דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

פון די קעמפעין פעידש

"קהילת בעלזא סטעטן איילענד" האט זיך געגרינדעט מיט אומגעפער זעקס יאר צוריק אין דער תקופה ווען חסידישע משפחות האבן זיך אנגעהויבן צו באזעצן אין דעם רואיגן, שיינעם געגענט. דער ציל פון די משפחות איז צו וואוינען מיט הרחבת הדעת ושלוות הנפש, און געניסן פון די רואיגקייט און רחבות. אינאיינעם מיט די פיל חסידישע משפחות האבן זיך אויך א צאל משפחות חסידי בעלזא געצויגן, און אנגעהויבן א פריש בלעטל פון רחבות און הרחבת הדעת.

פאר פיר יאר צוריק, בשנת תשע"ח זענען די מתפללים, בברכתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מבעלזא, אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט און געקויפט א בנין וואס זאל דינען אלס משכן לה' פאר א בעלזער שטיבל, צו דאווענען און לערנען מיט'ן הייליגן חסיד'ישן גייסט, מיט דעם גרינטליכן מסורה פון די הייליגע צדיקים פון בעלזא. זינט דאן, ווירבלט דאס שטיבל מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו מיט תורה ותפילה און חסיד'ישער התוועדיות, און דינט אלס לייכטורעם פאר דעם גאנצן אומגעגענט אלץ א פאסיגן מקום פאר יעדער איד וואס זוכט אריינצוקומען צו לערנען אדער צום דאווענען.

אין די לעצטע יאר האט מען אויך גאר שטארק מרבה געווען דעם קול התורה מיט'ן עפענעונג עטליכע כוללים אין בית המדרש. א "כולל ערב" פאר יונגעלייט וואס קומען לערנען ביינאכט, און אויך יעדן ערב שבת וואו עס געפינט זיך א פליגל פון דעם וועלט בארימטן "כולל ערב שבת העולמי" בנשיאות הגה"צ רבי יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א. אזוי אויך איז דא א כולל בוקר און א כולל יום ראשון פאר בעלי בתים.

ב חג שבועות תשפ״ב, האט די קהילה זוכה געווען אז בהוראות ובברכת הקודש פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א מבעלזא, האט מען אויפגענומען א חשוב'ער משפיע הגאון החסיד רבי משה מנחם בערנשטיין שליט"א, אן איידעם פון דעם בארימטן ראש הדיינים דחסידי בעלזא ב"פ הגה"צ רבי שלמה הכהן גראס זצ"ל, וועלכע שטייט היינט בראש פון די קהילה און גיבט זיך אפ מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט צו הייבן די איכות און כמות פון די קהילה אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן.

במשך די צייט האבן זיך די תושבים געהאלטן אינאיין פארמערן און עס האט זיך אנגעהויבן צו שפירן דעם צר לי המקום הזה. אבער בעיקר האט זיך געשפירט א שטארקן צורך צו בויען א מקוה מהודרת אז מ'זאל זיך קענען מקדש ומטהר זיין צום דאווענען וואס איז פון די יסוד היסודות פון א שטיבל. דעריבער האבן זיך די עסקנים אריינגעווארפן אין דעם ריזיגן רענאוואציע פראיעקט צו בויען דעם מקוה און פארברייטערן דעם בית המדרש כראוי וכיאות לבית ה', כדי עס זאל זיין גרייט צו אקאמאדירן די כסדר'דיגע פלייץ פון פרישע איינוואוינער וואס שליסן זיך אן אין די קהילה.

עס איז וויכטיג צו ארויסברענגען אז דער בעלזער שטיבל אין סטעטן איילענד געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, און עס געפונען זיך ארום דעם זעלבן געגנד זעקס חסידישע בתי מדרשים פון פארשידענע חסידישע הויפן, וועלכער האבן נישט אין פלאן צו בויען א מקוה. דאס מיינט, אז די מקוה וועלכער בויעט זיך איצטער וועט גענוצט ווערן בעז״ה דורך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכער זענען מקפיד זיך צו טובל׳ן קודם התפילה כנהוג ביי חסידים מאז ומעולם.

דער קומץ פון מתפללי השטיבל זענען נישט מסוגל אליינס צו טראגן דעם פינאנציעלן עול, און קוקען ארויס אויף די הארציגע ביישטייערונג פון חסידי בעלזא דבכל אתר ואתר, פון הונדערטער תושבי השכונה אין סטעטן איילענד, און פון עמך בית ישראל בכל העולם, וועלכער בטוב ליבם קענען צוהעלפן אין דעם הייליגן ציעל פון קעמפעין "ונבנתה", גומר צו זיין על המוגמר פון די הייליגע ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה!
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

די בעלזא קאמפיין האט זיך יעצט אנגעהויבן
אטעטשמענטס
Screenshot_20221226-180114_Chrome.jpg
Screenshot_20221226-180114_Chrome.jpg (108.94 KiB) געזען 3472 מאל
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

ונבנתה-בעלזא סטעטן איילנד קאמפיין אפדעט
ב”ה מען האלט שוין ביי 45% נאך 30 שעה פארבליבען
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

PHOTO-2022-12-25-15-49-30.jpg
PHOTO-2022-12-25-15-49-30.jpg (385.82 KiB) געזען 3298 מאל
PHOTO-2022-12-26-09-44-21.jpg
PHOTO-2022-12-26-09-44-21.jpg (340.02 KiB) געזען 3298 מאל
PHOTO-2022-12-26-09-44-22.jpg
PHOTO-2022-12-26-09-44-22.jpg (347.85 KiB) געזען 3298 מאל
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

וואס איז די אדערס פון די בעלזא שטיבל ?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

Wellbrook Ave 74
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

משיח האט געשריבן:
וואס איז די אדערס פון די בעלזא שטיבל ?
$ 341,748
34% OF $1,000,000 GOAL
12
HOURS

05
MINUTES

02
SECONDS
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

FUNDS RAISED
$ 782,686
78% OF $1,000,000 GOAL

TIME REMAINING
3
HOURS

39
MINUTES

57
SECONDS
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

FUNDS RAISED
$ 946,780
94% OF $1,000,000 GOAL

TIME REMAINING
0
HOURS

52
MINUTES

35
SECONDS
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

ב"ה הצלחה פאר די גאנצע געגנד
אטעטשמענטס
IMG-0126.PNG
IMG-0126.PNG (192.26 KiB) געזען 2745 מאל
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

זעלטן רייכע מלוה מלכה אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם
מוצאי שבת אין די סקווירא הבימ"ד.

