דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:12 pm

מי יודע האט געשריבן:די תקנות זענען מער פאר די בינונים ווי פאר די ארימע לייט, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ, אבער א מיטלמעסיגער פארדינער דארף קענען צוקומען צו א נארמאלע הויז אן זיך פאר חובות'ן דאס גאנצע לעבן

אמת, די שאלה איז נאר
1) אויב תקנות איז די ריכטיגע עצה.
2) אויב "די" תקנות זענען נישט מער שאדן ווי אויפטו.
ואידך פירושא הוא זיל גמור.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:24 pm

אין מיין ארימע מיינונג האבן די רענטאל אינוועסטירער בשותפות מיט די בראקערס בלויז ארויפגעטריבן די פרייז פאר דירות.

דער מציאות באווייזט אז ביז 10-15 יאר צוריק האט דער גרעסטער ארעמאן געקענט ערלויבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ. עס איז דאמאלט כמעט נישט געווען קיין רענטאל מארקעט אויף א גרעסערן פארנעם, א דורכשניטליכער לענדלארד האט געהאט בלויז 1-2 דירות, און האט נישט געזוכט צו האבן מער. די אידן מיט פיינאנציעלע מעגליכקייטן זענען ארויסגעשטאנען פונעם דירות מארקעט, די עצם תכלית פון א דירה איז געווען בלויז איינע; צו האבן א דאך איבערן קאפ, און בוי-אינטערנעמער זענען געווען פשוט'ע בעה"ב נישט מאגנאטן. 80 פראצענט דירות 'וועלכע זענען פארקויפט געווארן' האבן זיך דאן פארקויפט פאר פריימערי רעזידענטס, און די מיעוט רענטאלס זענען געווען גענוג צו קלעקן פאר די מיעוט רענטערס.

מיט 10-12 יאר צוריק, בשעת די ריעל עסטעיט בום, איז געווארן אן ערשיינונג אז א דירה אין קרית יואל איז געווארן אן asset. איך דענק אידן פון די שטאט זענען יעדן זונטאג ארומגעפארן אין אלע גאסן און באטראכט פאר וועלכע הויז עס לוינט צו געבן אן אפפער. אויב ביז דאן איז געווען אין קר"י בלויז איין לאנג-יעריגער בראקער וועלכער האט קוים געמאכט פרנסה, זענען איבערנאכט אויפגעשווימען צענדליגער בראוקערס וועלכע האבן געשטעלט די מארקעט פרייז צו 'קויפן' לויט וויפיל זיי האבן געהאלטן אז מ'וועט קענען ארויסקוועטשן דאס מאקסימום רענט פון א אינגערמאנ'טשיגל.

יעדער בר דעת איז א חסיד פון א פרייע מארקעט, אבער דאס איז בלויז ווען דאס איז באמת "פריי". עס מוז גיין ביידע וועגן. ביינונז איז דאס אבער במילא נישט פריי. מיר זענען געבינדן צו א פלאץ. אויב איז פאראן אן אומאפיציעלע 'תקנה' אז מ'מוז וואוינען אין איין געגנט אין צוזאמענהאנג מיט א געוויסע ציווילאציע, דאן מעג זיין א תקנה מיט א מהלך וויאזוי דאס צו אקאמאדירן.

די סיבה פאר די צוזאמענבראך פון געוויסע דעוועלאפמענטס מיט 5 יאר צוריק איז אייגענטליך געווען ווייל די אינוועסטירער האבן זיך פאלש געראכטן אויף שנעלע פראפיטן און אומרעאליסטישע פארדינסטן, וועלכע די בוי-אינטערנעמער האבן עווענטועל נישט געקענט נאכקומען. די תקנות וועלן בעז"ה העלפן פארמיידן אן איבערשפיל.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום דאנארשטאג ינואר 05, 2017 6:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:45 pm

די תקנות זענען נישט צו קאנטראלירן די פרייזן נאר אזוי ווי מען האפט אז אין נישט אויף לאנג וועלען זיין געניג און נאך דירות און דעמאלט וועט זיין ביליגע דירות, זאל מען דעמאלט נישט אראפ לאזען פון 400 פער סק פס זאל מען ענדערש אנהייבען ביי 200

גאנץ קרית יואל באשטייט פון א סך הכל 4117 דירות אן אנעקסעשין איז דא פלענער פון בערך 2000 דירות, אויב די קליינע אנעקסעשין גייט שנעל דורך מיינט עס נאך בערך 6000
דאס מיינט אן די גרוסע אנעקסעשין האלט מען ביי פאדריפלען די רעזילטאטן זענען פשוט די פרייזען גייט זיכער נישט ארויף גיין די פרייזען מער מיט קיין סאך

אבער אויב בשעת עס גייט די קליינע אנעקסעשן האלט עס ביי 400 א סק פס איז זייער שווער ציריק אראפ צי לאזן די פרייז מיט א סאך, וועלען די אינוועסטארס האלטן פראפרטי לשם האלטן

אבער אז די פרייזען וועלען זיין 200 א סק פס וועלען זיך מענטשען פרייען צי קופן און די בילדערס צי פארקופן

דארף מען זעהן אז יעצט ווען עס איז דא א מאנגעל זאל מען יעצט נישט קויפן

דאס דארפן די תקנות אויפטוהן און ב"ה עס טוט אויף מענטשען האבען מורה צו קופען מען ווארט ביז נאך די תקנות

כ"ז נראה לעניית דעתי

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 6:18 pm

בערל דארפסט נישט זיין באזארגט די תקנות ארבעטן שוין נאך פארן ארויסקומען פרעג נאר סיי וועלכע בראקער און קרית יואל און אע'פ כן ארבעט מען פעסט סיי און שכינות ויואל משה און בי יחזקאל בראך וכ'ו וכ'ו וכ'ו וואס אלעס אינהיינעם רעדט מען פון בערך 5000 דירות כידוע לכל

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:04 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג האבן די רענטאל אינוועסטירער בשותפות מיט די בראקערס בלויז ארויפגעטריבן די פרייז פאר דירות.

