זינלאזיקייט.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

זינלאזיקייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

די מענטשהייט לעבט און א צומישעניש,
מיין העלד איז דיין פארפוילטער,
סאיז א פשוטע מוטשעניש,
כ'גיי מיך זוכן א שעלטער,

דאס איז א פאקט,
א פראז וואס בלייבט,
איך בין גערעכט,
אבער יענער ברעכט,

נישטא קיין געווינער,
אפגעפאטשט איך און ער,
עס ווערט נישט גרינגער,
איך קען נישט מער,

די זינלאזיקייט ווערט נישט קלענער,
עס שרייט פון יעדע ווינקל,
עס ווערט נישט שענער,
ביז עס ווערט טונקל,

אבער מי כעמך ישראל,
ערנסט מען נעמט עס נישט ,
די טענער אראפ צו נול,
די גאנצע זאך ווערט ציווישט,

א קליינע דערמאנונג מיינע היגע פריינט,
און אור צו די לעצטיגע אנוויקלונגען,
נישטא דא קיינע פיינט,
טראץ די פייער צינגען,

מיר גייען זיין א רעוועלוציע,
און שאטן פון די אטמאספער,
אבער מיר נויטיגן זיך אין אמוניציע,
צו זיין גרייט אויף מער,

שטיקעדיגע הייסקייט,
מ'קען זיך אפבריען,
א נעפל מיט נאסקייט,
אזש די מוח קען מען שוין גליען,

די טענער אראפנידערן,
מיין ליפן טוט גליווערן,
הערט אויף רודערן,
עס טרעט מיר די געהירן,

האסט פארשטאנען מיינע ווערטער?,
דאן טיילן מיר ערטער,

אבער אז נישט און דו וויינסט,
דאן טייטש עס אויס ווי דו פארשטייסט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זינלאזיקייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: זינלאזיקייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לעכטיגקייט!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: זינלאזיקייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

די פאר רואיגע פאעזיע ליינער ווילסטו בארואיגן? דאס באלאנגט אין אקטועלע...

גאר גוט געשריבן, גיי אן!
לפנות בוקר
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זינלאזיקייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

זינלאזיקייט.pdf
לעכטיגקייט!
[quote="לפנות בוקר"]די פאר רואיגע פאעזיע ליינער ווילסטו בארואיגן? דאס באלאנגט אין אקטועלע...
גאר גוט געשריבן, גיי אן![/quote]
(41.34 KiB) געווארן דאונלאודעד 22 מאל
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”