תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:יקשן איך האב יעצט צום ערשטן מאל באזוכט דא אין דיין באצויברנדן געהענגעלע. דו שרייבסט געוואלדיג! ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם 'ווינטער' שטיקל.

טענקס פאר די קאמפלעמענט!

אגב, די ביסט "מיאוש" ווייל דיין נאמען איז "מיאוש"? - אדער ווייל די ביסט "מיאוש" איז דיין נאמען "מיאוש"?

איך האב דערווייל דאס מערסטע הנאה פון דיין 'איך' ארטיקל. אבער אפילו דיין ערשטע תגובה האביך גלייך אריינגעלייגט אינעם שרייבער. דו ביסט טאלאנטעד.

פארט בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס.

שכח!

בד"וו, וואס איז דאס "שרייבער"?

שרייבער אויסגאבע #14 - פרשת ויצא תשפ״ב
דו ביסט אין דעם באנד.
איך בין א מיטגליד פון די רעדאקציע.

מ'קען די אויסגאבע דאונלאודן אומזיסט, אדער באשטעלן די געדרוקטע ווערסיע אויף עמעזאן.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

נישט געוואוסט דערפון

שכח!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

יקשן האט געשריבן:ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

שא שא... לאמיר א אויער צו בייגען
און איר אפיר נעמען, זי זאלען אלע סודות ארויסלייגען
מיט א געשטיקטע שטימע פארציילט זי
וויאזוי עס האט אויסגעזעהן דא, חודש תשרי
ווי אזוי יענער דארט איז געווען מיטען טלית אראפגעבויגען
טרערן זענען געפלאסען פון זיינע אויגען
שטילערהייט האט ער זיך געבעטן
צום באשעפער זיין טאטע וואס טוט אויף יעדעם היטען
אוי.. אוי.. איך האלט עס שוין נישט אויס מער
די נסיונות זענען פון מיר סאך שטערקער
קיינער אויף דער וועלט, אויסער מיין הארץ טוט וויסען
וויפל פיין איך טו געניסען

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

אביסל ארויפצו איז דארט א שטילער אינגערמאן געשטאנען
פילט זיך אזוי פרעמד, אומבאקוועם און אומפארשטאנען
זיינע הרגשים זענען זייער טיף באגראבען
קנאה אויף דעי וואס שפירען יא, טוט ער האבן
פארוואס, אוי פארוואס?
איז מיין פיין, אן א מאס

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

אוי טאטע קרעכצט ער שטארק
אויף צו האבן גוטע ערליכע קינדער איך האב אזוי געגארט
און איצט מיט איינגעהאלטענע כעס צוקוקען איך דארף
ווי אזוי מיין בחור איז נעבעך אונטערן יצר אזוי פארנערט
פיל מיט שילד געפילען זיין הארץ איז נעבעך באגאסען
פארוואס האב איך נישט געטון מער און א בעסערער חינוך פאר אים אויסגעפלאסען
ער איז און דעם בראך אינגאנצען שילדיג, ער מיינט
און פארדעם ער וויינט און וויינט

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

דארט איינער ער שאקעלט זיך שטייט
אזוי צוקלאפט, אויף א גוט ווארט ער גארט
זיין נפש קיינמאל ליבשאפט נישט געשפירט
איך בין אפשר נישט ווערד, ער קאנספערירט
ער זעהט נישט וואסערע נקודות טובות ער טוט פארמאגען
איך בין ווערדלאז, זיין הארץ טוט אים כסדר זאגען

געוואלדיג שיין!
הנשמה שבמוחי
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

אוי אוי, מיין הארץ עס דריקט
איך וויל פילען דערקוויקט
און נישט שלינגען בלוט
פארוואס דארפסטו - מוח"ל - קוקען מיט אזא שווארצע בליק
זיך אויסמשלן דאס ערגסטע, א סצענע אזוי ציפעדיק
די ווייסט דאך פון לאנג צוריק
אז יעדער מצב ווענדט זיך סך הכל, און אונזער קוק
מען ברויך סך הכל אקצעפטירען
די שווערע געפילען וואס מיר שפירען
און זיך נישט לאזען פארפירען
פון דמיונות, וואס טוען אונזער לעבן פאלש אנאלאזירען
עס איז טאקע מעגליך אז דעס וואס די טראכסט איז אמת און וואר
אבער וואס איז דען אויב יא, מען קען מיט דעם לעבן 120 יאר
זאג, עס איז אקעי און מיטען שטראם ווייטער פאר
על כל גל וגל שבא נענע ראשי - גיי אן ווייטער, וועסטו שטייגען הויך ביז גאר
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