דער מציאות באווייזט אז ביז 10-15 יאר צוריק האט דער גרעסטער ארעמאן געקענט ערלויבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ. עס איז דאמאלט כמעט נישט געווען קיין רענטאל מארקעט אויף א גרעסערן פארנעם, א דורכשניטליכער לענדלארד האט געהאט בלויז 1-2 דירות, און האט נישט געזוכט צו האבן מער. די אידן מיט פיינאנציעלע מעגליכקייטן זענען ארויסגעשטאנען פונעם דירות מארקעט, די עצם תכלית פון א דירה איז געווען בלויז איינע; צו האבן א דאך איבערן קאפ, און בוי-אינטערנעמער זענען געווען פשוט'ע בעה"ב נישט מאגנאטן. 80 פראצענט דירות 'וועלכע זענען פארקויפט געווארן' האבן זיך דאן פארקויפט פאר פריימערי רעזידענטס, און די מיעוט רענטאלס זענען געווען גענוג צו קלעקן פאר די מיעוט רענטערס.

מיט 10-12 יאר צוריק, בשעת די ריעל עסטעיט בום, איז געווארן אן ערשיינונג אז א דירה אין קרית יואל איז געווארן אן asset. איך דענק אידן פון די שטאט זענען יעדן זונטאג ארומגעפארן אין אלע גאסן און באטראכט פאר וועלכע הויז עס לוינט צו געבן אן אפפער. אויב ביז דאן איז געווען אין קר"י בלויז איין לאנג-יעריגער בראקער וועלכער האט קוים געמאכט פרנסה, זענען איבערנאכט אויפגעשווימען צענדליגער בראוקערס וועלכע האבן געשטעלט די מארקעט פרייז צו 'קויפן' לויט וויפיל זיי האבן געהאלטן אז מ'וועט קענען ארויסקוועטשן דאס מאקסימום רענט פון א אינגערמאנ'טשיגל.

יעדער בר דעת איז א חסיד פון א פרייע מארקעט, אבער דאס איז בלויז ווען דאס איז באמת "פריי". עס מוז גיין ביידע וועגן. ביינונז איז דאס אבער במילא נישט פריי. מיר זענען געבינדן צו א פלאץ. אויב איז פאראן אן אומאפיציעלע 'תקנה' אז מ'מוז וואוינען אין איין געגנט אין צוזאמענהאנג מיט א געוויסע ציווילאציע, דאן מעג זיין א תקנה מיט א מהלך וויאזוי דאס צו אקאמאדירן.

די סיבה פאר די צוזאמענבראך פון געוויסע דעוועלאפמענטס מיט 5 יאר צוריק איז אייגענטליך געווען ווייל די אינוועסטירער האבן זיך פאלש געראכטן אויף שנעלע פראפיטן און אומרעאליסטישע פארדינסטן, וועלכע די בוי-אינטערנעמער האבן עווענטועל נישט געקענט נאכקומען. די תקנות וועלן בעז"ה העלפן פארמיידן אן איבערשפיל.


הערליך געזאגט.

און כוועל איבער'חזר'ן דאס פריערדיגע:

דער תהילים איד האט געשריבן:לעבעדיגער (שלום עליכם! עליכם השלום!), די תקנות זענען נישט קיין סאציאליזם, זייער ווייט דערפון, עס טוט איין זאך: עס לייגט א "דאך". א מאקסימום דאך ביז וויפיל מען מעג רייסן פון אידישע קינדער.

מען רעדט דא פון "תקנות פרייזן" וואס זענען אנדערטהאלבן מאל - אדער דאפלט - די פרייז ווי די "פרייע מארקעט" 15 יאר צוריק.

וויבאלד היימישע אידן זענען אנגעוויזן צו וואוינען אינאיינעם, קען מען אויף אונז רייטן און רייסן אידיש געלט, אינגעלייט קענען ווערן - און בלייבן - בעלי חובות פון די 25 ביז די 70 יאר, אלעס ווייל 5-10 בילדער זאלן (----איך לאז אויס). ס'איז א מצב אז מען קען רייטן זייער גרינג און דעריבער מוז זיין א "דאך".


לעבעדיגער. די צושטעל פון אבאמא-קעיר אהער איז טאטאל אומריכטיג, איך האף שפעטער צו האבן מער צייט צו שרייבן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:06 pm

זאל מען ענדערש ארבעטן אויף די נייע ישובים וועטעס יא זיין א פרייע מארקעט משני הצדדים.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:10 pm

דער תהילים איד האט געשריבן: לעבעדיגער. די צושטעל פון אבאמא-קעיר אהער איז טאטאל אומריכטיג, איך האף שפעטער צו האבן מער צייט צו שרייבן.