א גאר שיינע און הערליכע מלוה מלכה איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת אין די סקווירא בית המדרש דא אין שטאט, מיט די באטיילונגונג פון א גרויסע ציבור תושבי העיר, ובראשם די חשוב'ע רבנים פון שטאט.
דער יערליכע מלוה מלכה לטובת החזקת הבית מדרש איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר עלעגאנטן פארנעם, דער הערליכע ביהמ"ד, איז פראכטיג אויסגערישט געווארן לכבוד דעם מלוה מלכה, און א רייכע נארהפטיגע סעודה איז סערווירט געווארן פאר די פילע משתתפי המלוה מלכה.
בנוסף צו די קביעות'דיגע מתפללי השטיבל, חסידי סקווירא, האט זיך אנגעזעהן א גאר גרויסע ציבור תושבי העיר פון אנדערע קרייזן, וועלכע זענען געקומען ארויסווייזן חיזוק פאר די סקווירא קהילה, און בייגעשטייערט שיינע סכומים לטובת הבית מדרש, דאס קומט נאכדעם, וואס דער סקווירא קהילה מיט זייער ביהמ"ד, געניסן פון א גאר ווארימע שטיצע ביי אלגעמיינע סטעטן איילענד איינוואוינער, וואס שעצן און קוקן ארויף אויף דעם הערליכן און בליענדן קהילה, וועלכע שיינט אזוי ארויס מיט אירע זעלטענע קאלירן, און מערקבארע אחדות, און איז ווי א דיאמאנט צו אונזער הערליכע קרוין, און א שטאלץ פאר סטעטן איילענד איז זי פארמאגט אזא קהילה. תושבי העיר טרעפן דארט א ווארעם ווינקל סיי ווען, דער ביהמ"ד איז אלעמאל ריין און צוגעשטעלט צו קענען דארט פארברענגען בתורה ועבודה מיט א ישוב הדעת, א הערליכע רחבות'דיגע בית המדרש, א ליכטיגע היכל, א פולשטענדיגע קאווע שטיבל, מיט א ריזיגע אויסוואל פון ספרי קודש, און דאס דערקענט זיך טאקע נאכט נאך נאכט ווען פילע תושבי העיר פון אנדערע קרייזן זענען זיך קובעי עיתים אין דעם פלאץ, געפונענדיג דארט א רואיגע פלאץ ווי צו דינען דעם באשעפער, אט דער שטיצע בגוף ובממון האט זיך גאר שטארק אנגעזעהן ביים
מלוה מלכה.דער מלוה מלכה זעלבסט איז געקרוינט געווארן מיט אן אויסטערלישן סוקסעס, ווען די פאקטישע רעזעלטאטן האבן איבעראשט די עסקני הביהמ"ד מיט גאר גרויסע סכומים, און וועט בעזרת השם העלפן דעם הערליכן בית המקדש מעט אנגיין מיט איר ארבעט, מיט אלע אירע אקטיוועטעיטן.
נאך ווארימע דיבורים דורכ'ן יושב ראש, ר' יצחק זאב הערמאן, האט דער דיין הקהילה, פון די בארימטע דיינים אין שטאט הרה"ג ר' יחיאל כהן שליט"א, אויפגעטראטן מיט דברי ברכה, און ארויסגעברענגט בשבח העסקנים וועלכע גיבן זיך איבער מיט קאפ און מח צוצושטעלן דעם פלאץ אויף א טעגליכן פארנעם, דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע אויפטריט, א לעבעדיגע פאנעל מיט צוויי ערפארענע מומחים אין די וועלט פון פיינענשל און בודזשעטינג, ר' הערשל גאטליעב ני"ו, פון די חשוב'ע איינוואוינער ביי אונז און שטאט, אינאיינעם מיט ר' מאיר יחיאל הירשלער ני"ו וועלכע האבן במשך א לענגערע צייט אויסגעשמועסט אסאך נושאים וואס זענען נוגע למעשה פארן טאג טעגליכן לעבן, וויאזוי אנצוקוקן די פינאנצניאלע טייל פון די לעבן, פארשטיין די וויכטיגקייט פון געלט, וויאזוי צו שפארן און אוועקלייגן אויף שפעטער, און פיל נאך.
די משתתפים זענען געזעצן אינאיינעם און אויסגעהערט מיט דארשט ווי די צוויי מומחים געבן איבער פון זייער פרזענליכע ערפארנוג, זייענדיגע עוסק דערמיט טאג און נאכט, און זיך פארצייכענט הלכה למעשה'דיגע עצות
מיטצונמען אויף ווייטער.
צום שלוס פונעם מלוה מלכה, האט מען געהאט די געוואלדיגע זכיה אז דער מרא דאתרא הרה"ג ר' צבי הלוי פאללאק שליט"א האט באשיינט דעם אויבן אן, און האט אויך משמיע געווען גאר ווארימע רייד בשבח הקהילה, ובשבח הדומ"ץ שליט"א.
נאך חצות הלילה, זענען זיך די פיל-קעפיגע משתתפי המלוה מלכה צוגאנגען, אנגעפילט מיט חיזוק, און הנאה פארברענגענדיג אזוי געשמאק בשבת אחים, און מיטן גוטן געפיל אז מען האט די זכיה ארויסצוהעלפן אזא מקום קדוש.
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

Screenshot_20230224_124857.jpg
Screenshot_20230224_124857.jpg (203.42 KiB) געזען 2252 מאל
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

דריי נייע תושבים בלי עיין הרע
Screenshot_20230331_141440.jpg
Screenshot_20230331_141440.jpg (61.76 KiB) געזען 1997 מאל
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

באקענט אייך מיט פאקטן און ציפערן וואס איר האט נאך ווארשיינליך קיינמאל נישט
געהערט, און ווער ווייסט, אפשר וועט איר אויך איינזען אז די 'סטעטן איילענד' אפציע
איז עפעס וואס האט נישט זיינס גלייכן פאר א יעצטיגער בארא פארקער איינוואוינער
וואס זוכט זיך צו אריבערציען אין א לאקאלע געגענט וואס איז מער עפארדעבל און
מיט מער הרחבות הדעת, און גלייכצייטיג געניסן פון די מעלות פון בארא פארק.

