דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:כאפצעם,
אודאי איז דא צדיקים, אבער נישט פון זיי רעדט מען דא.
דא האט מען גערעדט פון "די פרייז" פון די דירות, און ווען איינער האט געזאגט אז 2 בעדרום קאסט היינט 2500 (וואס איך גלייב נאכנישט, ס'מערסטע וואס איך האב דערווייל געהערט איז געווען 23) האסטו געזאגט אז עס איז צווישן 15 און 2, געבויעט אויף וויפיל איינצעלנע אידן צאלן ביים אנטרעפן די איינצעלנע צדיקים.

ניין, די צדיקים פון וואס כרעד מיינעך די וואס בעטן היבש ווייניגער פונעם מארקעט פרייז.

און אויף זיי בויעסטו "די פרייז".
דאס האב איך דיר געזאגט, ווען יענער האט געשריבן אז די פרייז איז 25 האט ער גערעדט פון די "מארקעט פרייז", נישט פון די "צדיקים פרייז". סוי קומט נישט אריין דא "הע, יענער צאלט 15 פאר 2 בעדרום און יענער בעהט 23 פאר 3 בעדרום", דאס זענען קיין מארקעט פרייזן, דאס זענען צדיקים פרייזן.

ווארטן מיר אויף "ואז יהיו כל ישראל צדיקים"...

ווי האב איך געשריבן אז די צדיקים פרייז איז די מארקעט פרייז?

אדרבה, קוק איבער וואס כהאב געשריבן גאנץ אנהייב; די עוורידזש פרייז פאר צוויי רומס איז 15-20 און דאס וואס יענער טענהט אז איינער האט געבעהטן $2500 פאר א צוויי רומיגע דירה איז אן עקסטרעמע פרייז און פונקט ווי סקען זיך מאכן צום גוטנס עקסטרעמע צדיקים וואס בעטן זייער ביליג איז דא עקסטרעמע וואס בעטן זייער טייער.

שוין, זאגט איבער די זעלבע שטותים נאכאמאל. 2 בעדרום פון 1500-2000 איז די מארקעט פרייז. אבער ווען איך בעט זאלסט מיר געבן איין איינציגע דירה פאר 1700 האט איר נישט.

זייטס מיר געזונט און שטארק.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הרב כאפצעם איר רעדט פרייזן פון עטליכע יאר צוריק, זיבן יאר צוריק האב איך געצאלט 1500 פאר א צוויי בעדרום דירה און דאס איז געווען דאן די מארקעט פרייז (אפשר אביסל עבאוו, עפטער אלל איז געווען א נייע שיינע דירה) היינט איז די עווריטש פרייז צווישן 2000-2500, איך רעד נישט פון וואס איך הער נאר וואס איך האב געזעהן און געדיעלט מיט די לענדלארדס, און נישט איין הויז ביי דיוויזשאן און בעדפארד נאר פון צענדליגער הייזער איבער וומ"ס.

צוריק צו דזשוירזי סיטי ביטע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

כאפצעם, איינער וואס בעהט היינט אונטער 2000 איז שוין א ענדע צדיק...
אויף צו מאכן א "עוורידזש פרייז" מוזטו אויסרעכענען צווישן וויפיל איינער בעהט אלס "ביליג" לויטן מארקעט פרייז און "טייער" לויטן מארקעט פרייז.
און סאררי טו טעלל יו, די נאמבער שטייט ביי 22/23!!! קענסט שרייען רשעים! גנבים! רוצחים! געלט פרעסער! די איינציגסטע זאך וואס איך קען דיר העלפן איז מיטשרייען, כדי דו זאלסט נישט ווערן הייזעריג....



האקטס אלע
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אברך האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:יאפס. לכאורה אן אנדערע דירה.


דאן ביטע זיי מסביר וואס הייסט עס האט 'געמוזט' גיין פאר גוים, לויט מיין ידיעה צעכאפט מען שוין היינט אויף פאלאסקי.

א פיר בעדרום דירה איז פאר א משפחה מיט גרויסע קינדער. אסאך מענטשן ווילן נישט מופן אזוי ארויס פון געגנט ווען מען האט שוין גרויסע קינדער.

איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט. די דירות האב איך געזעהן, און זיי זענען שיינע דירות. גרויסע קאך, גרויסע דיינונג רום, צוויי ביהכ"ס. די בעדרומס זענען נישט דוקא גרויס אבער שיינע נארמאלע סייז.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
Tameevate
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2015 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tameevate »

Bet Marcy and Tompkins?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מאנ-יימער האט געשריבן:הרב כאפצעם איר רעדט פרייזן פון עטליכע יאר צוריק, היינט איז די עווריטש פרייז צווישן 2000-2500, איך רעד נישט פון וואס איך הער נאר וואס איך האב געזעהן און געדיעלט מיט די לענדלארדס

דו האסט געדיעלט מיט די נישט ריכטיגע מענטשן.

ביטע נישט נאכאמאל איבערחזר'ן די גוזמה פון 2500, (דער וואס האט עס פריער אויפגעברענגט האט מיר שוין באישי געשריבן אז ער האט יעמט ביינאכט געמאכט נאכאנאל ריסערדזש און געהערט אז דארט צאלט מען למעשה נאר 2250.. )
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:כאפצעם,
אודאי איז דא צדיקים, אבער נישט פון זיי רעדט מען דא.
דא האט מען גערעדט פון "די פרייז" פון די דירות, און ווען איינער האט געזאגט אז 2 בעדרום קאסט היינט 2500 (וואס איך גלייב נאכנישט, ס'מערסטע וואס איך האב דערווייל געהערט איז געווען 23) האסטו געזאגט אז עס איז צווישן 15 און 2, געבויעט אויף וויפיל איינצעלנע אידן צאלן ביים אנטרעפן די איינצעלנע צדיקים.

ניין, די צדיקים פון וואס כרעד מיינעך די וואס בעטן היבש ווייניגער פונעם מארקעט פרייז.

און אויף זיי בויעסטו "די פרייז".
דאס האב איך דיר געזאגט, ווען יענער האט געשריבן אז די פרייז איז 25 האט ער גערעדט פון די "מארקעט פרייז", נישט פון די "צדיקים פרייז". סוי קומט נישט אריין דא "הע, יענער צאלט 15 פאר 2 בעדרום און יענער בעהט 23 פאר 3 בעדרום", דאס זענען קיין מארקעט פרייזן, דאס זענען צדיקים פרייזן.

ווארטן מיר אויף "ואז יהיו כל ישראל צדיקים"...

ווי האב איך געשריבן אז די צדיקים פרייז איז די מארקעט פרייז?

אדרבה, קוק איבער וואס כהאב געשריבן גאנץ אנהייב; די עוורידזש פרייז פאר צוויי רומס איז 15-20 און דאס וואס יענער טענהט אז איינער האט געבעהטן $2500 פאר א צוויי רומיגע דירה איז אן עקסטרעמע פרייז און פונקט ווי סקען זיך מאכן צום גוטנס עקסטרעמע צדיקים וואס בעטן זייער ביליג איז דא עקסטרעמע וואס בעטן זייער טייער.

שוין, זאגט איבער די זעלבע שטותים נאכאמאל. 2 בעדרום פון 1500-2000 איז די מארקעט פרייז. אבער ווען איך בעט זאלסט מיר געבן איין איינציגע דירה פאר 1700 האט איר נישט.

זייטס מיר געזונט און שטארק.

סארי נאר געטראפן פאר 1500.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

נייע חסידישער געגנט אין דשערסי סיטי, ניו זשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

כאפצעם האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן: אדער פארקערט עס האט זיך געמאכט א לענדלאר א צדיק

ב"ה אונזער שטאט איז געבענטשט מיט אסאך צדיקים.

מ'דארף פשוט ארומשמעקן, נישט גיין מיט קיין בראוקער נאר אליינס מפשפש בדירה זיין, דורכבלעטערן די טעגליכע און וועכנטליכע אויסגאבעס.



