א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

באסעלע האט געשריבן:בסייעתא דשמי
אפתח את שפתי
מיט א געבעט צום קל חי
שעת רחמים נא תהא
ולתפלת עמך ישראל שעה
ולמען ישראל עמך עשה
רפואה שלח לכל חולי
נישט וויסן מער פון קיין וויי
און פארטייל פאר זיי
ברכות עד בלי די
פילע פעקלעך מיט נאשעריי
מיט בני חיי און מזוני
די בארדיטשעווערס ווערטער איז אויך כדי
מיט הקב''ה געמאכט א תנאי
די חטאים עוונות ופשעים פארדעם פארציי
דער שופר זאל שוין געבן א שריי
און דעם שטן געבן א פארדריי
נאך אין חודש יוליי
ארויס פון גלות גיי
כבתחילה השב את יועצי
אין מיר זאלן פאר דיר מאכן א אשי
ואת בית המקדש במהרה בני
וואס וועט זיין די נומער דריי


וואוא, הערליך, באסעלע ברוכים הבאים! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין עוד מלבדו
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

באסעלע!

טאלאנט!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ביי חסידים געווען א כלל
אנגענומען איבעראל
ווער ס'קען זיך נישט שטעלן דאווענען
אין מיט בלוט אויפן הענט הייליג פראווענען
דאן האט ער די קלאמקע מחסידות
נאכנישט אנגערירט א מילתא דפשׁיטות
ס'איז ברור כשמש די נקודה
ס'איז נישט קיין חילוק וועלכע מידה
זאל זיין כעס גאוה אדער קפדנות
נישט צוברעכן מאך נישט חורבנות
ניץ עס ווי מ'דארף פאר א סיבה האסטו עס
דאס זענען כלים נישט דעסטרויערס
די עבר מאכט נישט אויס קענסט אויך שטייגן
פאר דעם יצר זיך אוודאי נישט בייגן
אוודאי קומט ער מיט אזאנע טאקטיקן
מאך נאר זיכער עים נישט צו דערקוויקן
אז די וועסט מיט די מהלך גיין
וועט דיר אלעמאל לעכטיג זיין
אונז אידן האבן א געוואלדיגע זאך
אויב מיט תשובה מ'האלט זיך וואך
קען מען די עבירות אפי' נעמען
אין פארשטייט זיך נישט פארברענען
ווייל נעשה כזכיות מצוות ס'ווערט
עם תשובה מאהבה איר האט גוט געהערט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

קונסט פון א גראם
איז אז צוויי ווערטער שטימען
זיי גייען צוזאם
כאטש פון ערגעץ אנדערש זיי קומען

אהבת חינם
איז דאך די זעלבע קונסטווערק
ביזט אנדערש פינעם
אויף ווייטער נאר גוטס באמערק

יעצט צו די אשכול דא
עס ברענגט ביידע צוזאמען
על הא ועל דא
מיט אהבה גראמען
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

מיכאל האט שוין פון וואו צו נעמען נאך א שלל מיט ניגונים דא, פיינע טאלאנט הערליך
אין עוד מלבדו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ממש אקורשט,
איך זוך און דארשט,
איך וויל זיך אויסדרוקן,
מיט פינגער אפדרוקן,

צו עררייכן,
צו געבן א צייכן,
עפעס אן אפשפיגל,
איבערלאזן מיין זיגל,

אזוי אויסגעדראשן,
רעיונות פארלאשן,
די קוואל פארטריקנט,
אזוי אונטערדריקענד,

ספעציעל שווער'יז,
מיט די גראמען שורות,
אזויפיל קאנצעטראציע,
פארלוירן מאטיוואציע,

אדער מיין הארץ פריי,
איינס צוויי דריי,
אן קיין בארענעצונגען,
וויאזוי עס גייט געלונגען,

אדער אפיציעל,
גארנישט ספעציעל,
נאר ארטיפישעל,
פון מיין שרייב טישל,

וואס איז די עצה?
ס'וועגט אראפ מיין פלייצע,
נישט אהער נישט אהין,
עפעס מוז מען טוען.

אויבנאויף איך קלער,
אויב איך וועל קענען גראמען מער,
וועט עס נישט אנקומען אזוי שווער,
און נישט זיין אזא שטער,

כ'וועל זיך גרינגער אויסדרוקן,
גראמען נאטורליך אריינרוקן,
נישט פארשטאטערן די געדאנקען,
הימלישע געשאנקן.