ג"א מצטרף איך האף שפעטער צו האבן מער צייט צו שרייבן.

דערווייל זאגט איר נאר אז דער חולה איז שרעקליך קראנק, מ'קען עס הערן. כ'האב אויך אזוי געשריבן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:11 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:זאל מען ענדערש ארבעטן אויף די נייע ישובים וועטעס יא זיין א פרייע מארקעט משני הצדדים.

אני הקטן קעמף שוין אויף דעם פופצן יאר קוק אלע מיינע תגובות ביז אהער!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:13 pm

אט אזוי האט געשריבן:בערל דארפסט נישט זיין באזארגט די תקנות ארבעטן שוין נאך פארן ארויסקומען פרעג נאר סיי וועלכע בראקער און קרית יואל און אע'פ כן ארבעט מען פעסט סיי און שכינות ויואל משה און בי יחזקאל בראך וכ'ו וכ'ו וכ'ו וואס אלעס אינהיינעם רעדט מען פון בערך 5000 דירות כידוע לכל

עס איז באמת גאנץ מעגליך אז עקאנאמיש קען די תקנות סאך בעסער ארבעטן ווען עס דארף ארויסקומען ווי איידער ווען ס'איז שוין אינדרויסן ואכמ"ל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

נאך א משל פון תקנות סייד עפעקטס - גלייך צו אבאמא קעיר

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:28 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג האבן די רענטאל אינוועסטירער בשותפות מיט די בראקערס בלויז ארויפגעטריבן די פרייז פאר דירות.

דער מציאות באווייזט אז ביז 10-15 יאר צוריק האט דער גרעסטער ארעמאן געקענט ערלויבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ. עס איז דאמאלט כמעט נישט געווען קיין רענטאל מארקעט אויף א גרעסערן פארנעם, א דורכשניטליכער לענדלארד האט געהאט בלויז 1-2 דירות, און האט נישט געזוכט צו האבן מער. די אידן מיט פיינאנציעלע מעגליכקייטן זענען ארויסגעשטאנען פונעם דירות מארקעט, די עצם תכלית פון א דירה איז געווען בלויז איינע; צו האבן א דאך איבערן קאפ, און בוי-אינטערנעמער זענען געווען פשוט'ע בעה"ב נישט מאגנאטן. 80 פראצענט דירות 'וועלכע זענען פארקויפט געווארן' האבן זיך דאן פארקויפט פאר פריימערי רעזידענטס, און די מיעוט רענטאלס זענען געווען גענוג צו קלעקן פאר די מיעוט רענטערס.

איך האב נישט יעצט די תקנות פארנט פון מיר, אבער איך געדענק אז די תקנות האבן גאר א לאנגע ליסטע מיט פארלאנגען וואס א דירה דארף האבן - טיילס, קעבינעטס וכו', פארשטייט זיך ווייל כדי די תקנות זאלן נישט ווערן אויסגעשפיעלט און די דעוועלאפערס וועלן געבן פיר ליידיגע ווענט פאר די פרייז פון די תקנות, פארלאנגט די תקנות געב כך וכך.
די זעלבע זאך האט אבאמא קעיר געטון, אזוי ווי זיי האבן מורא געהאט אז קאמפאניס וועלן מאכן גאר א ביליגע אינשורענס האבן זיי צוגעלייגט אן א שיעור זאכן וואס אינשורענס מוז געבן און דעקן וואס איז ביז היינט נישט געווען. און זייער אסאך מענטשן וואס קויפן אינשורענס דארפן דאס נישט, אבער מוזן צאלן דערפאר. ווייל ווען די רעגירונג קאנטראלירט איז נישט דא קיין ברירה.
איך וואלט פאר א מינוט צוריק געגאנגען צו די סאטמאר דרייוו דירות, ווער רעדט נאך פון די גארדן דירות, לאנד אין קרית יואל איז דעמאלטס געווען שפאט ביליג, און די קוואליטי פון די דירות וואלסטו היינט קיינמאל נישט געקענט פארקויפן, די טיילס, טירן, קעבינעטס וכו', היטינג, וכו' וכו' ווייל עס איז געווען אן ארימאנ'ס מארקעט. יעצט נאך די תקנות וועט אן ארימאן וואס וויל סעטלען פאר ביליגער קיינמאל נישט קריגן קיין ביליגערע דירה, ווייל דער בילדער וועט נישט זוכן קיין צרות, איך שטעל דיר צו, און דו באצאל! מען צווינגט אויטאמאטיש ארויף א סטענדערד.

צום עצם טענה, קרית יואל אמאל איז אפסטעיט פון היינט, אן ארימאן וויל "קויפן" איז דאס זיין פלאץ, פון בלומינגבורג און ארויף, אדער דזשערסי סיטי, קרית יואל היינט איז ברוקלין פון אמאל, און דאס וועט זיך בדרך הטבע קיינמאל נישט טוישן, ווייל ברוקלין היינט איז מאנהעטן פון אמאל. עס ריקט זיך אייביג.

