קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

עס געפעלט מיר זייער
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אינטער שמש האט געשריבן:יא און ביזט מודה אז נדבורנא בית מדרש רעדט צו א זייער פארטיקולער קלייענטעל, רייט?

מאלסט וואסער....

שקיינאנוג וואס די ווילסט מיט די תגובה און איינס פארדעים.

די ביליגע הייזער פארקויפן זיך און די וואס די רופסט טייער פארקויפן זיך פונקט אזוי גוט..... סאיז דא א געהעריגע פארלאנג דערפאר און סאיז דא עטליכע וואס האבן דארט געקויפט וואס קומען שוין פונעם דעוועלעפמענט, סא איר רעדט באמת נישט צום זאך!

ביי דע וועי טרעף מיר ווי די קענסט האבן א פריוואטע נייע הויז מיט 2 אקער פאר 450?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ח"ו צו בויען א שטאט מיט אזא קליענטעל. יעקב אבינו האט געזאגט אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל ווייל מיט סופרים און מלמדים קען זיך א שטאט נישט בויען, זיי דארפן זיין צושפרייט צווישן דעם אלגעמיינעם עולם. קרית יואל מוטשעט זיך נאך יעצט מיט דעם פראבלעם אז פון אנפאנג האבן זיך צוגעכאפט צו וואוינען דארט ווייניגער פונעם בעל בתי'שן עלעמענט. אויב איז דא דארט אויך טייערערע בעסערע הייזער איז דאס די בעסטע זאך וואס קען זיין פארן שטעטל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען.
יעדער מקום האט זיך זיינע פראבלעמען וואס מען מוטשעט זיך דארט, יעדע קהלה און שטאט איז געווענליך א צוזאמענשטעל פון פארשידענע קלאסן, איז ס'איז נישטא קיין פערפעקט קהלה כמעט, בלומינגבורג באשטייט נישט נאר פון מלמדים וכלי קודש, ס'איז א געמיש פון פארשידענע סארט קלאסן, און מען איז עוסק בישובו של עולם, אבער עס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז דער עולם וואס באזעצט זיך דארט איז מער א פרומערער ציבור, און ווער עס גלייכט עס נישט איז עס טאקע נישט ממש פאר אים געאייגנט. [בעל בתי'ש האט אויך פארשידענע אפטייטשן...]
בלומינגבורג האט באוויזן ב"ה איבערצוקומען די שווערע חבלי לידה, און אויך די שוועריגקייטן פון בויען א שטאט דורך דעוועלאפערס, וואס איז גורם מען זאל זיך שטענדיג אפרעדן און ווארטן אז יענער זאל טאן פאר דיר... היינט צו טאגס איז דער ציבור שטארק באחדות און יעדער קוקט ארויס מיט אחריות וואס מען קען טאן צולייגן א פלייצע אז דער ישוב זאל בליען און וואקסן, און דער עולם איז זיך מחיה מיט שיינע רחבות'דיגע דירות.
בדרך אגב, א מלמד א מגיד שיעור היינט צו טאגס קען זיך פיין אן עצה געבן מיט פרנסה, און ביי זיי אין שטוב הערשט נישט קיין עניות ודחקות בדרך כלל, און ווער רעדט נאך גוטע "סופרים" וואס האבן א שיינע שנעלע כתב, קען עס זיין גאר א פיינע פרנסה מער ווי אנדערע ארבעטערס. [יא פון הימל ווייסט מען זייער אדרעס אין בלומינגבורג און מען שיקט זיי פרנסה בריווח ובהיתר ובכבוד אפילו זיי האבן נישט קיין סמארטפאונס לצורך פרנסה].
ובכלל איז היינט דא גאר אסאך שיינע פארדינערס וואס ארבעטן פון אפיסעס פאר עמאזאן וכדומה, און מאכן פרנסה בהרחבה גדולה, און ס'איז דא אזעלכע יונגעלייט אין בלומינגבורג אויך.
נאך א זאך וואס האט זיך היינט געטוישט פון אמאל, אז ס'איז דא א שפע פון געגנטער, קענסט זיך אויסוועלן בלומינגבורג, לעיקוואוד, דזשערסי סיטי, קרית יואל וגלילותיו, מאנסי וגלילותיו, און ס'איז לייכטער און אפטער צו מופן פון איין פלאץ צום צווייטן, ס'איז היינט מער אין סטייל, דאס איז גורם אז מענטשן זענען מער צופרידן ווען זיי טרעפן זיך א מקום וואס איז געאייגנט פאר זיי.
בלומינגבורג בויעט זיך זייער פיין פאר דעם סארט קליענטעל וואס האט עס ליב דעם אייגנארטיגן סטייל און וויל דוקא דארט וואוינען.
און דעם פארגאנגענעם יאר האט זיך פארקויפט היבש דירות אין בלומינגבורג, און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
קוק אין ארץ ישראל, דער חילוק פון וואוינען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, ביתר, אשדוד, צפת, יעדע שטאט שטעלט מיט זיך פאר אן אנדערע מציאות, און א קלייענטעל וואס דארף דוקא דאס וואס א צווייטער קען נישט פארשטיין פארוואס איינער וויל דארט בכלל וואוינען.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גליטשעדיג האט געשריבן:און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
די ערשטע דיוועלאפמענט האט געזאלט זיין 400 הייזער, וויפיל זענען געבויט? וויפיל פארקויפט?
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