בדידי הוא עובדא דינגענדיג א דירה פאר מיינס א נאנטען אומגעפער איבער א יאר צוריק צום גוטן , האט א יוד איבערגעבויט 8 דירות אין איין הויז אזוי ממש ביים עק פוו ניי וויליאמסבורג ,ס'הייסט שוין בעד סטיי אויפן מעפ , דער לענדלארד הייסט א צדיק וואס לאזט זיך קאסטן געלטער פאר פירצות ,איינע פון די גרעסטע נגידים פון וויליאמסבורג און א באקאנטע נגידישע משפחה וואס אלע קינדער זענען גרויסע באקאנטע מיליאנערען , דער הויז האט ער געקויפט אפשר פאר 200 הונדערט טויזענט דאלאר יארן צוריק ,האט ער איבער געבויט 8 דירות
אין איין הויז ,יעדע פון זיי בעקלאמפעשט 2 בעדרומס , די מעסטער פיט נישט קיין פורניטשער ,אין די צווייטע פיט נישט קיין בעט , דיינוג רום און קיטשען איז איין גרויסע צימער ,פאר שטייט זיך אז די קיטשען איז גרויס א געניץ אין די פרייז איז געווען פאר אנדערהאלבען יאר צוריק בערך פאר מציאה האט עס געהייסן פאר 1950 , פארשטייט זיך אז די 8 דירות איז געווארן פארכאפט אין איין טאג פון איין עדווערטייזמענט , און טאמער רעדסטו פון טאג בלעטלעך און בראקעריזש , איז עס געווען עדווערטייזט איין טאג אין דבר יום ,און אויפגעהויבן די טעלעפאן האט יענעמס זון א יונגערמאנטשיק א שנה ראשונה יונגערמאן ,און געזאגט אז אים דארף באצאלן א חודש רענט פאר בראקעריזש און פאר שטייט זיך יעדער האט באצאלט

סא אדער זענען די מענטשן דא געטריבענע מיט אזשענדאס פון געוויסע קהלות וואס זיכן אפצושטעלען אלע נייע שטעטלעך אדער זענען זיי פשוט נישט באקאנט און זיי קענען נישט גלייבען דעם אמת
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

כאפצעם האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן: קענען נישט אויסהאלטען צו צאלן 2500 פאר א 2 בעדרום דירה. (יא איר האט גוט געליינט).

א מין גוזמה.

אדער ווייסטו נישט ווואס וויליאמסבורג איז אדער ווייסטו נישט וואס די ווארט גוזמא מיינט
יא 2500 פאר 2 בערדרום אדער אויב ווילסטי ביליגער 1850 פאר איין א האלב בעדרום אן א דיינוג רום מיט א ערב צו די ליעס
עפעס א נייע דערהער דירות אן דיינוג רומס נעקסט גייט ארויס די טוילעטס אבער אונז וועלן בלייבן דא

חלומסט הויעך שעפעלע.
צוויי בעדרומס גייט צווישן $1500 און $2000.

אוודאי זענען דא אויסנאם פעלער, אבער אויסנאם פעלער זענען דא פארקערט אויך. לדוגמה, האט זיך יעצט געענדיגט איבערבויען א בנין מיט עטליכע שפאגל נייע דירות פון 3 בעדרומס אין הארץ פון וויליאמסבורג, די פרייז איז $2300.

פוינט איז סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער די עוורידזש פרייז איז די וועג פון מעסטן.



וואס באדערט זיך צו זאגן ווי דער בילדונג פון די 3 בעדרום דירות איז ? זאג א גאס צווישן ווי און ווי סאיז ביטע ,טאמער נישט ביזטו זיכער א ,
,זעלבסט געטריבענע אזשענדע טרייבער
נישדא אזא זאך ווי א 2 בעדרום דירה פאר 1500
,

האק עס ארויס פון קאפ שנעל
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

מאנ-יימער האט געשריבן:הרב כאפצעם איר רעדט פרייזן פון עטליכע יאר צוריק, זיבן יאר צוריק האב איך געצאלט 1500 פאר א צוויי בעדרום דירה און דאס איז געווען דאן די מארקעט פרייז (אפשר אביסל עבאוו, עפטער אלל איז געווען א נייע שיינע דירה) היינט איז די עווריטש פרייז צווישן 2000-2500, איך רעד נישט פון וואס איך הער נאר וואס איך האב געזעהן און געדיעלט מיט די לענדלארדס, און נישט איין הויז ביי דיוויזשאן און בעדפארד נאר פון צענדליגער הייזער איבער וומ"ס.

צוריק צו דזשוירזי סיטי ביטע.