ולענ"ד דארף מען זיך בעיקר רעכענען מיט רענטערס לעת הזאת. כתבתי ברמז לא בקיצור מחוסר הזמן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג ינואר 06, 2017 12:34 am

lebediger berel האט געשריבן:איך וואלט פאר א מינוט צוריק געגאנגען צו די סאטמאר דרייוו דירות, ווער רעדט נאך פון די גארדן דירות, לאנד אין קרית יואל איז דעמאלטס געווען שפאט ביליג, און די קוואליטי פון די דירות וואלסטו היינט קיינמאל נישט געקענט פארקויפן, די טיילס, טירן, קעבינעטס וכו', היטינג, וכו' וכו' ווייל עס איז געווען אן ארימאנ'ס מארקעט. יעצט נאך די תקנות וועט אן ארימאן וואס וויל סעטלען פאר ביליגער קיינמאל נישט קריגן קיין ביליגערע דירה, ווייל דער בילדער וועט נישט זוכן קיין צרות, איך שטעל דיר צו, און דו באצאל! מען צווינגט אויטאמאטיש ארויף א סטענדערד.

וואס רעדט איר דא? איך הייב אן פארלירן טראסט.

יעצט האט א ארימאן די מעגליכקייט צו קויפן פאר ביליגער אויף א נידריגע סטאנדארט? מה זה? נישטא אזאנס.

די ליסטע פון די דירות-אינהאלט וואס די בי"ד האט געמאכט, לויט ווי איך האב עס געזעהן אין בלאט, איז עס דאס וואס יעדע איינציגע הויז היינטיגן טאג קומט דערמיט. זהוא. פשוט צו פארזיכערן אז דער בילדער זאל נישט גיין דירעקט נידערן דעם סטאנדארט צוליב די תקנות.

==

שנית: רעד נישט וועגן רענטערס, ווייל יעצט מיט די "פרייע מארקעט" איז דא א דיזעסטער מיט רענטל'ס אין קרית יואל, כידוע. די סיבה איז, ווייל אז אינגעלייט קויפן נישט קיין דירות ווערט נישט ליידיגע קאפל-דירות. און אז מען וועט קענען אפארדן צו קויפן, וועלן הונדערטער רענטל'ס ווערן אוועילעבל.

אלזא, אויב רענטל איז דיין עיקר זארג, דאן איז די גאנצע זארג א טאטאלע טעות.

די איינציגע זארג וואס בלייבט איז, אויב דו האסט פערזענליך דירות ארויסצורענטן און עס קען דיר אפעקטן. עפעס אנדערש איז נישטא קיינע קאנסערנס.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

[quote="דער תהילים איד"][quote="lebediger berel"] איך וואלט פאר א מינוט צוריק געגאנגען צו די סאטמאר דרייוו דירות, ווער ר

תגובהדורך רויט » פרייטאג ינואר 06, 2017 12:43 am

ביסט גערעכט! זייער א גוטע נקודה! מען וואוינט אין רענטעלס ווייל מ'קען נישט אפארדען צו קויפן א דירה'לע. אין דאס איז די רענטל דיזעסטער! איך האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט אין דעם געדאנק.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג ינואר 06, 2017 12:56 am

lebediger berel האט געשריבן:ס'איז אביסל אן אריכות יעדער זאל עס גוט פארשטיין, אבער איך וועל נוצן העלט קעיר אלץ משל. "באופן כללי מאוד" פרטים זענען נישט אייניג, אבער דער יסוד איז אמת.
אני הקטן געדענק נאך ווען א מעסיגער פארדינער האט געקענט לעבן רואיג אן האבן העלט אינשורענס, און אויב האט ער געוואלט האט ער עפארדעט העלט אינשורענס. די וואס זענען עלטער פון מיר דערציילן ווי העלט אינשורענס איז געווען ממש א לוקסוס.
אבער א גוטער דאקטער איז פאר פינף דאללער געקומען צו דיר אהיים. (לאמיר זאגן ס'איז לויט היינטיגע געלט זעכציג דאללער) האסט געקענט האבן אלעס ערלעדיגט אן קיין ווארטן,
ס'האט געקאסט פאר א דורכשניטליכן מענטש 100 דאללער א יאר (לויט די היינטיגע געלט 4 3 אלפים) הכל בכל מכל כל אויפן בעסטן אופן, ווער ס'איז געוועזן נערוועז האט געקענט קויפן קאטאסטראפיק אינשורענס ואין כאן מקום להאריך. די געלונגענסטע און קליגסטע מענטשן האבן זיך געלערנט צו זיין דאקטוירעם, זיי האבן הערליך פארדינט, לעומת זה איז געווען א קאמפעטישאן א דאקטער האט נישט געקענט בעטן אין די וועלט אריין ווייל דער שכן איז אויך א דאקטער און ער וועט בעטן ביליגער וכו' וכו'
צו ס'האט געהאט געוויסע פראבלעמען יא, און גרויסע פראבלעמען, אז די גאווערמענט האט זיך אריין געמישט, קודם, מעדיקעיר, מעדיקעיד, אינשורענס רעגולעישאן, לייעביליטי, אזוי אז ס'איז געווארן געפערליך, קיין נארמאלער מענטש ערלויבט זיך מער נישט העלט אינשורענס, דער וואס צאלט קעש דארף ארויף צאלן צו דעקן אלע קאסטן (דו"ק ותשכח)
די גאווערמענט מישט נאך די קאשע פון העלט אינשורענס און זיי זענען נאך אינגאנצן צומישט.
און דא רעדט מען פון די רעגירונג וואס שטופט אריין אוצרות מיט געלט ממש טריליאנען צו מאכן דעם סיסטעם ארבעטן.
רובא דרובא מענטשן וועלן האלטן אז ווען דו זאלסט ארויס נעמען די רעגירונג "אינגאנצן בכל מכל כל" פונעם העלט קעיר סיסטעם וואלט בעסער געווען, צו ס'איז מעגליך מסתם נישט.

