א קונץ אויף אזא געווינס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

-טרעטן וואו אימער, בלעטער און צווייגן \
מאנכע בליקן, אנדערע הערן, אלע שווייגן-

-פרישע קיילעך, דאס אלטע קאליר איבער פארבן \
וואנט נישט געשיילט, קיין קריץ געהאט, געפאלן א קרבן-

-נייע בגדים, פראכטפולע הוט, שפאצירט ווי א גביר \
די אלטע פארדראשענע, געטראסקעט ארויס פון טיר-

-אגענדע פאראויס געריקט, דאס ציל דערגרייכט אין איין מינוט \
די אנדערע געבליבן אויפ'ן ארט, מיט גענומען ניט-

-א נייע ערפינדונג אויסגענוצט, די געלעגנהייט ריכטיג, דער קאסע בליצט \
דער ערשטער ערפינדער, אויפ'ן גאסע זיצט, הונגעריג און באשמיצט-

-דאס אפיס טומעלט, גרינע חברה, פרישע טאלאנט, פארגעשריטן יעדער זאגט \
די ערפארענע, געווארן געוועזענע, זיי אינטערסירט קיינער, אזוי פארפלאגט-

נאר זיך אליין,
מיט קיינעם קימערן,
עס הערט זיך געוויין,
פון פארשפארטע צימערן,

הארצלאז זיין קיינער וויל,
פארט פארנומען מיט זיך זעלבסט,
חסד גיבט דאס בעסטע געפיל,
די אייגענע עתיד דאך באטראכט מען מערסט,

מיט די אויגן יעדער קוקט,
אלע זעהן אן אנדער באדייט,
וואס מ'האט אין פארנט גערוקט,
דאס איז וואס מען באגייט,

-אנגעקומען, פארדינט, און גענאסן, געהאט א גרויסן געווינס \
אויפ'ן וועג קיינעם פארדראסן, דורכפירן מעגליך אזא קונץ-
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Wow שטארק פאעטיש.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

הערליך!!!
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן ש'כח. עס מיר א פארגעניגן און א חשיבות אז עטס האט הנאה געהאט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שיין!
זייער א גוטע פאוינט. שרייב און שרייב.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:שיין!
זייער א גוטע פאוינט. שרייב און שרייב.

א גרויסן ש'כח. דיין חיזוק מיינט אייביג אסאך פאר מיר. שרייב דו אויך!

------

אגב, וועלכע פאעזיע פון @מתמודד איז דיין אינטערשריפט פון?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א קונץ אויף אזא געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

היכי תמצא האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:שיין!
זייער א גוטע פאוינט. שרייב און שרייב.

א גרויסן ש'כח. דיין חיזוק מיינט אייביג אסאך פאר מיר. שרייב דו אויך!

------

אגב, וועלכע פאעזיע פון @מתמודד איז דיין אינטערשריפט פון?

ער האט דערווייל נאר געשריבן די ערשטע פאר שורות.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”