תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איך זיץ דא איינער אליין
און שטעל אן מיינע אויגען אויף אריין
איך שפרייז דורך אלע מיינע גלידער
מיין ציל איז אנצוקומען צו דער וואס מאכט דארט גרודער
אט קום איך אן צו מיין הערצעלע
און איך גיב מיך אויף איר א קלאצעלע
טייערער פריינט מיינער, גיב איך איר א זאג
פארוואזשע ביסטו אזוי מיטען קאפ אראפ
טו מיט מיר דיין ווייטאג מיטיילען
איך קען אפשר נישט פראבלעמען אוועקשיילען
אבער מיטפילען מיט דיר
דעס קאן איך אן א שיעור

מייין ליבער פריינט
הער איך מיין הערצעלע שטיל וויינט
דאס לעבןן מיינער
האט טשאלענדזשעס זיינער
און עס איז מיר אויפען הארצען - פון מאל צומאל - אומוטיג
די געפילען מיינע זענען, גרוי נישט געצייטיגט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שייין. איך שטעל מיך פאר אז ס'קומט נאך בעזרת השי"ת. די ענין פון מיטפילן מיט די הארץ איז ווערד צו קוואוטן.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

זייער שיין און ווארעם!

מיר ערווארטן נאך!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיין שיין..

נישט געוואוסט אז די הארץ האט אויך א קאפ...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ישר כח, פאר"ן נעמן די מיה צו קאמפלעמינטירען!

רעד רעד ווייטער הערצעלע מיינער
גיב ארויס די ווייטאג דיינער!
איך שפיר א חלל טיף טיף
עס איז זייער שווער די זאלסט האבען און דעם א באגריף
עס פילט ווי עפעס אין מיר איז נישט בסדר
וואס דאס האלט צוריק מיין לעבנס ניגון פון זינגען כסדר
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

וואלט איך געהאט יענעמס טאלאנטען
וואלט איך געפילט אינגאנצען
וואלט איך געהאט יענעמס געפילען
וואלט איך געפילט ווי דאס לעבן טוט מיר שפילען
וואלט איך געהאט יענעמס כשרונות
וואלט איך געפילט גוט אן קייין חשבונות
וואלט איך געהאט יענעמס מוט
וואלט איך געפילט גוט מיט זיך יעדן טאג
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

;l;p-
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס איז געווען און א מיטוואכדיגער טאג, די זון האט געשיקט אירע שטריילען גלעטענדיג די שטאטעטישע שטאט פ. עס האט געהערשט א האלב שטומער פרימארגען, דא דארט האט זיך אנגעזעהן איינוואונער וואס האבן זיך נארוואס פורש געווען פון דאס ישנות און געשטעלט זייער ערשטע טריט אויף דאס נייער אנגעקומענער טאג זייענדיג קאמפס גרייט איר אדורך צו שפרייזען ביזן ענדע.
שפאצירינדיג אזוי געמיטלעך אויף די זאמטיגע געסעלעך, הער איך אונטערוויילעכטץ פון מיר, האסטיגע טריט און איך גיב פאר מיין קאפ א שנעלער באפעל!! דריי זיך יעצט אויס!!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך האב מוראדיג הנאה פון דיין פאעזיע. עס באיינדרוקט

א שיינע דאנק. גיי אן!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

טיף און לויטער!
לפנות בוקר
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

דער ווינטער האט אנגעהויבען זיך איינקוואטירען דא אינעם פלאנעט אונזערע עס האט אן השפעה אויף דער גאנצער ארום, דער ערד ווערט פארהארטעוועט און פעלזען פעסט די שטיינער קומען ארויס מיט זייער אמתער "זיך", הארט, פעסט, עקשנותדיג. די ביימער זענען אנגעפעלצט מיט העלצערנע כוחות צו קענען פארנעמען די ווינטען און נישט אונטערברעכן, די בלעטער ליגען אונטער די ביימער - דער וואס האט זיי אזוי מוטערליך אויפגעצויגען במשך די פארגייענדיגע מאנאטן, זיי קוקען מיטען פנים אויף ארויף פול מיט דאנקבארע געפילען צום בוים פארן זיך אפגעבן מיט זיי און געבן די געשמאקער געפיל פון "זיין" און איצטערט טוען זיי זיך אוישפרייטען און ענטפאנגען מיט הכנעה די פיסטריט פונעם מענטש געבענדיג די אויסזעהן ווי א קאלורפולער טעפיך.
דער מענטש שפאצירט איינגעבויגען ווילענדיג גיין אונטער די קאלט און איר לאזען פליען העכער זיין גוף, ער פרובירט מצמצם צו זיין, זיין מציאות און אריינגיין טיפער און זיך בכדי צו זיין וואס ווייניגער, און אזוי פארמיידען עטוואס פון זיין קאלט.
דער מענטש באופן כללי - ווינטער - איז מער אויף אריין, מצומצום, נעמענדיג אויף ווייניגער פלאץ אין דאס באשאף, איינגעהאלטען, הכנעהדיג.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