מאכט סענס?
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:מיכאל האט שוין פון וואו צו נעמען נאך א שלל מיט ניגונים דא, פיינע טאלאנט הערליך

אויב דו ווילסט מיכאל עצות געבן
האסט אלע רעכטן
אבער פאטעיטא טשיפ לעבן
אויף די נייע אשכול פון נעכטן
מיט גראמען דארף עס קלעבן
קענסט עס נאך פאררעכטן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

ממוצע האט געשריבן:ממש אקורשט,
איך זוך און דארשט,
איך וויל זיך אויסדרוקן,
מיט פינגער אפדרוקן,

צו עררייכן,
צו געבן א צייכן,
עפעס אן אפשפיגל,
איבערלאזן מיין זיגל,

אזוי אויסגעדראשן,
רעיונות פארלאשן,
די קוואל פארטריקנט,
אזוי אונטערדריקענד,

ספעציעל שווער'יז,
מיט די גראמען שורות,
אזויפיל קאנצעטראציע,
פארלוירן מאטיוואציע,

אדער מיין הארץ פריי,
איינס צוויי דריי,
אן קיין בארענעצונגען,
וויאזוי עס גייט געלונגען,

אדער אפיציעל,
גארנישט ספעציעל,
נאר ארטיפישעל,
פון מיין שרייב טישל,

וואס איז די עצה?
ס'וועגט אראפ מיין פלייצע,
נישט אהער נישט אהין,
עפעס מוז מען טוען.

אויבנאויף איך קלער,
אויב איך וועל קענען גראמען מער,
וועט עס נישט אנקומען אזוי שווער,
און נישט זיין אזא שטער,

כ'וועל זיך גרינגער אויסדרוקן,
גראמען נאטורליך אריינרוקן,
נישט פארשטאטערן די געדאנקען,
הימלישע געשאנקן.

מאכט סענס?

מאכט סענס?
נישט סתם, הערליך, נישט ווי יענס.

יענער וואס איז אלעס אזוי קלאר
זיין שכל הענגט אויף א האר
און ער געבט נישט קיין שפאר
שיסט ווערטער ביז גאר

אן קיינע ספקות שרייבט ער
א גרויסע נער בלייבט ער
אין זיך אליין א פארגלייבטער
ווי א פארטייבטער

נאר די מח פול מיט ספקות
מיט דיוקים און דייקות
פארבינדן מיט שלייקעס
אין הימלישע דבקות

גארנישט קיין ממוצע ביסטע
אין די מאיעריטעט פארוויסטע
ביסט אויף א ספעציעלע ליסטע
פון די וואס קענען אין די גיסטע

פון דיין פענע האט זיך גענומען רינען
הימלישע געשאנקען געפינען
מיט א שיעור משורה ומינון
דו האסט דיין ספק געוואונען
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:מיכאל האט שוין פון וואו צו נעמען נאך א שלל מיט ניגונים דא, פיינע טאלאנט הערליך

אויב דו ווילסט מיכאל עצות געבן
האסט אלע רעכטן
אבער פאטעיטא טשיפ לעבן
אויף די נייע אשכול פון נעכטן
מיט גראמען דארף עס קלעבן
קענסט עס נאך פאררעכטן

:grin: ;l;p-
סארי, איך קען נישט גראמען, אבער איי לייק דיס.
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דורכגעטראכט האט גענומען די זאך אין הענט
דיין שווערע ארבעט מדערקענט
עדות זאגן אויף דעם וועלן די ווענט
ווען יעדע איבריגע תגובה מצונעמט
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ'טראכט
פארנאכט
צו שרייבן
צייט פארטרייבן

אין מח
אן כח
ווי א רויעך
פליען הויעך

געדאנקען
צומישטע קלאנגען
דערלאנגען
אנפאנגען

זיי דרייען
צוקייען
פארדייען
אויסשרייען

אנהייבן
אפשרייבן
צונויפקלייבן
דערהייבן

שורות
מסודרות
שיינע תורות
להבין ולהורות

כ'קען נישט מער
ס'זייער שווער
צו גראמען
אינמיטן נאכט

כ'האב פראבירט
כ'בין שוין מיד
צו גיין שוין שלאפן
איך טראכט

כ'קען?
אדער נישט
כ'בין אינגאנצן
צומישט

כ'האב שוין באקומען
שלעכטע גריסן
כ'קען בעסער
הויעך ניסן...

