צופאטשקעטע השראות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

סטראקעס האט געשריבן:געשטאנען בין איך דאן אנגעלאנט ביים פלויט. נישט ממש איך, נאר דער יעניגער וואס פאררופט זיך איך, ווען איך זעה נישט.
דער וואס שפילט מיך, ווען איך פארגיי פון מוט אים צו פארשרייען.
מאמענטן, ווען אלס וואס בלייבט מיר איבער, איז גראד זיך לאזן פון זיין צויבער. ליידיגן דעם חלל ,
זיך מכניע זיין די זינלאזע פארלאנגען זיינע. אממער, איך האב אים דאך געלאדנט. איך גאר!... הערסט א מעשה??
נישטא ווער זאל לאכן.
א קיצור, לאמיך אייך נישט באלמוטשען מיט מיינע צעגערייען און מענות. איז געשטאנען בין איך דארט ווי א ביישויער,
צו גאר אן עובר ושב ווי ציניקער וואלטן באטיטלט, און מיט אזא סארט פלאכע מינע וואס פארציילט גארנישט א חוץ מיינע שטייפע פיס פינגער,
באאבאכט.
הוי.. וואס זאל איך אייך זאגן ליבע פריינט
די שפיל האט זיך געלאזט און גאנג.
ס'איז די גרעסטע ליגנט און היסטאריע, וויל איך שרייען ווי הויך מיינע בענדער דערלויבן,
ס'איז נישט מער ווי א לופט באלאן...
אבער ער, מיט זיין אייז קאלטן-האניג זיסן- שרעק וואפענדן- ליבע גלענטנדער- בליק,
מאכט מיר שטום. פשוט שטום.
איז דאס וואס איך שטעל פאר???
די קוליסן פאלן און הייבן זיך, די צוקוקער אפלאדירן.
איך שטעל א שריט אויף פאראויס. איך האב פרובירט אויסצורעכענען דאס קומענדיגער גאנג זיינעם, אבער מער ווי צושפאט בלייבן,
איז מיר קיין סך נישט געבליבן.
קוקט אויס דער שפילער ליינט מיינע געדאנקען און לערנט ארויס גענוי דאס פארקערטע.
און דאן האט עס פאסירט.
א ווילדער בליץ איז מיר אריין און קאפ, ווי א וואנזיניגער האב איך זיך א כאפ געטאן, צו קען דאס גאר מעגליך זיין אז איך בין גאר ער??
צו גאר נאך ווילדער.
ער גאר מיך??...
צופיל גלייכקייטן איר גלאט אזוי אוועקמאכן אלס טעאריע, אבער איר אנעמען, איז פארט גאלאקסיען ווייט פון רעאליטעט פלאנעט.
אפשר גיי מיר אויף א פשרה איין?
דו ציטערסט קליינער שוואכלינג! שרייט דער פינגער. קוק זיך און די אויגן און זעה זיך געטריפלט טויזענט מאל!
פארפאלן, ס'האט שוין קיין זינען נישט, ס'איז שוין נישט געהאנגען און בחירה דאסמאל,
אז דו שטייסט שוין דא, גייזשע ביזן לעזן דעם מיסטעריע אייננמאל פאר אלעמאל.
זאג. שריי איך ווי נישט ביים זינען, מיט שטימעס וואס זייער עקזיסטענס איז מיר פארהוילן געוועזן ביז היינט.
מיר קענען זיך פון ערגעץ???
ער שמייכלט.
א טריט נענטער,
נענטער צו וואס? צום אייזבארג שפיץ? אדער תהום טאל?
איך שפיר זיין אטעם,
רעד!
בין איך דיר? צו דיר מיר?? אבער שוין זאג!!
ער טרייסלט ווי א בלעטל אום הערבסט.
און זיין ענפער?
איך בין א דריטער.

איך גיי פרובירן אריינצוקריכן אין ידידינו @סטראקעס'ס ענדלאזער וועלט פון געפילן און מחשבות. איך וויל טרייען צו פארשטיין אידיש גערעדט וואס דארט טוט זיך. איך האף אז סטראקעס וועט אזאנס צולאזן, אז אזא מיואש'דיגער עפר ואפר זאל זיך אריינ'גנב'ענען אין זיין אוצר המלך.

בחדא מחתא אפשר וועל איך קענען נישטערן אין מיינע ארכיוון, אולי געפינט זיך אין מיינע טיפענישן אויך אזאנע סארט קוועלער, און אפשר וועלן אנדערע אויך קלארער ווערן און פארשטיין און קענען אריינגיין אין א שפרודלדיגער וועלט, וואס האט צום באדויער גאנץ ווייניג באזוכער...

סטראקעס העסט מיר פארריכטן אויב איך פארקריך, איא?