Programming האט געשריבן:ח"ו צו בויען א שטאט מיט אזא קליענטעל. יעקב אבינו האט געזאגט אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל ווייל מיט סופרים און מלמדים קען זיך א שטאט נישט בויען, זיי דארפן זיין צושפרייט צווישן דעם אלגעמיינעם עולם. קרית יואל מוטשעט זיך נאך יעצט מיט דעם פראבלעם אז פון אנפאנג האבן זיך צוגעכאפט צו וואוינען דארט ווייניגער פונעם בעל בתי'שן עלעמענט. אויב איז דא דארט אויך טייערערע בעסערע הייזער איז דאס די בעסטע זאך וואס קען זיין פארן שטעטל.

איינער ווייסט פון וואס ער רעדט ??
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

דממה דקה האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
די ערשטע דיוועלאפמענט האט געזאלט זיין 400 הייזער, וויפיל זענען געבויט? וויפיל פארקויפט?

גליטשעדיג באציעט זיך נישט צו די טשעסטנוט רידזש פראיעקט, ער רעדט פון די פרישע קליינע דעוועלאפמענטס פון די לעצטע פאר יאר
ישראל אשר בך אתפאר
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

סראלי האט געשריבן:

נישט געוויסט אז עס איז דא נאך דיוועלאפמענטס דארט, טאקע א שטארקע זאך.
ווי גרויס זענען די טשעסטנאט רידש הייזער?

דענק איך נישט.
אין דעם אשכול פון 452 זייטן האט מען כסדר געשמועסט איבער דעם פראיעקט
ישראל אשר בך אתפאר
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

דממה דקה האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
די ערשטע דיוועלאפמענט האט געזאלט זיין 400 הייזער, וויפיל זענען געבויט? וויפיל פארקויפט?

גליטשעדיג באציעט זיך נישט צו די טשעסטנוט רידזש פראיעקט, ער רעדט פון די פרישע קליינע דעוועלאפמענטס פון די לעצטע פאר יאר

נישט געוויסט אז עס איז דא נאך דיוועלאפמענטס דארט, טאקע א שטארקע זאך.
ווי גרויס זענען די טשעסטנאט רידש הייזער?