מח בקדקדו האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

שא שא... לאמיר א אויער צו בייגען
און איר אפיר נעמען, זי זאלען אלע סודות ארויסלייגען
מיט א געשטיקטע שטימע פארציילט זי
וויאזוי עס האט אויסגעזעהן דא, חודש תשרי
ווי אזוי יענער דארט איז געווען מיטען טלית אראפגעבויגען
טרערן זענען געפלאסען פון זיינע אויגען
שטילערהייט האט ער זיך געבעטן
צום באשעפער זיין טאטע וואס טוט אויף יעדעם היטען
אוי.. אוי.. איך האלט עס שוין נישט אויס מער
די נסיונות זענען פון מיר סאך שטערקער
קיינער אויף דער וועלט, אויסער מיין הארץ טוט וויסען
וויפל פיין איך טו געניסען

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

אביסל ארויפצו איז דארט א שטילער אינגערמאן געשטאנען
פילט זיך אזוי פרעמד, אומבאקוועם און אומפארשטאנען
זיינע הרגשים זענען זייער טיף באגראבען
קנאה אויף דעי וואס שפירען יא, טוט ער האבן
פארוואס, אוי פארוואס?
איז מיין פיין, אן א מאס

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

אוי טאטע קרעכצט ער שטארק
אויף צו האבן גוטע ערליכע קינדער איך האב אזוי געגארט
און איצט מיט איינגעהאלטענע כעס צוקוקען איך דארף
ווי אזוי מיין בחור איז נעבעך אונטערן יצר אזוי פארנערט
פיל מיט שילד געפילען זיין הארץ איז נעבעך באגאסען
פארוואס האב איך נישט געטון מער און א בעסערער חינוך פאר אים אויסגעפלאסען
ער איז און דעם בראך אינגאנצען שילדיג, ער מיינט
און פארדעם ער וויינט און וויינט

ווען די שילעכל ווענט
וואלטן רעדן געקענט
און פארציילען וואס זיי זעהן יעדער מאמענט
אלעס וואס עס טוט זיך אפ אונטער זייער הענט

דארט איינער ער שאקעלט זיך שטייט
אזוי צוקלאפט, אויף א גוט ווארט ער גארט
זיין נפש קיינמאל ליבשאפט נישט געשפירט
איך בין אפשר נישט ווערד, ער קאנספערירט
ער זעהט נישט וואסערע נקודות טובות ער טוט פארמאגען
איך בין ווערדלאז, זיין הארץ טוט אים כסדר זאגען

געוואלדיג שיין!

שכח!
דיין קאמפלעמענט, מיינט אסאך פאר מיר!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

צייט

אין דער מייסטערהאפטיגער בריאה וואס דער גרויסער בורא האט באשאפען האט ער אהערגעשטעלט אזא מין באגריף וואס ווערט אנגערופען: זמן - צייט, דעס איז נישט עפעס וואס מען קען אנטאפען מיטען חוש המושש, מען קען איר אויך נישט זעהן אדער הערן, אבער מיר ווייסען אז זי איז דא.
די יסוד פון זייער עקזיסטענץ איז נישט די זייגעלעך וואס מיר פארמאגען- וואס ווייל זיי פארמאגען פיסעלעך און לויפען אוועק פונעם יעצט מיט א טריט נעטער צו זיין צוריק דא - ניין. די זון און לבנה וואס לויפען כסדר ארום אונזער וועלט, זענען אויך נישט די סיבה וואס צייט איז פון זיי נובע. דיע אללע זאכען זענען נאר די חברה וואס פארציילען אונז וואס די צייט טוט יעצט, ווי זי האלט יעצט און וויפל פון איר עס האט זיך שוין צאמגעזאמלט און זיך געזעגנט פון אונז אויף אייביג.
לאמיר נעמען אביסל צייט און זיך מתבונן זיין וואס זי טוט אלץ אפ דא אינעם עולם העשיה.