אונזער פאפולערע און בארימטע טעגליכע
בלעטל ’קול ברמה‘ סערווירט שוין צענדליגע
יארן פאר די בארא פארקער איינוואוינער מיט
טעגליכע אינפארמאציע אין יעדע ענין וואס
אינטערעסירט דעם דורכשניטליכער בארא
פארקער איינוואוינער, פון שמחות ביז ארבעטס
געלעגנהייטן און אלעס אינדערמיט.
באזונדער איז קול ברמה בארימט אז זי טוט דורך
א נושא מיט א ברייטקייט און מיט א טיפע און
גרינטליכע בליק, און נישט אז מען באריכט יעדן
טאג בלויז די טרוקענע נייעס, נאר מען ברענגט
די נייעס בייגעלייגט מיט א טיפערע אנאליז,
סיי אויף די נייעס און אויך אויף די נושא ארום
וואס די נייעס האט זיך פארמירט, און אזוי
ארום באקומען די צענדליגע טויזענטער ליינער
תושבי בארא פארק א קלארע בליק אויף וואס
עס שפילט זיך אפ אין די וועלט, אסאך מאל אין
די היימישע וועלט, ווי לאקאלע נייעס, אדער
נייעס וואס גייט פאר אין ארץ ישראל, און אסאך
מאל סתם וועלטליכע נייעס און אינטערסאנטע
אינפארמאציע מיט דעם אידישן געשמאקען חן.
עס איז ווייט נישט קיין סוד אז אין די לעצטערע
יארן, און מען קען רואיג זאגן שוין באלד צען צו
פופצן יאר, איז בארא פארק אויסגעוואקסן אירע
גרעניצן און קען שוין נישט סערווירן די געברויך
פונעם ציבור. די פרייזן פון דירות זענען געשטיגן
צו אבנארמאלע ציפערן, און די סיבה וואס האט
געברענגט דערצו איז די באוואוסטע כלל אין
עקאנאמיקס אז די פרייזן ווערן געשטעלט לויט
'די סופליי און די דעמענד', דאס מיינט לויט די
פארלאנג און וויפיל עס איז דא דערפון.
אויב עס האבן חתונה הונדערטער פארפעלקער
א יאר אין בארא פארק, קע"ה, וכן ירבו, און די
שטח וואו מען קען אלס וואוינען איז באגרעניצט,
גייען אויטאמאטיש די פרייזן פון די באגרעניצטע
צאל דירות ארויף אין די מיליאנען. דאס האט
צוגעברענגט אז עס איז געווארן א מצב אין בארא
פארק אז א געווענליכע פארדינער מיט א שטוב
פון ארום פיר פינף קינדערלעך קען פשוט נישט

נאכקומען די רענט קאסטן וואס מען בעט פון
אים פאר די סייז דירה וואס פעלט זיך אים אויס
צו קענען נאכקומען זיין געברויך, און מען רעדט
דא פון יונגעלייט אין די נידעריגע דרייסיגער יארן
וואס עס איז געקומען צו א מצב אז זיי זענען
פשוט דערשטיקט.
דאס האט צוגעברענגט אז אין די לעצטערע יארן
האבן 'טויזנטער' אינגעלייט ארויסגעוואנדערט
פון בארא פארק, זיי האבן זיך אויסגעזוכט אן
ארט וואו זיי וועלן קענען פארזעצן דאס חסידיש
היימיש לעבן אין אן אנדערע מקום מקלט וואו די
פינאנציעלע חשבונות אויף פען און פאפיר מאכן
עטוואס מער 'סענס'.
אסאך אינגעלייט האבן גענומען די שריט זיך
גענצליך ארויסציען פונעם סיטי און גיין צו א
שטאט וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט
ווי די סיטי און פשוט און גראד זיך טוישן דאס
לעבנסשטייגער. געווענליך זענען דאס אזעלכע
וואס זענען קיינמאל נישט געווען ספעציעל
אנציקט פון די סיטי לעבן, און דערפאר פרייען
זיי זיך אז דאס לעבן האט זיי צוגעפירט דערצו
אז זיי זאלן סיי ווי דארפן מאכן א טויש. און
פאר אט די סארט מענטשן זענען פארהאן
פארשידענע אויסוואלן פון אלטע אידישע שטעט
און שטעטלעך וואס די דירות זענען דארט היפש
ביליגער, און ווער רעדט נאך אז דארטן זענען דא
געלעגענהייטן צו קויפן אן אייגענעם דירה וואס
דא אין בארא פארק איז עס פאר א געווענליכע
פארדינער בכלל נישט קיין מציאות כידוע. און
די אויסוואלן זענען לעיקוואוד, מאנסי, מאנרא,
אדער די גלילות פון אט די אויבנדערמאנטע
שטעט, וואס ברייטערן זיך אויס מיט יעדן
פארבייגייענדן טאג.
פארהאן איז אבער אן אנדערן סארט אינגערמאן
וועלכער איז יא צופרידן פון די סיטי, און איז יא
אנגעקניפט קיין בארא פארק, און סך הכל איז די
קעשענע דאס וואס דרוקט אים, אבער דאס עצם
סיטי לעבנסשטייגער וויל ער נישט אזוי ווייט
אויפגעבן. פאר די סארט האט זיך ווי באוואוסט

מיט ארום אכט יאר צוריק געגרינדעט די נייע
חסיד'ישע ישוב אין סטעטן איילענד, וואו דירות
זענען בשעתו געווען גאר ביליג, און הונדערטער
חסידישע משפחות האבן זיך זינט דאן שוין אהין
ארויסגעצויגן.
אין די נאכפאלגענדע יארן – א דאנק די הצלחה
פון סטעטן איילענד - האבן זיך פארמירט נאך
עטליכע אפציעס פון געגענטער וואס זאל אויך
דינען אלס אן ארט זיך צו באזעצן און זיך האלטן
נאנט קיין בארא פארק, אט די שטעטלעך זענען
שוין יא אינגאנצן ארויס פון ניו יארק און געפינען
זיך אין די סטעיט ניו דזשערסי הארט נעבן ניו
יארק, עס איז אבער נאך אלס רעלאטיוו גאנץ
נאנט, מען דארף נאר נעמען די 'גאטעלס ברידזש'
אריין קיין סטעטן איילענד, און פון דארט דעם
ווערעזאנאו ברידזש קיין ברוקלין. אט די ישובים
זענען אויך אין די לעצטערע יארן שיין מצליח
און עס וואוינען שוין אויך היינט דארטן עטליכע
הונדערט חסידישע היימישע משפחות כן ירבו.
'קול ברמה' זעענדיג די שארפע דריי וואס די
עיר ואם בישראל בארא פארק האט גענומען אז
זי שפרייט זיך אויס אין אנדערע דרויסענדיגע
געגענטער, האט די רעדאקציע באשלאסן
אז פארוואס זאלן אידן וואס פלעגן זיין אירע
שטענדיגע ליינער און שטיצער וואוינענדיג
אין בארא פארק, נישט ווייטער געניסן פון אזא
בלעטל אין די נייע געגענטער וואו זיי האבן זיך
ארויסגעצויגן? ווייל ווי אויבנדערמאנט רעדט מען
דאך דא פון אידן וואס זענען געבליבן אנגעקניפט
קיין בארא פארק, נו קומט זיי דאך די סערוויסעס
וואס זיי פלעגן האבן וואוינענדיג אין בארא פארק.
האט זיך קול ברמה ארויסגעלאזט אריינקוקן
אביסל טיפער, און טאקע מיט א קול ברמה‘דיגע
בליק, אין די נייע חסידישע ישובים, און זען וועלכע
שטאט איז שוין יעצט גענוג אוועקגעשטעלט אז
עס לוינט זיך שוין יעצט צו ארויסקומען דארטן
מיט א בלעטל.
עס איז נישט קיין סוד ]אפשר פאר די בארא
פארקער איינוואוינער יא...[ אז קול ברמה האט
מיט ארום א יאר צוריק אנגעהויבן ערשיינען
מיט א בלעטל אינעם חסידישן ישוב אין סטעטן
איילענד מיטן נאמען ’קול סטעטן איילענד‘.
עס קומט טאקע נישט ארויס אויף א טעגליכן
פארנעם, ווייל ווי פארשטענדליך איז סטעטן
איילענד ווייט ווייט פון בארא פארק וואו עס איז
דא גענוג סחורה אנצופילן א טעגליכע בלעטל,
אבער עס האט יא אנגעהויבן ערשיינען אויף א
וועכנטליכע פארנעם, יעדע וואך פרייטאג ערב
שבת קומט ארויס א בלעטל אין סטעטן איילענד
מיטן נאמען 'קול סטעטן איילענד' וואס לויפט
אויפן זעלבן שניט ווי קול ברמה אין בארא פארק.
און ברוך השם אז די גרוסן פון די סטעטן איילענד
איינוואוינער זענען געוואלדיג.
לכבוד יום טוב האבן מיר דא אין קול ברמה
באשלאסן מיטצוטיילן מיט אונזערע בארא
פארקער ליינער, אונזער פארש ארבעט אויף
סטעטן איילענד, אז די ליינער זאלן פארשטיין
וואס עס האט אונז באוואויגן צו עפענען א בלעטל
דוקא אין סטעטן איילענד.
עס וועט געוויס אויך זיין א טובה פאר די
הונדערטער אידן וואס ווייסן ביי זיך אז זיי גייען
דארפן אין די קומענדיגע תקופה נעמען די שריט
פון זיך ארויסציען פון בארא פארק, אז זיי זאלן
פארשטיין די מעלות פון סטעטן איילענד איבער
אלע אנדערע אפציעס, און מיר האפן אז איר וועט
הנאה האבן און עס וועט אייך ברענגן א שמחות
יום טוב.