האטסמער אלע
א גוטע נאכט
כראפעט הויעך
ביז דער שכן קראכט

פון נעגעל וואסער
נישט פארגעסן
און אוודאי נישט ברכות
פאר און נאכן עסן

ווי איר זעט
בינעך שוין פארקראכן
כ'שריי דאך ס'שפעט
מ'קען מער נישט ארומלאכן

זייט געזונט
און לויפט געשווינד
מצוות איינקויפן
קעגן משיח לויפן
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

איך קוק אויף מיר
פון יעצט ביז פריער
קיינמאל געגראמט
זעהט אויס באטעמט
אבער איין זאך
פון דעים איך קראך
פסוקים און לשונות
צוזאמען מיט רעיונות
קען זיין שווער
אוי ס'קאסט א טרער
איך האב א טרייסט
וואס באראיגט מיין גייסט
כל התחלות קשות
גראמען. זינגען. דרשות
איך וועל נאך זיין אמאל
ממבחר שבכלל ישראל

ומאיליו הנמשל מובן
ס'גייט אויפן זעלבע מכיון
ווען מ'הייבט אן צו ארבעטן
די רוחניות צו אויסגלעטן
נישט חלילה אויפגעבן
איך האב נישט פארוואס צו לעבן
אנהייב איז אלעמאל שווער
נאכער ווערט עס גרינגער
און ווען ס'קומט אן די טעם
סיפק מיט שמחה צוזאם
באשרייבן נישט מ'קען
נישטא גענוג אינק אין פען
פראבירט עס אליין אויס
און מיט דעם איך קלויס
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:כ'טראכט
פארנאכט
צו שרייבן
צייט פארטרייבן

אין מח
אן כח
ווי א רויעך
פליען הויעך

געדאנקען
צומישטע קלאנגען
דערלאנגען
אנפאנגען

זיי דרייען
צוקייען
פארדייען
אויסשרייען

אנהייבן
אפשרייבן
צונויפקלייבן
דערהייבן

שורות
מסודרות
שיינע תורות
להבין ולהורות

כ'קען נישט מער
ס'זייער שווער
צו גראמען
אינמיטן נאכט

כ'האב פראבירט
כ'בין שוין מיד
צו גיין שוין שלאפן
איך טראכט

כ'קען?
אדער נישט
כ'בין אינגאנצן
צומישט

כ'האב שוין באקומען
שלעכטע גריסן
כ'קען בעסער
הויעך ניסן...

האטסמער אלע
א גוטע נאכט
כראפעט הויעך
ביז דער שכן קראכט

פון נעגעל וואסער
נישט פארגעסן
און אוודאי נישט ברכות
פאר און נאכן עסן

ווי איר זעט
בינעך שוין פארקראכן
כ'שריי דאך ס'שפעט
מ'קען מער נישט ארומלאכן

זייט געזונט
און לויפט געשווינד
מצוות איינקויפן
קעגן משיח לויפן
ביינאכט
באלייכט
געבראכט
א פראכט
געמאכט
שורות
זמירות
בבהירות
וזהירות
פליאות
ניחוח
יישר כח
הויעך
אזויעך
שריי
ביזט פריי
גוטע נאכט
איך טראכט
חבלי שינה על אישון
נו גוט נו שוין
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דורך געטראכטער האט געשריבן:מאכט סענס?
נישט סתם, הערליך, נישט ווי יענס.

יענער וואס איז אלעס אזוי קלאר
זיין שכל הענגט אויף א האר
און ער געבט נישט קיין שפאר
שיסט ווערטער ביז גאר

אן קיינע ספקות שרייבט ער
א גרויסע נער בלייבט ער
אין זיך אליין א פארגלייבטער
ווי א פארטייבטער

נאר די מח פול מיט ספקות
מיט דיוקים און דייקות
פארבינדן מיט שלייקעס
אין הימלישע דבקות

גארנישט קיין ממוצע ביסטע
אין די מאיעריטעט פארוויסטע
ביסט אויף א ספעציעלע ליסטע
פון די וואס קענען אין די גיסטע

פון דיין פענע האט זיך גענומען רינען
הימלישע געשאנקען געפינען
מיט א שיעור משורה ומינון
דו האסט דיין ספק געוואונען

דו האסט רעכט,
כאטש נישט דאס איז מיין דילעמע,
א ספק איז נישט אזוי שלעכט,
ווי אינגאנצן אן קיין טעמע,

עס איז מיין פראבלעם,
פשוט אז ס'גייט נישט,
כ'ווער נערוועז פון דעם,
מיינע רעיונות צעווישט,

אפילו א פשוטע גראם,
קומט מיר נישט אן לייכט,
און אין דעם ענדלאזן ים,
איך ווער פארטראכט,

מיינע מחשבות ווערן צורינען,
איך קען זיי נישט ווייטער שפינען,
עס האט נישט קיין זינען,
איך מוז דעם שוועריקייט געווינען.