ווען עס מאכט זיך ח"ו ביי עמיצען אז ער פארלירט נעבעך א גאר נאנטען מענטש, איינער וואס האט געמיינט פאר אים זייער אסאך. איז ער שרעקליך צובראכען, ער בענקט זיך זייער שטארק צוריק צו יענעם, ער קען פילען מיואש, און זעהט נישט קיין סיבה ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן.
אבער צוביסלעך און צושטאטעלך ווערט עטוואס גרינגער אויפען הארץ. דער מענטש פראסעצירט דעי געפילען ער לאזט זיי זיין, ער לאזט זיי עקזעסטירען, ער גיבט זיך די רעכט צו פילען וואס ער פילט און "מיט דער צייט" ווערט גרינגער אויפן הארץ. יעצט, די צייט איז טאקע נישט די סיבה אז עס איז אים געווארען גרינגער, זי איז נישט די אב וואס האט מוליד געווען זיין שלוות הנפש, אבער מיט איר דא זיין האט זי ערמעגליכט אז זאכען זאלן זיך אפטון דא וואס זיי מאכן אים גרינגער.

עס איז אבער דא אמאל וואס "צייט" קען ברעגן שאדן. והיינו, יעדער פון אונז ווייסט זייער קלאר אז מיר גייען נישט לעבן אויף אייביג. יעדער פון אונז האט שוין געדאווענט שחרית, וואס עמעצער האט פארגעזאגט דאס דאווענען ביים עמוד לעילו נשמת א משפחה מיטגליד זיינער. און יעדער פון אונז חאפט אמאל אן די געפיל און עס איז אים קלאר אז אז בית מועד לכל חי. נאר וואזשע דען? "צייט" מאכט אונז פארגעסן.... ד.ה. די צייט גיבט רשות פארן שכחה אז ער זאל קענען שיינען און וואקסען אין אונזער מח מיט אלע קאלירען.

אלזא לאמיר אויסנוצען די צייט צום גוטען!!

נ.ב. אויב פילט איר אז עס איז אייך געווען אינטערעסאנט, ביטע לאזן וויסען פון וועלכער נקודה איר האט הנאה געהאט. עס גיבט מיר חיזוק צו שרייבען נאך!

ישר כח!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יקשן האט געשריבן:איך זיך מיין "איך"
איך מיין צוזאגען "דער מענטש" וואס וואקט אין מיינע שיך
אהין און אהער איך קריך
און פרוביר אנצוטאטעלען, אט אט דאס איז דיין דיך
אבער עס איז פארנעפלט, אזוי ווי א פארמעקטער בוך
איך ווייס נישט צו עס איז פשוט א מיטל צו אנטלויפען פון זיך
אדער איז עט טאקע טיפער פארדעקט אונטער א שיכט
אפשר זיך איך צו זיין עפעס וואס איז ביי א צווייטען אין קיך
און איך דארף פשוט אקצעפטירען אז דאס איז נישט מיין "מיך"
אלזא, אויב זעהט איר איינעם וואס זיין בעל הבית ער זיכט
דאן שיקט אים צו מיר, גיך

;l;p-
זייער שטארק!

לאז וויסן ווען איינער וועט איהם טרעפן, סוועט אסאך העלפן די מענטשהייט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איינס האט געשריבן:

שכח!!

און וועלכער וועג וועט עס העלפן די מענטשהייט?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יקשן האט געשריבן:און וועלכער וועג וועט עס העלפן די מענטשהייט?