יעצט צום דמיון צו העלט-קעיר:

ערשטנס: אויב האסטו געמיינט אבאמא-קעיר. דער דורכפאל פון אבאמא-קערי איז אז דער "קאלקולעיטאר" שטימט נישט. עס לוינט נישט פאר קאמפאני'ס, נאך אלע רעגירונג ביוראקראטיעס, צוצושטעלן העלט-קעיר פאר נידריגע קאסטן. די רעגירונג באצאלט צום סוף א גרויסע טייל, און די אנדערע טיילן גיבן אויף.

דא ביי די דירות איז נישטא דער דיזעסטער וואס איז דא ביי אינשורענס. דא איז דא געלט! און גרויס-געלט! מען דארף נישט מאכן דא קיין "מענדעיט" אז יעדער מוז קויפן א דירה כדי די בילדערס זאל קענען האבן שאנסן צו פארדינען עפעס... ווי-וואס-ווען, מען קען פיין פארדינען, ובגדול.

די בילדער'ס דארפן נישט מער ווי מסכים זיין צו פארדינען עטוואס ווייניגער. בעסער געזאגט: די פרייזן זאלן "וואקסן" ווייניגער.

==

און אויב האסטו געמיינט העלט-קעיר בכלליות, איז עס אוודאי נישט קיין פארגלייך צו דיין משל. דאס וואס מען האט געקענט האבן היילונג פאר ביליג אן קיין רעגירונג ביוראקראטיעס, דאס איז בכלל נישט פארהאן ביי די דירות. ס'איז דאך אזא מציאות נישט פארהאן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » פרייטאג ינואר 06, 2017 7:51 am

דער תהילים איד האט געשריבן:לעבעדיגער (שלום עליכם! עליכם השלום!), די תקנות זענען נישט קיין סאציאליזם, זייער ווייט דערפון, עס טוט איין זאך: עס לייגט א "דאך". א מאקסימום דאך ביז וויפיל מען מעג רייסן פון אידישע קינדער.

דאס איז סאציאליזם בתפארתה, קאפיטאליזם מיינט פרייע מארקעט, מארקעט קנאוס בעטער

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג ינואר 06, 2017 9:34 am

אנשולדיגט פארן אריין האקן
וויפיל בעט מען היינט היינטפאר א 7-8 רומיגע דירה .?
איך ווייל סאיז מיר נוגע
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » פרייטאג ינואר 06, 2017 9:39 am

maybeeynot האט געשריבן:אנשולדיגט פארן אריין האקן
וויפיל בעט מען היינט היינטפאר א 7-8 רומיגע דירה .?
איך ווייל סאיז מיר נוגע


count about 220 per sq fs
but a top floor will be about 55k more

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג ינואר 06, 2017 9:52 am

סארי איך האב פארגעסן צו שרייבן אז איך רעדט פון רענט
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:10 am

rrr האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:לעבעדיגער (שלום עליכם! עליכם השלום!), די תקנות זענען נישט קיין סאציאליזם, זייער ווייט דערפון, עס טוט איין זאך: עס לייגט א "דאך". א מאקסימום דאך ביז וויפיל מען מעג רייסן פון אידישע קינדער.

דאס איז סאציאליזם בתפארתה, קאפיטאליזם מיינט פרייע מארקעט, מארקעט קנאוס בעטער

שלום עליכם! ביטע צוריקמישן בלויז איין בלאט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:13 am

maybeeynot האט געשריבן:סארי איך האב פארגעסן צו שרייבן אז איך רעדט פון רענט

מינימאם $2500
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כ'בין ח"ו נישט מדמה - דער עולם דארף פארשטיין דעם יסוד

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:25 am

פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר שטעלן, אז די אלע זאכן וואס איך גיי זאגן זענען נישט גלייך בכלל, אבער דער יסוד, דער נאטור, די גורמים ווערן אייביג איבערגעשפילט, אסאך מאל איז עס אפילו נישט "ראנג" אבער פיזיקס האט נאטורן, אז א קאר זאל זיך רוקן דארף עס ענערדזשי, דאס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, אמאל איז עס א מאטאר מיט גאזאלין, אמאל איז עס מענטשן וואס שטופן, אבער אן ענערדזשי פארט עס נישט, פארשטייט זיך אז די צוויי זאכן (א מאטאר, און א מענטש וואס שטופט) זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב אבער ס'איז דומה אז ס'איז ענערדזשי וואס שטופט א קאר.