דיני ממונות
ווען מען רעדט פון א געגענט איז די ערשטע –
אויב נישט פון די ערשטע – נושא, די פרייז פון
הייזער. ווי באקאנט זענען די פרייזן איבעראל
שטארק ארויף, אבער, ווי די סטעטן איילענד
בראוקערס טיילן מיט, האט סטעטן איילענד
נישט געליטן דעם זעלבן גורל. ווי פארשטענדליך
זענען שוין היינט נישט פארהאן די שפאט ביליגע
פרייזן וואס די ערשטע איינוואוינער האבן געהאט
מיט זיבן יאר צוריק, אדער אפילו פאר פיר יאר
צוריק, פארט אבער איז עס נאך אלס א גאר גוטע
אפציע, מיט אויסגעצייכנטע פרייזן!
אויב וויל מען צוגלייכן די סטעטן איילענד
פרייזן צו בארא פארק, דאן קען מען זיך שוין
אפשטעלן... סטעטן איילענד איז דאך כאטש צוויי
דריטל ביליגער פון בארא פארק, אויב נישט מער,
און מען באקומט דריי פיר מאל אזויפיל. דאס איז
דאך בכלל נישט די נושא.
וואס איינער קען היינט פרעגן איז, צו לוינט זיך
נאך אלס צו קויפן אין סטעטן איילענד, אדער
אפשר צו איינע פון די נייע געגענטער אין די
דערנעבנדיגע ניו זשערסי. אלזא, אויב מען טוט
גוט אדורך די נושא, שטעלט זיך אונז ארויס א
בילד אז מיטן באטראכטן עטליכע אומבאקאנטע
פאקטן און מיט אביסל אויסרעכענען נומערן,
זעט מען קלאר אז סטעטן איילענד איז נאך
אלס די 'אפציע נומער איינס' פאר איינער וואס
וויל ווי אויבנדערמאנט בלייבן אנגעהאנגן אין
בארא פארק און וויל זיך נישט אינגאנצן טוישן
די לעבנסשטייגער, און אזוי אויך קומט עס אויס
אסאך אסאך ביליגער ווי די ניו דזשערסי ישובים,
און אסאך פראקטישער.
צום ערשט די טרוקענע מציאות, א הויז אין
סטעטן איילענד קאסט היינט מיט נישט מער
וויארום הונדערט פופציג טויזנט דאלער טייערער
ווי א הויז אין ניו דזשערסי, צום ביישפיל, אין ניו
דזשערסי וועט א עוורידזש הויז קאסטן היינט
צוטאגס ארום פיר הונדערט פופציג, פינעף
הונדערט טויזנט, און אין סטעטן איילענד ארום
זעקס, זעקס הונדערט פופציג טויזנט.
דא דארף מען אבער נעמען עטליכע פאקטן אין
חשבון, קודם אז אין ניו דזשערסי קאסט בערך
דאפלט פראפעטי טעקסעס ווי אין סטעטן
איילענד. דאס הייסט אז אין סטעטן איילענד
קאסט בערך פראפערטי טעקס א פינעף, זעקס
טויזנט דאללער א יאר, און אין ניו דזשערסי
קען עס קאסטן ארום צוועלף, פערצן, טויזנט
דאללער א יאר, דאס מיינט אז מיט וויפיל
טייערער די חודש‘ליכע מארגעדזש פעימענטס
זאלן זיין אין סטעטן איילענד, אז מען רעכנט
אריין די פראפערטי טעקסעס הוצאות איז מען
כמעט אייניג... אזוי אויך די טראנספערטאציע
הוצאות פון די מוסדות אריינצושיקן די קינדער
לערנען יעדן טאג קיין בארא פארק ווערט אין
סטעטן איילענד -היות עס איז אין ניו יארק סיטי-
אויסגעצאלט דורך די סיטי, מה שאין כן אין ניו
דזשערסי צאלן זיי נישט פאר טראנספארטאציע
אריינצושיקן קיין בארא פארק, וואס דאס קומט
אויס עטליכע הונדערט דאלער א חודש פער
קינד!
נאך א געלט חילוק וואס כאפט צווישן סטעטן
איילענד און ניו דזשערסי איז, אז אין סטעטן
איילענד האבן גאר אסאך יונגעלייט זיך