אויב וועט זיין א וועג וואו מקען טרעפן דעם איך וועט דאס אסאך העלפן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

דאווענעדיג מנחה איצטעט און די חנוכה טעג איז זייער אינטערעסאנט צוצוקוקען וואס עס טוט זיך אפ, די טאטעס שטייען אויפן פלאץ און ארום און ארום דרייען זיך ארום די תנוקות פון אלע יארגענג, פון פינף יעריגע ביז אפילו דיע וואס טראגען שוין היטן, אלע לויפען ארום אזוי ווי אין א מארק טאג ווי דער עולם קומט חאפן מציאות, אלע האלטען אזוינע צעטלעך אין די הענט מיטן פנים פונעם ביכל אויסגעדרייט צום ציבור עס זענען צווישען זיי פארהאנען אזעלכע וואס חאפן עס אן אז דער דאך פון די אותיות מיטען פנים צום קרקע אזוי ווי א גר מיטען זאגערל ביי קידוש לבנה און אלע לויפען ארום פארסאפעט מיט רויטע בעקעלעך און גייען פון מעכל צו רעכל פרובירענדיג ארויסדערווישען עטליכע פיאטעס פון די גרויסע טאטעס. די קלענערע באהאלטען דאס געלט און אזוינע פלאסטישע זעקלעך וואס ביים אכטען טאג זעהט זי אויס ווי עס איז עפעס וואס קומט נאך פון די צייטען פון די יונים, די גרסערע זענען שוין מאדערנעזירט און טראגן זיך ארום מיט א קעסטעלע געמאכט פון לעדער.

עס זענען דא אזעלכע וואס ענטפאנגען די קליינע מיט א שמייכל און פארגינען פאר זיי א ניקל אדער א דיים, ווידער זענען דא אזעלכע וואס זענען פינסטער פארמאכט, די הענט זייערע זענען פויסטענדיג קאמפס גרייט צו אטאקירען די מוזשינקעס וואס קומען דא צושטערן זייער אנגעצויגענע נאך ארבעט שעות, ווייטער זענען דא אנדערע וואס ווילען זייער נישט אריינלייגען ס"הענט אין סעיף זייערע וואס רוט אויף די צוויי זייטען פונעם הויזען, אבער דא שטייט איינער קעגן איבער אים מיט אן אינטערגעציפטער שמייכל - זיין חבר"ס א קינד - נישט האבענדיג קיין דריי ברירות לייגט ער אריין די הענט אין טאש ארויסצושלעפן אן אייקגענייטשטע דאלער, דערזעהט ער זיך - פלוצלינג - ארום גענומען מיט א גאנצע באנטש פון די חברה, אלע טייטלען צו אים מיט זייערע שולדן און פארלאגענדיג, אהער מיט דאס געלט!
ער זעהט פארזיך אן אויסשטען פון יעדער מוסד וואס איז נאר דא אויפן כדר הארץ, נישט האבעניג קיין אויסוויל מיז ער נעבעך צוטיילען זיינע קינדערס ירושה פאר אט דיע חברה וואס גייען באקומען נארך נעקסטעס יאר א מתנה וואס איז באשערט צו לעבן גאנצע פינף מינוט.

דא דאזיגע סצענע איז עפעס וואס גיבט אונז א גוטע לעקציע אינעם לעבן. די קינדערלעך האבן פאר זיך א ציל און גארנישט שטעלט זיי נישט אפ, עס מעג זיין אז זיי פארדינען נאר א ניקל איין נאכט וועלן זיי נישט אויפגעבן דער נעקסטער נאכט וועלן זיי אנהייבען מיט א פרישקייט, עס מעג זיין אז זיין פרענד האלט סאך ווייטער ווי אים, אבער ער גיבנט נישט אויף!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

קאלט, גרעי
אריין אין זיך, דער גוף איז
אלע גלידער נישט צושפרייט
נאר זייער מינימאלער פארעם זיי זענען
הארטע ערד. דאס חלל אנגעפילט מיט ווינט
נאקעט אנע קליידונג די בוימער זיי זענען
איינגעהאלטען פארטריקענט דאס לעבן גייסט
צושטייטלעך און נישט געאיילט דאס געלויף
פארשפארט פארמאכט פארגליווערט
דאס גאוה אוועקגעלייגט
הכנעה - די וועטער זי שפילט אויף
פארשטעקט באהאלטען און שוץ

די פלאמעלעך זיי שטייען אזוי הייליג
באשיידען אבער שטאנדהאפטיג
קדושה אן קיין שום לבוש
צאנקענדיג זיי ווילען גיין העכער ארויף
ווינקען, קום נענטער צו מיר
אריין אין הארץ
די אויגען, אריין זי שלעפט זיי
אלע פאר זיך זיי לעבן
יעדערער מיט זיין עבודה
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