יעצט לענינינו, קודם מוז איך נאך אמאל חזר'ן אז איך שרייב נישט צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן תקנות אין קרית יואל, מען פרעגט אונז סייווי נישט, איך שרייב נאר דעם קאנצעפט און לאמיר עס ערקלערן: פאר א מענטש זעט אז מ'דארף אים ל"ע אראפנעמען א פיס ווייל דער קערפער איז ל"ע פאר'סמ'ט, דארף אים קיינער נישט מסביר זיין ווי גרויס דער פראבלעם איז אן א פיס דאס ווייסט ער אליין, מען דארף אים נאר מסביר זיין ווי גרויס דער סכנה איז אן דעם.
טאמער רעדט זיך עס אבער פון א אינעווייניגסטע אבר וואס מ'זעט נישט אן און מען פילט עס נישט תיכף, עס איז אבער זייער וויכטיג אויפן לאנג טערמיניגן געזונט פונעם מענטש דארף מען אים מסביר זיין, אויב דער מענטש וועט פילן דער חלק אין גוף מאכט אים פראבלעבמען קען ער קומען צום דאקטער און זאגן שנייד מיר עס ארויס און פטור פון די אינפעקשאנס, דאן דארף דער דאקטער אים קומען און מסביר זיין. לאמיר זען ווי ערנסט דער אינפעקשאן איז, קען זיין מ'מוז טאקע, אבער זאלסט וויסן דו רעדסט איבער טיפע שניטן וואס קען איבערלאזן א אייביגע חסרון אינעם קערפער.

יעצט וויל איך איבער'חזר'ן צום צענטן מאל, יעדע קאנטראל אויפן פרייע מארקעט איז א טיפער שניט בגוף הסאסייעטי, און, די מענטשהייט האט עס שוין צענדליגע מאל פרובירט און עס איז אלץ דורך געפאלן, און איך וויל זאגן פארוואס.

ווייל יעדעס מאל וואס מען טיילט איין (איך רעד יעצט וועלטליך, ביטע נישט פאליטיזירן)ווער ס'באקומט וועלכע רעכט, מי יחי' ומי ימות, וויפיל מעג מען בעטן, ווער מעג בעטן, ווער מעג באקומען, וועט אייביג זיין גורמים וואס וועלן פרובירן אויסצושפילן דעם סיסטעם, (משלים איז איבעריג) עס איז דא א פראצענט פון די מענטשהייט וואס זוכט נישט צו שפילן ביי די רולס, און עס מוז זיין א "העכערע אויטאריטעט" וואס קאנטראלירט און מאכט באשלוסן און האלט ארדענונג.
דער סדר העולם איז אז אנצוקומען צו אזא אויטאריטעט פאדערט זיך געוויסע אייגנשאפטן, שטארקייט, קוראזש וכדו', און נאטור צו מאניפולירן, געווענליך אויך געלט צו דער זייט. און די קאמבינאציע פון די אלע נאטורן ליגט געווענליך נישט ביי די בעסטע איידלסטע און חשוב'ע מענטשן.
עס איז אמת אז דאס איז נוגע אין א געוויסע זין יעדע סארט פירערשאפט, און מען דארף טאקע אלץ שוקל זיין וואס איז ערגער אינגאנצן נישט קיין פירערשאפט אדער פירערשאפט וואס האט געוויסע חסרונות, ובכלל אויף פירערשאפט וואס איז נישט אזא גרויסע קאנטראל אויף די גאנצע מארקעט איז שייך צו פארקוקן פון ביידע צדדים ויש בזה אריכות אבל נוגע רק מן הצד.

אבער, אויב די פירערשאפט דארף צו זיין אויף אזאך וואס נארמאל ווערט עס קאנטראלירט דורך א פרייע מארקעט, און דא וועל איך נוצן אלץ משל (ליין נאכאמאל די הקדמה) קאמוניזים/סאציאליזים פאדערט זיך גאר שטארק די שארפע נאטור פירערשאפט, און אז נישט צופאלט עס תיכף פון זיך אליין, און איינמאל דו דארפסט דאס האבן האסטו שוין דעם פראבלעם פאר די אויגן, און געווענליך ליידן די מיטל קלאס די מערסטע פון אנפאנג, ווייל די פירער וועלן פרובירן צופרידן שטעלן רוב (וויאזוי ראמני האט עס אנגערופן די רוב וואס צאלט נישט קיין שטייער) די גאר רייכע מאכטפולע זענען ביים שטייסל און האבן זיך אינזין, און דער נידריגער שטאפל המון עם איז צופרידן.

שפעטער אבער ווען דער סיסטעם צופאלט, ווייל דער מיטל קלאס ווערט אויס פון זיך אליין, מען נעמט פון זיי מער און מער צו, און זיי ווערן ארים, און די גאר געלונגענע ריקן זיך ארויף און ס'איז מער נישטא פון וועם צו נעמען, דעמאלטס ליידן די ארימע ווייטער דאס מערסטע ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און זיי גייען מן הפח אל הפחת זיי האבן נישט קיין עקספיריענס וויאזוי צו ארבעטן ווען מען גיבט זיי נישט און זיי ליידן צום סוף עד הסוף.

