גראמעזיע פארמעסט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

קאמפלימענטן א פולע מאלצייט עסט,
וויל זיך נאר שרייבן נאך און נאך,
טראכט דערפון די גאנצע וואך,
ער גייט זיך שטעלן צום פאעזיע טעסט,

בויען שורות, יסודות שטייף און פעסט,
פון יעדן מבינות געפרעגט,
אבער נאר גוטס זאגן געמעגט,
די טאלאנטן, זיך אויף אן אמת מעסט...

אן דאגות, ווי ביים שווער אויף קעסט,
וועמען אינטערעסירט עס?
נאר גראמעלעך שפירט עס,
די אייגן נאמען באלד שוין פארגעסט,

צו שרייבן, איינלאדענען ווי מער געסט,
עס זאל זיך טון אויפן וועלט,
אויף יעדן ווארט זיך שטעלט,
וויל דאך זיין זיכער אז זיינס איז די בעסט,

מיט די הענט און ביידע טאשן פון וועסט,
אין מויל אפט א ציגארעטל,
שרייבט זיך א קליינע צעטל,
ס'איז הימל און ערד, און פאעזיע פארמעסט,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אוי איז דעס טינט'יג..
דו ביסט מאסיוו! מלא חידושים!!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בלאזט זיך א געשמאקן ווינט
גיסט זיך גאלדענע טינט
דערקוויקט זיך נאך א אידיש קינד
ארטיקל'ט זיך, מיר האבן פארדינט
א זאפטיג'ס פון @טינט

הערליך!! כ'שטעל מיך שוין פאר וואס ס'קומט אויפן פארמעסט בכבודו ובעצמותיו..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

טינט האט געשריבן:קאמפלימענטן א פולע מאלצייט עסט,
וויל זיך נאר שרייבן נאך און נאך,
טראכט דערפון די גאנצע וואך,
ער גייט זיך שטעלן צום פאעזיע טעסט,

בויען שורות, יסודות שטייף און פעסט,
פון יעדן מבינות געפרעגט,
אבער נאר גוטס זאגן געמעגט,
די טאלאנטן, זיך אויף אן אמת מעסט...

אן דאגות, ווי ביים שווער אויף קעסט,
וועמען אינטערעסירט עס?
נאר גראמעלעך שפירט עס,
די אייגן נאמען באלד שוין פארגעסט,

צו שרייבן, איינלאדענען ווי מער געסט,
עס זאל זיך טון אויפן וועלט,
אויף יעדן ווארט זיך שטעלט,
וויל דאך זיין זיכער אז זיינס איז די בעסט,

מיט די הענט און ביידע טאשן פון וועסט,
אין מויל אפט א ציגארעטל,
שרייבט זיך א קליינע צעטל,
ס'איז הימל און ערד, און פאעזיע פארמעסט,

מיין מערסט באליבטע זאץ.
קונצליך און א שארפע נקודה... איך גלייך דאס..
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אזוי איינוועגס האסטו בעקיפין גורם געווען אז די שרייבער אויסגאבע האט אדעוורטייזט די פארמעסט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איינס האט געשריבן:אזוי איינוועגס האסטו בעקיפין גורם געווען אז די שרייבער אויסגאבע האט אדעוורטייזט די פארמעסט...

אבער דו האסט עס דערזעהן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פארוואס לייגט מען נישט די פארמעסט שטיקלעך אינעם פאעזיע פארום?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ענדע צדיק! האט געשריבן:פארוואס לייגט מען נישט די פארמעסט שטיקלעך אינעם פאעזיע פארום?



יא, איך בין אויך צומישט.

וואו קען מען זעהן די פאעזיעס צו שטימען אויף?
און וואו קען מען שטימען?

איך ברויך קלעריטי
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גראמעזיע פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אלע ארטיקלען וואס מען האט שוין ארויסגעלייגט, ליגן אין פארמעסטן פארום.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”