יקשן האט געשריבן:קאלט, גרעי
אריין אין זיך, דער גוף איז
אלע גלידער נישט צושפרייט
נאר זייער מינימאלער פארעם זיי זענען
הארטע ערד. דאס חלל אנגעפילט מיט ווינט
נאקעט אנע קליידונג די בוימער זיי זענען
איינגעהאלטען פארטריקענט דאס לעבן גייסט
צושטייטלעך און נישט געאיילט דאס געלויף
פארשפארט פארמאכט פארגליווערט
דאס גאוה אוועקגעלייגט
הכנעה - די וועטער זי שפילט אויף
פארשטעקט באהאלטען און שוץ

די פלאמעלעך זיי שטייען אזוי הייליג
באשיידען אבער שטאנדהאפטיג
קדושה אן קיין שום לבוש
צאנקענדיג זיי ווילען גיין העכער ארויף
ווינקען, קום נענטער צו מיר
אריין אין הארץ
די אויגען, אריין זי שלעפט זיי
אלע פאר זיך זיי לעבן
יעדערער מיט זיין עבודה

עמעצער פארשטייט וואס ער רעדט דא צאם?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:קאלט, גרעי
אריין אין זיך, דער גוף איז
אלע גלידער נישט צושפרייט
נאר זייער מינימאלער פארעם זיי זענען
הארטע ערד. דאס חלל אנגעפילט מיט ווינט
נאקעט אנע קליידונג די בוימער זיי זענען
איינגעהאלטען פארטריקענט דאס לעבן גייסט
צושטייטלעך און נישט געאיילט דאס געלויף
פארשפארט פארמאכט פארגליווערט
דאס גאוה אוועקגעלייגט
הכנעה - די וועטער זי שפילט אויף
פארשטעקט באהאלטען און שוץ

די פלאמעלעך זיי שטייען אזוי הייליג
באשיידען אבער שטאנדהאפטיג
קדושה אן קיין שום לבוש
צאנקענדיג זיי ווילען גיין העכער ארויף
ווינקען, קום נענטער צו מיר
אריין אין הארץ
די אויגען, אריין זי שלעפט זיי
אלע פאר זיך זיי לעבן
יעדערער מיט זיין עבודה

עמעצער פארשטייט וואס ער רעדט דא צאם?

חלק א' - די אויסקוק און אטמאספערע פונעם איצטיגן סעזאן, און די השפעה וואס עס האט אויפ'ן מענטש.

חלק ב' - אין פארגלייך די אויסקוק פון די חנוכה ליכט און ווי אזוי זיי באיינפלוסן, סיי דעם מענטש און סיי די אויסזעהן, אטמאספערע פון די סעזאן.

האביך פארשטאנען?
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

היכי תמצא האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:קאלט, גרעי
אריין אין זיך, דער גוף איז
אלע גלידער נישט צושפרייט
נאר זייער מינימאלער פארעם זיי זענען
הארטע ערד. דאס חלל אנגעפילט מיט ווינט
נאקעט אנע קליידונג די בוימער זיי זענען
איינגעהאלטען פארטריקענט דאס לעבן גייסט
צושטייטלעך און נישט געאיילט דאס געלויף
פארשפארט פארמאכט פארגליווערט
דאס גאוה אוועקגעלייגט
הכנעה - די וועטער זי שפילט אויף
פארשטעקט באהאלטען און שוץ

די פלאמעלעך זיי שטייען אזוי הייליג
באשיידען אבער שטאנדהאפטיג
קדושה אן קיין שום לבוש
צאנקענדיג זיי ווילען גיין העכער ארויף
ווינקען, קום נענטער צו מיר
אריין אין הארץ
די אויגען, אריין זי שלעפט זיי
אלע פאר זיך זיי לעבן
יעדערער מיט זיין עבודה

עמעצער פארשטייט וואס ער רעדט דא צאם?

חלק א' - די אויסקוק און אטמאספערע פונעם איצטיגן סעזאן, און די השפעה וואס עס האט אויפ'ן מענטש.