---
און א דאנק,
פאר דיין געשאנק,
פון דיינע הענט,
אזא קאמפלימענט.

אזא גוטע הרגשה,
פון דיין דרשה,
זאל דיר באקומען,
א גוטער מזל און סימן.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

דער הימלישע איד האט געשריבן:איך קוק אויף מיר
פון יעצט ביז פריער
קיינמאל געגראמט
זעהט אויס באטעמט
אבער איין זאך
פון דעים איך קראך
פסוקים און לשונות
צוזאמען מיט רעיונות
קען זיין שווער
אוי ס'קאסט א טרער
איך האב א טרייסט
וואס באראיגט מיין גייסט
כל התחלות קשות
גראמען. זינגען. דרשות
איך וועל נאך זיין אמאל
ממבחר שבכלל ישראל

ומאיליו הנמשל מובן
ס'גייט אויפן זעלבע מכיון
ווען מ'הייבט אן צו ארבעטן
די רוחניות צו אויסגלעטן
נישט חלילה אויפגעבן
איך האב נישט פארוואס צו לעבן
אנהייב איז אלעמאל שווער
נאכער ווערט עס גרינגער
און ווען ס'קומט אן די טעם
סיפק מיט שמחה צוזאם
באשרייבן נישט מ'קען
נישטא גענוג אינק אין פען
פראבירט עס אליין אויס
און מיט דעם איך קלויס

אוודאי א מבחר וועסטו זיין
ווייל בעצם דו ביזט פונלאנג
אמת סנאך באהאלטן די שיין
אבער סאיז א דורכגאנג
לפום צערא די פיין
אזוי אגרא מיט א קלאנג
ביזט א מובחר בכלל ישראל איין
מיט הערליכע געזאנג
ווי וואלסט אין הימל אליין
ארויף מיט א שטאנג
סיי פרייליך סיי געוויין
ס'פון א הימלישע ראנק
מלא חן
איך דאנק
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר דיר
פאר דיין שיר
האסט מיר
דערקוויקט

די געדיכט
איבערזיכט
א באריכט
מיר געשיקט

קאמפלימענטן
מיט פראצענטן
נישט פראווענטן
כ'בין אנטציקט

@דורך געטראכטער
מיר מאכט ער
אסאך לייכטער
גראמען נישט דערשטיקט

-------
זיי האקן
און בלאקן
די תגובה
פון די סביבה

כ'טו מיך באציען
כ'וועל אייך באמיען
צוויי תגובות ארויפציען
ותחזנה עינינו בשובך לציון
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

באסעלע האט געשריבן:דורכגעטראכט האט גענומען די זאך אין הענט
דיין שווערע ארבעט מדערקענט
עדות זאגן אויף דעם וועלן די ווענט
ווען יעדע איבריגע תגובה מצונעמט

באסעלע באסעלע דו קענסט דיך אריינכאפן
איך שרייב ווייל איך וויל די אשכול זאל נישט פלאפן
מעכטיגע באסעלע טו נאך אביסל גראמען אריינקלאפען
גיי אן מיט א פרישקייט ס'זאל נישט סטאפן
די טייערע אידן דא וועלן זיך פון דיר אנזאפן
גוטע נאכט באסעלע מיין דאכענע כ'גיי שוין טאפן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר דיר
פאר דיין שיר
האסט מיר
דערקוויקט

די געדיכט
איבערזיכט
א באריכט
מיר געשיקט

קאמפלימענטן
מיט פראצענטן
נישט פראווענטן
כ'בין אנטציקט

@דורך געטראכטער
מיר מאכט ער
אסאך לייכטער
גראמען נישט דערשטיקט

-------
זיי האקן
און בלאקן
די תגובה
פון די סביבה

כ'טו מיך באציען
כ'וועל אייך באמיען
צוויי תגובות ארויפציען
ותחזנה עינינו בשובך לציון

דיין טאלאנט
גאלדענע האנט
כ'בין פארגאפט
מיט האפט
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