די זון שטייט ביים ברעג פונעם הימל אבער זי שיינט ווייטער מיט א פעסקייט, זי ווערט נישט טונקעלער מיטען אונטערגיין נאר ריקט זיך שטייטעלעך אוועק פון דא אנטהאלטענדיג איר אויפגאבע.
די נאכט הייבט אן אויסשפרייטען אירע פליגלען אויפען ארום אבער זי טוט עס נישט מיט א טראך, נאר צוביסעלעך נעמט זי איין דעם שטח מער און מער, און מיטאמאל ווערט אינגאנצעל טינקל, עס שפירט זיך עפעס - ווי דאס איז עס - עס גייט שוין אייביג אזוי זיין.
די גאנצע בריאה שטעלט זיך צו און לאזט דאס חושך נעסטיגען אויף זיי.
דאס הארץ זעהט נישט דעם טויש אבער זי שפירט עס יא און דוקא נאך שטערקער ווי דאס אויג וואס זעהט. און די הרגשים אירע קומען ארויף אויפען אויבערפלאך און נעמען איר ארום אינגאנצען.
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 5:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איינער פארשטייט וואס איך רעד???
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איך זיך מיין "איך"
איך מיין צוזאגען "דער מענטש" וואס וואקט אין מיינע שיך
אהין און אהער איך קריך
און פרוביר אנצוטאטעלען, אט אט דאס איז דיין דיך
אבער עס איז פארנעפלט, אזוי ווי א פארמעקטער בוך
איך ווייס נישט צו עס איז פשוט א מיטל צו אנטלויפען פון זיך
אדער איז עט טאקע טיפער פארדעקט אונטער א שיכט
אפשר זיך איך צו זיין עפעס וואס איז ביי א צווייטען אין קיך
און איך דארף פשוט אקצעפטירען אז דאס איז נישט מיין "מיך"
אלזא, אויב זעהט איר איינעם וואס זיין בעל הבית ער זיכט
דאן שיקט אים צו מיר, גיך
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

טייערע ברודער
לאמיר אלע זינגען לידער
אז מיר האבן ב"ה אלע גלידער
און אפילו אין א טאג וואס איז אביסל א מידער
אדער א טאג וואס מאכט אונז צופיל גרודער
לאמיר נאך אלץ דאנקען דעם בורא פונעם באשאף, אזא גענוטער
ער איז שטענדיג אויף אןנזער געזונט א היטער
ווען מיר זענען הינגעריג, געבט ער אונז מיט עסן א פיטער
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איי איי די געפילען פון אונז מענטשעלעך
אזוי שטארק, זיי בינדען אונז מיט בענדעלעך
די החלטות אונזערע, זיי טוען פאר אונז מאכען
אפילו די לאגיק שרייט טו נישט אזעלכע זאכען
עס קען זיין הערליך און קלאר
אבער מיר קענען פילען פארקלעמט ביז גאר
עס קען זיין א חושך אויסגעגאסען
אבער זיי קענען מאכען פילען געשמאק אויסגעפלאסען
ווי נאר אונזער שכל אומריכטיגע מסכנות זי מאכט
באזעצט זיך די מרה שחורה - זארג -מיט איר גאנצער פראכט
פון הארץ גייט זי נישט אזוי שנעל ארויס
זי פילט זיך היימיש ווי ביי איר הויז
אפילו איינס מיט איינס טוט נישט שטימען
וועט זי מיט חוצפה זיך נישט לאזען בייקומען
אלזא, די בעסטע מיטעל, איר צו מסדר זיין איז
איר זאגען, די קענסט דא בלייבען אייביג ביז.....
איך וועל זיך מיט דיר נישט שלאגען
ווייל מער כח - פון מיר - טוסטו סיי ווי פארמאגען
איך וועל דיך אקצעפטירען און ווייטער מיט מיין לעבן אנגיין
און אזוי וועט פון דיר נישט בלייבען קיין געביין
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

יקשן איך האב יעצט צום ערשטן מאל באזוכט דא אין דיין באצויברנדן געהענגעלע. דו שרייבסט געוואלדיג! ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם 'ווינטער' שטיקל.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

מיאושדיגער האט געשריבן:יקשן איך האב יעצט צום ערשטן מאל באזוכט דא אין דיין באצויברנדן געהענגעלע. דו שרייבסט געוואלדיג! ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם 'ווינטער' שטיקל.


טענקס פאר די קאמפלעמענט!