טשעסנאט רידזש האט דערווייל געבויעט און פארקויפט 100 הייזער, לפי ידעתי איז נאך דא פלאן בקרוב פאר נאך א פאזע פון א 20/30 הייזער.
די אנדערע קלענערע וואס בויען פארקויפט זיך ברוך השם גאר גוט.
וואלנאט רידזש 9 הייזער, אויספארקויפט
ווינטערטאן 28 הייזער, אויספארקויפט
ראוז גארדען, 16 הייזער אלעס רעזערווירט
און סדא נאך עטליכע און די פייפליין
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

אט דאס איז דער פראבלעם

7 יאר פון גרינדונג

א לאנגע צייט וואס אלעס שטייט

און דא מעלדט מען מיט אזא עקסייטמענט איבער 20 /30 דירות ,איקלודינג די אין די "פייפליין" ,און אינקלודינג די זומער הייזער

איך האב בפירוש נישט קיין אגענדע קעגן בלומינגמערג, איך ברענג נאר ארויס דעם מצב כמו שהוא

נאכאמאל, נאר אויב מ'וועט בויען ביליגע דירות וואס קאנקורירט אין פרייז מיט אנדערע ישובים וואס זענען אויפגעקומען, וועט די שטעטעלע וואקסען ,וכן יהי רצון

און יא , די זומער דירות זענען א מעלה פאר די שטאט ,ווי געשמועסט
שטילע יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:44 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילע יוד »

א גרויסע עולם איז ציפרידען מיט דריי הינדערט תושבים, מיר זיכען נישט קיין אינטער שמשים.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

חסד השם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
די ערשטע דיוועלאפמענט האט געזאלט זיין 400 הייזער, וויפיל זענען געבויט? וויפיל פארקויפט?

גליטשעדיג באציעט זיך נישט צו די טשעסטנוט רידזש פראיעקט, ער רעדט פון די פרישע קליינע דעוועלאפמענטס פון די לעצטע פאר יאר

נישט געוויסט אז עס איז דא נאך דיוועלאפמענטס דארט, טאקע א שטארקע זאך.
ווי גרויס זענען די טשעסטנאט רידש הייזער?

טשעסנאט רידזש האט דערווייל געבויעט און פארקויפט 100 הייזער, לפי ידעתי איז נאך דא פלאן בקרוב פאר נאך א פאזע פון א 20/30 הייזער.
די אנדערע קלענערע וואס בויען פארקויפט זיך ברוך השם גאר גוט.
וואלנאט רידזש 9 הייזער, אויספארקויפט
ווינטערטאן 28 הייזער, אויספארקויפט
ראוז גארדען, 16 הייזער אלעס רעזערווירט
און סדא נאך עטליכע און די פייפליין

מ׳וואוינט שוין ביי די ווינטערטאן הייזער?
ישראל אשר בך אתפאר
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אינטער שמש האט געשריבן:אט דאס איז דער פראבלעם

7 יאר פון גרינדונג

א לאנגע צייט וואס אלעס שטייט

און דא מעלדט מען מיט אזא עקסייטמענט איבער 20 /30 דירות ,איקלודינג די אין די "פייפליין" ,און אינקלודינג די זומער הייזער

איך האב בפירוש נישט קיין אגענדע קעגן בלומינגמערג, איך ברענג נאר ארויס דעם מצב כמו שהוא

נאכאמאל, נאר אויב מ'וועט בויען ביליגע דירות וואס קאנקורירט אין פרייז מיט אנדערע ישובים וואס זענען אויפגעקומען, וועט די שטעטעלע וואקסען ,וכן יהי רצון

און יא , די זומער דירות זענען א מעלה פאר די שטאט ,ווי געשמועסט

די כאפסט ווי נעריש די רעדסט?!

די פרעגסטעך אליינס אפ, די דעוועלעפמענט ווי סאיז די ביליגיסטע וואס שייך נעמט שוין 7 יאר און ממעלד וועגן 20/30 פרישע, די נייערע דעוועלעפמענטס ווי מצאלט מער פער סקווער פיס פארקויפט זיך איינס צוויי....