געקויפט צוויי פאמיליע הייזער, טאקע פאר
אביסל טייערער, לאמיר זאגן פאר אכט, ניין
הונדערט טויזנט, אבער פון די הייזער קען מען
אריינבאקומען א גאר שיינע הכנסה פון רענט. און
דאס קען דעקן א שיינער טייל פון די מארטגעזש.
נאך א שטארקע געלט חשבון וואס מען דארף
אינאכט נעמען איז, אז די ברידזשעס וואס מען
פארט טעגליך דורך אריין קיין בארא פארק
קאסטן גאר טייער. און ווי געזאגט רעדט מען
דא פון מענטשן וואס פארן אריין עפ“י רוב טאג
טעגליך צו די ארבעט קיין בארא פארק, און די
טאל פון די ברידזשעס קאסטן אפ א הון תועפות.
די ווערעזאנאו בריק מיט איזי פעס קאסט אפ א
טאג פאר א וועג קיין ברוקלין און צוריק איבער
דרייצן דאללער! און די גאטלעס ברידזש מיט איזי
פעס קאסט אפ א טאג איבער זעקס דאללער!
דאס הייסט אז אויב איינער פארט אריין פינעף
טעג א וואך פון ניו דזשערסי קיין בארא פארק
ארבעטן קומט עס אויס די טאל אליין ארום פיר
הונדערט דאללער א חודש!
ווידער פאר די וואס וואוינען אין סטעטן איילענד,
זיי געניסן פון א פראגראם אז א סטעטן איילענד
איינוואוינער צאלט פארן ווערעזאנאו א נישטיגע
פינעף טאלער, און די 'גאטעלס' דארף מען דאך
בכלל נישט דורך פארן.
און דאס איז חוץ פון דעם אז מען דארף נעמען
אין חשבון אז קיין ניו דזשערסי נעמט די וועג אן
טרעפיק מיט בערך צוואנציג מינוט לענגער, וואס
דאס מיינט אז מען פארברענט טעגליך צוואנציג
מינוט יעדע וועג, וואס מען וואלט ווען געקענט
ארבעטן די צייט, און די געלט האט מען אויך
שאדן. ווידער פון סטעטן איילענד איז די וועג אן
טרעפיק ארום אכצן-ניינצן מינוט, קוים וואס מען
קען אניאגן די דריי און צוואנציג מינוט א בלאט...
גאר אסאך סטעטן איילענד איינוואוינער, וואס
זענען געוועזענע איינוואוינער פון בארא פארק
דרוקן זיך אויס, אז פון זייער הויז אין בארא פארק
פלעגט אסאך מאל נעמען לענגער אנצוקומען
צו די ארבעט אין בארא פארק ווי פון סטעטן
איילענד! אין פאקט פארן די באסעס פון די קינדער
ארויס צו די מוסדות קיין בארא פארק נישט צופיל
פריער ווי די באסעס פארן אויפנעמען די קינדער
אין בארא פארק גופא! די באס דרייווערס זאגן אז
די עיקר טרעפיק אין וואס זיי זיצן טעגליך איז
שוין אין בארא פארק, אבער די וועג פון סטעטן
איילענד קיין בארא פארק פארט ווי געשמירט.
ווידער פון ניו דזשערסי דארף די קינדער
ארויספארן היפש פריער סיי ווייל די וועג נעמט
מיט צוואנציג מינוט לענגער און סיי ווייל די
שטעט אליינס זענען אסאך מער אויסגעשפרייט
אזוי אז דאס צוזאמנעמען די קינדער אין שטאט
נעמט אסאך לענגער.
די וואס שיקן צו לאקאלע מוסדות אין ניו זשערסי
ווערן טאקע נישט אפעקטירט פון דעם, אבער
דאן זענען זיי געבינדן צו קענען שיקן בלויז צו
די מוסדות דארט לאקאל, און האבן נישט די
מעלה פון קענען שיקן קיין בארא פארק אויף א
פראקטישע וועג.
נאך א דיני ממונות פאקטאר וואס מען דארף
נעמען אין חשבון צווישן סטעטן איילענד אין ניו
דזשערסי, איז דער פאקט אז אין ניו דזשערסי
זענען כמעט נישט דא די אלע פראגראמען פאר
קינדער וואס דארפן הילף אין די זייט, וואס דאס
איז ווי באקאנט א נייע מקור הפרנסה פאר אסאך
יונגעלייט אין די לעצטערע צייטן, אזוי אויך
טאטעס וואס האבן קינדער וואס דארפן צוקומען
צו די אלע פראגראמען באקומען דאס נישט אין
ניו דזשערסי, און ווי מען הערט פון אסאך מוסדות
אין בארא פארק, האט דאס שוין ליידער געפירט
צו א שטארקע פארנאכלעסונג פון אסאך קינדער
רח"ל, דאס מיינט אז אינעם בעסטן פאל וואס די
עלטערן דינגן יא די הילף דארף די געלט קומען
פון די אייגענע טאש וואס דאן קאסט דאס אויך
נאך עטליכע הונדערט א חודש.

מנוחת הנפש
אויב מען קוקט פון א מנוחת הנפש און אן הרחבת
הדעת שטאנדפונקט איז אויך סטעטן איילענד
אסאך מער ווי ניו דזשערסי, און צוליב אסאך
טעמים.
ערשטענס, זענען די הייזער גרעסער. א געווענליכע
הויז וואס א יונגערמאן קען זיך ערלויבן צו קויפן
אין סטעטן איילענד איז א צוויי שטאקיגע הויז.
די ערשטע שטאק פארמאגט א רחבות‘דיגע קאך
און דיינונג רום מיט א גרויסע ביה“כ, און אויפן
אויבערשטן שטאק איז דא דריי גרויסע שלאף