אגב, די ביסט "מיאוש" ווייל דיין נאמען איז "מיאוש"? - אדער ווייל די ביסט "מיאוש" איז דיין נאמען "מיאוש"?
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

אויפען דרייצענטע שטאק אינעם פרעכעטיגען געביידע וואס שטייט אין מאנהעטן אויף די דריי און פערציגסטע גאס זיצט זיך זרח פייגעלבוים און פרובירט צו מאכען סדר אין זיין צשטורעמטער מח, ער איז נאך און טיפען שאק און קען נאכנישט קומען צו זיך פון דעם שמעס וואס איז פארגעקומען צווישען אים און זיין שותף יענקל עדעלשטיין.

זיין דמיון פירט אים צוריק - קנאפע צוואנציג יאר ווען ער האט נארוואס געהאט חתונה געהאט און פארברענגט זיינע זיסע יארען אין כולל געלערנט געהארעוועט עוסק געווען און דער אמתער לעבן, דאב לעבן וואס איז באציקערט מיט חיות און שפייזט די נשמה מיט איר ארגיענעלן עסן וואס זי דארף. אזוי איז ער אנגעגאנגען ביז דאס געזינדעל האט זיך אויסגעברייטערט און תובע געווען ארויסצוגיין אינעם עולם עשיה. ער געדענקט עס נאך ווי עס וואלט יעצט געשען, ווען יענקל עדעלשטיין, וואס איז אויך געווען אינעם זעלבן כולל, האט אים פארגעשלאגען אריין צו גיין און שותפות און פארמירען זייער איצטיגער סטאק ביזנעס, מיט וואסערע אייפער יענקל האט דעמאלטס אראפגעלייגט ווי סוקסעספול עס גייט זיך אויסארבעטן. יענקל איז געווען מער א היציגער טיפ וואס ווערט זייער איבערגענומען און שפרינגט גראד אריין, נישט ממש ספעציעל אן אויסגערעכנטער. זרח, פון די אנדערע זייט איז דוקא מער א קאלטער פון נאטור אויס, שפרינגט נישט אזוי שנעל אריין אין זאכען, זאכען ברויכען שטימען
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 5:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס איז אנגעגאנגען א שיינער פאר וואכען, וואס זיי האבן דיסקוסירט צווישעו זיך און אויסגעארבעט אלע איינצעלהייטען, ביז זרח האט געגעבן זיין הסכמה אז עס קוקט אים אויס אינטערעסאנט און מען קען גיין ווייטער.

און אזוי איז טאקע געגרינדעט געווארען די "סטאקס ענד מאאר" קאמפעני. די קאמפעני איז באשטאנען פון אינוועסטירען מענטשענס געלט אין סטאקס. מתחלה זענען זיי נאכגעלאפען אנדערע צו אינוועסטירען קליינליכע סומעס אביר מיט דערצייט האבן זיי זיך איינגעקויפט די טראסט פונעם ציבור און זענען אויסגעשטיגען צו זיין א מולטי מיליאן דאלער קאמפעני.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

און אזוי איז עס אנגעגאנגען די לעצטע צוואנציג יאר.

הייינט אינדערפרי ווען יענקל האט אים גערופען אז ער וויל עפעס וויכטיג דורך שמועסען און דוקא נישט אין אפיס, האט אים זיין זעקסטער חוש געזאגט אזז עפעס ערנסט גייט דא פאר, יענקל האט פרובירט זיך צו האלטען רואיג אבער זרח האט געשמעקט אז זיין שותף איז זייער אנגעצויגען.


פארזעצונג קומט אי"ה
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:יקשן איך האב יעצט צום ערשטן מאל באזוכט דא אין דיין באצויברנדן געהענגעלע. דו שרייבסט געוואלדיג! ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם 'ווינטער' שטיקל.


טענקס פאר די קאמפלעמענט!

אגב, די ביסט "מיאוש" ווייל דיין נאמען איז "מיאוש"? - אדער ווייל די ביסט "מיאוש" איז דיין נאמען "מיאוש"?

איך האב דערווייל דאס מערסטע הנאה פון דיין 'איך' ארטיקל. אבער אפילו דיין ערשטע תגובה האביך גלייך אריינגעלייגט אינעם שרייבער. דו ביסט טאלאנטעד.

