עולה ויורד - למעלה ישוב

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ווייסט נישט וואו דו שטייסט,
נידער נישט די גייסט,
ווי א קאליר וואס הייסט,
נישט דו ווייסט,

דאך הערליך שיין,
שפירסט אין די ביין,
עס פארלירט נישט די חן,

צום נשמה זיך בייגן,
אנטשטאט איבערצייגן,
כוחות אריין לייגן,
העכער צו שטייגן,

א בלומעל טוט שפראצן,
וואסער געגאסן,
נישט גוט געמאסטן,

א מיטל צו היילן,
די זון קען פארציילן,
אינדרויסן לאז עס זיצן,
טונקל וועט נישט שיצן,

געקראכן הויעך קודם,
געפאלן דערנאך פון בוידעם,
צובראכענע טרעפ אני מודים,

א ישועה וואו פארהאנען,
אט טוט זיך דערמאנען,
אויף וועם צו אנלאנען,
אויפ'ן ערד נישט פראווען,

אם אין אני לי מי לי,
העולם נברא בשבילי,
ווערט געזאגט אויף ירידי,
פונקט ווי אן עילוי,
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דאס איז שוין נעקסט לעוול
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:דאס איז שוין נעקסט לעוול

א גרויסן ש'כח. איר האט קיין אהנונג ווי סאך דאס מיינט פאר מיר.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

וואו הערליך שיין


האב יעך ליב די גראם פון ירידי (ס'שמעקט פון א נייע ניק)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:וואו הערליך שיין


האב יעך ליב די גראם פון ירידי (ס'שמעקט פון א נייע ניק)

א גרויסן ש'כח, איר האט מיר געגעבן א שמייכל. איך האב מיך טאקע אביסל געצווייפלט ביים שרייבן 'ירידי' ווייל ס'שטימט דאך נישט אזוי גראמאטיש און וואס נישט...
נאט אייך א ניק!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שיין!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

בעיוטעפול.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עולה ויורד - למעלה ישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:בעיוטעפול.
ממוצע האט געשריבן:שיין!

א גרויסן ש'כח פאר'ן ליינען און פאר די קאמפלימענטן.

איך גראדע היינט געשריבן קאנספיראציעס אין מקוה - 'מחר אני בא' פאעזיע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”