נו גוט נו שוין
סקומט דיר א באלוין
אזעלעכע שיינע גראמען
טוט דאס הארץ דערווארעמען
די שיינע יונגעלע די פנים לייכט אים
אבער דו קעפ איז א שטיקל שעם
אפשר איז עס א פארשטעלעכטס א שיינע
סנעמט אבער אוועק פון זיין צורה די ריינע
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

א גוטע נאכט פאר די גאנצע חבריא
פארברענגען מיט אייך איז א מחיה
מארגען קומט א טאג א נייע
א קלארע קאפ צו פארשטיין רבא ואביי
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

אנגעהויבן פון חלל הפנוי ביז לית אתר פנוי
פון רעלעטיוועטי ביז שראדינגערס קאץ
שלום אומר יברא במחלוקת שנו
ועכשיו שנברא נישטא פאר זיי קיין פלאץ
די וועלט א וועזן פון פאראדאקס
ווען מיט איין האנט שפירסט א גלעט
ריש דיך אז מיט די אנדערע א באקס
ווען מען נעמט עכט מען געט
אדער פארקערט עכט מען באקומט
נהמה דכסופא וואס מקויפט זיך אליין
ווען מען געט וואס פאר דיר באשטימט
מען דארף יענעמס אנערקענונג אנצוגיין
מיט זעלבסט ווערט צו זיין פאר יענעם אנגעגרייט
געפאקט אנגעפילט מיט ליידיגע ליידיגקייט
מ'ווייסט ניש
צו ס'ווערט אמת
אויטאמאטיש
ווען מגלייבט אינעס
די גיסטע לויט די פרישטיג
און די פרישטיג לויט די גיסטע
די נאר מיט שלוות רשעים לוסטיג
ווי ווייניגער דו ווייסט אלץ מער זיכער ביזטו
למה אתם עוברים את פי ה' והיא לא תצלח
אדער גוטע זאכן קומען אן שווער צוביסלעך
אכן אתה אל מסתתר השמים מספרים כבודו
יסורי הצדיקים פנה זיווה פנה הודה
אוועקווארפן די שכל אין א לאגישע שריט
אבער שכל קומט צוריק מיט א אנדערע היט
איין זאך איז זיכער דאס איז גאט
און צומישעניש זעט אויס ער לאט
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט מעלדונג פאר אשכול באזוכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

טייער באזוכער אינעם שנירל
די אשכול איז א אפענע טירל
די הענט צו געבן א צופירל
מיט גראמען אויפן פאפירל
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

באסעלע האט געשריבן:נו גוט נו שוין
סקומט דיר א באלוין
אזעלעכע שיינע גראמען
טוט דאס הארץ דערווארעמען
די שיינע יונגעלע די פנים לייכט אים
אבער דו קעפ איז א שטיקל שעם
אפשר איז עס א פארשטעלעכטס א שיינע
סנעמט אבער אוועק פון זיין צורה די ריינע


יישר כח
זאלסט וואקסן הויעך

דעם גראם
מן הסתם
האסטו נאכקיינמאל געהערט

אזוינס צאמצושטעלן
ס'זאל יעדעם געפעלן
וואלסטו קיינמאל געקלערט

אמת?

כ'וועל דיר עפעס זאגן
דעם קאשקעט איך טו טראגן
פאר אן עין הרע זאל נישט שאטן

און נאך א טעם
מיט דעם ביינאזאם
ס'באשיצט די זון זאל נישט בראטן
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:נו גוט נו שוין
סקומט דיר א באלוין
אזעלעכע שיינע גראמען
טוט דאס הארץ דערווארעמען
די שיינע יונגעלע די פנים לייכט אים
אבער דו קעפ איז א שטיקל שעם
אפשר איז עס א פארשטעלעכטס א שיינע
סנעמט אבער אוועק פון זיין צורה די ריינע


יישר כח
זאלסט וואקסן הויעך

דעם גראם
מן הסתם
האסטו נאכקיינמאל געהערט

אזוינס צאמצושטעלן
ס'זאל יעדעם געפעלן
וואלסטו קיינמאל געקלערט

אמת?

כ'וועל דיר עפעס זאגן
דעם קאשקעט איך טו טראגן
פאר אן עין הרע זאל נישט שאטן

און נאך א טעם
מיט דעם ביינאזאם
ס'באשיצט די זון זאל נישט בראטן

:lol: :lol: :lol:
ס'גראמט מיט: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

[אלטע זאכן
אבער נוגע
קומט אריין
זאגן א דעה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”