פארט בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

שא שא... לאמיר א אויער צו בייגען
און איר אפיר נעמען, זי זאלען אלע סודות ארויסלייגען
מיט א געשטיקטע שטימע פארציילט זי
וויאזוי עס האט אויסגעזעהן דא, חודש תשרי
ווי אזוי יענער דארט איז געווען מיטען טלית אראפגעבויגען
טרערן זענען געפלאסען פון זיינע אויגען
שטילערהייט האט ער זיך געבעטן
צום באשעפער זיין טאטע וואס טוט אויף יעדעם היטען
אוי.. אוי.. איך האלט עס שוין נישט אויס מער
די נסיונות זענען פון מיר סאך שטערקער
קיינער אויף דער וועלט, אויסער מיין הארץ טוט וויסען
וויפל פיין איך טו געניסען


ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט


אביסל ארויפצו איז דארט א שטילער אינגערמאן געשטאנען
פילט זיך אזוי פרעמד, אומבאקוועם און אומפארשטאנען
זיינע הרגשים זענען זייער טיף באגראבען
קנאה אויף דעי וואס שפירען יא, טוט ער האבן
פארוואס, אוי פארוואס?
איז מיין פיין, אן א מאס



ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט


אוי טאטע קרעכצט ער שטארק
אויף צו האבן גוטע ערליכע קינדער איך האב אזוי געגארט
און איצט מיט איינגעהאלטענע כעס צוקוקען איך דארף
ווי אזוי מיין בחור איז נעבעך אונטערן יצר אזוי פארנערט
פיל מיט שילד געפילען זיין הארץ איז נעבעך באגאסען
פארוואס האב איך נישט געטון מער און א בעסערער חינוך פאר אים אויסגעפלאסען
ער איז און דעם בראך אינגאנצען שילדיג, ער מיינט
און פארדעם ער וויינט און וויינט


ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט


דארט איינער ער שאקעלט זיך שטייט
אזוי צוקלאפט, אויף א גוט ווארט ער גארט
זיין נפש קיינמאל ליבשאפט נישט געשפירט
איך בין אפשר נישט ווערד, ער קאנספערירט
ער זעהט נישט וואסערע נקודות טובות ער טוט פארמאגען
איך בין ווערדלאז, זיין הארץ טוט אים כסדר זאגען
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איך וויל פשוט פארשטיין, כ"מיין גארנישט

פארוואס ווען ער וואקט אדורך א טלית בייטל וואס איז זיצט שיף"לעך ביים עק טיש, האנקעט זיך אן - די שווענצעלעך פונעם טלית זיינער - אינעם זיפער פונעם בייטל און שלעפט מיט זיך מיט און זיין איילענדיגע נסיעה דאס גאנצע האב און גוטס פונעם אומשולדיגן מתפלל... אלע אנגעגרייטע פרוטות וואס איז אנגעגרייט געווארען צו פארטיילען אינאיינעם מיט די ביתלעך זענען משוטט לארבע כנפות ה"פאליש.... און דער וואקט זיך ווייטער נישטאמאל חאפענדיג וואסערע אטאקע ער האט דא אנגעזייט!

פארוואס זענען דא מענטשען וואס קומען אן אין שול און א רעגענדעגער פרימאגען באפעלצט מיטען מיעל, וועלן זיי אויסטאן דאס מעיל אינעם שול גופא און דייקא נאכן זיין פארזיכערט דאס ער האט שוין נאס געמאכט רוב רצפת הבימדר"ש. כ"מיין די ביסט דאך נישט ריינגעקומען פונעם דאך האסטעך געזען אויפען וועג אריין ארויפגעקלעבטע שטעקעלעך אויף ווי צו לייגען שלאפען דיין מעיל...

פארוואס זענען דא מאנכע וואס גייען אנגעטון מיטען רעזשעוואלקע שבת אינדערפרי אויף א וועג אז באדעקט נאר חצי גוף ד.ה. פונעם פיס פירשט ביזען אויבירשטען חלק רוקען, כ"מיין, כ"פארשטיי אז די האסט אן א טלית און עס איז קען זיין שווערליך זיכער צו מאכען אז דאס טלית זאל אויך איינגענומען ווערן אינעם רעזשעוואלקעס מלוכה אבער די ברויכסטעך סיי ווי אריינלייגען כוחות עצומות אז עס זאל אפילו אנקומען ביז אהין, נא געבזשע נאך צוויי מאל א טאנץ קדוש קדוש
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

היכי תמצא האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:יקשן איך האב יעצט צום ערשטן מאל באזוכט דא אין דיין באצויברנדן געהענגעלע. דו שרייבסט געוואלדיג! ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם 'ווינטער' שטיקל.


טענקס פאר די קאמפלעמענט!

אגב, די ביסט "מיאוש" ווייל דיין נאמען איז "מיאוש"? - אדער ווייל די ביסט "מיאוש" איז דיין נאמען "מיאוש"?

איך האב דערווייל דאס מערסטע הנאה פון דיין 'איך' ארטיקל. אבער אפילו דיין ערשטע תגובה האביך גלייך אריינגעלייגט אינעם שרייבער. דו ביסט טאלאנטעד.

פארט בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס.


שכח!

בד"וו, וואס איז דאס "שרייבער"?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”