איך בעט אז קיינער זאל נישט קומען זאגן צו איינער איז יא אדער נישט ווי א קאסטרא אדער א פוטין, איך האב נאר געשריבן בנוגע די נושא פון קאנטראל אויף א מארקעט וואס מען דארף האבן אז ס'זאל ארבעטן (אין די וועלט, ביטע נישט פאליטיזירן, כ'רעד ריין סאסייעטי אויס, נישט אינדיווידועל פעלער)

און נאכאמאל קען זיין אז דא איז דער פאציענט אזוי קראנק אז מען מוז שניידן וויכטיגע אברים, מיינע תגובות דא איז נאר צו זאגן: מיין נישט אז מען רעדט דא פון אפשערן האר און נעגל, מען רעדט פון אקציעס וואס איז שניידן נעבן הארץ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

שטיצע פאר די גערודער בדרך התורה על פי דעת תורה

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:41 am

ביי די געלעגנהייט דארף מען אבער שטיצן דעם גערודער וואס מען מאכט, מען דארף רעדן און חזר'ן אז די וואס קענען זיך ערלויבן זאלן געבן ווי ביליגער סיי ביים פארקויפן סיי ביים פארדינגען, די מציאות איז אז ס'העלפט,
אפילו אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג העלפט דער גערודער למחצה לשליש ולרביע, קודם אן דעם וואלט נאך ערגער געווען, און אויסער דעם ס'איז דא מענטשן וואס צוליב דעם גערודער רעכענען זיי זיך מיט די קאסטומערס טענענטס אויב די מוכר אדער משכיר קען זיך עס ערלויבן.
הגם, ס'איז דא די מינימאלע שאדן, און איך ווייס פון בארא פארק א איד וואס האט געקענט קויפן ביי זעכציג און איין און צוואנציג, און ער האט געזאגט וואס זאל איך אריין לייגן דא געלט מענטשן וועלן מיך אראפ רייסן און ברוגז זיין, ער האט געקויפט אין א גוי'אישע געגנט, וואס מיינט איר א צווייטער האט געקויפט פאר ביליגער? א כינעזער האט עס געקויפט, אבער פארט מיין איך אז דער ריוח פון דעם איז פיל פיל מער ווי דער שאדן
ולסיים מיט א ווערטל, לויטן אויבנדערמאנטן משל פון שניידן וואלט איך מדמה געווען דעם ענין פון מאכן א גרודער, צום שניידן א אינגרוי טאוי נעיל. אדער א פימפל אויפן פנים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג ינואר 06, 2017 12:59 pm

א תקנה עפ"י תורה ארבעט אינגאנצען אנדערש.

און יא, עס קען ארבעטען, ווייל ערליכע אידן וועלן זיך מוזן צו שטעלן. פינטעל.

עס איז דא איין דוגמא ווען מען האט עס געטוען און...

....עס האט געארבעט.

שליסל געלט פאר 20-25 יאר צוריק.

די אלע טענות וואס מען זאגט יעצט וועגן סאציאליזום וכולי, האט מען דעמאלס אויך געקענט זאגן.

דער פאקט: שליסל געלט איז מיסטריעז פארשווינדען פון די וויליאמסבורגע מאפע.

נישט פארקויפן פאר ארטיסטען איז נאך א דוגמא וואס האט גאנץ פיין אנגעהאלטען ביז היינט, הגם אין די עקאנאמישע כללים עקזעסטירט עס נישט.

איך אליינס בין געווארן זייער פעסמיסטיש נאכן פלוצלונדיגע אפשטיפונג לעצטענס און נאכן דרשה פון רבי מאיר הירש. עס איז דא צופיל גרויסע מאכערס וואס שטייען אויס צו דערלייגען פונעם געשעפט.

ממילא איז מפטירין כדאתמול...

אם אין אני לי מי לי, מופטס קיין בלומינגבורג אדער וואדריזש, בלומינג גראוו וכולי.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:21 pm

lebediger berel האט געשריבן:ווייל יעדעס מאל וואס מען טיילט איין (איך רעד יעצט וועלטליך, ביטע נישט פאליטיזירן)ווער ס'באקומט וועלכע רעכט, מי יחי' ומי ימות, וויפיל מעג מען בעטן, ווער מעג בעטן, ווער מעג באקומען, וועט אייביג זיין גורמים וואס וועלן פרובירן אויסצושפילן דעם סיסטעם, (משלים איז איבעריג) עס איז דא א פראצענט פון די מענטשהייט וואס זוכט נישט צו שפילן ביי די רולס, און עס מוז זיין א "העכערע אויטאריטעט" וואס קאנטראלירט און מאכט באשלוסן און האלט ארדענונג.

איך גיי איבער'חזר'ן נאכאמאל, אבער קלארער: נישט בלויז ס'איז נישט אינגאנצן גלייך צו סאציאליזם, נאר ס'איז "לא קרב זה אל זה".

אמת, די געדאנק פון חז"ל קעגן הפקעת שערים "קען מען אנרופן" סאציאליזם, גענוי ווי דו קענסט אנרופן די "חתונה תקנות" קאמוניזם. אבער למעשה האט עס קיין שייכות נישט. בעסער געזאגט: די פראבלעמען פון סאציאליזם קומען נישט אריין אין בילד.

ווען די אמעריקאנע רעגירונג זעהט אז געוויסע מעדיצינען (לדוגמה פאר קימאו נאוזשיע ל"ע) קאסטן $1000 איעדע פיל, פשוט ווייל מ'וועט ממילא מוזן צאלן, איז הכל מודים אז די רעגירונג זאל/מעג/וועט נעמען שריט דערקעגן כדי צו העלפן די קראנקע מענטשן. עס שטימט מי די פרייהייט רול'ס? ניין. אבער אין עכטע מציאות גייט עס גארנישט שאטן, נאר העלפן.

