תשעה באב בענקל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

אויף די ערד זיך זעצן
מיט טרויעריגע לעפצען
ארויסלאזן קרעכצען
דערמאנען די שמערצן

אין לאנגע גלות
מיט ווינציג התגלות
שוין אזוי לאנג בדלות
מיט שווערע שאלות

שוין 2000 יאר
אזוי אומקלאר
אין גלות בלא"ר
מיר ווארטן לאור

די הארץ בענק'
צו די לוים זינג
די פייער פון הימל א ווינק
די פלאץ קיינמאל ענג

אשרי מי שראה
זיך אנגעשעפט השראה
פונעם אויבערשטן יראה

די מזבח געשטאנען גרייט
שטח גרויס און ברייט
די כהנים שעכטן מיט פרייד

די בלוט שפריצן
אויף די מזבח שפיצן
די קרבן ארויף אין היצן

כהנים חטאת עסן
עבירות ווערן פארגעסן
דער מענטש געלערנט א לעס"ן

די לעכטיגע מנורה
געווארפן אורה
הייליג טהורה

די כהן גדול געצינדן
ביז זעען די פלאמעדיגע צינגן
מיט התלהבות געשפרינגן

די בעכערלעך טעגליך אויסגעפיצט
פון א יעדע קליינע קריץ
ס'איז נישט פאר פשוטע באנוץ

שבת אינדערפרי די צייט
ווען די כהנים לייט
מיט די ברויט צעטיילט

ווען יו"ט איז אנגעקומען
זענען אלע געקומען צו שווימען
א לעכטיגקייט יעדעם באנומען

לאנגע שטרעקעס זיך געשלעפט
די שמחה נישט אויסגעוועפט
פרישע כוחות זיך אנגעשעפט

אלע אידן געווען באחדות
נישט מיט קיין התנגדות
נישט מיט קיין הקפדות

קינדער פון איין טאטע
דערוועלטע אתה בחרת
ארויס פון דארט זאטע

ט' באב די שווערסטע טאג
פארביטערט מיט פלאג
שווער געמאכט די וואג

אין פייער פארברענט
די הייליע ווענט
די לעכטיגקייט געקומען צו אן ענד

זינט דאן אזוי דערווייטערט
געפאלן ביז צו די ערד
פינסטער און אויסגעמאטערט

עס פעלט די נאנטשאפט
עס פעלט די שמחה קראפט
עס פעלט די ווארהאפט

אין גלות צומישט
אין גלות צו'חוש'ט
א ליידיגקייט הערשט

באשעפער באניי דיין הויז
לייז אונז שוין אויס
צוריק אויף דיין שויס

מיט די פייערדיגע היים
אין ירושלים
אונז זיין מנחם
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

זייער שיין
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוי ווי שטארק עס בענקט
צום הויז האסט אונז געשענקט
ארויסגעברענגט דעם געפיל
דער מייסטער @גם אתה יכול
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

שיין שיין
א געזונטן זומער
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טויגסט דאך יא!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: תשעה באב בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

;l;p-
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”