דממה דקה האט געשריבן:וועלכע שוהלן זענען אפען א גאנץ יאר? וואס זענען די זמנים פון די תפילות (אינדערוואכן)? וועלכע גראסעריס רעסטוראנטן וכו'?
מאנטיסעלא חברה שלאפן, ווי אין אנדערע פלעצער אין קעטסקיללס איז דא מנינים עסן וכו' א גאנץ יאר
מאנטיסעלאו און וואודריזש האבן ביידע שטאטישע שולן מיט מנין נייע מאנטיסעלא האט נעלשאור און איך ווייס נישט וואו נאך גיבערס קיאמישא האט עטליכע מנינים יעדן טאג ישיבה סאוט פאלסבערג
אין סאוט פאלסבערג איז אפן די בעקעריי און בשר. און יגדיל גראסערי ביי די ישיבה אין קיאמישא איז אפן די גראסערי אויפן 42 נעבן די פאסט אפיס אין וואודריזש איז אפן די גראסערי (פלעגט זיין א קלענערע נישט די זומערדיגע) מאנטיסעלא האט די שבת געשעפט איך ווייס נישט אויב אפן א גאנצע וואך אדער נאר דאנערשטיג פרייטיג
פאלסבערג האט צוויי פּיצא געשעפטן אויפן, מאנטיסעלא האט אויך א פּיצא סטאר אויף בּראדוועי אין די בּעקעריי קעגן איבער שאפּ רייט איז אויך אויפן יעדן טאג. די שבת געשעפט איז נאר דאנערשטאג אין פרייטאג
נעכטן נאכט איז פארגעקומען אן עלעגאנטע פראכטפולע באנקעט צום בעפארשטייענדן בליץ קאמפיין פארן לאקאלן מוסדות התורה והחינוך פונעם שטאט, וואס וועט טראגן דעם נאמען ''צאצאינו'' ווען אי''ה במשך די קומענדיגע וואך דינסטאג און מיטוואך וועט ווערן געשאפן אנסטראנאמישע סומעס. יושב ראש המעמד האט געדינט מוה''ר יהושע האס שליט''א מחשובי תושבי העיר וואס האט איינגעלייטעט די מסיבה במתק לשונו ער האט אויפגערופן דעם אדמיניסטראטאר הרב ר' יוסף יעקב מאנדלאוויטש שליט''א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס די מוסדות האט געהאט אינעם פארלאפענעם יאר, מיט קוים א יאר צוריק איז די מוסדות געווען קווארטירט אין א געדינגענע הויז וואס די שלאף צימערן האבן געדינט ווי די קלאסן פאר די צאן קדשים און ברוך השם היינט איז די מוסדות שוין לעגאל און פארמאגט צוויי בנינים וואס דאס מיינט אז מען דארף שוין נישט צאלן קיין מארגעטדזש וכו'. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' ירמיהו גאלדהירש שליט''א דומ''ץ קייאמישע והגלילות וואס דינט אויך פאר דער יושב ראש הרוחני פונעם מוסדות פון מאנטיסעלאו, און ארויסגעברענגט די מורא'דיגע חשיבות פון תורה אויף די בערג אפגעזונדערט פון הבלי העולם הזה און וואספארא זכיה מען האט צו נושא בעול זיין פאר די הייליגע צוועק. נאכדעם האט מען געהערט שטארקע ווערטער פון דער אדמיניסטראטאר פון מוסדות באבוב מאנסי הר''ר ארי וואלדמאן נ''י (וואס איז נאנט באקאנט מיט די מוסדות) וואס האט ארויסגעברענגט וויאזוי א בודזשעט פון א געווענליכע מוסדות שטימט נאר אויב מען צאלט שכר לימוד אין צייט וואס דאס דעקט בסייעתא דשמיא 65% פון דער בודזשעט און די איבריגע שאפט מען שוין צו, משא''כ די מוסדות דאהי וואס האט נאכנישט אזעלכע פולע קלאסן קען די שכר לימוד נאר דעקן צום מערסטענס ווייניגער פון האלב פון דער בודזשעט און מען מוז ארויסהעלפן די הנהלת המוסדות צו קענען ווייטער אנגיין. צום שלוס האט אויפגעטרעטן ר' אהרן פאללאק שליט''א באקאנטער קאמפיין סטראטיגיסט אינעם חסידישען וועלט פון קראו''ד פאנדינ''ג און ארויסגעברענגט וויאזוי די קאמפיין גייט ארבעטן, עס גייט אי''ה זיין א קאמענד צענטער ווי אלע הורי המוסדות וועלן אין די צווי טעג אויפטרייבן ריזיגע סכומים פאר דער עקסיסטענץ פון די הייליגע מוסדות. דער גאנצע עולם איז אהיימגעגאנגען ענטואזיסטיש און אויפגעהייטערטע געפילן צו ארויסהעלפן די אייגענע קינדערלעך און דער איבערגעגעבענע הנהלה.