אלטער האט געשריבן:פון גראמען צו ליינען וועל איך שטארק הנאה האבן, קען זיין כ’וועל מיר אוועק זעצן און שרייבן.
פאזיע איז נישט פאר מיר
אפשר דאך?
האסט שוין אמאל געטרייט?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אלטער האט געשריבן:פון גראמען צו ליינען וועל איך שטארק הנאה האבן, קען זיין כ’וועל מיר אוועק זעצן און שרייבן.
פאזיע איז נישט פאר מיר
Bissli האט געשריבן:אלטער האט געשריבן:פון גראמען צו ליינען וועל איך שטארק הנאה האבן, קען זיין כ’וועל מיר אוועק זעצן און שרייבן.
פאזיע איז נישט פאר מיר
אפשר דאך?
האסט שוין אמאל געטרייט?
פעיק ניוז האט געשריבן:פאעזיע איז א שפראך. א שפראך וואס ווערט פארמירט ווען מען לאזט דעם געפיל לויפן, דאס הארץ שפירן און דעם פעדער שרייבן. עס איז א פיל ברייטערע סארט שפראך ווי די געווענליך מצומצמ'דיגע וועג וויאזוי מיר שרייבן געווענליך, וואו א' קומט פאר ב', ב' קומט פאר ג', יעדע זאך האט זיך זיין כלל און זיין פלאץ. אין פאעזיע פאלן אוועק די אלע כללים, יסודות און הלכות. דארט שרייבט מען ארויס פון הארץ צוזאמען מיט'ן מח ארויף אויפ'ן פאפיר דורכ'ן פענע.
ווי ריינער דער שריפט איז, ווי לויזער דער צמצום ווערט, אלס מער פאעטיש קומט דער שטיקל ארויס, אלס מער רייכער קומט דער ארטיקל אויס.
גראמען איז א צמצום. עס איז נישט קיין שפראך. גראמען באדייט אז די צוויי לעצטע ווערטער פון נאכפאלגנדע שורות ענדיגן זיך די זעלבע. גראמען האט מערערע מהלכים וויאזוי עס ארבעט, מען קען מאכן גראמען פון יעדע צוויי שורות וואס גראמען, מען קען מאכן אז יעדע צווייטע שורה גראמען. וכו' וכו'.
מען קען שרייבן גראמען אן צורירן די קלאמקע פון פאעזיע, און מען קען שרייבן פאעזיע אן צורירן די קלאמקע פון גראמען. דא אויף אייוועלט אליין זענען שוין געווען פון ביידע סארט שרייבערי, הערליכע שטיקלעך
נאר מיט שמחה האט געשריבן:די צווייטע אפשען, "איך טראכט צו טרייען צו שרייבן", מיין איך צו זאגן די'ע וואס ווייסן נישט צו זיי קענען שרייבן און ווי גוט זיי קענען, און ווילן זייער שטארק טרייען צו שרייבן און זיך משתתף זיין ביים פארמעסט.
ממוצע האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:פאעזיע איז א שפראך. א שפראך וואס ווערט פארמירט ווען מען לאזט דעם געפיל לויפן, דאס הארץ שפירן און דעם פעדער שרייבן. עס איז א פיל ברייטערע סארט שפראך ווי די געווענליך מצומצמ'דיגע וועג וויאזוי מיר שרייבן געווענליך, וואו א' קומט פאר ב', ב' קומט פאר ג', יעדע זאך האט זיך זיין כלל און זיין פלאץ. אין פאעזיע פאלן אוועק די אלע כללים, יסודות און הלכות. דארט שרייבט מען ארויס פון הארץ צוזאמען מיט'ן מח ארויף אויפ'ן פאפיר דורכ'ן פענע.
ווי ריינער דער שריפט איז, ווי לויזער דער צמצום ווערט, אלס מער פאעטיש קומט דער שטיקל ארויס, אלס מער רייכער קומט דער ארטיקל אויס.
גראמען איז א צמצום. עס איז נישט קיין שפראך. גראמען באדייט אז די צוויי לעצטע ווערטער פון נאכפאלגנדע שורות ענדיגן זיך די זעלבע. גראמען האט מערערע מהלכים וויאזוי עס ארבעט, מען קען מאכן גראמען פון יעדע צוויי שורות וואס גראמען, מען קען מאכן אז יעדע צווייטע שורה גראמען. וכו' וכו'.
מען קען שרייבן גראמען אן צורירן די קלאמקע פון פאעזיע, און מען קען שרייבן פאעזיע אן צורירן די קלאמקע פון גראמען. דא אויף אייוועלט אליין זענען שוין געווען פון ביידע סארט שרייבערי, הערליכע שטיקלעך
איך וואלט עס נישט ממש אזוי אנגעקוקט.
בעצם איז פאעזיע א ריזיגע פעלד. כ'האב געטרייעט צו סורטשן אביסל, און כ'זעה כ'דארף האבן א ליל שישי וואס מ'איז נישט מחיוב בלימוד התורה פאר דעם...
סתם לאזן די געפילן לויפן אז נישט פאעזיע. דאס קען זיין זייער פלאטשיג. ווען א קינד שרייבט אהיים פון קעמפ מיט בענקעדיגע רויע געפילן, ווערט עס נישט קיין פאעזיע. איך קוק אן די נקודה פון פאעזיע: אבסטראקט. אוודאי איז עס טיפע געפילן. ווייל ווען די געפילן זענען זייער טיף, דאן ווערן נולד די פארשידענע אבסטראקט וועגן פון אויסדרוק, עפעס וואס געשעהט נישט ווען מ'איז אין מער אן אויבערפלעכליכער מוד. אבער די עיקר נקודה איז אבסטראקט.
איך קען דיר יעצט זאגן א ליסטע פון ניקס, וואס זייער שריפט איז אזא סארט פאעטישער שריפט. ווייל זיי זענען זייער ארטיסטיש און זייער שריפט אבסטראקט. אז דו ליינסט א שטיקל גראמען, און דו דארפסט זיך נישט אפשטעלן טראכטן וואס האט דא דער שרייבער געוואלט, איז זייער שווער אז ס'זאל זיין א גוט שטיקל פאעזיע.
איינער וועט שרייבן:
איך בין טרויעריג זייער,
ווייל דו ביזט מיר אזוי טייער,
איך בענק מיר צו דיר,
פארוואס ביזטו אזוי ווייט פון מיר.
דאס איז נישט פאעזיע, חוץ אויב מ'רעדט פון זיין רצון צו שרייבן חידושי תורה... וואס דעמאלטס איז עס שוין ווייטער אבסטראקט.
אבער ווען איינער וועט שרייבן:
מיינע אויגן פאר'צער'ט, אויף דיר איך ווארט,
עס גלוסט מיר דיין קוש, א טרער איך פארוויש,
איך וויל פארציילן, מיט דיר מיטטיילן,
מיילן עס טוען אפטיילן, פון וואו דו טוסט פארוויילן,
די טעג איך קען נישט אויפהערן ציילן,
די וואונד עס וויל זיך נישט פארהיילן.
איז דאס פאעזיע. כאטש אין שוואכן פארמאט.
פארוואס איז עס אבסטראקט?
קודם, ווייל אויגן זענען נישט פאר'צער'ט. א מענטש איז פאר'צער'ט. עס איז נישט דער 'קוש' אויף וואס איך ווארט אזוי לאנג, יעדער פארשטייט. און אזוי ווייטער.
אבסטראקט קען זיין אין פארשידענע פארמען. עס קען זיין אבסטראקט אין 'מושגים'. אבסטראקטע משלים, און א פוינט אוו וויו וואס איז נישט שטייגערליך. עס קען זיין אבסטראקטע 'שריפט'. ווען איך שרייב אויף א וועג וואס ס'איז נישט שטייגערליך, איז עס אבסטראקט. די מער פאעטישע גראמען אויבן איז געשריבן אויף אן אייגענארטיגע וועג, נישט ווי מ'רעדט געווענליך. די פשוטע גראמען איז כמעט כדבר איז אל רעהו. נאר אויסגערעכנט אז ס'זאל גראמען. עס קען זיין אבסטראקטע 'ווערטער'. ווערטער וואס ווערן נישט שטייגערליך גענוצט אויף אזא אופן. און אזוי ווייטער.
פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיך אביסל מער מסביר זיין וואס איך מיין, און ווי עס קוקט מיר אויס איז מתמודד מיט מיר אויף איין פעידזש.
דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט וויאזוי א אבסטראקט שריפט. דאס איז אבער וויאזוי דער בילד קוקט אויס נאכ'ן ארויסקומען מהמחשבה אל הנייר. וואס ליגט אבער אונטער דעם? וואס אין דעם מענטש ברענגט דעם מענטש ארויסצוברענגען אזא סארט שריפט.
לאמיר נעמען דיין דוגמא וואס דו האסט געברענגט, ווען א קינד שרייבט אפ זיינע געפילן פון בענקעניש פון קעמפ. זיין מח און הארץ זענען אפגעטיילט פון זיין שריפט און פעדער. זיי זענען צוויי פארטייען. דער הארץ שפירט, דער מח טראכט און דערנאך פיגערט ער אויס א וועג וויאזוי עס אראפצושרייבן אז מען זאל קענען זען וואס ער שפירט און טראכט. אבער דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס אראפ איז מצומצם לויט די כללים פון שרייבן. שרייבן האט א וועג און זיין פאוקעס איז צו שרייבן אז עס זאל שטימען לויט דעם וועג. קומט אויס אז זיין שריפט איז נישט קיין הארץ שפראך, נישט זיין הארץ שרייבט, נאר זיין הענט שרייבט.
אין איין ווארט. ווען ער שרייבט, גייט ער אוועק פון זיינע געפילן, און איז זיי מצמצם אין אן אראפגעשריבענעם ארטיקל.
ווידעראום פאעזיע איז פונקט פארקערט. אנשטאט וואס דאס הארץ זאל געלייגט ווערן אין א זייט, וויבאלד יעצט דארף מען שרייבן, לאזט מען דאס הארץ שרייבן. מען קאנעקט זיך דורכ'ן מח צום הארץ, און מען לאזט זיי אראפשרייבן אין זייער אייגענעם שפראך, דאס וואס זיי שפירן און טראכטן. מען איז מחבר דעם פעדער צום הארץ.
אין איין ווארט: ווען ער שרייבט, גייט ער אוועק פון צמצום פון פשוט'ע שריפט, און ער איז זיך מדבק צו א התפשטות'דיגער וועלט פון מחשבה און רויע געפילן. נאר פשוט כדי עס אריינצולייגן אין עפעס א כלי, שרייבט ער עס.
די וועג וויאזוי דער שריפט וועט ארויסקומען וועט טאקע ענדערש אזוי ווי דו לייגסט אראפ אין דיין צווייטן סעט פון גראמען. וויבאלד ווען מען איז זיך מקשר צו די וויינענדע אויגן וואס קומט פון צער וואס א מענטש האט, שפירט זיך כאילו די אויגן זענען בצער, ווי כאילו די אויגן האבן א הארץ און זיי שפירן, מען שפירט מיט די צער פון די אויגן. דאס זעלבע מיט'ן ווארטן אויפ'ן קוש. עס איז פשוט די רויע געפילישע שפראך וויאזוי מען ברענגט ארויס דעם הרגש פון אויסערגעווענליכע בענקעניש צו ליבשאפט. דער קוש איז וויאזוי עס ברענגט זיך ארויס דער הרגש אין הארץ, און דאס שרייבט ער אראפ, גלייך פון הארץ ארויס.
ממוצע האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיך אביסל מער מסביר זיין וואס איך מיין, און ווי עס קוקט מיר אויס איז מתמודד מיט מיר אויף איין פעידזש.

דו שרייבסט זייער גוט! אבער סאם האו טרעף איך מיך נישט דערמיט.
רויע געפילן וואלט געקענט מיינען. "אוי טאטע! איך זיץ דא אין מיין אפיס, און איך האב אזוי ווייניג אויפגעטוען היינט. פון צופרי גייט מיר די טאג שווער" און אזוי ווייטער. איך רעד פון הארץ ארויס. דירעקט. און אן קיין שרייבערישע הגבלות און צמצומים. אבער עס איז נישט קיין פאעזיע.
אויב איך וועל שרייבן "אוי טאטע! עס איז דא דער טיש בענקל, און איך. בין איך דער זעלבער דומם ווי זיי? איז מיין גאנצער פראדאקטיוועטי בלויז דאס אז כ'לאז זיך ווערן געפירט, פונקט ווי דער בענקל לאזט זיך ווערן באזעצט?" איז עס פאעטיש. ווייל איך האב מיר קאנצעטירירט וויאזוי צו ארויסברענגען מיין געפיל מיט אן ארטיסטישער וועג, אן אבסטראקט וועג. וואס ברענגט אגב אויך שטארק ארויס דער געפיל זעלבסט.
איך טראכט גראדע, וואס איז די סיבה פארוואס פאעזיע ברענגט מער ארויס דער געפיל ווי א רויע געפילן שריפט. איך טעארעזיר אז אפשר דער "חידוש" געט אזא 'מאוו' דעם מענטש. אדער ווייל היות כדי דער מענטש זאל שרייבן אזוי אבסטראקטיש, מוז ער גוט באלעבן די געפילן. און דער ליינער שפירט עס.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט דער חידוש. שרייבן "אוי טאטע" איז נישט עכט קיין סתירה צו פאעזיע. אבער פאעזיע באשטייט נישט פון שרייבן ווערטער ארום געפילן. מיט'ן שרייבן "אוי טאטע", האסטו נאך גארנישט געזאגט, בס"ה האסטו געגעבן א געשריי פארלוירנקייט וכדו'. ווידער שרייבן":
מיין הארץ פארשטומט פון געזאנגען
מיין זעל פארלוירן פארגאנגען
טאטע, מיינע אויגן ווארטן וואו ביזסטו
דיין פנים צו באהאלטסטו
דאס איז ווען דער הארץ דעסקרייבד זיך זעלבסט.
מען דארף נישט דוקא שרייבן זאכן וואס דער הארץ שפירט. מען קען שרייבן סיי וועלכע נושא, אבער דער הארץ איז דער וואס דארף רעדן.
עס איז אביסל שווער מסביר צו זיין, זינט עס איז א געפילישע שפראך, עס איז עפעס וואס באמת דאארף מען עס שפירן.
"אוי טאטע! עס איז דא דער טיש בענקל, און איך. בין איך דער זעלבער דומם ווי זיי? איז מיין גאנצער פראדאקטיוועטי בלויז דאס אז כ'לאז זיך ווערן געפירט, פונקט ווי דער בענקל לאזט זיך ווערן באזעצט?"
פעיק ניוז האט געשריבן:@נמ"ש, איך זע נישט וויאזוי מען קען מאכן א פארמעסט פון גראמען צוזאמען מיט פאעזיע. איך זע נישט וויאזוי מען קען רעיטן א קנאקעדיגן פאעטישן שטיקל קעגן א קנאקעדיגן גראמען ארטיקל. שני דברים הם לגמרי.
נאר מיט שמחה האט געשריבן:לויט וואס עס זעהט יעצט אויס וועט מען מוזן מאכן אויך מיט גראמען ארטיקלען, דערווייל איז נישטא מיט וועם צו צוגיין צום פאעזיע טיש בלויז. (מ'דארף פארשטיין אז פון די וואס נעמען זיך אונטער פאלן אויך ארויס געווענליך..)
די פראגע איז, זאל מען אויסמישן ביידע אינאיינעם, אדער, און לענ"ד איז דאס ריכטיג, מ'זאל מאכן עקסטער פון ביידע סארט, און מ'זאל אפי' קענען אריינשיקן 2, פון ביידע סארטן.
וואס זאגט עט'ס?

מתמודד האט געשריבן:קען מען מאכן איינס די יאר און די צווייטע נעקסטע יאר....
Bissli האט געשריבן:@ממוצע
כאפ א בליק דא: viewtopic.php?f=96&t=46653#p2650115