חלק ב' - אין פארגלייך די אויסקוק פון די חנוכה ליכט און ווי אזוי זיי באיינפלוסן, סיי דעם מענטש און סיי די אויסזעהן, אטמאספערע פון די סעזאן.

האביך פארשטאנען?

זייער קלאר פארשטאנען!
שכח פארן זיך אנרופען, עס איז מיר א זכיה אז די פאלסט אריין אין מיין אשכול!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

גערעגט, מלא טענות
דאס הארץ קאכט און זידט
פראסטארעשאן ארום איר זי בייסט
נעגעטיוויטי נעסטעוועט און יערט זיך
שאלות אנע ענטפערס שטאלץ זיי שטייען
שמייכלען זיגרייך מיט נצחון
דער מח מיד פון זיך ספראווענען מיט זיי
יאוש שלעפט זיך נאך אויף צו להכעיס
פארשטייפט די גוף איז

דאס ביסל ניכטערער שכל
גלעטענדיג, שלאגט זי פאר
אראפ די געווער לייג
באשפריץ דאס הארץ מיט הכנעה
מיט די פראגעס און א טאנץ דיך לאז
די קשיות, זיי און די אויגן קוק
ענקער עקזיסטענץ איר אונטערהאקען איך גיי נישט
אנגיין, אנגיין מיט ??????? איך קען
ווארטן מיט געדולד ביז !!!!!!! שטימען וועט
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

מיר זיינען פון אויבן דא געבראכט
צו ארבעטן שווערער בייטאג און ביינאכט
מען האט פאר יעדן זיין רייזע פארגעשטעלט
די נסיונות זייניגע אויף דער וועלט
עס איז נישט א בדיעבד עפעס וואס האט זיך אים געמאכט
ניין! עס איז מתחלה געמאלען פאר אים געמאכט
די נשמה אונזערער זאל זיין שלימותדיג
אוועקשיילען די מחיצות זייער דיק
מען ברויך זאכן שווערע דורך שפרייזען
אבער נישט זיך לאזען בייגען
אוי אוי!, עס טוט וויי
אבער די תוצאות דערנאך זיינען הערליך ניי
די ביסט בעסער און שענער ווי ביפאר
נענטער צום אמת קלארער און קלאר
די נפש איז איצטערט שוין לויטערער
אינעם יסורים אויבן זי אויסגעגליטעט
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

יקשן האט געשריבן:מיר זיינען פון אויבן דא געבראכט
צו ארבעטן שווערער בייטאג און ביינאכט
מען האט פאר יעדן זיין רייזע פארגעשטעלט
די נסיונות זייניגע אויף דער וועלט
עס איז נישט א בדיעבד עפעס וואס האט זיך אים געמאכט
ניין! עס איז מתחלה געמאלען פאר אים געמאכט
די נשמה אונזערער זאל זיין שלימותדיג
אוועקשיילען די מחיצות זייער דיק
מען ברויך זאכן שווערע דורך שפרייזען
אבער נישט זיך לאזען בייגען
אוי אוי!, עס טוט וויי
אבער די תוצאות דערנאך זיינען הערליך ניי
די ביסט בעסער און שענער ווי ביפאר
נענטער צום אמת קלארער און קלאר
די נפש איז איצטערט שוין לויטערער
אינעם יסורים אויבן זיי אויסגעגליטעט

אויב האט אויף דיר- דעס אן השפעה געהאט
ביטע לאזט וויסען אזוי גוט זייט!
שכח!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

קאלט ווינטיג
קלאר לויטער, זי לויפט אדורך
סווינטעלע ווינטעלע זי רוישט
שוועבט אהין און צוריק
פאר איינעם א גלעט
פאר א צווייטען א פאטש
איין יסוד זי איז
אבער די השפעה אירע
אויף יעדן אן אנדערע סארט
אויף ימים און וועלדער זי איז מושל
די הימל מיט וואלקען קליידער זי טוט אן
סוועלטל אנטרינקען און באוואסערען
סוואלקענעס דערנאך זי פארטרייבט
לאזט די זון באקן טריקענען און גלעטן
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