צימערן מיט נאך א ביה“כ, און אפטמאל איז
דאס אויסער די בעיסמענט, וואס יעדע הויז איז
אנדערש, איינער האט דארט נאך צימערן פאר
געסט וכדומה, און איינער האט א גרויסע פלעי
רום פאר די קינדער אז זיי זאלן דארט קענען
שפילן געשמאק.
אין ניו דזשערסי זענען עפ“י רוב די הייזער נאר
א פולע ערשטע שטאק. און די צווייטע שטאק
איז שוין מער א בדיעבד‘דיגע זאך, ווי א שיפע
דאך און נישט אזוי גרויס; מער א בחינה ווי אן
אויפגעפיקסטע בוידעם ווי איידער עס אנצורופן
א צווייטע שטאק.
און אז מען רעדט צו די איינוואוינער וואס
וואוינען 'נאך' אין בארא פארק, דארף מען געוויס
דערמאנען אז די הייזער אין סטעטן איילענד
קומען מיט הערליכע גראז אין צוגאב צו א
פריוואטע דרייוועי. מען זאגט א ווערטל אז צוויי
ברידער וואס זענען געווען ביי א שמחה אין בארא
פארק און עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט
און דער בארא פארקער ברידער האט געשוינט
דעם סטעטן איילענד'ער אז ער דארף 'נעבעך'
אהיימדרייוון קיין סטעטן איילענד. שטעלט זיך
אבער ארויס אז דער ברידער וואס איז געפארן
קיין סטעטן איילענד האט אנגערופן זיין ברידער
קיין בארא פארק ווען ער איז אנגעקומען אהיים
און דער בארא פארקער ברידער זאגט איהם אז
ער דרייט זיך נאך ארום זוכן פארקינג...
אזוי אויך געפינט זיך די היימישע סטעטן איילענד
געגענטער ארומגענומען מיט קלענערע וועלדער
וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון הערליכע
ברייטע ביימער וואס מאכט א שאטן און ברענגט
אריין א גאר געשמאקע אטמאספערע אין די
לופט, דאס איז ווי פארשטענליך אין צוגאב צו
די פולע ביימער אויף די גאסן. אזוי פארמאגט
סטעטן איילענד הערליכע שיינע פאנאראמעס,
וואס גיבן צו א געשמאקע הרחבת הדעת און
אנגענעמען לעבנסשטייגער.
א גאנץ יאר קאנטרי
ווען מען רעדט פון די היימישע חסיד'ישע סטעטן
איילענד, איז ווערט ארויסצוברענגן דער פאקט,
אז סטעטן איילענד איז שוין א לאנג יעריגער
אידישע שטאט, עס געפינען זיך שוין יארן לאנג
עטליכע קלענערע ישובים פון פרומע ערליכע
ליטווישע בני תורה, דאס מערסט באקאנטע פון
זיי איז די בארימטע ישיבה פון הגאון ר‘ ראובן
פיינשטיין שליט“א, א זוהן פון הגאון ר‘ משה זצ“ל
וועמענס ישיבה געפינט זיך אין א באזונדערע
געגענט אויפן אנדערן עק סטעטן איילענד,
עטליכע מינוט צו פארן. און אזוי איז דא נאך
עטליכע ליטווישע ישיבות.
באזונדער זענען פארהאן ערליכע ספרדישע
קהילות אין שטאט, און אזוי אויך איז פארהאן
עטליכע הונדערט פאמיליעס וואס זענען א
טייל פון די יאנג איזראעל קהילה, וואס כאטש
מען האט נישט מיט זיי קיין ספעציעלע שייכות
אינעם טאג-טעגליכע לעבן, פארט אבער איז
א שטארקע בענעפיט דער פאקט אז עס האט
שוין עקזיסטירט א אידישע ציבור אזויפיל יארן
אין שטאט, און עס האט פילע מעלות וואס אין
אנדערע נייע געגענטער איז נישטא, לדוגמא אז
עס עקזיסטירט שוין אזעלכע ארגעניזאציעס ווי
הצלה און שומרים, און אזוי אויך מיינט דאס אז
יעדע אידישע געשעפט וואס איינער וויל עפענען
האט דאס גלייך א גרעסערע צאל קונדן ווייל עס
איז דא א גרויסע אידישע עולם אין שטאט.
און טאקע דערפאר האט סטעטן איילענד שוין פון
די נייע חסידישע איינוואוינער אליין צוויי מעגא
סופערמארקעטס, און דאס איז חוץ די פילע
געשעפטן וואס עס זענען שוין דא אין שטאט,
וואס אין די ניו דזשערסי אפציעס איז בכלל
נישטא אפילו עפעס ענליך. מען קען היינט קומען
פרייטאג קיין סטעטן איילענד אויף א שבת און זיך
איינקויפן בריווח א גאנצע שבת מיט די בעסטע און
געשמאקסטע מטעמים מכל טיב וטוב, א זאך וואס
איז נישטא ערגעץ אנדערש.
נאך א מציאות פון סטעטן איילענד וואס איז
כדאי ארויסהייבן, איז דער פאקט אז עס איז נישט
אזוי שטארק אויסגעשפרייט ווי די אנדערע ניו
דזשערסי געגענטער, וואס דאס מיינט אז אין א
שטח בערך די גרויס פון בארא פארק וואוינען אלע
חרדישע משפחות. דאס באדייט סיי אז מען דארף
נישט גיין צו ווייט שבת ווען מען האט אמאל א
שמחה אין א ווייטע בית המדרש, און אויך אז מען
האט אסאך אידישע שכנים, אזוי אז די קינדער און
די בני בית האבן מיט וועם צו פארברענגן.
מערסטענס גאסן וואו היימישע אידן וואוינען,

פארמאגן ארום א צען חסידישע משפחות! און
זוממער ווען עס זענען דא שיינע וועטערס זיצן
די שכנים אינאיינעם אין גאס ממש ווי אין קאנטרי,
אזוי אז עס פארגליסט זיך נישט צו אוועקפארן
אויף זוממער, אדרבה אסאך אידן קומען פון
ברוקלין פארברענגן דעם זוממער אין סטעטן
איילענד.
דאס גיבט צו פארשטיין פארוואס ווען עס
קומט זומער, און מערסטענס בארא פארקער
איינוואוינער יאגן זיך צו די קאנטריס, וואס
אויסער די שלעפ און צייט פארשווענדעניש,
קאסט עס אפ, פאר א קינדער-געבענטשטע
פאמיליע אזא צוואנציג אלפים א יאר, געניסן די
סטעטן איילענד פאמיליעס פון זייערע גרויסע
הייזער מיט גאט-געבענטשטע גראז און ביימער
ארום, און דעריבער וועלן ווייניגער פון צען
פראצענט סטעטן איילענד איינוואוינער פארן צו
די קאנטרי!
בעצם איז די אויסשטעל פון די שטאט אויך
גאר פראקטיש פאר היימישע פאמיליעס, ווייל
זייענדיג א חלק פון ניו יארק סיטי האט די גאנצע
שטאט סיידוואלקס, וואס אין ניו דזשערסי נישט.
אזוי אויך איז עס ממש א שטילע געגענט אזוי אז
שבת ויום טוב איז כמעט נישט וואס מען זעט א
קאר פאר די אויגן.
עיר הישיבות
נאך א נקודה וואס סטעטן איילענד האט זיך שוין
אין די לעצטערע יארן שטארק באקאנט געמאכט,
און עס ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר, איז
די געוואלדיגע רוחניות‘דיגע אטמאספערע וואס
הערשט אין שטאט, א דאנק עטליכע פאקטארן
וואס האבן צוגעשפילט דערצו.
צום ערשט איז די פילע אויסוואלן פון חסידות‘ער
וואס האבן זיך געפענט בתי מדרשים און
שטיבלעך, א שטייגער ווי גור, בעלזא, וויזשניץ,
סקווירא, און נאך. און אזוי אויך די פילצאליגע
חסידישע קהילות וואס עקזיסטירן אין שטאט.
באזונדער פארמאגט סטעטן איילענד דער
חסידי'שער רב הגה“צ אבדק“ק גראסווארדיין
שליט“א וועלכער האט זיך שוין אהערגעצויגן
מיט יארן צוריק און געהאלפן אויפבויען די גאנצע
שטאט, און ער האט שטארק ארויסגעהאלפן די
חסיד'ישער עולם ווי נאר מען האט זיך אנגעהויבן
אריבער צו ציען פון ברוקלין, און ער האט אפילו
געעפענט א באזונדערע ביהמ"ד פאר די חסידישע
פאמיליעס, דער אייבערשטער זאל אים געבן כח
ווייטער צו קענען אנגיין להגדיל תורה ולהאדירה.
צו זיין רעכטע האנט שטייט בנו יקירו הרה“ג ר‘
חיים יודא שליט“א, ראש הכולל, וועלכער פירט
אן די חסידישע קהילה און איז גאר באליבט סיי
ביי די צענדליגער חסידישע מתפללים, און ביי
אלע מתפללים אין אלגעמיין.
מיט צופרידנהייט קען מען זאגן אז 'קול התורה
נשמע בארצינו' ווען פילע ישיבות, ספעציעל
ישיבות גדולות, האבן קובע געווען מקומם אין
סטעטן איילענד. אזעלעכע ישיבות ווי סאטמאר,
וויזשניץ, ראכמיסטריווקא, נתיבות התלמוד, מבקשי
תורה, בית הלוי, און נאך, וואס דאס אלעס גיבט צו
א געוואלד צו די רוחניות‘דיגער אטמאספערע אין
שטאט.

