ווידער א פאל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

ווידער א פאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

איך וויין נישט מער
פארטרוקענט מיין טרער
וואס פאלט אן אויפהער

ביי מירון געמיינט
אז נאך היינט
דיין זון אויפשיינט

אבער צו מיין
ווייטאג און פיין
נאך אין גלות אליין

געפאלן איינמאל
זיך אויסגעהיילט
ווידער א פאל
מיין קאפ שוין נישט ציילט

צום ערשט געפאלן
אויף די ערד
דערנאך פון שטאק צו הויכע מיילן
אוי, די קלאפ יעדער הערט


איך טוה זיך וועקן
צו נייעס פון אלע עקן
וואס טוט מיר דערשרעקן

אוי, הלואי
א בלויזע חלום פארביי
איז מיין געשריי

אבער מיין אויגן זעהט
אז עס איז רעאליטעט
פאר די גאולה מיין הארץ בעט


געפאלן איינמאל
זיך אויסגעהיילט
ווידער א פאל
מיין קאפ שוין נישט ציילט

צום ערשט געפאלן
אויף די ערד
דערנאך פון שטאק צו הויכע מיילן
אוי, די קלאפ יעדער הערט


א רעמפ, א פארענטש, א בנין צו ערעפלאן
אייביג זעהט מען דעם יד ה' דיין
אז אזוי איז געשעהן, איז דאס געווען די פלאן

אויפגעשאקלט איז יעדע קרייז
דיין גרויסע חסד פאר אונז שוין ווייז
פון דעם גלות אונז אויסלייז

באשעפער אויף אונז קוק
עס איז שוין איבערגענוג
משיח שוין שיק


געפאלן איינמאל
זיך אויסגעהיילט
ווידער א פאל
מיין קאפ שוין נישט ציילט

צום ערשט געפאלן
אויף די ערד
דערנאך פון שטאק צו הויכע מיילן
אוי, די קלאפ יעדער הערט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ווידער א פאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wowow

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כ'וויין!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווידער א פאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מה נאמר ומה נדבר.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ווידער א פאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אוי! אבא!!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”