דאס נפש"ל זי נאגט און דיך
אביסעלע ליבשאפט פאר זיך
לעכצט, אוי לעכצט
די הערצעלע זי מאנט מיט רעכט
פון דרויסען דער גוף איז שוין פארענדיגט
אבער די הארץ ווי א קינד זי איז שטענדיג
עס נאגט און פלאגט אן א שיעור
נישט דא עפעס מיט וואס צו בארואגען איר
צומאל א גוט געפיל עמעצער איר שענקט
אבער עס וועפט אויס שנעלער ווי מ"געדענקט
עס איז זייער זייער ברייט איר חלל איז טיף
הויל און ליידיג ווי א ליידיגער בריעף

הערצעלע מיינער
קיינער קען דיך נישט העלפן קיינער
צו דיין נשמה קאנעקט דיך און שפיר איר
דארט וועסטו א זאטקייט פילען און דיר
איך מאך מיך צו די אויגן
און צו מיין נשמה איך טו זיך צובויגען
און מיט איר איך טו זיך קאנעקטען
אה!!! דאס איז מיין "זיך" און איך טו איר גלעטן!
א גרינער
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 09, 2021 12:25 pm
לאקאציע: אויף גרינע גראז

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרינער »

wow!
העשט יעצט אריינגעפאלן דא,
כ'האב שטארק הנאה פון דיין צושטיקלען די געווענטליכע הלוך ילך פון טאג
און פון די שטארקע געפיל וואס גיסט זיך דא, סיי ביי די גראמען און אויך ביי אבזערוואציעס
און אויך ביי דיין בעטן כסדר אנערקענונג.. (אן עצה דערויף, ליין איבער דיין לעצטע תגובה)
עכט וויל איך מיין ניק זאל זיין "ציונים פוי" נאר כ'האב מורא אז מ'וועט מיר רופן @ציוני
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

א גרינער האט געשריבן:wow!
העשט יעצט אריינגעפאלן דא,
כ'האב שטארק הנאה פון דיין צושטיקלען די געווענטליכע הלוך ילך פון טאג
און פון די שטארקע געפיל וואס גיסט זיך דא, סיי ביי די גראמען און אויך ביי אבזערוואציעס
און אויך ביי דיין בעטן כסדר אנערקענונג.. (אן עצה דערויף, ליין איבער דיין לעצטע תגובה)

שכח!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

*
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די חנוכה געלט-גיין אבזערוואציע איז אקוראט וואס כ'האב ביי מיר געטראכט ביים מנחה'ן, און געהאפט איינער זאל עס אראפלייגן ווי איר האט. א דאנק!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ממה נפשך האט געשריבן:די חנוכה געלט-גיין אבזערוואציע איז אקוראט וואס כ'האב ביי מיר געטראכט ביים מנחה'ן, און געהאפט איינער זאל עס אראפלייגן ווי איר האט. א דאנק!

;l;p-
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: תולדות פון מיינע פינגער אפדריקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

יקשן האט געשריבן:דאס נפש"ל זי נאגט און דיך
אביסעלע ליבשאפט פאר זיך
לעכצט, אוי לעכצט
די הערצעלע זי מאנט מיט רעכט
פון דרויסען דער גוף איז שוין פארענדיגט
אבער די הארץ ווי א קינד זי איז שטענדיג
עס נאגט און פלאגט אן א שיעור
נישט דא עפעס מיט וואס צו בארואגען איר
צומאל א גוט געפיל עמעצער איר שענקט
אבער עס וועפט אויס שנעלער ווי מ"געדענקט
עס איז זייער זייער ברייט איר חלל איז טיף
הויל און ליידיג ווי א ליידיגער בריעף

הערצעלע מיינער
קיינער קען דיך נישט העלפן קיינער
צו דיין נשמה קאנעקט דיך און שפיר איר
דארט וועסטו א זאטקייט פילען און דיר
איך מאך מיך צו די אויגן
און צו מיין נשמה איך טו זיך צובויגען
און מיט איר איך טו זיך קאנעקטען
אה!!! דאס איז מיין "זיך" און איך טו איר גלעטן!

זייער שיין!!
קיעפ דעם קאמינג, ברענגט אן הנאה טאקע צום הערצעלע...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”