איך האב יעצט לעצטענס מיטגעהאלטען דריי צוויי בעדרום דירות (איינס פין דעם ברענד ניו) וואס זענען געגאנגען פאר פין 1700 ביז 2100 סא עס איז טאקע נישט קיין 1500 אבער אויך נישט קיין 2500. לויט ווי איך האלט מיט מיין איך אז כאפצעם איז גאנץ גערעכט אין דער עולם טרייבט מער איבער ווי עס איז.
עס איז געניג שלעכט אזוי אז מען דארף עס נישט מאכן ערגער.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

מנהלים ביטע טוישען די קעפל צו װילאמסבורג דירות פרייזען
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לא לשם חוזק איך זעה אז פין צווישן די גאנצע עולם מאכט זיך דא דארט דירות פאר נארמאלערע פרייזן
וואלט אפשר כדי געווען ווער עס ווייסט פין דירות מיט אזאלעכע פרייזן זאל ביטע ארויף שטעלן דא אין איי וועלט אין זיין א עושה חסד בשיחו, ויהי חלקו ממזכה הרבים
נישט אין די אשכול דא רעדט מען פין שערסי סיטי
פרייזן מיינט אז די האסט יעצט א דירה צו פארדינגען אין די פרעגסט וויפל די פרייז וואס מקען באקומן איז די תירץ 23-25 רוב 2 בעדרומס גייען כהיום פאר די פרייז עס איז דא וואס נישט אבער הם המיעוט

verveist האט געשריבן:מנהלים ביטע טוישען די קעפל צו װילאמסבורג דירות פרייזען

די גאנצע טעמא איז גאנץ גוט פאר שערזי סיטי סא די דיסקאשען קען דא בלייבן
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

verveist האט געשריבן:מנהלים ביטע טוישען די קעפל צו װילאמסבורג דירות פרייזען

אפאר פעידשעס צוריק האט עס געקענט זיין
"ווילאנג נעמט צו פארן פון דשורסי סיטי צו וויליאמסבורג?"
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

לויט די תגובות דא קוקט אויס ווי די עוורעדש איז 2,000. איינער טרעפט פאר 1,700 און איינער פאר 2,300
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

האט עס כאטש געהאט דאס װארט דשזרזי סיטי דערין
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

און?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

בן נון האט געשריבן:לויט די תגובות דא קוקט אויס ווי די עוורעדש איז 2,000. איינער טרעפט פאר 1,700 און איינער פאר 2,300


די 2 בעדרום דירות אין מיין בילדונג צאלן 2,000.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אברך האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:לויט די תגובות דא קוקט אויס ווי די עוורעדש איז 2,000. איינער טרעפט פאר 1,700 און איינער פאר 2,300


די 2 בעדרום דירות אין מיין בילדונג צאלן 2,000.

ווען האט מען עס פארדינגען?
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

פרידן האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:לויט די תגובות דא קוקט אויס ווי די עוורעדש איז 2,000. איינער טרעפט פאר 1,700 און איינער פאר 2,300


די 2 בעדרום דירות אין מיין בילדונג צאלן 2,000.

ווען האט מען עס פארדינגען?


9/10 חדשים צוריק
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

כבוד הרב כאפצעם :
ויופעל געלט דארף מען אררינלייגען אין די דירות???
העמיר זיך זען אויף שמחות
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

לאמיר פרובירן צו מאכן א חשבון:
אויב דאס ווייב ארבעט און אן אפיס, קומט זי אהיים מיט בערך 500 דאלאר א וואך, שיין באצאלט

דער מאן מאכט 50 דאלער א וואך פון כולל

50 פון כולל בוקר

50 פון כולל ערב

ס"ה-2600 דאלער א חודש

2000 גייט אראפ פאר רענט

בלייבט 600

120 דאלער בערך פאר מאן/ווייב/לענדליין פאון

בלייבט 480

אן עוועריזש פון בערך 50 א חודש לעקטער (זומער מער, ווינטער ווייניגער

בלייבט 430

געז, מקוה געלט, באס פעיר אויב דארף מען פארן יעדע צווייטע שבת צו עלטערן אינדערויסן פון שטאט לכה"פ נאך א הונדערטער א חודש

בלייבט 330

דא דארט קומט אלס צו עפעס קלייניקייטן, לכה"פ נאך א הונדערטער א חודש, און אן עוורעריזש

בלייבט 230

דאס איז אלעס און קיין איין קינד און אן אראפנעמען א ניקעל פאר מעשר, אינאיינעם מיט די צוויי אויבענדערמאנטע, בלייבט מען און א גרויסע.............

