צו איין זייט מער ווי צו די אנדערע
דערפאר האט מען גענומען מענטשן וועלכע וואוינען נישט אין ק"י (זייערע קינדער מן הסתם אויך נישט) זיי זענען ביזנעסלייט און וועלן אויך פארשטיין צו די געברויכן פון די בילדערס אבער נישט זיין געבינדן אדער משוחד צו זיי
און אזוי האפט מען אויסצוארבעטן א דבר השווה לכל נפש

ווען מען וועט איבערקוקן אנהייב פון די דין ודברים דא אויף אייוועלט האבן עטליכע געשריגן אז די אלע וועלכע זענען עוסק דערין מיינען זיך און זענען אליין בויערס וכו', יעצט אז מען נעמט פרעמדע פרעגט מען ווייטער קשיות


כו״ע מודי אז מ׳דארף נעמען ביזנעסלייט.
כו״ע מודי אז אויב זיי זענען תושבים וועלכע בויען אליין, וועלן זיי האבן א נגיעה פאר די דעוועלאפער - מוכרים
כו״ע מודי אז אויב נעמט מען תושבים - עניים, האבן זיי א נגיעה לטובת די קונים.

איז דרויסנדיגע ביזנעסלייט, וועלכע האבן א שטיקל שייכות מיט די קריה אבער נישט צופיל, קענען זיי די מערסטע באלאנסירט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

קאץ און מויז האט געשריבן:BREAKING
די געפלאנטע גענעראל פארזאמלונג אויף די דאנערשטאג איז CANCELED

שמעקט נישט גוט. די אלע וועד בעלי בתים, און טענות האט מען דאך שוין געקענט 3 חדשים צוריק.

#שוואכע טשאנסען.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

לדעתי אויב וואלט מען ווען "באמת" געוואלט מאכן תקנות, וואלט דאס שוין לאנג צושטאנד געקומען, נאר ודי

דאס וועט זיך נאך ציען און ציען, אוי גאוואלד...
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

וויל וועלן האט געשריבן:לדעתי אויב וואלט מען ווען "באמת" געוואלט מאכן תקנות, וואלט דאס שוין לאנג צושטאנד געקומען, נאר ודי

דאס וועט זיך נאך ציען און ציען, אוי גאוואלד...

ביי די מיטינג איז געבליבן אז מוועט מאכן אן אסיפה................................................
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

און אפילו לאמיר שוין זאגן אז ס'וועט שוין יא זיין עפעס, האבן זיך די מיטל קלאס און מעסיג-נידעריג פארדינער נישט וואס צו פרייען, ווייל ס'וועט נישט דינען זייערע אינטערעסן...

[איי וועסטו פרעגן, פארוואס איך בין אזא שווארץ קוקער? הלוואי בין איך נישט גערעכט, אבער א תקנה קען מען געווענליך מאכן איבערנאכט, און מ'רעדט שוין דערפון ווילאנג...]
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

אויב איינער קען אפיר ברענגען וואס ר' מאיר הירש האט געזאגט מוצאי שבת ביים דינער אין קרית יואל איבער די דירות קריזית און איבער די הויכע פרייזן, וואלט דאס געווען א גלייכע זאך.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”