צופאטשקעטע השראות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

צומאל. כאפט מיר אזא סארט מינוט. א מינוטקעלע אזא... וואס די איינציגסטע זאך וואס בלייבט מיר צו טוהן איז, כאפן די נענטסטע פאפיר, געווענליך איז זי אן אנגעשריבענעם.
און פירקלען שורות. שורות, וואס איך זעלבסט ווייס גארנישט וואס זי טראגט מיט זיך,
ביז ווילאנג מיין דראנג רואיגט זיך, אין איך קען זיי איבערלייענען ווי א דרויסענדיגער.
הערשט דאן, וועל איך פרובירן זיך גרינטעווען וואספארא רוח האט מיר דא געטרובען, און וואס איז דער ים כוואליע, וואס האט באשאפן דעם הארץ האריקעין...
מאדנע??? ביזט נישט דער ערשטער וואס זאגט עס! ... איך האב עס שוין צו פיהל מאל געהערט אויף מיר, אז כהאב שוין משלים געווען אז דאס איז עס.
אזא בין איך.
איז מילא עפען איך דעם געהענגל, אז אויב איז עמיצער פאראינטערסירט מיטצוהאלטן מיינע אויסברוכן, וועל איך עס דא ארויפשטעלן מפעם לפעם ווען עס מאכט זיך מיר אזא נא... וויזויהייסטעס... צופאטשקעטע השראה.
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

געשטאנען בין איך דאן אנגעלאנט ביים פלויט. נישט ממש איך, נאר דער יעניגער וואס פאררופט זיך איך, ווען איך זעה נישט.
דער וואס שפילט מיך, ווען איך פארגיי פון מוט אים צו פארשרייען.
מאמענטן, ווען אלס וואס בלייבט מיר איבער, איז גראד זיך לאזן פון זיין צויבער. ליידיגן דעם חלל ,
זיך מכניע זיין די זינלאזע פארלאנגען זיינע. אממער, איך האב אים דאך געלאדנט. איך גאר!... הערסט א מעשה??
נישטא ווער זאל לאכן.
א קיצור, לאמיך אייך נישט באלמוטשען מיט מיינע צעגערייען און מענות. איז געשטאנען בין איך דארט ווי א ביישויער,
צו גאר אן עובר ושב ווי ציניקער וואלטן באטיטלט, און מיט אזא סארט פלאכע מינע וואס פארציילט גארנישט א חוץ מיינע שטייפע פיס פינגער,
באאבאכט.
הוי.. וואס זאל איך אייך זאגן ליבע פריינט
די שפיל האט זיך געלאזט און גאנג.
ס'איז די גרעסטע ליגנט און היסטאריע, וויל איך שרייען ווי הויך מיינע בענדער דערלויבן,
ס'איז נישט מער ווי א לופט באלאן...
אבער ער, מיט זיין אייז קאלטן-האניג זיסן- שרעק וואפענדן- ליבע גלענטנדער- בליק,
מאכט מיר שטום. פשוט שטום.
איז דאס וואס איך שטעל פאר???
די קוליסן פאלן און הייבן זיך, די צוקוקער אפלאדירן.
איך שטעל א שריט אויף פאראויס. איך האב פרובירט אויסצורעכענען דאס קומענדיגער גאנג זיינעם, אבער מער ווי צושפאט בלייבן,
איז מיר קיין סך נישט געבליבן.
קוקט אויס דער שפילער ליינט מיינע געדאנקען און לערנט ארויס גענוי דאס פארקערטע.
און דאן האט עס פאסירט.
א ווילדער בליץ איז מיר אריין און קאפ, ווי א וואנזיניגער האב איך זיך א כאפ געטאן, צו קען דאס גאר מעגליך זיין אז איך בין גאר ער??
צו גאר נאך ווילדער.
ער גאר מיך??...
צופיל גלייכקייטן איר גלאט אזוי אוועקמאכן אלס טעאריע, אבער איר אנעמען, איז פארט גאלאקסיען ווייט פון רעאליטעט פלאנעט.
אפשר גיי מיר אויף א פשרה איין?
דו ציטערסט קליינער שוואכלינג! שרייט דער פינגער. קוק זיך און די אויגן און זעה זיך געטריפלט טויזענט מאל!
פארפאלן, ס'האט שוין קיין זינען נישט, ס'איז שוין נישט געהאנגען און בחירה דאסמאל,
אז דו שטייסט שוין דא, גייזשע ביזן לעזן דעם מיסטעריע אייננמאל פאר אלעמאל.
זאג. שריי איך ווי נישט ביים זינען, מיט שטימעס וואס זייער עקזיסטענס איז מיר פארהוילן געוועזן ביז היינט.
מיר קענען זיך פון ערגעץ???
ער שמייכלט.
א טריט נענטער,
נענטער צו וואס? צום אייזבארג שפיץ? אדער תהום טאל?
איך שפיר זיין אטעם,
רעד!
בין איך דיר? צו דיר מיר?? אבער שוין זאג!!
ער טרייסלט ווי א בלעטל אום הערבסט.
און זיין ענפער?
איך בין א דריטער.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אריין אין אלטערנאטיווע מוזיק אשכול
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין א סיריעס נאוט, ס'זייער ארטיסטיש און געניאל געשריבן. אדרבה שער נאך פון דיינע אוצרות.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