איך ווייס נישט וועגן דיינע בפירושע אגענדעס.. אבער מציאות איז נישט אויף דיין זייט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אינטער שמש האט געשריבן:אט דאס איז דער פראבלעם

7 יאר פון גרינדונג

א לאנגע צייט וואס אלעס שטייט

און דא מעלדט מען מיט אזא עקסייטמענט איבער 20 /30 דירות ,איקלודינג די אין די "פייפליין" ,און אינקלודינג די זומער הייזער

איך האב בפירוש נישט קיין אגענדע קעגן בלומינגמערג, איך ברענג נאר ארויס דעם מצב כמו שהוא

נאכאמאל, נאר אויב מ'וועט בויען ביליגע דירות וואס קאנקורירט אין פרייז מיט אנדערע ישובים וואס זענען אויפגעקומען, וועט די שטעטעלע וואקסען ,וכן יהי רצון

און יא , די זומער דירות זענען א מעלה פאר די שטאט ,ווי געשמועסט

יעצט איבעגעליינט דיין מעסידזש, סארי ערעב איד איר זענט נכשל געווארן מיט זאגן ליגענט בעצם פורים המשולש....

20/30 איז נישט אינקלודעד די פייפליין און זוממער הייזער.....
20/30 איז און די פייפליין ביים טשעסנאט רידזש דעוועלעפמענט אליינס....
און די אנדערע דעוועלעפמענטס איז אזוי וואלנאט רידזש האט מען א האלבע יאר צוריק געענדיגט 9 הייזער אלעס פארקויפט,
ווינטערטאן האט אויספארקויפט אלע 28 דירות גייט זיין גרייט און א האלבע יאר בערך בעז"ה.
ראוז גארדען איז אלע 16 דירות רעזערווירט מהאט די וואך אנגעהויבן דעמאלישן....
מעין סטריט קומט אי"ה נאך 12 דירות ווארט אויף פערמיטס....
די אלד עידזש דירות קארנער וואלנאט רידזש גייט בעז"ה ביז 2 יאר דאכצעך ווערן עטליכע 20 חתן כלה דירות....
און מרעדט נישט פון קיין זוממער איינוואונער עפ"י רוב. אפשר איינס דא איינס דארט!
כגיי נישט גיין און קיין רינגס דא אגעין און אגעין... אבער ווער סוויל וויסן די מציאות קען זיך עס אליינס איבערצייגן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איז דא א מעפ ווי מען קען זעהן אלע דיוועלאפמענטס?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

איך זע קיינער רעדט נישט דערפון, לויט ווי איך האב געהערט איז דא אויסער די דעוועלאפמענטס אויך זייער אסאך פריוואטע הייזער וואס אידן קויפן און וואוינען אדער פארדינגען עס..
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

געטראפן אן אלטע מאפע, עס האט נאכנישט די אלד-ראזע-געפ דעוועלאפמענט.
אטעטשמענטס
oldMap.jpg
oldMap.jpg (323.48 KiB) געזען 854 מאל
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

דממה דקה האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
די ערשטע דיוועלאפמענט האט געזאלט זיין 400 הייזער, וויפיל זענען געבויט? וויפיל פארקויפט?