קרעקט מי איף איי עם ראנג

(במאמר המוסגר, אויב איז דער אינגערמאן איין מאל פארשלאפן פארטאגס אדער האט זיין טאטע אדער שווער חתונה געמאכט, און ער דארף זיצן ביי שבע ברכות עטליכע נעכט, קען מען אראפרעכענען נאך א שיינע פאר טאלער.....)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יאך האב חתונה געמאכט בשטומ"צ פאר א פאר חדשים צוריק, און געזוכט א דירה און עס ארויס גענומען פאר לערך א דריי פערטל יאר צוריק,
מיין שוואגער האט גענומען א דירה לערך אנדערט האלבן חודש נאך מיר, און ארויף געצאלט מיט א הונדערטער, סאו וואו ס'האלט היינט שטעל איך מיך פאר אז די אלע 'גוזמאות' זענען שוין גאר קיין גוזמאות נישט

בקיצור, דער 'כאפצעם' האט זיך מסתמא דעמאלט [בשעת איך האב געזוכט דירות] געלייגט שלאפן, און ער רעדט פון שלאף ביז יעצט........

פאר מיין נעקסטן בחור זאג איך שוין, הער גוט!!, דו גייסט אי"ה קיין דזשורסי סיטי!!
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

קודם כל מזל טוב צו די חתונה, אסאך נחת געזונטערהייט, והשנית, ברויכסט אפשמועסן מיט די צוקינפטוגע מחותן ער זאל זאגן פאר די טאכטער.....
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

יהיה כן האט געשריבן:פאר מיין נעקסטן בחור זאג איך שוין, הער גוט!!, דו גייסט אי"ה קיין דזשורסי סיטי!!


הער גיט! צולייגער, קודם דארפסט די הערען װאס די כלה זאגט דער נאך װאס דיין מחותנעסטע זאגט, דערנאך װאס די אנדרע מוחתענסטע זאגט. דאכצעך דערנאך הערסט די שוין גוט!!!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווייסע זאקן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן: קענען נישט אויסהאלטען צו צאלן 2500 פאר א 2 בעדרום דירה. (יא איר האט גוט געליינט).

א מין גוזמה.

אדער ווייסטו נישט ווואס וויליאמסבורג איז אדער ווייסטו נישט וואס די ווארט גוזמא מיינט
יא 2500 פאר 2 בערדרום אדער אויב ווילסטי ביליגער 1850 פאר איין א האלב בעדרום אן א דיינוג רום מיט א ערב צו די ליעס
עפעס א נייע דערהער דירות אן דיינוג רומס נעקסט גייט ארויס די טוילעטס אבער אונז וועלן בלייבן דא

חלומסט הויעך שעפעלע.
צוויי בעדרומס גייט צווישן $1500 און $2000.

אוודאי זענען דא אויסנאם פעלער, אבער אויסנאם פעלער זענען דא פארקערט אויך. לדוגמה, האט זיך יעצט געענדיגט איבערבויען א בנין מיט עטליכע שפאגל נייע דירות פון 3 בעדרומס אין הארץ פון וויליאמסבורג, די פרייז איז $2300.

פוינט איז סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער די עוורידזש פרייז איז די וועג פון מעסטן.



וואס באדערט זיך צו זאגן ווי דער בילדונג פון די 3 בעדרום דירות איז ? זאג א גאס צווישן ווי און ווי סאיז ביטע ,טאמער נישט ביזטו זיכער א ,
,זעלבסט געטריבענע אזשענדע טרייבער
נישדא אזא זאך ווי א 2 בעדרום דירה פאר 1500

3 בעדרום דירות זענען אויף דיוויזשאן לעבן התאחדות, יעצט איבערגעבויעט.

2 בעדרום דירות זענען אויף174 סאוט 9 צווישן דריגס און ראבלינג.

ביטע רעדן איידל צו אנדערע ניקס, שכח.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”