;l;p-
להודיע האט געשריבן:אריין אין אלטערנאטיווע מוזיק אשכול
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פשוט משוגע צו ווערן....

אויב דאס איז צופאטשקעט וויל איך מיר נישט פארשטעלן וויאזוי דיינע מסודרדיגע זאכן קוקן אויס...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

סטראקעס!!! Welcome back!

וואס דו האסט דא אזוי ארויסגעשאסן, עפעס אנריעל סטאף!
איך וואלט געזאגט אז פון אלע שרייבער אויף אייוועלט, ווארט איך אז דו זאלסט אריינקומען מיט א פאעזיע!
אונז דארף מיר דיר האבן דא. מיין הארץ ווייסט שוין באלד נישט וויאזוי מ’פילט. דו דארפסט אונז קומען ארויסשלעפן פון די פאלשקייט. קום אריין אפט, איך (וועלעכע איך?...) וועל דיר אויפנעמען מיט אפענע ארעמעס. און שלינגען דיינע ווערטער מיט דורשט.
דו האסט א כח. וויניג זענען זוכה דערצו. נוץ עס אויס.
דו ביסט ווי סטראקעס פארן נפש.
זע צו צופאטשקענען ווי מער!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

שכח @ביסלי פאר די גוטע ווערטער עס גיבט חשק אריינצופאלן אפטער.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

וואו! קעניש ווארטן פאר נאך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

סטראקעס! ביסט שרעקעדיג טיף. כ׳וויל דיר קענען אין ריעל לייף
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow! נאר יעצט געליינט. דער האט א שפראך שלא מעלמא הדין... ביטע שרייב נאך. ביסט מחיה נפשות רבות וחסרונם.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נו? נו?
@סטראקעס, מ'ווארט מיר פאר נאך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טינט האט געשריבן:נו? נו?
@סטראקעס, מ'ווארט מיר פאר נאך!

גא"מ
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט האט געשריבן:נו? נו?
@סטראקעס, מ'ווארט מיר פאר נאך!

מ’ווארט נישט!
מ’זיצט געשפאנט אין א גרויסן זאל פאר די אראפגעלאזטע פירהענג און מ’קוקט אויף די טונקעלע לעקטערס וויסענדיגאז עני סעקאנד גייט אויפלייכטן א מעין פון די אור אין סוף.
לאז אונז נישט אנטוישט!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שרייב אפי' דיינע השראות זענען נישט צופאטשקעט, און אפי' דיינע צושפאטשקעט זענען נישט השראות... אבער שרייב עפעס!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נאר איינס און פיניש?
פליז געב נאך...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: צופאטשקעטע השראות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

    צווישן די גרעניצן פן ניין און יא....

    אמאל האט זיך מיר פליגל אנגעגלוסט.
    נישט די, פון וואס כ'האב אלס קינד געטרוימט.
    אויך נישט די פליענדע סארט, נאך וואס זיי גארן, די יעניגע מיט אורות גרעסער ווי כלים.
    די דאזיגע וואס, ר' אייזיק ר' יעקעל'ס, איז זיי א לעגענדע פון עבר בלויז.

    די פליגלען וואס מיר גלוסט זיך, איז דוקא אזא שוועבעדיגער סארט.
    פליגל, ריין פון עגא און אמביציע, צו גרייכן דאס אומגרייכבארע.
    פליגל, וואס אירע ארעמע יכולות, באשטייען, פון גראד זיך פון ווינט וויגן.

    פליגל, וואס ערלויבן דעם צופרעסטן זעהל מיינעם, נאכלאזן איר צודרייטן דראנג נאך הארטן גרונד,
    אויפגעבן. נאר פאר א וויילע, איר זינלאזען סטאביליטעט געיעג.
    פליגל, וואס אנערקענען גרוי זאנע, אלס לעגיטימער אויסוואהל.
    פליגל, וואס פארגינען אביסל זיסן צופארעניש
    עטוואס ליכטיגער אומסטאביליטעט.

    אלס וואס זיי שענקען מיר, איז פשוט מעגליכקייט, און בין השמשות'דיגער יקום- אין גראוויטי-לאזן רוים,
    שוועבן.

    *****

    איך האב די פליגל נישט געפונען.
    דערווייל.
    איז אפשר וועסטו פארט באגנוגן זיך, מיט עפעס ווינציגער ווי הארטן אספאלט?
    אפשר ווילסטו אזוי גוט זיין און אביסל לויזער מאכן די פראטאקאלן?
    דיין אנגסט איך וועל נע ונד פארבלייבן, איז נאריש און אומבאגרונדעד.
    קודם כל, סאיז מיר אויך נישט ווער ווייסט וואס גן עדן'דיג, דארט און זיסן ערגעץ נישט.
    צווייטנס, בין איך ווייט נישט אזוי הארט קעסטעלדיג ווי דיר.
    זעהן נאך אנגלען, איז מיר א דבר פשוט.

    אבער זאג מיר. אז מיר רעדן שוין יא.
    א גלח זיין, איז אקצעפטירט.
    שווארץ איז ערלויבט גענוי ווי ווייס.
    מסקנות. זענען לעגעטים.
    נאר דאס פיצקעלע גרוי ספיקות'דיג זאנע, דערקוטשעסטו ביזן סוף???
    הער אויף טייטלען שטרענג, אויף רעכטס צו לינק.
    לאז מיר אביסל, נאר אביסעלע, שטיין מיט מיין דריי עקיגער שיך,
    צווישן די גרעניצן פון ניין און יא.
    לעצט פארראכטן דורך סטראקעס אום מיטוואך יולי 14, 2021 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
    אוועטאר
    Bissli
    שר חמשת אלפים
    תגובות: 5041
    זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
    לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

    Re: צופאטשקעטע השראות

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך Bissli »

    העי!! כאפטס אים אן דארט! לאזטס אים נישט אוועקלויפן!


    א ריזיגן ייש"כ פאר @סטראקעס פארן צוריקומען!

    דו שענקסט אזאלכע ברייטע פליגלען, וואס מאכן שוועבן גראוויטי-לאז..

    ס’נישט נארמאל וואספארא אורות דו האסט! און דו, אנדערש ווי איך, האסטו יא כלים וואס זענען גענוג גרויס עס אריינצונעמען און ארויסברענגען.
    נוץ אויס די מתנה און קום אריין אפטער.
    האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

    יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
    און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
    אוועטאר
    מיאושדיגער
    שר חמש מאות
    תגובות: 885
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
    לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

    Re: צופאטשקעטע השראות

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מיאושדיגער »

    איך זע אז דו האסט שוין געשריבן נאך זאכן. אבער איך האב יעצט געענדיגט ליינען דיין ערשטע. איך האב נישט קיין ווערטער, פשוט נישט קיין ווערטער. דאס איז עפעס אוט אף דיס ווארלד לגמרי. אזוי טיף, אזוי קולע אל השערה די דינע געפילן און זיי ארויסברענגען אזוי גראב. דאס איז טיפע טאלאנט!!
    עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
    אוועטאר
    מיאושדיגער
    שר חמש מאות
    תגובות: 885
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
    לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

    Re: צופאטשקעטע השראות

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מיאושדיגער »

    סטראקעס האט געשריבן:
      צווישן די גרעניצן פן ניין און יא....

      אמאל האט זיך מיר פליגל אנגעגלוסט.
      נישט די, פון וואס כ'האב אלס קינד געטרוימט.
      אויך נישט די פליענדע סארט, נאך וואס זיי גארן, די יעניגע מיט אורות גרעסער ווי כלים.
      די דאזיגע וואס, ר' אייזיק ר' יעקעל'ס, איז זיי א לעגענדע פון עבר בלויז.

      די פליגלען וואס מיר גלוסט זיך, איז דוקא אזא שוועבעדיגער סארט.
      פליגל, ריין פון עגא און אמביציע, צו גרייכן דאס אומגרייכבארע.
      פליגל, וואס אירע ארעמע יכולות, באשטייען, פון גראד זיך פון ווינט וויגן.

      פליגל, וואס ערלויבן דעם צופרעסטן זעהל מיינעם, נאכלאזן איר צודרייטן דראנג נאך הארטן גרונד,
      אויפגעבן. נאר פאר א וויילע, איר זינלאזען סטאביליטעט געיעג.
      פליגל, וואס אנערקענען גרוי זאנע, אלס לעגיטימער אויסוואהל.
      פליגל, וואס פארגינען אביסל זיסן צופארעניש
      עטוואס ליכטיגער אומסטאביליטעט.

      אלס וואס זיי שענקען מיר, איז פשוט מעגליכקייט, און בין השמשות'דיגער יקום- אין גראוויטי-לאזן רוים, שוועבן.

      *****

      איך האב די פליגל נישט געפונען.
      דערווייל.
      איז אפשר וועסטו פארט באגנוגן זיך, מיט עפעס ווינציגער ווי הארטן אספאלט?
      אפשר ווילסטו אזוי גוט זיין און אביסל לויזער מאכן די פראטאקאלן?
      דיין אנגסט איך וועל נע ונד פארבלייבן, איז נאריש און אומבאגרונדעד.
      קודם כל, סאיז מיר אויך נישט ווער ווייסט וואס גן עדן'דיג, דארט און זיסן ערגעץ נישט.
      צווייטנס, בין איך ווייט נישט אזוי הארט קעסטעלדיג ווי דיר.
      זעהן נאך אנגלען, איז מיר א דבר פשוט.

      אבער זאג מיר. אז מיר רעדן שוין יא.
      א גלח זיין, איז אקצעפטירט.
      שווארץ איז ערלויבט גענוי ווי ווייס.
      מסקנות. זענען לעגעטים.
      נאר דאס פיצקעלע גרוי ספיקותדיג זאנע, דערקוטשעסטו ביזן סוף???
      הער אויף טייטלען שטרענג, אויף רעכטס צו לינק.
      לאז מיר אביסל, נאר אביסעלע, שטיין מיט מיין דריי עקיגער שיך,
      צווישן די גרעניצן פון ניין און יא.

      אה, מיט אזאנע פליגלען ווער דארף נאך צוזאמגענומענע השראות?

      א מחי'!
      עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
      אוועטאר
      מיאושדיגער
      שר חמש מאות
      תגובות: 885
      זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
      לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

      Re: צופאטשקעטע השראות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך מיאושדיגער »

      Bissli האט געשריבן:אונז דארף מיר דיר האבן דא. מיין הארץ ווייסט שוין באלד נישט וויאזוי מ’פילט. דו דארפסט אונז קומען ארויסשלעפן פון די פאלשקייט.

      שרייב נאך איבער דער געפיל שרייב.
      עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
      בפשיטות
      שר האלף
      תגובות: 1119
      זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

      Re: צופאטשקעטע השראות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך בפשיטות »

      אזאנס צו דעליווערן אויפן פאפיר דארף מען טאקע קענען, ס’איז עפעס מורא’דיג מורא’דיג...

      געווענליך און מיין פאר’שיכור’טען אנגייענדען לעבן ליין איך נישט די סארט זאכן, אבער אופס.. יעצט האב איך יא געליינט און האסט מיר געכאפט אין שאק! אין איין ווארט: האסט מיר געעפענט דאס הארץ און פארמאכט דאס מויל!!

      קיפ דעם קאמינג!!
      סטראקעס
      שר חמישים
      תגובות: 75
      זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

      Re: צופאטשקעטע השראות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך סטראקעס »

      יישכ אלע וואס נעמען די מיה צו קאמאנטירן און דאנקען.
      סאיז מיר א שטארקע הנאה אז אידן רילעיטן און האבן הנאה פון מיינע שרייבעכטסער.
      אוועטאר
      נאר מיט שמחה
      שר שמונת אלפים
      תגובות: 8010
      זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

      Re: צופאטשקעטע השראות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך נאר מיט שמחה »

      סטראקעס איז דא, סטראקעס איז דא, אוי סטראקעס איז דא....

      איך וואלט געוואלט זעהן די האנט פון דער וואס שרייבט'עס, און די קאפ וואס זאגט פארן האנט וואס צו שרייבן...
      דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
      אוועטאר
      נאר מיט שמחה
      שר שמונת אלפים
      תגובות: 8010
      זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

      Re: צופאטשקעטע השראות

      • ציטיר
      • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

      תגובה דורך נאר מיט שמחה »

      סטראקעס האט געשריבן:יישכ אלע וואס נעמען די מיה צו קאמאנטירן און דאנקען.
      סאיז מיר א שטארקע הנאה אז אידן רילעיטן און האבן הנאה פון מיינע שרייבעכטסער.

      ייש"כ פארן דאנקען די באדאנקערס...
      ס'האט מיר זיך שוין געדאכט אז דו ביסט עפעס א ראבאט וואס שרייבט גאלדענע זאצן. יעצט בין איך געוואר געווארן אז דו ביסט אויך א מענטש :wink:

      און פארגעס נישט צו אריינשיקן איינס, אבער 'אבער א גוטס', פארן פאעזיע פארמעסט! צורכי עם ישראל מרובין..
      דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
      שרייב תגובה

      צוריק צו “פאעזיע און גראמען”