דער פלאן פון די אריגענעלע דעוועלאפערס האט זיך בפירוש נישט אויסגעארבעט לויט ווי זיי האבן ארגינעל געמיינט, און ס'איז אונטערגעקומען אסאך שוועריגקייטן אונטערוועגנס, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז מקוים געווארן די ברכה "למען לא נגע לריק", און מן השמים איז דערפון ארויסגעוואקסן א קהלה נאה וחסודה וואס עס איז א קידוש השם אז תשפ"א אין אמעריקא בויעט זיך אזוינס.
און וואס עס איז יא געשען אין די לעצטע יאר צוויי, אז דער ציבור און די לאקאלע קהלה האט איבערגענומען קאנטראל פונעם מקום, און זיי פילן אז ס'איז זייער אייגענע אחריות, און מען זעט וויאזוי יעדער לייגט צו א פלייצע אויף זיין שטייגער אז זאכן זאלן קלאפן, און מענטשן האבן זייער ליב דאס פלאץ, און אזוי ווי מען זעט דאך וואס פאר א סארט קהלה עס האט זיך אויסגעשטעלט, ציעט דאס ווי א מאגנעט די אלע וואס גלייכן דאס. און זאכן האבן ענדליך אנגעהויבן פארן אויפן גוטן ריכטונג. כן יעזור השי"ת להלאה.

און נאך אסאך, אזוי ווי דער ציבור שפירט אז ס'איז דא א אחריות'דיגע ווערטשאפט אויפן פלאץ, וויל יעדער העלפן און מענטשן פון איבעראל שטרעקן אויס הילף אז דער נייער ישוב זאל קענען נאך מער מצליח זיין.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיר האבן שוין עטליכע מאל באטראכט דעם 'וואלנאט רידזש' דעוועלאפמענט, און דוקא דאס איז לדעתי די שטערקסטע פאר די ישוב.

קינדער געבענטשטע פאמיליעס, געסעטלטע אינגעלייט, וואס האבן אליינס געקליבן ארויסצומופן, די זענען געווענליך די מערסטע דא פאר סוקסעס.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

שמואל בארג האט געשריבן:מיר האבן שוין עטליכע מאל באטראכט דעם 'וואלנאט רידזש' דעוועלאפמענט, און דוקא דאס איז לדעתי די שטערקסטע פאר די ישוב.

קינדער געבענטשטע פאמיליעס, געסעטלטע אינגעלייט, וואס האבן אליינס געקליבן ארויסצומופן, די זענען געווענליך די מערסטע דא פאר סוקסעס.

וואס איז די אדרעס?
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אינטער שמש האט געשריבן:דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט

דערפאר טוט מיר וויי

אבי גערעדט. א ידיד מיינער פון ווילי קען קוים ווארטן פאר די דעוועלפמענט זיך אריבערצוציען.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

סראלי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:מיר האבן שוין עטליכע מאל באטראכט דעם 'וואלנאט רידזש' דעוועלאפמענט, און דוקא דאס איז לדעתי די שטערקסטע פאר די ישוב.

קינדער געבענטשטע פאמיליעס, געסעטלטע אינגעלייט, וואס האבן אליינס געקליבן ארויסצומופן, די זענען געווענליך די מערסטע דא פאר סוקסעס.

וואס איז די אדרעס?

די גאס הייסט walnut ridge lane

אויף די גאס וואונען נאר אידן ערשטע 4 הייזער זענען אפאר יאר אלט און נאכדעים 9 הערליכע פריוואטע ברענד ניי הייזער
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גינגאנטישער שאטער געווארן אויפגעבויט אין בעפארברייטונג צום גרויסן שבת פרשת כי תשא - פרה בצל רבינו שליט"א.
אטעטשמענטס
199675.jpeg
199675.jpeg (398.06 KiB) געזען 3096 מאל
199694.jpeg
199694.jpeg (585.49 KiB) געזען 3096 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
יענקל יאזעפאוויטש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 2:15 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל יאזעפאוויטש »

סראלי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:מיר האבן שוין עטליכע מאל באטראכט דעם 'וואלנאט רידזש' דעוועלאפמענט, און דוקא דאס איז לדעתי די שטערקסטע פאר די ישוב.

קינדער געבענטשטע פאמיליעס, געסעטלטע אינגעלייט, וואס האבן אליינס געקליבן ארויסצומופן, די זענען געווענליך די מערסטע דא פאר סוקסעס.

וואס איז די אדרעס?

פון די דעוועלעפמענט צו וואלנאט רידזש
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”