ביים באן סטאנציע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מיט א טרער, האט זי באטראכט דעם רויך קנויל,
פונעם באן וואס פארט אפ ווייט,
איר געזיכט צו די פענסטער זייט,

א מאמע וואס בענקט,
א געבעטעלע שענקט,
ער זאל וואקסן צו גאט און צו לייט,


שטיל זי שעפשעט צו גאט'ס אויער, פון מיין מויל,
ביזן נאכן לעצטן וואגאן זי שטייט,
צובראכן, אבער פרייליכערהייט,

א מאמע אלץ געדענקט,
דאס תהילימל שווענקט,
א ישיבה בחור, א הייליג באדייט,


ס'זאל דיר אלעמאל מיין שעפעלע, זיין נאר וואויל,
שטאטליך צוריק אהיים זי גייט,
צו גיין שאפן פרנסה איז גרייט,

אוי, הונגער קרענקט,
דחקות דערטרענקט,
אבער זי האלט די גאלדענע קייט,


א אלמנה אויף די וועלט אזוי אליין,
ווער קען טרייסטן איר געוויין,
נאר די איין געדאנק,
אז דארט ביים שאנק,
טוט איר זיס אינגעלע שטיין,
און אטעמט אותיות הייליג און ריין,

בלייב דארט, טייער שעפעלע מיין,
ווען דו שאקלסט דיך שיין,
אויף די תורה באנק,
דאס איז מיין געשאנק,
אויף איין זאך נאר איך וויין,
מיין אייגן תלמיד חכם'ל זאלסטו זיין,



.......


מיט א זעמל, און אביסל וואסער אין זיין האנט,
זיצט שטיל א בחור'ל וואס ווייסט,
מער ווי די בענקעניש אזוי רייסט,

די חשק וואס ברענט,
גמרא'לע אין די הענט,
ברענגט האפענונג, און טרייסט,


מיין זיסע מאמע, אלעמאל אונטערגעלאנט,
ליבליך געשטארקט מיין גייסט,
נעמט וואס פון אויבן מ'הייסט,


די גוטס נאר דערקענט,
די ווארעמע פיר ווענט,
איר ווינקעלע, געשיצט דרייסט,


א נייע שטאט, טונקעלע גאסן אומבאקאנט,
אבער טייערינקער וואו דו שטייסט,
געדענק, דעם טאטן דערפרייסט,

אין טאש קוים צוויי צענט,
זיין קעפעלע אנגעלענט,
אין א תוספות זיך טיף צוגעפלייסט,




א יתום'ל אויף די וועלט אזוי אליין,
ווער קען טרייסטן זיין געוויין,
נאר די איין געדאנק,
אז דארט ביים שאנק,
טוט ער שעות לאנג שטיין,
און אטעמט אותיות הייליג און ריין,

איך בלייב דא טייערע מוטער מיין,
צו די אייביג ליכטיג שיין,
אויף די תורה באנק,
דאס איז מיין געשאנק,
וויש אפ מאמע דיין געוויין,
דיין אייגן תלמיד חכם'ל וועל איך זיין,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאכנישט גענדיגט ליינען.
איי קענט. פליז.
וויפול פעין קען ליגן אין אפאר שורות?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@טינט
איך האף אז מיינע באקן זענען נישט באשמירט מיט טינט,
ווייל זיי שפירן זיך נאס

גיי אן מיט דיינע טיפע שורות מיט הארץ שפראך באגאסן
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך האב עס אנגעהויבן ליינען און אויפגעהערט. דו שאקעלסט מיין קליין הערצעלע צו שטארק
מארגן ממשיך זיין
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יעצט גענדיגט.









(נישטא קיין ווערטער)
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

יעצט גע׳ענדיגט. Wow ווי נאר טינט קען! (ליין אפאר תגובות צוריק פאר דער וואס כאפט נישט)
לעצט פארראכטן דורך כינור אום זונטאג אוגוסט 01, 2021 12:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ביים באן סטאנציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אוטש.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”