שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


צופרי אין שול, דיין קאווע ווערט גרייט
מען נעמט דעם גלעזל אין די רעכטע האנט
מיט דיין שיינעם רעקל קוים באנייט
טראאאך, די גאנצע קאווע אויף דיין רעקל, אויפן דאך, און אויף די וואנט

קענסט לאכן וויפיל דו ווילסט
מיין שמייכל גייט בלייבן אויף מיין בעקל
עס קאסט מיר נישט קיין געלט, עס איז אומזינסט
העכסטנ'ס וועל איך קלינען מיין נייעם רעקל

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


איך מאך מיינע טריט צום שחרית שטיבל
שוין, האב מיר געצל'ן ביים עמוד
דער שלעפט און צעגערט עס כאפט א פאראיבל
אבער מיין שמייכל בלייבט, בשמחה תמיד

אריין אין ארבייט עס איז שוין שפעט
באשעפער נישט קיין טרעפיק היינט ביטע איך בעהט
א לאנגע רייע שטייט און ווארט
איך פיל צוזעצט, אזוי אפגענער'ט

אזא טרעפיק האב איך שוין לאנג נישט געזעהן
אבער מיין שמייכל בלייבט, אלעמאל דארט געווען
יעדער זאל פייפן ווילאנג זיין באבע וויל
איך זיץ מיט מיין שמייכל רואיג און שטיל

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


אין ארבייט מיין בעל הבית מיט א הויכע שטימע
געבט מיר א פסוק אזוי טיעף אריין אין באבע'ן
קוקט אויף מיר כסדר מיט אויגן קרומע
אבער מיין שמייכל, איך וועל מיט דעם פארבלייבן

קיין חילוק וויפיל עדיטוד ער טוט אויף מיר ווארפן
די ציפעדיגע פליקע'ס, זיין טאהן דעם שארפן
די קולות פון דעם זעץ אין טיר
מיין שמייכעלע, איים סארי, עס בלייבט אויף מיר

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


איך קום אהיים אויסגעשעפט
איך טרעף מיין אידענע ליגט אין בעט
נישטא קיין נאכטמאל היינט
די קינדער זיצן אלע ביים טיש אנגעלאנט

די גאנצע הויז איז איבערגעדרייט
א קליינע דירה מען קען זיך קוים רירן
געוויסע מענטשן וואלטן שוין לאנג געווארן צודרייט
אבער מיין שמייכעלע,, איך טוה אים ארומפירן

מען וועט קויפן נאכטמאל אין געשעפט
מען פאקט איין מכל הבא ליד, וואס מען טרעפט
אט דארטן שפאצירט מיין לענדלארד איך זעה
מיין שמייכל גייט נישט אראפ, נאוי וועי

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


איך קום אהיים מיט מיין זעקל סחורה
די אידענע איז אבער אויף מיר מלא טענות
פארוואס אזויפיל געלט אויסגעגעבן, האסט נישט מורא
א צעפליקטער איך שפיר, אן אויסגעקלאפטער הושענות

די קינדער זענען שוין מיד, זיי וויינען און שרייען
איך ווייס שוין אליינס נישט וואס ווייטער מען טוט
זיי צו לייגן שלאפן קען איך אפילו נישט טרייען
אבער מיין שמייכעלע, זי גייט נישט אראפ אפילו איין מינוט

שמייכעלע שמייכעלע גיב א שמייכל
אינדערהיים אין די גאס, אין סמעדרעש אדער היכל
קיין חילוק ווי אלט, אפילו א זקן בשנים
טראג נישט ביטע ארום א זויער פנים


אידעלע קיין חילוק דיין מצב, רויט אדער גרין
א שטאך פון א חבר, דיין ווייב אדער א בין
געב א שמייכל, אפילו עס איז פאלש און פארפירענד
געדענק! דיינע ארומיגע וועלן זיין דערפון זייער אינספערירענד
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol:
וואףףףף! wow!!!!!!

סא שפראך, ריבונו דעלמא!! סא קראך, דעלמא כולא!!!!!!

מעכטיג שבגעוואלדיג!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
שמייכעלע שמייכעלע, גיב א שמייכל
מאניש האט אראפגעלייגט א מעכטיגע דזשאב
ס'רינט טרערן פון געלעכטער א גאנצע טייכל
און נאך אלץ לאכן איך בלייב!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

;l;p- :grin: סופע''ר סופע''ר.

לייג אריין אביסל אידיש. אז הכל לטובה. מלמעלה. באשערט. וכן'.
ווייל ס'אמת. און ווייל ס'העלפט האלטן די שמייכעלע. :grin: :grin:
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע: צווישן דיינע שורות

Re: שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

הערליך! עס גלוסט זיך אפילו בלויז אזא דמיון, דאס דארף מען אויך קענען!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: שמייכעלע שמייכעלע, געב א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

wow יעצט פארשטיי איך פארוואס די ווילסט דיך קענען
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”