לענינינו, ביי די דירות איז די זעלבע. מען גייט נישט איינפירן אז די בילדער דארפן נעמען בלויז 10 פראצענט ריווח און די איבריגע זאל גיין פאר בי"ד. מען גייט נישט איינפירן קיין מענדעיט אויפן ציבור צו קויפן דירות, מען גייט נישט ארויפצווינגען אויף בילדער וויאזוי און וויפיל זיי מעגן בויען, סך הכל איז די רעדע בלויז דאס:

היות אין קר"י קען מען גרינג ארויפציען פרייזן, ווייל אונזער ציבור מוז וואוינען אין היימישע געגנטער און מען קען דערפאר רייסן געלט און פאר'חובת'ן דעם ציבור לעולמי עד - כמעשה בכל יום - דעריבער מאכט מען א "קביעת שער" עפ"י ההלכה ע"י הבי"ד, וואס דאס איז א "דאך" ביז וויפיל מען קען טשארדשן פאר א סקווער פוס, אויסגערעכנט אז אונטער דעם דאך זאל א בילדער קענען ארויסגיין מיט ברייטע רווחים נישט בלויז אויף צו חתונה מאכן די קינדער, נאר צו קענען זיצן אין פלארידא פון די 60 ביז די 120 יאר.

(ובדרך אגב: על פי התורה איז אפגערעדט אז "זו הדרך" - אפשר אין א אנדערע געלעגנהייט אם יהא עוד אפשרות בידי)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:39 pm

אז מ'רעדט פון מעדעצין פרייזן, איז פונקט יעצט געווען אין די נייעס אז סטודענטן אין אן אסטעראלישע יוניווערסיטעט האבן נאכקאפירט א לעבנסוויכטיגער 700 דאללאר טאבלעט פאר בלויז 2 דאללער... לייענט מער דערוועגן אין המספיק גאזעט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג ינואר 06, 2017 2:41 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:היות מען קען דא רייטן אויפן ציבור, ווייל אונזער ציבור מוז וואוינען אין היימישע געגנטער

דא שטעקט דיין טעות... און דאס איז די חילוק צווישן א קימאו פיל און אונזער נידון. ביי אונז איז קלאר אפשר בענין אחר און קיינער איז נישט מחוייב איבערצוצאלן כדי צו וואוינען אין קרית יואל. אויב וויל מען וואוינען אין א טייערע פלאץ האט עס א פרייז פונקט ווי א טייערע וויין האט זיין פרייז.

אויב וויל מען טאקע העלפן זאל מען העלפן דעם עולם מאכן די גורל׳דיגי באשלוס זיך אפצוטשעפען פונעם מאמען׳ס פארטוך און אפיאגן פון די טייערע רייכע געגנטער כל עוד ממונו אצלו...

עס איז אינטערסאנט אז די לעצטע פאר טעג זענען דא אויף אייוועלט צוויי שטארק אקטיווע אשכולות וואו די יסוד המחלוקת איז די זעלבע און אין ביידע פלעצער באקום איך קאלטס און ווארעם׳ס אויף מיין מיינונג...

אינעם אשכול פון חתונה מאכן ביליג קומען חכמים און שרייען אויף די עשירים הלמאי זיי ציען ארויף די סטאנדארטן. מענטשן כאפן נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט אלע סארט מענטשן מיט אלע סארט מעגליכקייטן און יעדער דארף באמת מעסטן זיינע מעגליכקייטן און אפמאכן וואס ער קען און וואס נישט.

און די טעות איז אזוי ווייט מושרש אזש דער שוואכער וואס קען זיך נישט באהערשן זיינע נסיונות און פרובירט נאכצומאכן דעם עושר בלעימט גאר דעם עושר פארן ארויפציען די סטאנדארטן. אנטשולדיגט! יענער קען און מעג און דו קענסט נישט, וואס איז די פוינט פון אראפ.לאפן יעדעם כדי דו זאלסט נישט זיין ווייניגער? עס איז דאך אזוי קרום!

די זעלבע מיט דירות, קיין איין קלינינג גויטע וואוינט נישט אין מאנהעטן, ניטאמאל אין ברוקלין וואוינעען זיי, זיי קומען מיט די טרעין פון ווייטע פלעצער ווייל דארט זענען דירות ביליגער. און זאג מיר נישט אז היימישע אידן זענען אנדערש, עס זענען דא גענוג נייע ישובים וואס רייסן זיך פאר איינוואוינער, איי דער עושר וואוינט יא ין קרית יואל? ער מעג! קרית יואל איז א רייכע שטאט, די לעבן סטאנדארט דארט איז טייער! דו גייסט עס נישט קענען עפפארדן!

קומט דער ארעמאו און אנשטאט באהערשן זיינע קנאה געפילן, און אנשטאט טוהן וואס עס איז די בעסטע פאר אים לויט זיין מצב, גייט ער און ברענגט אלעס אראפ, מאכט פראטעסטן, שרייט אויף די דעוועלעפערס, האלאו! ווילאנג דו לאזט זיך פונעם דעוועלעפער און דו קויפסט אין א מאנהעטן געגנט גייט די דעוועלעפער מאכן געלט אויף דיר, ווייל ווי גרעסער די פארלאנג ווערט אלס טייערער גייט די פראדוקט ארויף...

בקיצור...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט