ניגון: חמשה קולות פון מיכאל
ערשטע פאל
אינעם גרויסן שטאט ווארשא.
צוליב עסקנות פאר עפעס א פרשה.
ר’ איציקעל פון ווארקא אהער געקומען.
אין האטעל זיך א צימער גענומען.
מיט א גבאי פאר זיין באגלייטער.
א גאנצן טאג געטוהן פארהאנדלען.
פאר א איד’ן געטוהן שתד’לען.
ער שלעפט זיך מיט זיינע צוויי פיסעלעך.
צום האטעל ער גייט צוביסעלעך.
ווען פלוצלינג די גבאי שרייט ער.
צווייטע פאל
זיינע טרערן צו האלטן ער פרובירט.
די גאנצע טיר איז אנגעשמירט.
קעגן ר’ איציקלען דער הייליגער איד.
מיט א שאקירונג אים עס פארפרירט
מיט לאזונגען זייער א מיאוס’ן
דעם צדיק עס טוט אויסשליסן
דעם גבאי’ן טוט עס זייער פארדריסן.
אין א געוויין ער וויל אויסשיסן.
דריטע פאל
די בושות איז זייער גרויס
פארן צדיק דערלאנגט אזא שטויס
ער שפירט ער האלט עס נישט אויס.
ער וויל פון דא שוין ארויס.
אזוי פארשעמט דעם צדיק.
די גבאי שטייט רויט ווי א פיטש.
ער זוכט שנעל אויף די בליטש.
אפצוקראצן די מיאוסע טיטלען.
קעגן הייליגן ר’ איצק’לען
אזוי אזוי נישט פאסיג.
ערשטע פאל
ר’ איציקעל שטייט פארטראכט.
מיט א שמייכעל ער זיך צולאכט.
א שאד אויף דיין ווייטאג דיין קלאג.
א שאד אויף דיין מיה דיין פלאג.
הער מיך אויס וואס איך דיר זאג
קרח קריגט אויף משה דעם רבין.
מ’זאל אים די נשיאות געבן.
על קהל ה’ מדוע תתנשאו.
ער ווארפט א ליילעך א נאסע.
משה ביסט א בעל גאוה א גסה
צווייטע פאל
די תורה איז מעיד אויף משה אליין.
ומשה עניו ער האלט זיך קליין.
קומט זיך קרח צו גיין.
און באשולדיגט אים א בעל גאוה צו זיין.
מיט משה’ס מעלה אים ער באשמוצט.
קרח מיט די ציין ער קריצט.
די גרעסטע מעלה וואס משה באזיצט.
א וואפן קעגן אים ער נוצט.
דריטע פאל
לערנט אונז דער צדיק פון ווארקא.
אז ווען איינער שרייט איינער שלאגט דיך.
הער אים זייער גוט אויס.
ווייל דיינע מעלות ער ברענגט ארויס.
האב הנאה און נוץ עס אויס.
חתן אין לעבן עס מאכטס זיך.
אז מ’שרייט זיך אן אין טעלערס צוקראכט זיך.
לאז אויסרעדן ביזן סוף.
ווייל דיינע מעלות שווימט ארויף.
די אלע קולות דאס איז דיין האף.
א לעקציע פארן חתן.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
א לעקציע פארן חתן.
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: א לעקציע פארן חתן.
א פיינעם לעקציע... טעלער'ס צוקראכט זיך.. פיינע נייעס!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: א לעקציע פארן חתן.
שיין, שיין, זיצט שיין אויף די ווערטער.
און ישר כח פארן עס לייגן אויף א ניגון, נישט סתם שורות,
עס איז טאקע שווערער, אבער פיל שענער.
און ישר כח פארן עס לייגן אויף א ניגון, נישט סתם שורות,
עס איז טאקע שווערער, אבער פיל שענער.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: א לעקציע פארן חתן.
יש לו מנה ויש לו מאתיים...
הערליך שיין!
הערליך שיין!
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.