איז לאמיר זען וואס דער האט דא אויסגעגאסן... יויש.. אזויפיל צוזאמצואווארפן... דער וואס רעדט דא אין דעם פאעטישן שטיקל איז "איך". ווער איז דער איך? איך, דער שרייבער פון די שורות. דער איך שטעלט זיך אפ, הויבט אויף זיינע אויגן און זעט. וואס זעט ער? איינעם, מיסטער,' ער' און באמערקט אז 'ער' האט גאר שטארק הויך שרייענדע ענדליכע שטריכן אין אים. אבער פארט, שפירט ער... דאס איז נישט ער.

לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט, ווער איז דער איך און ווער איז דער יענער?

יעדער מענטש פארמאגט אין זיך, אן עכטער איך, א איך מיט וועם מען טרעפט זיך זעלטן. אזא שוואכיטשקער שעפעלע, אזא רויער, ריינער, אריגינעלער 'איך'. דער איך שפירט, דער איך טראכט, דער איך איז מחדש חידושים יעדע רגע.

פששש, אזוי?! הייסט מען רעדט דא פון א פערזאן איינס אין דער וועלט. טשעפעט נישט קיינעם, ער שפרודלט אן א גבול, ער האט נישט קיין דאגות פון גארנישט און קיינעם. ממש מעין עולם הבא.

אבער העי, פאוואליע.. עס איז דא איינער וואס לאזט נישט דעם איך פונקציאנירן. מיט זיינע פעסטע לאפעס האלט ער ארום דעם איך, און לאזט אים נישט זיך באגיין אין זיין וועלט. דאס איז דער 'ער'.

אז מיר רעדן שוין פון דעם 'ער', לאמיר אים באשרייבן אביסל. דער יענער, איז פון דעם 'איך' פארקערט אינגאנצן כרחוק מזרח ממערב הרחיק. דער 'ער' טוט א גאנצן טאג זאכן פאר יענעם, ער שפירט פאר יענעם, ער טראכט פאר יענעם. וואס גייט יענער זאגן אויף מיין אויסקוק, אויף וואס איך טו. יעדע מוסקל זיינע איז אויסגערעכנט צו טון זייער תפקיד אין דער צייט וואס עס וועט ווערן געפאדערט. ער שמייכלט נישט אבי פארוואס, ער וויינט דעמאלט ווען עס 'קומט', ער לאכט דעמאלט ווען עס קומט, ער האלט זיך פאסיוו דעמאלט ווען עס קומט. ער איז הארט ווען די כללים פאדערן, ער איז ווייך ווען די כללים וועלן דאס פאדערן. אלעס פארט מיט א מהלך. גארנישט ווי דעם 'איך' וואס אלעס איז ביי אים אזוי נאטורליך, פיוער און ריין.

נו, אשר על כן? וואס האט מיסטער 'ער' מיט כבוד הרב איך?

דאס איז וואס דער 'איך' גייט אט אט אויסגעפינען...

ווי אנגעהויבן, דער 'איך' הויבט אויף זיינע אויגן, ווען מיטאמאל דערזעט ער 'אים'. און... דעמאלט איז עס געשען... דער בליץ... צעמישטע מחשבות הויבן זיך אן דרייען אין 'איך'ס' מח: "דער 'ער' קוקט דאך אויס ווי איך אליין. איי, דו זעסט נישט? ער איז דאך פון מיר קאפויער אויפ'ן האר. אבער פארט, עפעס אין אים ענדלט גאר שטארק אין מיר".

און דא קומט דער בליץ... "קען גאר זיין אז דער 'ער' איז גאר 'איך' אליין? אבער אפשר פארקערט, אפשר בין איך גאר ער. אפשר בין איך גארנישט איך.

דא גייט דער 'איך', נאך פילע מאטערנישן און ספיקות איבער דעם אידענטיטעט פון 'אים', און באשליסן ניתי 'אים' ונשאל לו. לאמיר אים א פרעג טאן.

"זאגט נאר כבוד הרב ער, ווער זענט איר? זענט איר איך אליין? אייער אויפפירונג דערמאנט מיר גאר שטארק אין מיר, עפעס שפיר איך אז דו און איך קומען פון איין שורש. אלזא ילמדנו רבינו, ווער זענט איר, איך אדער א צווייטער?

יעצט, הערט אן ענטפער...

'ער' ענטפערט אים, נישט מער און נישט ווייניגער: "איך בין נישט דו, און דו ביזסט נישט איך, איך בין אויך נישט קיין צווייטער.... נאר א דריטער.

א מין ענטפער דאס..


אלזא ידידי @סטראקעס. ווי איך פארשטיי, זענען געפינען זיך די ביידע דערמאנטע כאראקטערס, אין דעם זעלבן מענטש, זיי זענען איינס און דער זעלבער. דער וואס רעדט דא איז דער ריינער געפיל נאטורליכער געפיל וואס געפינט זיך אין דעם מענטש, און ער טרעפט זיך אז ער איז מלובש אין א צווייטן כאראקטער אינגאנצן, גארנישט דער 'עכטער איך'.