סערוויסעס
ווי דערמאנט פארמאגט סטעטן איילענד שוין
היינט צו טאגס כמעט אלע צוגעהערן וואס מען
דארף פארן טאג טעגליכע לעבן, און געשעפטן
עפענען זיך כסדר. פארט אבער זענען די
גרעסערע סארט געשעפטן יא וואס מען דארף
צוקומען צו בארא פארק, א שטייגער ווי א הוט
געשעפט אד"ג.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז סטעטן
איילענד פארמאגט א פולשטענדיגע
סוקסעספולער 'שאטעל' וואס פארט בערך יעדע
שעה קיין בארא פארק און צוריק, דורכאויס אלע
שעות פונעם טאג, און איז גאר א שטארקער טייל
פון די הצלחה פונעם שטאט, אז מען ווייסט אז
אויב עס פעלט זיך אויס, קען מען כסדר אנקומען
קיין בארא פארק, און די עלטערע קינדער קענען
שוין אליינס פארן דערמיט.
אין די צייטן וואס עס איז נישט פארהאן קיין
שאטעל, איז באשטימט געווארן ספעציעל
דעזיגנירטע ערטער נעבן די הייוועי, וואס איז די
'היטש פלאץ' נעבן די עקזיט אין סטעטן איילענד,
און אויך די ווינקל פון צוועלף ביי זעכציג'סטע
גאס אין בארא פארק, וואס מערסטענס מענטשן

וואס פארן צווישן סטעטן איילענד און בארא
פארק, פארן אדורך די צוויי ערטער, און מען גיבט
ריידס פאר די וואס דארפן דעמאלט א רייד, און
מען העלפט זיך ארויס גערן איינער דעם אנדערן,
און די פמליא של מעלה קוקט אראפ מיט פרייד
אויף די פולע חסד וואס מען גיבט איינער פארן
אנדערן.
דורכאויס די יאר קומט אויך פאר באדייטנדע
'חלוקות' פאר אלע איינוואוינער פון שטאט, ווי
באריכטעט אין אונזער באריכט פארלאפענע וואך
אין 'קול סטעטן איילענד'.
אזוי אויך האבן זיך שוין געעפענט אין סטעטן
איילענד, סיי א תלמוד תורה )זע באזונדערע
באריכט(, און סיי א מיידל שולע.
מעלין בקודש!
צום שלוס, וועלן מיר ענטפערן די פראגע וואס
מען הערט כסדר פון ברוקלינער אידן: "מענטשן
ציען זיך נאך אלס אריבער קיין סטעטן איילענד?
האט זיך עס אביסל אפגעשטעלט?".
דער ענטפער איז: "יא, מענטשן ציען זיך נאך אלס
אריבער קיין סטעטן איילענד".
בלויז אין די לעצטערע וואכן צווישן פורים און
פסח, האבן זיך צוואנציג נייע פאמיליעס געצויגן
פון ברוקלין קיין סטעטן איילענד!
אויב מען קוקט אויף די גרויסע בילד, איז די
גאנצע סטעטן איילענד געגענט אלט ארום אכט
יאר, און מען האלט היינט ביי ארום אכט הונדערט
איינוואוינער, וואס דאס איז א דורכשניט פון
הונדערט איינוואוינער א יאר, און דער ציפער האט
זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.
אנדערש ווי אנדערע געגענטער וואס האבן געזען
א שטיקל הצלחה פון א ווינט, וואס איינמאל די
ווינט ווערט אפגעשטעלט וואקסט עס נישט
אזוי שטארק, איז סטעטן איילענד קיינמאל
נישט געווען א 'ווינט', עס איז געווען א באוועגונג
וואס האט דער יסוד פון די אמת'ע געברויך זיך
ארויסצוציען פון בארא פארק און דער בעסטער
אפציע זיך צו ציען, און דאס איז עפעס וואס
שטעלט זיך נישט אפ, פארקערט, וואס א יאר עס
גייט פארביי אלס גרינגער קען מען זיך אריבער
ציען קיין סטעטן איילענד, ווייל עס פארמאגט
שוין אלעס וואס א היימישע משפחה דארף צו
האבן.
נאטורליך וועט זיך דער ציפער פון 'הונדערט
פאמיליעס א יאר' בלויז פארמערן, וואס גיבט
אונז די שאצונג אז אין די נאנטער צוקונפט וועט
וואוינען אין סטעטן איילענד א הערליכע ישוב פון
קרוב צו צוויי טויזנט פאמיליעס, און דאן וועט עס
וואקסן אויף א שנעלערע פאזע, אזש מען וועט
דארפן זיך אויסברייטערן אויף אלע זייטן, זיך

דערזעהנדיג אין א פרישע הייזער קריזיס, און די
אלע וואס האבן שוין געקויפט, אדער קויפן יעצט,
וועלן האבן זייערע הייזער ווערט פיר-פינף מאל
די פרייז פון ווען מען האט עס געקויפט.
נישט אומזיסט האבן די איינוואוינער פון סטעטן
איילענד אויפגענומען מיט פרייד, די גאר
פאזיטיווע נייעס אז כמעט אלע עקזיסטירנדע בתי
מדרשים אין שטאט, א שטייגער ווי איגוד חסידים
גראסווארדיין, מקילניץ, בעלזא, ערבי נחל, און
קאפישניטץ, האלטן אינמיטן די פאזעס זיך צו
פארברייטערן. גראסווארדיין, בעלזא און מקילניץ
בויען שוין, און ערבי נחל און קאפישניטץ האלטן
ביי די ענדגילטיגע פלענער זיך צו פארברייטערן.
אויך אין די אנדערע בתי מדרשים, א שטייגער
ווי סקווירא, איז שוין פול ביזן מאקסימום, און
בארדיטשוב אין די 'וועסטערלי' געגענט קוקט
אריין אין די אפציעס זיך צו פארברייטערן, אדער
זיך ציען צו א גרעסערע לאקאל וואס זאל דינען
פארן ברייטערן וועסטערלי געגענט.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה!
ביז משיח'ס טאג, במהרה בימינו אמן.
Love to work
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Love to work »

