מיין טאטע’ס ליבשאפט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הנשמה בקרבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 3:15 pm

מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנשמה בקרבי »

א ליבשאפט פאראייביגט
האסט אונז געטון שענקען
פארן פאלק וואס איז גלייביג
און טוען נאר צו דיר בענקען

געגעבן מצות אן א צאל ווי גוט
די הייליגע תורה יעדן באלייכט
לערנען געבאטן אייביג מ’טוט
א נחת רוח ווערט דיר געבראכט

וועגן דעם קום איך דיר זאגן טאטע
ווען שלאפן איך לייג זיך ביינאכט
דא אין דעם עולם השפל למטה
נאר פון דיין גרויסקייט איך טראכט

נשמה שנתת בי טהורה היא
מיין הייליגע נשמה באנייט
דערמאן איך זיך יעדן צופרי
ווי דיינע ווערטער אייביג באגלייט

ווי שטארק איך וויל זייער
דיינע תורה ומצות אויספירן
און זיך פרייען מיט דיין פייער
אויף אייביג דיין ליכט שפירן

ווייל די טעם פון מיין לעבן
איז נאר פאר דיר זיך פלאגן
לאנגע טעג טוען זיך וועבן
ווי אין דיין תורה טוט זאגן

איין זאך מיין הארץ ס’שרייט
אז דיין ליבשאפט וואס אייביגט
זאל יעדע סקונדע ווערן באנייט
פון עבירות זיין אויסגעליידיגט

דאנקען און לויבן
מיט ליבשאפט אלעמאל
מיין טאטע אויבן
דער אוהב עמו ישראל:

שמע ישראל ה’ אלקינו ה’ אחד!
הנשמה בקרבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 3:15 pm

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנשמה בקרבי »

היינט ביי מעריב האט מיר געכאפט א קליין שטיקל וואס מען זאגט יעדן טאג,
איך האב אביסל מחשבה צוגעלייגט און געשפירט א מוראדיגע נאנטקייט צום טאטן און הימל,
איך האב באשלאסן עס אראפ צושרייבן, צוליב ווייניג צייט האב איך עס געשריבן זייער געאיילט, עס קען ווען זיין אסאך בעסער,
ווער עס קען זאל דורכלערנען 'אהבת עולם' פון מעריב און עס אראפשרייבן בעסער ווי מיר.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ווי שיין און ווי לעכטיג צו קענען אפשרייבן וואס מען שפירט

ריכטיג הנשמה בקרבי

האסט א הערליכע נשמה

האלט אן דיין שיינע ארבעט

מיר ווילן מיט האלטן אלע דיינע מצבים
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער שיין און הייליג!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

זייער שיין, שרייב נאך!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שטארק
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

גאר שיין און הארציג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

זייער זייער שיין און שטארק
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

הלוואי אויף מיר אזא אהבת עולם...

דער אפנהארציגער דיאלאג צווישן טאטן אין קינד, מיט אזא פשטות וואס זוכט עמקות, איבערחזרנדיג די פשוטע יסודות פון אונזער קשר וואס איז אזוי ווייט פון פשוט צו געדענקען...

@הנשמה בקרבי איר האט מיר בארירט, קומט אריין נאך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

עומד מן הצד האט געשריבן:גאר שיין און הארציג!

גא''מ, הערליך שיין!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

געקומען פון נשמה,
צוגעלייגט מחשבה,
מחייה נפשה,
אלעס במערבה,

הערליך שיין,
דיין נשמה ריין,
מ'טראכט ניין,
וואס וועט זיין,

דיין נפש,
האט די רגש,
עס שיינט ווי שמש,
ס'דאך קלאר די פירוש
הנשמה בקרבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 3:15 pm

Re: מיין טאטע’ס ליבשאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנשמה בקרבי »

Wow
יישר כח יעדער פאר די פידבעק.
זיך נישט גערישט צו באקומען אפילו א צענטל פון דעם!
עס גיבט אסאך חיזוק.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”