איז בעט איך דיר @סטראקעס, קענסטו אפשר אביסל מרחיב בביאור זיין איבער וואס דא קומט פאר. ברענג אונז אביסל אריין אין 'יענעם עולם', וואו עס געפינען זיך אן א שיעור מענטשם, כאראקטערס און פערזענליכקייט, אלעס אין איין מענטש. איבערהויפט וויל איך פארשטיין צוויי זאכן, איינס, ווער איז דער דריטער דא אין דעם בילד? פון וואו איז ער אריינגעפלויגן? וועלכע ווינט האט אים דא אריינגעבלאזן? און מיט הוא זה ואיזהו?

צווייטנס וויל איך וויסן, צו קען יעדער מענטש אריינקריכן אין זיך, זיך מגלה זיין און ארויסברענגען אויף אזא פארנעם?

ולהוסיך נופך... 'השראות' ווייס איך וואס דאס מיינט. אבער וואס פאר א גוט יאר מיינט דאס "צעפאטשקעטע"? וואס זענען "צוזאמגענומענע" השראות" און וואס זענען די "צעפאטשקעטע"?


@סטראקע, עס איז דאך יעצט הזמן גרמא. וואו מעןגייט און מען שטייט איבער גרעיטער אייוועלט, הערט מען רעדן און שרייבן איבער פאעזיע וכדו'. אלזא איז דאך נישט מער ווי פאסיג ארייצוקומען און קלאר מאכן דעם נושא, און אולי אונז אלע אריינברענגען אין דעם טיף פארוויקלטן עולם.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיואשדיגער!!!!!!!!!!!!!!
Wow!!!!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לכאורה איז די דריי:
נפש
נשמה
גוף/שכל
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ביזט געקומען.
צונומען.
השראות אסאך.

פון שורה’לעך
טירעלעך
צופאטשקעט אויף גלייך.

האסט געפרעגט
גענומען טעג
עפענען דעם טיר.

'איך' זאגט
'ער' נאגט
ווער פרעגט דיר.

שורות 'דריי'
פון סטראקעס ניי
גלאנציג ביז גאר.

מיואש’דיג בינעך
ווער איז אין מעך
@סטראקעס מאך קלאר.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

מיאוש’דיגער אין מילים!!!

פאר לאנגע יארן קומט שוין דער וויכיח פאר, אין טאקע נישט מער און נישט ווייניגער נאר צווישען דעם ”איך” און ”ער”, ווי לענגער די וויכיח ציעט אן ווערט סיי דער ”איך” און סיי דער ”ער” מער און מער היציג.. און זאגער אסאך מאל מער און מער קאמפלעצירט.. ביסטו געקומען צוגיין און מיט איין תגובה’לע, אראפגעזעצט יעדעם אויף זיין אייגענעם פלאץ קריסטל און קלאר!! איך רעדט שוין נישט פון די גאלדענע פעדער דיינעם!!

ביטע שרייב אונז נאך, מיר דארפן עס האבן.

ערענסט גערעדט, וויפיל נעמסטו א שעה?
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

שכח חברים. יעצט זיץ ווארטן מיט ביידע הענט אויף מיין קאפ, אז @סטראקעס זאל מיר מיט אן עמער קאלט וואסער אנמבול'ען, פאר'ן פיקסן זיינע צעפאטשקעטע השראות....
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

וואאאףף.....
@מיואש'דיגער כ'מיין סאיז צייט ארויסצוקריכן פון דיין יאוש אביסעלע.. דו האסט א סך נקודות טובות מיט וואס זיך מחזק צו זיין..
דו האסט א גאלדענעם פעדער און רייכע שפראך!
אזא תגובה פאדערט אן ערענסטער באהאנדלונג,
אי''ה שפעטער העליך האבן מער יושב הדעת עס ריכטיג דורכגיין און ענטפערן.
ייש''כ פארן נעמען די צייט און מיה אזוי טיף אפצולערנען מיינע הרגשים.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אה קודם ווייסעך אז דו ביזסט דא.. ווארטן מיר מיט אינטערעסע צו באקומען אביסעלע קלארקייט.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

@מיואשדיגער גייט גרויס....

א טיפע רעוויו מיט הערליכע נקודות אין א לייכטן געשמאקן שפראך, הלוואי ווען אלע פאעזיעס זאלן באקומען אזאנע טריעטמענט.

איך קלער אז @סטראקעס איז אויך אויפן יאגד נאכן דריטן פיגור, איך קלער אז ער אדרעסירט עס צווישן די שורות אינעם צווייטן השראה ודו"ק
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

@סטראקעס! וואו ביזטו?!?!?
ווי ניד יו בעק עי עס עי פי!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

אריינגעוואדערט דא... סטראקעס wowowoowwo דעס איז דאך נישט נארמאל.. וואאאףףףף
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

סטראקעס האט געשריבן:

Bissli האט געשריבן:@סטראקעס! וואו ביזטו?!?!?
ווי ניד יו בעק עי עס עי פי!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”