משלנו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:18 pm

וואס שטערט אים לינדען אזוי שטארק אז ער מיז ארויפרייסן
עס איז דא פלאץ פאר ביידע
און גאר אסאך שקר וועגן לינדען
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

Love to work האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:44 pm
משלנו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:18 pm
וואס שטערט אים לינדען אזוי שטארק אז ער מיז ארויפרייסן
עס איז דא פלאץ פאר ביידע
און גאר אסאך שקר וועגן לינדען
גערעכט ער רייסט סתם אראפ לינדען על לא דבר.
די ווערסט נישט גרעסער מיטן אראפרייסען יענעם.
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

נייעס פון יו”ט פסח תשפ”ג

די וועד הקהילות דסטעטן איילנד האט צי געשטעלט א פרעכטיגע חליקה לכבוד יו’ט פיש פלייש אייער גרעפ דזאס פרוכט אין גרינצייג אויף א ברייטע פאר נעם

ער”פ איז געווען גארביטש פיקאפ אויף אלע גאסן

ווי אויך האט די סענעטאצסיע צי געשטעלט קאנטענער’ס ארום די שטאט

שריפת חמץ איז און פראנט פון אלע גרויסע שולן

לכבוד יו”ט פסח איז געקומען א בארג פון געסט וואס זענען געקומען צי די עלטערן און געשוויסטער

דארך אויס די ימים טובים זענען געווען צוגעשטילט סיי פון שומרים אין סיי פין שמירה גוים וואס האבן פעטראלט די גאסן

מען געעפנט די נייע חלק אין בעלזא ב”ה wow איז עס געווען פיל ס’איז קוים געווען פלאטץ פאר די געסט

חוה”מ אין גראסווערדיין איז געווען ביי שחרית יעדען טאג פילע מנינים ביז חצות ווי ס’ברדארף צי זיין

אויך איז ביי מנחה מעריב געווען אין אלע שטיבלעך שיינע דרשות

אין תפארת אליעזר איז געווען א פילע ישיבת חוה”מ מיט צענדליגע בחורים וואס זענען געזעטצן אין געלערנט

ס’זענען געקומען אסאך מענטשן פון ב”פ זיך אומקיקען אויף’ן געגענט אין די חוה”מ טעג

מוצאי פסח זענען ביידע גראסערי’ס געווען אפען מיט אלע פרודאקטן אין פרישע בעגלס ס’איז געווען געפאקט מיט מענטשן

אויך די פיצה סטאר איז געווען גרייט מיט א פילע שטאב צי צישטעלן פאר די ברייטינג מאכן
מונטריאלע רייסער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 3:43 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונטריאלע רייסער »

מענאר הייטס האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:02 pm
נייעס פון יו”ט פסח תשפ”ג

די וועד הקהילות דסטעטן איילנד האט צי געשטעלט א פרעכטיגע חליקה לכבוד יו’ט פיש פלייש אייער גרעפ דזאס פרוכט אין גרינצייג אויף א ברייטע פאר נעם

ער”פ איז געווען גארביטש פיקאפ אויף אלע גאסן

ווי אויך האט די סענעטאצסיע צי געשטעלט קאנטענער’ס ארום די שטאט

שריפת חמץ איז און פראנט פון אלע גרויסע שולן

לכבוד יו”ט פסח איז געקומען א בארג פון געסט וואס זענען געקומען צי די עלטערן און געשוויסטער

דארך אויס די ימים טובים זענען געווען צוגעשטילט סיי פון שומרים אין סיי פין שמירה גוים וואס האבן פעטראלט די גאסן

מען געעפנט די נייע חלק אין בעלזא ב”ה wow איז עס געווען פיל ס’איז קוים געווען פלאטץ פאר די געסט

חוה”מ אין גראסווערדיין איז געווען ביי שחרית יעדען טאג פילע מנינים ביז חצות ווי ס’ברדארף צי זיין

אויך איז ביי מנחה מעריב געווען אין אלע שטיבלעך שיינע דרשות

אין תפארת אליעזר איז געווען א פילע ישיבת חוה”מ מיט צענדליגע בחורים וואס זענען געזעטצן אין געלערנט

ס’זענען געקומען אסאך מענטשן פון ב”פ זיך אומקיקען אויף’ן געגענט אין די חוה”מ טעג

מוצאי פסח זענען ביידע גראסערי’ס געווען אפען מיט אלע פרודאקטן אין פרישע בעגלס ס’איז געווען געפאקט מיט מענטשן

אויך די פיצה סטאר איז געווען גרייט מיט א פילע שטאב צי צישטעלן פאר די ברייטינג מאכן
שכח פאר די שיינע באריכט
קען מען אפשר לייגן בילדער?
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

קהל קדושת לוי בארדיטשוב אין סטעטן איילענד בנשיאות האב״ד רבי לוי יצחק לייפער שליט״א (יו״ר חבורת שמירה ברחבי העולם) האלטן שוין ביי לעצטע פאזעס פון פארטאפלען ביהמ״ד צוליב די פלייץ פון פרישע מתפללים אינעם געגנט

בילדער פונעם ביהמ״ד; צוגעבויעטע פליגעל;און צייטװייליגע מקוה
אטעטשמענטס
31BE0721-5825-4A5F-82FD-F53789B5E993.jpeg
31BE0721-5825-4A5F-82FD-F53789B5E993.jpeg (138.59 KiB) געזען 1433 מאל
C87E5A58-F2CE-4F52-A381-D8882CAB285F.jpeg
C87E5A58-F2CE-4F52-A381-D8882CAB285F.jpeg (126.79 KiB) געזען 1433 מאל
17145DEA-BF31-45A4-AA9E-FEA1FE433956.jpeg
17145DEA-BF31-45A4-AA9E-FEA1FE433956.jpeg (110.45 KiB) געזען 1433 מאל
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

איז דא א מעפ וואו עס וואינט א יוד און שולען? (א שטייגער ווי לינדען)
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעזאַנא »

יעצט באגעגענט די MeaTup וועבסייט, יאכלו ענווים וישבעו
MEATUP

ווערעזאַנא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 6:15 pm
יעצט באגעגענט די MeaTup וועבסייט, יאכלו ענווים וישבעו
MEATUP
דאס איז פון Holy Schnitzel

Holy Schnitzel

*טארניפול
אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעזאַנא »

די שאטעל מעפ מיט איר 6 טעגליכע רוט'ס
אטעטשמענטס
SR11.jpg
SR11.jpg (225.37 KiB) געזען 662 מאל
מענאר הייטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:06 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענאר הייטס »

קאמפיין הצלה
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (139.24 KiB) געזען 527 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (133.51 KiB) געזען 527 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”