מצה בעקערי האט געשריבן:שיינע שטריימעל האט געשריבן:פרישע קוגל האט געשריבן:שיינע שטריימעל האט געשריבן:וואס איך וויל פארשטיין פון בלומענבערג איז,
די סיבה פארוואס מען האט געמאכט בלומענבערג איז צו לעזען די דירות קריזיס פון ווילאמסבורג און נישט פלען אז עס זאל זיין נאך א שטעטעל,
אויב אזוי וואלט מען געדארפט בויען הונדרעטע ביליגע דירות אויפאיינמאל און לעזען א חלק פון די פראבלעם,
וואס איז די פשט פון בויען בלויז עטליכע דירות א יאר עס לעזט נישט די פראבלעם?
האסט מענטשן אריינצולייגן אין די הינדערטער דירות?
ס'מופט זיך נישט אזוי גרינג ווי מען האט געמיינט, מען מיז בויען שטייט און מיט שכל אז די זאך אנהאלטן און זיך אויפבויען אויף פעסטע יסודות
די הויפט סיבה פארוואס מענטשען גייען נישט אזוי שנעל, ווייל רוב מענטשען האבן נישט ליב צו וואווינען אין א קליין שטעטעלע, ווייל אין קרית יואל און מאנסי מופט מען
אין די מאסן, אז עס גייען א גרויסע גרופע אויפאמאל ווילן שוין אסאך מער מענטשען גיין און עס איז מצליח אסאך שנעלער, אזוי ווי קרית יואל/בית שמש/אשדוד וכו'
basically to be more clear all other places there is a variety of all kind people so it grows faster but in bloomingburg or how they call it kyl its a controlled leadership place of only 1 kind satmar
ס'איז דא איין סיבה פארוואס מען קומט נישט, ווייל ס'איז נישטא וואו! פשוט כפשוטו אלע דירות זענען באוואוינט.
איי פארוואס בויעט מען נישט נאך? דער תירוץ איז, מען בויעט נאר ס'נעמט צייט.
איי פארוואס האט מען נישט געבויעט פאר דריי יאר צוריק? ווייל איז נישט געווען אזא גרויסער מאנגל. און יעצט ווען דער מאנגל איז געפערליך איבעראל, האלט מען איבעראל "אינמיטן" בויען (עיין דושינסקי פראיעקט ועוד אין ווילי, עיין שכונת ויואל משה, פארעסט, עיקערס ענקלעיוו וכו' אין קרית יואל, ועוד).
דער שפיל האט זיך איבער געחזרט די לעצטע צען יאר דריי מאל!
איך מיין אז דאס פארענטפערט אלע פריערדיגע קשיות