פאסט טרעגער האט געשריבן:ה''י זאל מיר איינער מסבירן פארוואס איך וואוין נאך אין וויליאמסבורג
א שטאט וואס איז נישט געמאכט פאר אידן נישט ברוחניות אין נישט בגשמיות
לדעתי איז דאס אסאך א גרעסערע קריזיס ווי חתונה מאכן, עס איז אוממעגליך פאר א אינגערמאן צו זיך סעטלן מיט אזאנע פרייזען
עס איז צייט די מערכה זאל זיך צוריק אויפוועקן
כ'מיין חלילה נישט קיינעם פערזענליך אבער פאר די אלע אידן וואס קענען נישט פארשטיין וויאוי אידן בלייבן נאך וואונען אין וויליאמסבורג. במחילת כבודם אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די נסיון פון אברהם אבינו מיט לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך בשעת דער אויבערשטער האט אים צוגעזאגט אלעס גוטס אויפן נייעם פלאץ???
מיינע פריינט! ווי שווער ס'איז דעי דירות מאנגל, נאך אזוי, און נאך אפילו שווערער, איז זיך אויפצוהייבן מיט די ווייב און קינדער און איבערלאזן אלעס, די עלטערן, געשוויסטער, חבירים, און אנהייבן א לעבן פונדאסניי!
און כ'מיין אז יעדער פארשטייט עס.
ממילא זאל זיך ביטע אויפהערן די זיסע שאלות ''כ'פארשטיי נישט פארוואס דו וואונסט נאך אין וויליאמסבורג''! אדער ''דו קענסט מיר זאגן וואס דו האסט פארלוירן אין שטאט? הייב דיך אויף און מאף קיין אפסטעיט!'' הערסט? הייב דיך אויף! כאילו דו פארשטייסט ניטאמאל וואס האלט צוריק, לאמיר זען אז איך שטעל דיך צו א גאר ביליגע דירה אין וויליאמסבורג, לאמיר זען אויב דו וועסט ארוסקומען דא וואונען!
דו וואונסט נישט אין אפסטעיט מתוך גרויס קלוגשאפט, און נישט גאנץ וויליאמסבורג זענען משוגעים, דער אויבערשטער האט דיך געהאלפן דו האסט חתונה געהאט קיין אפסטעיט? דאנק דעם אויבערשטן, אבער ביטע קום נישט מיט א ערנסטע פנים גיסן זאלץ אויף די וואונדן. יא אונז ווייס מיר אז אונז צאל מיר אבנארמאלע פרייזן און אונז ווייס מיר אז די בעסטע און איינציגסטע עצה איז צו מופן און אינז וועלמיר עס בעז''ה טון ווען אונז וועלמיר זיין גרייט.